ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
פאטאשאפ
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 10:37 am
x 2

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פאטאשאפ »

צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 4:32 pm
aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
שיטה מקובצת, כתובות י״ג ע״ב, בשם רבינו תם:
דאע״ג דנצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל, היינו נצחון בטענות, אבל האמת הוא כחכמי ישראל.
ווילסט מיר טאקע זאגן אז ביינאכט גייט די זון העכער די הימל צוריקציוועגס ביז עס דעגרייכט צי מזרח אינדערפרי?
פאטאשאפ
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 10:37 am
x 2

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פאטאשאפ »

נייע חידוש האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 2:45 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 4:30 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
אן אריינגיין אין א אריכות פארוואס.

יא עס איז כפירה אזוי צו האלטן, לדידן וואס מיר קומען שוין פון אונזערע רבי'ס - המהר''ל הקדוש והבעש''ט הקדוש ותלמידיו זי''ע ורבש''י החת''ם סופר ורבינו הגר''א זי''ע - וואס האבן אונז אזוי מנחיל געווען.
איך האלט אז @צווייטער איז נישט גערעכט.
עס איז געשריבן געווארן אזא זעקס אדער זיבן פאוסט'ס, אלע דערפון מיט בערך די זעלבע תוכן, אז אלעס וואס חז"ל האבן געזאגט איז אמת.
עס איז פשוט אז חכמינו ז"ל האבן געהאט רוח הקודש, אזוי אויך אז זייער "מסורה" איז אמת איש מפי איש מסיני. די גמרא (בכורות ח:) פארציילט אז רבי יהושע בן חנניה האט ארויס געלערנט געוויסע ידיעות פון בעלי חיים פון א דרש פון א פסוק און האט זיך שפעטער מתווכח געווען מיט די רומ'ישע מומחים אויף בעלי חיים, אויף וועלכע די חכמים האבן זיך געווינדערט אויף אים, און געפרעגט וכי לאו חכימי נינהו?
מיט דעם אלעם, נישט א יעדע ידיעה וואס חז"ל האבן געוויסט איז א רוח הקודש אדער א מסורה פון משה רבינו אדער פון א נביא. אין פאקט, חז"ל האבן גענומען היפש ידיעות פון אייגנע ערפארונג, פשוטע מענטשען, און אפילו פון גוים. די גמרא פארציילט (עו"ז כ"ח.) ווי אזוי רבי יוחנן האט געלערנט א געוויסע מעדיצין פון א גוי'שע פרוי און עס פארגעלערנט פאר זיינע תלמידים, און שפעטער און די זעלבע גמרא שטייט אז אביי און רב פפא האבן געלערנט רפואה פון אראבער. נאך מער, אין גמרא (נדה כב:) שטייט אז רבי אלעזר בר צדוק האט פארציילט אז עס איז געווען א שאלה וואס מען האט געפרעגט זיין טאטע (רבי צדוק) און זיין טאטע האט געפרעגט די חכמים און די חכמים האבן געפרעגט א דאקטער, אזוי אויך אין חולין עז. שטייט פון רב "דבר זה שאלתי לחכמים ולרופאים"
אין די גמרא (נדה דף ל:) זענען די חכמים חולק אויף רבי ישמעאל און ברענגען א ראיה פון אן עקספירימענט וואס מלכת אלכסנדרוס האט דורך געפירט.
די גמרא אין סנהדרין (צא:) שטייט עטליכע זאכן וואס רבי האט געהאלטען און אנטנינוס האט אים געזאגט אנדערש און רבי האט מסכים געווען מיט אנטנינוס, און אפילו גע'דרש'נט א פסוק פאר א ראיה אז אנטנינוס איז גערעכט.
חז"ל האבן א אמת'ע מסורה מיט אמת'ע קבלות. השי"ת האט געגעבן פאר די חכמים "רוח הקודש". השי"ת האט נישט אויסגעמעקט חז"ל'ס אייגענע ידיעות, אבזערוואציעס, און אזוי ווייטער.
אויב די חכמים אין אסטראלעגי און אין אסטראנעמי פון יענע צייטן האבן געהאלטען אז די וועלט איז אינמיטן און די זון דרייט זיך ארום, איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס חז"ל האבן געדארפט באקומען א נבואה אויב די מציאות איז אנדערש מאחר וואס עס נישט נוגע אויף למעשה פאר גארנישט.
זייער גוט געזאגט, אבער מען דארף בכלל פארשטיין פארוואס עס מוז זיין אז די חכמים האבן נישט געוויסט פון היליאסענטערסיזם? וואס איז די קשר פון "חז"ל האבן אלעס געוויסט" ביז "היליאסענטערסיזם איז פאלש"?
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 929
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1930

