דער חורבן פון די יו-ען

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
חלום חלמתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 59

דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אינספייערט דורך בנימין יוסף מאיר טעללער (מנחם גאלד) אין שטובל

גיימער אויסשמועסן א נקודה די עולם קען אריינקומען מיט קאמאנטארן.

די UN איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1947 גלייך נאך די צווייטע וועלט מלחמה מיט איין הויפט ציל. צו פארמיידן בליט פארגיסונגען איבער די וועלט. דהיינו, אפשטעלן מלחמות און מחלוקת אין די גאנצע וועלט, וואס איז געשען בלויז ווייל לענדער האבן געקענט טון וואס זיי האבן געוואלן אן אפגעבן א דין וחשבון פאר קיינעם, און ס'איז נישט געווען ווי זיך ציצונויפרעדן.
איינס פון די ערשטע פעילות דורך די נייע קערפערשאפט איז געווען געבן פאר די אידעלעך א לאנד. נאך יארן ציוניסטישע פראפעגאנדע אז אידיש בלוט ווערט פארגאסן בלויז ווייל די אידן האבן נישט קיין אייגן לאנד, איז דאס געקומען צו א ענדע, די אידן וועלן זיך שוין קענען אליינס פארטיידיגן.

יעצט אזוי.
כדאי די זאך זאל קענען אנגיין דארף זיין אפאר לענדער וואס פינאנצירן די UN און אפאר לענדער וואס פירן עס אן. פארשטייט זיך אמעריקע באצאלט רוב אן קיין סיבה, און פירן איז עס די פינעף גרעסטע לענדער וואס זיי האבן א וועטא קראפט, פראנקרייך, ענגלאנד, רוסלאנד, כינע, אמעריקע, דאס הייסט אז יעדע מאל מען ברענגט ארויף א אפשטומינג אין די יו-ען קענען זיי דאס אנאלירן כעפרא דארעא.
גיימער נישט יעצט רעדן פון אלע יארן פון דאן ביז אהער נאר נעמען די לעצטע צוויי יאר אלץ א ביישפיל.

רוסלאנד-אוקריינע
רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע "צו כאפן נאצי'ס"
אמעריקע וויל אויפברענגען די יו ען זאל עס פארדאמען (די יו-ען קען גאר נישט טון פאר רוסלאד חוץ פארדאמען ווייל רוסלאנד גייט זיי קיינמאל נישט פאלגן...)
כינע וועטאירט....
איינמאל און נאכאאמאל און קענסט גארנישט טון....

כאמאס-ארץ ישראל
כאמאס אטאקירט מדינת ישראל - קודם כל די לעצטע פאר יאר בליטיגט די UN אויף די פאלעסטינער וואס האבן נישט קיין היים, אבער קיינמאל נישט פרובירט צו אינטערווינירן קעגן די טעראריסטן - און יעצט פרובירט די יו-ען צו פארדאמען ארץ ישראל... ווען אמעריקע מעלד אז זיי וועלן דאס וועטאירן הייבט די יו-ען אן צו רופן פאר שלום אפמאכן און שטילשטאנדן...

דאס איז מיין נקודה.
ווער ברויך די יו-ען?
די פאר דריטע וועלט לעדער וועם די יו-ען שיקט עסן? אמעריקע צאלט עס סייווי און קען עס ווייטער שיקן.
פארדאמען לענדער? איראן האט סייווי פארדאמט ארץ ישראל און אמעריע עזה, מען דארף נישט די יו-ען פארדעם.
לענדער זיך צו צינויפרעדן? זעלענסקי האט ביידענ'ס נומער אויך אן די יו-ען.
די איינציגסטער וואס פארדינט איז די איראנ'ע פרעזידענט וואס באקומט א מייק יאר יערליך צו קענען שימפן קעגן אמעריקע...
און אינז דארפן זיצן אין טרעפיק יעדע מאל מען שפארט אפ מאנהעטן פאר די נערישע זיצינגען וואס פירן נישט אין ערגעץ, און די מאסן געלט וואס אמריקע פארשווענדט פון די שטיייער צאלער....

