איך האב אויסגעהערט די פרישע שיעורים, און איך האב עטליכע הערות.
1) פשטות הפסוקים ודברי חז״ל שטימט נישט מיט תלמי׳ס אדער בראהע׳ס מאדעל
איינע פון די טענות אין זיין דריטן שיעור איז אז די פסוקים ודברי חז״ל שטימען מיט גיאוסענטריזם. אבער צו זאגן אז אין די פסוקים אדער חז"ל זעט מען דעם מאדעל פון תלמי אדער בראהע איז נישט ריכטיג. לויט תלמי'ס מאדעל דרייט זיך די זון אליינס פון מערב צו מזרח, נאר דער גלגל יומי דרייט זיך פון מזרח צו מערב, בעת וואס די פשטות הפסוקים ודברי חז"ל איז אז די זון בעצם דרייט זיך פון מזרח צו מערב. דער פסוק שמש בגבעון דום איז פונקט אזוי שווער לויט תלמי'ס מאדעל, ווייל דער גלגל יומי (אדער דער יוניווערס) דארף זיך אפשטעלן און נישט די זון; אויב די זון זעלבסט זאל זיך אפשטעלן וועט דאס נאר פארקורצן דעם טאג און נישט פארלענגערן. און דאס זעלבע מיט אנדערע פסוקים ווי וישב עשר מעלות אחורנית, והוא כחתן יוצא מחופתו. דאס מיינט אז מ'מוז ממילא צוקומען צו דברה תורה כלשון בני אדם לכולי עלמא.
און דאס זעלבע איז מיט פשטות דברי חז"ל, עס שטייט טאקע אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, אבער דער גאנצער מושג פון דעם גלגל יומי פארן זוהן איז נישט בנמצא אין חז"ל. עס איז די זון זעלבסט וואס קומט ארויס אינדערפרי און גייט אונטער ביינאכט, נאר די מזלות זענען אויף א גלגל (פסחים צד:). און ווער רעדט נאך פון די אלע דברי חז״ל איבער פתחים וחלונות. ויש ליישב לכולי עלמא און העליאסענטריזם איז נישט ערגער ווי אנדערע.
2) די ראשונים האבן נישט געהאלטן ווי בראהע׳ס מאדעל
אין דעם דריטן שיעור צענעמט ער זייער גוט די ״ליסטע״ פון די וואס האלטן ווי קאפערניקוס, אבער זיין ליסטע פון ראשונים וואס האלטן פון זיין שיטה איז אויך מיסלידינג, ווייל די ראשונים האבן נישט געהאלטן ווי בראהע'ס מאדעל נאר תלמי'ס מאדעל. תלמי'ס מאדעל האט זיך פארגעשטעלט זיבן גלגלים ארום די וועלט איינס ווייטער ווי דאס אנדערע, און די פלאנעטן דרייען זיך ארום די וועלט און נישט ארום די זון. אין תלמי'ס מאדעל דרייען זיך כוכב און נוגה ארום די וועלט נענטער ווי די זון. דער מרחק פון די פלאנעטן פון אונזער וועלט איז עפעס וואס מ'האט דעמאלטס נישט געוואוסט וויאזוי צו אידענטיפיצירן. און דער פאקט וואס מ'ווייסט היינט (זייט געלילעאו) אז כוכב און נוגה זענען אסאך מאל ווייטער ווי די זון און אסאך מאל נענטער, איז א קלארער אפפרעג צו תלמי'ס מאדעל. אויב אזוי, אז מ׳אקצעפטירט נישט א האלב פון וואס די ראשונים שרייבן, איז שוין נישט קיין טענה אויף די וואס אקצעפטירן נישט די צווייטע האלב.
עס איז כדאי נאכצוברענגען וואס דער רמב"ם שרייבט אין מורה הנבוכים (ח"ב פ"ט) אז עס איז נישט זיכער אויב כוכב און נוגה זענען נענטער ווי די זון אדער ווייטער:
דע כי גלגל נוגה וכוכב יש מחלוקת בהם בין הראשונים מאנשי הלמודים אם הם למעלה מן השמש או תחת השמש, מפני שאין שם מופת יורנו על סדור שני הכדורים האלו. והיה דעת הראשונים כולם שכדורי נוגה וכוכב למעלה מן השמש. ודע זה והבינהו מאוד! ואחר כך בא בטלמיוס והכריע היותם מתחת, ואמר שהוא הנאות בענין הטבעי שיהיה השמש באמצע ושלושה כוכבים למעלה ממנו ושלושה תחתיו. ואחר כך באו אנשים האחרונים באנדלוס חכמו בלימודים מאוד ובארו לפי ההקדמות בטלמיוס כי נוגה וכוכב למעלה מן השמש. וכבר חיבר בזה איבן אפלח האשבילי (אשר התחברתי עם בנו) ספר מפורסם. אחר כך השתדל בזה הענין הפילוסוף המעולה אבו בכר אבן אלצאיג (אשר קראתי עם אחד מתלמידיו) והראה אפני ראיות, כבר העתקנום ממנו, ירחיק בהם שיהיו נוגה וכוכב למעלה מן השמש; אבל זה אשר זכרו אבו בכר הוא ראית הרחקת זה לא ראית מניעתו.