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

viewtopic.php?p=279756#p279756
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 929
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1930

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

ליקוטי מוהר''ן תורה י''ז:

כי יש בכל דבר רצון השם יתברך, הן בכלל הבריאה, דהינו מה שהשם יתברך רצה לברא את העולם בכלל, וכן בפרטי הבריאה, בכל דבר ודבר בפרט, יש רצון השם יתברך, דהינו
שהשם יתברך רצה שזה הדבר יהיה כך: בתמונה הזאת ובכח הזה ובטבע הזאת, ודבר אחר יש לו תמונה אחרת וכח אחר וטבע והנהגה אחרת.

והצדיק מחפש ומבקש תמיד אחר אלו הרצונות, להשיג ולידע רצון השם יתברך בכל דבר, כגון: מפני מה היה רצון השם יתברך שהארי יהיה לו כח וגבורה כזו, ובזו התמונה, ובזאת הטבע וההנהגה שיש לארי; ולהפך, יתוש קטן הוא חלש כח מאד, ויש לו טבע ותמונה והנהגה אחרת. וכן בפרטי פרטיות, כגון בהאריה בעצמו: מפני מה זה האיבר של האריה צורתו כך, ויש לו כח וטבע כזאת, ואיבר אחר יש לו צורה אחרת וכח וטבע והנהגה אחרת. וכן בשאר כל הברואים שבעולם דומם, צומח, חי, מדבר שבכלם יש שנויים רבים לאין מספר בין כל אחד לחברו, וכן בכל אחד ואחד בעצמו יש בו שנויים רבים בפרטי פרטיות בין כל איבר ואיבר, וכיוצא בזה בעשבים ואילנות ושאר פרטי הבריאה, שבכלם יש שנויים רבים מאד בתמונותיהם ובכחותיהם והנהגותיהם; והכל היה מחמת רצון הבורא יתברך שמו, שרצה שזה יהיה כך וזה כך. והצדיק מחפש תמיד אחר אלו הרצונות, ומשיג ומוצא אותם על-ידי ההתפארות שמוצא בישראל בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות.

כי כל העולם כלו לא נברא אלא בשביל ישראל, כמו שאמרו: 'בראשית בשביל ישראל, שנקרא ראשית' (א). כי 'ישראל עלה במחשבה תחלה' (ב), דהינו שהשם יתברך צפה ההתפארות והשעשועים שיקבל מישראל, כמו שכתוב (ישעיהו מ"ט): "ישראל אשר בך אתפאר", ובשביל זה ברא את כל העולם. נמצא, שכל העולם כלו נברא רק בשביל ההתפארות שיתפאר בישראל, וזה היה כלל הבריאה, דהינו שכלל הבריאה היה בשביל כלל ההתפארות שיקבל מישראל.

וכן פרטי הבריאה הוא בשביל פרטי ההתפארות של ישראל. כי יש בכל אחד ואחד מישראל התפארות בפרטיות, שהשם יתברך מתפאר עמו בפרטיות, ואפלו בפחות שבישראל, אפלו פושעי ישראל, כל זמן שם ישראל נקרא עליו, כי נקרא פושעי ישראל, יש בו התפארות פרטי, שהשם יתברך מתפאר עמו בפרטיות. וכן בפרטי פרטיות, כי יש בכל איבר ואיבר ובכל תנועה ותנועה של ישראל התפארות אחר. ויש לפעמים שאיזה פחות שבישראל עושה נענוע עם הפאה שלו, והשם יתברך יש לו התפארות גדול גם מזה.