איינער איז מיט מיר?
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויבנאויף בין איך מיט דיר פולי.

אבער איך ווייס נישט גענוג צו קענען זיין זיכער דערמיט. סיי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט אין זייערע אפיסעס און געזען וואס אלס זיי טוען, און סיי איך האב נאכנישט געלעבט ווען זיי האבן זיך אויפגעשטעלט, און איך האב נישט ארויס די יסודות פאר זייער מטרה. אפשר טאקע האלטן זיי צוריק פון געוויסע אנטיסעמיטיזם למשל? אפשר דאך איז דא לענדער וואס טוען נישט געוויסע גרויזאמע שריט אדאנק זיי? איך ווייס נישט.

אלנפאלס, ווען סעט נוגע זיין למעשה... העלעך עס איבערקלערן..
אוועיטער
חלום חלמתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 59

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:37 pm אויבנאויף בין איך מיט דיר פולי.

אבער איך ווייס נישט גענוג צו קענען זיין זיכער דערמיט. סיי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט אין זייערע אפיסעס און געזען וואס אלס זיי טוען, און סיי איך האב נאכנישט געלעבט ווען זיי האבן זיך אויפגעשטעלט, און איך האב נישט ארויס די יסודות פאר זייער מטרה. אפשר טאקע האלטן זיי צוריק פון געוויסע אנטיסעמיטיזם למשל? אפשר דאך איז דא לענדער וואס טוען נישט געוויסע גרויזאמע שריט אדאנק זיי? איך ווייס נישט.

אלנפאלס, ווען סעט נוגע זיין למעשה... העלעך עס איבערקלערן..
זיי האלטן צוריק פון אנטיסעמיטיזם..........???????
מאכסט מסתם א ווערטל נאר איך כאפ עס נישט.
אז ס'איז דיר נישט נוגע ווייסעך, רוב נייעס אין דעם פארום איז דיר נישט נוגע (לכאורה)
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
אוועיטער
צווייזייטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 986
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 565

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יענקי פויפסט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:30 pm אינספייערט דורך בנימין יוסף מאיר טעללער (מנחם גאלד) אין שטובל
#גילוי
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3448

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך וואוילער »

ווער וועט פארדאמען און שיקן נאטיצן???
וואס וועט זיין מיט אפעציעלע רעזעלוציעס?

ניין, מ'קעמיר דעס נישט אויפגעבן...
נישט די UN און נישט די וועלטס געזונטהייט ארגאניזאציע.

:lol: :lol:
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מרדכי מנחם
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:56 pm
x 25

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך מרדכי מנחם »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:34 am
יענקי פויפסט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:30 pm אינספייערט דורך בנימין יוסף מאיר טעללער (מנחם גאלד) אין שטובל
#גילוי
כאילו איינער ווייסט נישט......
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 678
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 361

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך וואסאפשט »

קדוש קדוש קדוש
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ביטע טוישן קעפל:

"דער חורבן פון די וועלט"...

יא יא, דאס איז די וועלט. אפילו הערצל ימ"ש האט געמיינט אז ער גייט עס טוישן דורכ'ן מאכן די אידן ככל הגויים בית ישראל "א פאלק מיט א לאנד". ער ראולט זיך אין קבר.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 277

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך המברך יתברך »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:30 pm אמעריקע וויל אויפברענגען די יו ען זאל עס פארדאמען (די יו-ען קען גאר נישט טון פאר רוסלאד חוץ פארדאמען ווייל רוסלאנד גייט זיי קיינמאל נישט פאלגן...)
פארוואס האט אמעריקע אפילו אויסגעניצט די שפייעכץ פון זייער מויל, אויף צו בעטן דעם יו-ען אז זיי זאלן עס פארדאמען, אויב די יו-ען פארדאמונגען זענען "סייווי גארנישט ווערד"?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3448

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:47 pm

מעשים בכל יום, מ'מאכט א סימבאלישע אקציע...