אויך איז אינטערעסאנט וואס ער שרייבט צוויי פרקים שפעטער איבער די אומזיכערקייט פון די אסטראנאמישע מאדעלס (איך ברענג א היינטיגע תרגום וואס איז גרינגער צו פארשטיין):
דע שהעניינים האסטרונומיים האלה שצוינו – אם יקרא אותם ויבין אותם אדם הבקי רק במתמטיקה בלבד, יחשוב שהם הוכחה חותכת שכך הם צורת הגלגלים ומספרם. אך אין הדבר כך, ולא זה המבוקש במדע האסטרונומיה. אלא מהם דברים מוכחים שהם כך, כמו שהוכח שמסלול השמש הוא מסלול הנוטה מקו המשווה, ובזה אין ספק. אך אין הוכחה אם יש לה גלגל אקסצנטרי ("גלגל מחוץ למרכז") או אפיציקל ("גלגל היקף").
אין זה משנה לאסטרונום, כי מטרתו של המדע הזה היא להציע דגם שבו כל כוכב נע באופן אחיד, סיבובי, בלי תאוצה ובלי תאוטה ובלי שינוי, כשמה שמתחייב מן התנועה הזאת יתאים לנצפה, ויחד עם זאת ישתדל למעט ככל האפשר בתנועות ובמספר הגלגלים. כי אם נוכל למשל להציע דגם שבו התנועות הנצפות של כוכב מסוים מתאפשרות בשלושה גלגלים, ודגם אחר שבו דבר זה עצמו מתאפשר בארבעה גלגלים, ראוי שנסתמך על הדגם בעל מספר התנועות הקטן. לכן בחרנו עבור השמש אקסצנטריות על פני אפיציקל, כמו שהזכיר תלמי.
דער רמב"ם שרייבט קלאר אז די אסטראנאמישע מאדעלס זענען בלויז א וועג צו קענען פרעדיקטן וואו מ'גייט טרעפן די שטערנס, און דער וואס קען די בעסטע פרעדיקטן און איז די מערסטע פשוט נעמט מען אן אלס אמת. לויט דעם יסוד איז זייער מסתבר אז דער רמב"ם וואלט אנגענומען דעם מאדעל פון קאפערניקוס מיט קעפלער איבער בראהע, וואס איז סאך פשוט׳ער.
אין ח"ב פכ"ד פרעגט ער אויך שטארקע קשיות אויף די מאדעלס בימיו. ומכאן תשובה אויף די אלע וואס טענה'ן אז מ'קען נישט זאגן אנדערש ווי דער רמב"ם, בעת וואס דער רמב״ם אליין שרייבט אז ער איז אומזיכער.
3) די עיקר טענה קעגן בראהע׳ס מאדעל
אין דעם צווייטן שיעור ענטפערט ער אויף די טענה אז די פלאנעטן דרייען זיך ארום די זוהן, אז דאס שטימט אויך לויט בראהע׳ס מאדעל. און אויף די טענה פון פאראלעקס, אז די נענטערע שטערנס רוקן זיך יעדעס יאר א קליין ביסל אהין און צוריק, ענטפערט ער אז לויט רעלאטיוויטעט קען מען נישט וויסן ווער עס רוקט זיך.
אבער פאראלעקס ווארפט אפ בראהע׳ס מאדעל. בראהע האט געהאלטן אז די וועלט שטייט, די זוהן דרייט זיך ארום איר און שלעפט מיט זיך אלע פלאנעטן, און די שטערנס זענען פעסט. לויט דעם דארף מען בכלל נישט זעהן קיין פאראלעקס. אדרבה, דאס איז געווען בראהע׳ס עיקר טענה קעגן קאפערניקוס: אויב די וועלט רוקט זיך, פארוואס זעהט מען נישט די שטערנס זיך רוקן? (מיט די בלויזע אויגן זעהט מען עס טאקע נישט, ווייל עס איז זייער ווייניג, ביז Bessel האט עס געמאסטן אין 1838).
ווער עס וויל היינט האלטן בראהע׳ס מאדעל, מוז צולייגן א נייע הנחה. אז יעדער שטערן, טריליאנען מייל אוועק, מוז יעדע 365 טעג מאכן א סוירקל פון ארום 186 מיליאן מייל, פונקט די גרויסקייט פון די זוהן׳ס וועג ארום די וועלט, און אינאיינעם מיט די זוהן. דאס הייסט, די זוהן שלעפט נישט נאר מיט זיך די פלאנעטן, נאר די גאנצע יוניווערס איז צוגעבינדן צו איר און האלט אייביג די זעלבע ווייטקייט פון איר. די זעלבע איז מיט Aberration (Bradley, 1729): א יערליכע רוק פון כמעט 20 סעקונדעס וואס מ'זעהט ביי אלע שטערנס גלייך.
עס איז אמת אז מאטעמאטיש קען מען אזא מאדעל אויסשטעלן, און דאס איז זיין טענה פון רעלאטיוויטעט. אבער דאס איז בלויז א וועג צו באשרייבן, און עס האט נישט קיין שום הסבר והגיון. די צענטער פון די גאנצע יוניווערס׳ס באוועגונג איז דאך די זוהן. דאס איז העליאסענטריזם בתפארתו, נאר מיט די נאמען גיאוסענטריזם.
עס איז פשוט אז בראהע, וואס האט אליינס געהאלטן אז די חסרון פון פאראלעקס ווארפט אפ קאפערניקוס, וואלט אויפגעגעבן זיין מאדעל נאכדעם וואס מ'האט עס אנטדעקט. וכן ראוי לכל בר דעת.
4) א חשוב׳ער רב א תלמיד חתם סופר בעד קאפערניקוס
עפעס וואס איז נישט אריין אין דער ליסטע איז דער מאמר השמים שמים לה׳ פון ר׳ אליעזר ליפמאן נייזאטץ מתלמידי החתם סופר אין זיין ספר מי מנוחות, וואו ער איז מקבל שיטת קאפערניקוס און פארענטפערט עס שטארק:
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 78&hilite=