והצדיק, על-ידי שמבקש ומחפש תמיד, ומוצא ההתפארות שיש בישראל בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות, בכל איבר ותנועה של כל אחד ואחד מישראל כנ"ל, על-ידי-זה יודע ומשיג כל הרצונות של השם יתברך שהיה לו בכל הבריאה, בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות, כי כל הרצונות של כל הבריאה, הכל היה בשביל ההתפארות של ישראל כנ"ל, וכל דבר ודבר נברא ברצונו, בזה הכח ובזה הטבע והנהגה, כפי ההתפארות שיש בכל אחד מישראל. נמצא, כשיודע ומוצא ההתפארות שיש בישראל, בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות, יודע כל הרצונות שיש בכלל הבריאה ובפרטי הבריאה ובפרטי פרטיות.

(כי ההתפארות שהשם יתברך מתפאר בישראל הוא שרש הבריאה, הינו: כלליות ההתפארות של כלליות ישראל, מה שהשם יתברך מתפאר עם כלל ישראל, זהו שרש כלליות כל הבריאה בכלל; וכן פרטיות ההתפארות, מה שהשם יתברך מתפאר עם כל אחד מישראל בפרטיות, זהו שרש של אותו דבר הפרטי של הבריאה, שנברא בשביל זה ההתפארות; וכן בפרטי פרטיות, שההתפארות שהשם יתברך מקבל בפרטי פרטיות מכל איבר ותנועה של כל אחד מישראל, זהו שרש של פרטי פרטיות של הבריאה, דהינו של כל איבר ואיבר בפרטי פרטיות של כל נברא ונברא.

והכלל, כי עקר הבריאה היה בשביל ההתפארות שיתפאר עם ישראל, וזה ההתפארות הוא השרש והחיות של כל הבריאה בכלליות ובפרטיות ובפרטי פרטיות, כי כל הרצונות של השם יתברך בבריאת עולמו, בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות, היה כפי ההתפארות שמקבל מישראל בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות. כי כלליות הבריאה נבראת בזאת התמונה ובזה הסדר וההנהגה שיש לכלליות הבריאה, כפי כלליות ההתפארות שמקבל מכלל ישראל; וכן כל דבר בפרט נברא בזה התמונה ובזה הטבע, כפי פרטיות ההתפארות שמקבל מכל אחד מישראל בפרט וכן בפרטי פרטיות כנ"ל.

ועל כן הצדיק, על-ידי שמוצא ההתפארות שהשם יתברך מקבל מישראל תמיד, בכלל ובפרט ובפרטי פרטיות, על-ידי-זה הוא יודע טעם כל הרצונות שהיה להשם יתברך בכל הבריאה, בכלל ובפרט וכו', כי כל הרצונות של הבריאה בכלל וכו' היה כפי ההתפארות שיקבל מישראל בכלל וכו' כנ"ל.

והבן הדברים היטב, כי הם דברים עמקים מאד, ומהם תוכל להבין גדלת הבורא יתברך וגדלת ישראל וגדלת הצדיקים אמתיים, איך הם מסתכלים בעולם, שיודעים בכל עשב ועשב וכן בכל נברא שבעולם טעם תמונתו וכחו והנהגתו בפרטי פרטיות, וכנזכר לעיל על כן הארכתי לחזר הדברים, מגדל דקותם ועמקותם).
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 155

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 7:11 pm
aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
נישט געוואוסט פון די היינטיגע מאדערן עוואלושאן טעאריע? ביסט נארמאל? א טעאריע וואס האלט אז "מען ווייסט נישט וויאזוי זאכן האבן זיך עכט אנגעהויבן" איז כפירה. אדער?
דו מישט אויס צוויי אנדערע סוגיות אין סייענס:

עוואלוציע אדרעסירט נישט און דארף נישט אדרעסירן וויאזוי לעבן האט זיך אנגעהויבן. דאס הייסט אין Abiogenesis, און זיי זענען מודה אז זיי וויסן נישט דעם ענטפער. עוואלוציע הייבט זיך אן ערשט נאך דעם וואס לעבן עקזיסטירט שוין.

עניוועי נישט דאס איז געווען מיין פוינט, מיין פוינט צו אים איז געווען אז ער האט נישט א כלל וואס יא און וואס נישט
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 155

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

בס"ד

לאמיר פרובירן צו אויסגראדן דא אביסל.