די זעלבע איז ווען סענעט ברענגט ארויף אן אפשטימונג וואס גייט 100 פראצענט נישט דורכגיין.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 277

Re: די חורבן פון די UN

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:29 am
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:47 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:30 pm אמעריקע וויל אויפברענגען די יו ען זאל עס פארדאמען (די יו-ען קען גאר נישט טון פאר רוסלאד חוץ פארדאמען ווייל רוסלאנד גייט זיי קיינמאל נישט פאלגן...)
פארוואס האט אמעריקע אפילו אויסגעניצט די שפייעכץ פון זייער מויל, אויף צו בעטן דעם יו-ען אז זיי זאלן עס פארדאמען, אויב די יו-ען פארדאמונגען זענען "סייווי גארנישט ווערד"?
מעשים בכל יום, מ'מאכט א סימבאלישע אקציע...

די זעלבע איז ווען סענעט ברענגט ארויף אן אפשטימונג וואס גייט 100 פראצענט נישט דורכגיין.
און פארוואס טאקע מאכט מען סימבאלישע אקציעס?
פארוואס וועט יעדער שפרינגען ווען מ'מאכט א סימבאלישע אקציע אקעגן אים?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
חלום חלמתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 59

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך חלום חלמתי »

יו ען סערקטאר האט נעכטן פארופן א עמערזדשענסי זיצונג אז מען מוז ראטעווען די "צווילע" פון עזה

צווילע אין מ"י גייט אים נישט אן דערווייל.

היפאקראציע בפארתו
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:47 am יו ען סערקטאר האט נעכטן פארופן א עמערזדשענסי זיצונג אז מען מוז ראטעווען די "צווילע" פון עזה

צווילע אין מ"י גייט אים נישט אן דערווייל.

היפאקראציע בפארתו
כוויל נישט זיין דער וואס פארענטפערט די קארופטירטע וועלט, אבער:

דער בליק אין די אידישע גאס אויף די זאך איז מורא'דיג אומפראפאצירט! (א נייע ווארט?)

איך פארשטיי אז דו וואלטסט געקענט באשטיין צו דערקלערן אלע 3 מיליאן עזה איינוואוינער אלס טעראריסטן און אראפלאזן אן אטעם באמבע ושלום על העולם. און 40 יאר צוריק וואלטסטו געוואלט די זעלבע אויף עגיפטן, און 60 יאר צוריק אויף לבנון. ווייל אלע פון זיי האבן א פאטענציאל צו זיין א טעראריסט. הונדערט פראצענט.

אבער דו פארשטייסט אז מיט אזא חשבון גיבסטו ח"ו גערעכט פאר היטלער ימח שמו? ווייל יעדער רוסישער איד האט אפשר א פאטענציאל צו זיין א קאמוניסט? אא"וו.

אידן טייערע, עס ארבעט נישט אזוי. ס'איז א גרויסער פראבלעם! אבער ס'ארבעט נישט אזוי. מ'קען נישט אומברענגען טויזנטער ציווילע מענטשן ווייל נאר אזוי קענסטו באשיצן די ציווילע אין מדינת ישראל. די וועלט טעלארירט נישט אזאנס 'מיט רעכט'.

אין עזה זענען שוין גע'הרג'ט געווארן ארום 15,000 מענטשן, און בערך א דריטל דערפון זענען חאמאס מעמבערס. 2 ציווילע פאר יעדע חאמאסיסט. כאפסט?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3448

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך וואוילער »

און די וועלט שווייגט נאך? ווייל מ'טאר זיך נישט ארויסשטעלן אקעגן מדנ״י!?!?
כ'מוז עס נעמען אין די האנט אריין...
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1731
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1622