דער רמב"ם אין מו"נ (ח"ב פכ"ה) שרייבט אז ער לייקענט נישט קדמות העולם צוליב די פסוקים. ווייל די פסוקים וואס זאגן בריאה חדשה זענען נישט מער ווי די פסוקים וואס רעדן פון גשמיות ביים אייבערשטן, וואס דארט האט מען עס אוועקגעטייטשט, און דא - שרייבט ער - וואלט דאס אפשר אפילו געווען גרינגער, "ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו". ער גיט צוויי טעמים פארוואס טאקע נישט:

ערשטנס, גשמיות איז אפגעוואנדן געווארן (מייט לאגיש), סא מוז מען טייטשן די פסוקים אנדערש. קדמות העולם איז נישט אויפגעוויזן געווארן, סא פארוואס זאל מען טוישן דעם פשוט'ן פשט אין חומש?

צווייטנס, ס'איז דא צוויי סארטן קדמות. ווי אריסטו זאגט עס, אז אלעס איז מחויב אין די בריאה און ס'איז נישט דא קיין רצון ביים אייבערשטן רח"ל, וואס דאס רייסט אויס די גאנצע תורה (ס'איז נישט דא קיין נסים, וכו'), און ער שרייבט אז אויב מ'וואלט עס אויפגעוויזן דאן "תפול התורה בכללה". אבער ווי אפלטון זאגט, רייסט עס נישט אויס די תורה, און מ'וואלט געקענט טייטשן די פסוקים לויט דעם. נאר וויבאלד אפלטון האט עס אויך נישט אויפגעוויזן, בלייבט מען ביים פשוט'ן פשט.

זיין נקודה איז פשוט לאגיש, טראכט אריין: מיט אן אוועקגעשטעלטן פאקט קען מען זיך נישט קריגן. אמת און אמת קענען זיך נישט סותר זיין. אויב די תורה איז אמת און דער פאקט איז אמת, דארף מען זוכן דעם ריכטיגן פשט, נישט לייקענען דעם פאקט (אזוי ווי ער האט טאקע געטון מיט גשמיות).

יעצט, מיט איין מקור קען מען נישט אראפווארפן דעם גאנצן בנין. איינער ברענגט ר"ת אז ס'איז נאר געווען א "נצחון בטענות", אבער דער רמב"ם (ח"ג פי"ד) נעמט עס פשוט. איינער ברענגט דעם חזו"א, קעגן דעם האסטו ווי @נייע חידוש האט שוין געברענגט... און אזוי גייט עס ווייטער, עס ענדיגט זיך קיינמאל נישט. יעדער האט א מקור, סא מקורות אליין גייען דא גארנישט מכריע זיין.

וואס בלייבט? די איינציגע זאך וואס מ'קען זיך עכט קריגן איז וואס איז א פאקט און וואס נישט. איז עוואלוציע א פאקט? האט עס באווייזן אויפן לעוועל פון העליאצענטריזם, אדער נישט? דאס איז א לעגיטימע שאלה, אבער דארט ברענגט מען ראיות, נישט מקורות.

(אויפריכטיגערהייט: עוואלוציע אריינצולייגן אין די פסוקים איז פיל גרינגער ווי אריינצולייגן אפלטון'ס קדמות, וואס דער רמב"ם אליינס איז געווען גרייט אנצונומען אויב וואלט עס געווארן אויפגעוויזן. אפלטון זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין יש מאין. עוואלוציע לייקענט נישט דעם בורא, ס'זאגט נאר וויאזוי. און סורפרייזינגלי שטימט עס גאנץ גוט אין די פסוקים: ערשטע זאך לעכטיקייט, קודם גראז, דערנאך פיש, פייגל, בהמות, און דער מענטש צום סוף. מען מוז עס נישט אננעמען, איך האב געשריבן א פאסט אויף אייוועלט וועגן דעם, כ'וועל עס לייגן אין די נעקסטע פאסט.)

און דא קומט דער צווייטער טעם פונעם רמב"ם אריין. ס'איז אמת אז אסאך סייענטיסטן היינט שטיפן עוואלוציע דוקא ווייל זיי מיינען אז ס'איז סותר די תורה, און ווער ס'ניצט עס צו זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בורא איז טאקע א כופר. אבער דאס איז זיין כפירה, נישט עוואלוציע'ס. עוואלוציע אליין לייקענט נישט גארנישט (פארשטייט זיך אננעמענדיג אז השם האט עס געפירט). סא צי דו נעמסט עס אן אדער נישט, הענגט אין איין זאך: איז עס א פאקט אדער נישט. וואס דער סייענטיסט גלייבט, טוישט נישט די ראיות.

אויב דו האלטסט אז ס'איז כפירה צו זאגן אז חז"ל האבן נישט געוואוסט, איז דער איינציגער אויסוועג פאר דיר צו זאגן אז זיי האבן יא געוואוסט, נאר צוליב געוויסע טעמים האבן זיי עס באהאלטן. (און אפילו דער תירוץ גייט נישט אייביג. ווען רבי זאגט "ונראין דבריהן מדברינו", פארוואס זאל ער מודה זיין אויף א טעות אויב ער ווייסט דעם אמת? אדער ווען עפעס שטימט נישט מיט הלכה)
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 155

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

בס"ד

ס'איז אביסל שווער צו שרייבן אזוי אויף איין פיס און איך ווייס נישט צי דא איז דער פלאץ דערויף, אבער לאמיר פראבירן.

​די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן איז אז עס איז זייער שווער אדער אוממעגליך זיך צו קריגן מיט אן אוועקגעשטעלטן פאקט. סא צו זאגן אז ווען עס איז דא א כלי וואס איז באשטעטיגט געווארן זיין עלטער דורך עטליכע ערליי אופנים אלס פאלש וועגן עטליכע קשיות, איז נישט קאמאן-סענס, ווי למשל די הייל-מאלערייען פון Chauvet Cave וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך קארבאן, קלארין, און אוראניום טעסטן צו זיין בערך 36K יאר אלט, קען נישט ווערן אפגעווארפן וועגן איינער פארשטייט נישט, אדער האט א קשיא וויאזוי קארבאן-14 טעסטינג ארבעט (וויכטיג צו באטאנען, ס'איז נישט דא קיין איין זאך וואס קען ווערן געפרואווט אויף 100%, עס איז פשוט נישט דא אזא זאך, אלעס ווערט געמאסטן מיט פראבאביליטיס, ווייל צום סוף קען מען אייביג נוצן ראסעל'ס 5-מינוט היפאטעזע אז:
"There is no logical impossibility in the hypothesis that the world sprang into existence five minutes ago, exactly as it then was, with a population that 'remembered' a wholly unreal past.").

​עס איז דא 2 עיקר'דיגע וועגן וויאזוי מען קען דאס פארענטפערן מיט די תורה אז די וועלט איז אונטער 6000 יאר אלט. איך וועל רעדן יעצט נאר פון איין, ווייל דאס איז וואס דו האסט געפרעגט.

​און דאס איז טאקע ראסעל'ס 5-מינוט היפאטעזע… איך גיי קלעימן אז די וועלט איז באשאפן געווארן פינקטלעך תשפ"ז יאר צוריק. איי דאס וואס מען זעט די קאסמישע ראדיאציע, די שנעלקייט ווי גאלאקסיעס רוקן זיך, פאסיל רעקארדס, ערד-לעיערס, איז ווייל דער אייבערשטער וויל געבן א free will א בחירה. כדי דאס צו דערגרייכן מוז די וועלט אויסקוקן ווי עס איז באשאפן געווארן נאטירלעך, פונקט ווי דער אייבערשטער לאזט צו מלחמות וואו מיליאנען ווערן געהרגעט ווייל ער גייט נישט אוועקנעמען די מענטשליכע בחירה, פונקט ווי ער לאזט צו פארפלייצונגען און נאטירלעכע קאטאסטראפעס ווייל ער גייט לאזן די טבע אין פלאץ און דורך דעם פירן זיין וועלט; קען ער פונקט אזוי באשאפן א וועלט אנגעפילט מיט פאסילס און מענטשליכע איבערבלייבענישן.

​(דער מהלך וועט אויך סאלוון די עוויל-פראבלעם אויף די סאפערינג פון ספישיס דורכאויס די עוואלושאן).