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:14 pm כוויל נישט זיין דער וואס פארענטפערט די ציונים, אבער:
די חאמאס באהאלטן זיך ביי ציווילע מענטשן און אויך האבן די כאמאס געזונטהייט מיניסטער געזאגט ביי די באמבע אויף די שפיטאל אז טויזנטער זענען געהארגעט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@אנדערער ממילא?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1731
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1622

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך אנדערער »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 4:11 pm די חאמאס באהאלטן זיך ביי ציווילע מענטשן
די סיבה פון אזויפיל ציווילע טויטע אויב בכלל אמת
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 4:11 pm און אויך האבן די כאמאס געזונטהייט מיניסטער געזאגט ביי די באמבע אויף די שפיטאל אז טויזנטער זענען געהארגעט
דאס איז די שטראף פון א ליגינער אז מהערט אים נישט אויס ווען ער זאגט אמת
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@אנדערער אודאי איז דאס א ברענענדיגע פראבלעם. כו"ע מודי.

אבער דאס אז די וועלט לאזט נישט שיסן אויף די ציווילע צווישן וועמען די טעראריסטן באהאלטן זיך, דאס איז נישט ווייל יענע ציווילע זענען מער ווערד ווי די ציווילע אין מדנ"י. נאר ווייל די ציווילע אין מדנ"י ווערן בכלל נישט אויסגע'הארג'עט (ח"ו) אויף דעם אופן.

דער פראבלעם איז אן איינזייטיגער פראבלעם. דאס לעגיטימירט נישט אז די איין זייט זאל יעצט מעגן טון וואס זיי ווילן.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1731
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1622

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:01 pm נאר ווייל די ציווילע אין מדנ"י ווערן בכלל נישט אויסגע'הארג'עט (ח"ו) אויף דעם אופן.

דער פראבלעם איז אן איינזייטיגער פראבלעם. דאס לעגיטימירט נישט אז די איין זייט זאל יעצט מעגן טון וואס זיי ווילן
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט דא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך זאג אז די וועלט לאזט נישט אויס'הרג'נען ציווילע, צו לעזן א פראבלעם פון אויסבאהאלטענע טעראריסטן.

סימפל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3448

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך וואוילער »

מאן יימר אז די נו בערס וואס עזה זאגט אז ס'זענען גע'הרג'ט געווארן, זענען ריכטיג?
אפשר רעכענען זיין די דאליס און פאלשע טויטע?
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 577
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 751

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך מאטאווירט »

דאס איז אבער זיכער אז ס’דא אסאך ציווילע טויטע
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1731
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1622

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:39 pm איך זאג אז די וועלט לאזט נישט אויס'הרג'נען ציווילע, צו לעזן א פראבלעם פון אויסבאהאלטענע טעראריסטן.

סימפל.
די סיבה איז נישט זארגן פאר די ציווילע נאר שנאת ישראל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4495
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6944

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:58 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:39 pm איך זאג אז די וועלט לאזט נישט אויס'הרג'נען ציווילע, צו לעזן א פראבלעם פון אויסבאהאלטענע טעראריסטן.

סימפל.
די סיבה איז נישט זארגן פאר די ציווילע נאר שנאת ישראל

איך האלט אויך ווי דו.

אבער ליידער האט דער שונא ישראל רעכט.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 207

Re: דער חורבן פון די יו-ען

פאוסט דורך איך ווייס »

צ\ק

וואס איז די UN בעסער פון די פעלקער ליגע? לדעתי גארנישט, בלויז אז ס'איז נאכנישט געקומען קיין היטלער וואס זאל טשעלענזשען די UN. משא"כ די פעלקער ליגע האט ער יא געשטעלענדזשעט.

אויב עפעס, האט די פעלקער ליגע מער אויפגעטוהן, עד כדי כך אז דייטשלאנד און יאפאן האבן זיך דארט געפילט אומבאקוועם, משא"כ אין די UN, קענען די ערגסטע מענטשען רעכט פארברעכער וואו North Korea זיצן דארט באקוועמערהייט.
שרייב פאוסט