​2 ערנסטע קשיות וואס דער מהלך ברענגט מיט זיך:

​דער קריטיקירער וועט טענה'ן: הייסט עס אז דער אייבערשטער פאפט ארום מיט אונז? ער לייגט פאלשע באווייזן?
דער תירוץ אויף דעם וועט זיין משל למה הדבר דומה: מען קלאגט אן איינעם אין געריכט אז ער האט געהרגעט איינעם און עס איז דא טאנס אויף באווייזן, מען האט דארט געטראפן א גאן מיט זיינע פינגער-אפדרוקן, זיינס א קלייד וכו' וכו'. ווען ס'קומט צו פארטיידיגן שטעלט זיך אויף דער לויער און טענה'ט אז די גאנצע זאך איז א קאווער-אפ. אבוויעסלי וואלט איך דאס נישט אויסגעהערט. יעצט שטעל דיך אבער פאר אז עס קומען אן 2 עדים און זאגן אז דער אנגעקלאגטער איז געווען מיט אונז אויף אינגאנצן א צווייטן פלאץ אין די זעלבע צייט; יעצט הויבט עס שוין אן מאכן סענס, ווייל סוף כל סוף קאווער-אפס געשעען.
יעצט צוריק צו אונז: מיין טענה איז אז די גאנצע זאך איז א קאווער-אפ, עכט איז דאס פאלשע עווידענס, ווייל דער אייבערשטער האט קלאר געשריבן דעם אמת, ער האט עס פארציילט. יעצט אז דו סייענטיסט האסט אפגעמאכט אז די תורה איז א myth, איז דאס דיין פראבלעם, נישט מיין.

​דער קריטיקירער וועט טענה'ן אויף מיר ראסעל'ס 5-מינוט היפאטעזע: אויב זאגסטו דאס, דאן איז מער נישט דא גארנישט! נישט קיין סייענס, נישט קיין רפואה, גארנישט! פארוואס זאל איך גלייבן אז איך קען אויסרעכענען דעם וועטער פאר מארגן? אויב דו זאגסט אז דאס איז טאקע געשען, אפשר געשעט עס יעצט אויך?
וואס איך וועל ענטפערן איז מיט דעם זעלבן משל: ווען זיין לויער קומט מיט א טענה אז עס איז א קאווער-אפ, וועל איך אים זאגן: זאלסט האבן אסאך הצלחה, דו רעדסט נישט צום זאך. אבער ווען ער ברענגט עדים, יעצט האב איך שוין א סתירה, א קאנטראדיקשאן. אויב אזוי קען איך שוין מעסטן פראבאביליטיס וואס איך נעם אן. מילא דא איז די זעלבע זאך: איך האב א סתירה, דו זאגסט ביג בענג (13.8 ביליאן יאר), איך זאג 5787 יאר; יעצט נוץ איך מיינע פראבאביליטיס (דורך מעמד הר סיני וכו') צו אננעמען אז דא איז דא א קאווער-אפ.

​כ'האף ס'איז קלאר.

(אישי איז אפן)

​"האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם": א חלק ניכר פון דעם קומט פון הרב דוד גאטליב'ס שיעורים.
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 929
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1930

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

שוין א שטיק צייט צוריק האב איך געוואלט שרייבן א ארטיקל בנושא מיט א אריכות איבער חכז''ל הקדושים, ובעיקר במשנתו של המהר''ל הקדוש זי''ע - וואס בעיני זענען מיר היינט אלע זיינע תלמידים בנושא - נאר מיינע נערוון ערלויבן עס נישט יעצט. ציטיר איך בלויז ציטאטן פון ספרי קודש ותן לחכם ויחכם.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 929
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1930

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:37 pm
הערליך. והדברים פשוטים.
==
יעצט נאך דיין שיינע הסבר, האלטסטו נאכאלץ אז דאס וואס דו שרייבסט:
aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:37 pm ​די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן איז אז עס איז זייער שווער אדער אוממעגליך זיך צו קריגן מיט אן אוועקגעשטעלטן פאקט.
איז עס נאכאלץ ריכטיג?

aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:35 pm
און דא קומט דער צווייטער טעם פונעם רמב"ם אריין. ס'איז אמת אז אסאך סייענטיסטן היינט שטיפן עוואלוציע דוקא ווייל זיי מיינען אז ס'איז סותר די תורה, און ווער ס'ניצט עס צו זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בורא איז טאקע א כופר. אבער דאס איז זיין כפירה, נישט עוואלוציע'ס. עוואלוציע אליין לייקענט נישט גארנישט (פארשטייט זיך אננעמענדיג אז השם האט עס געפירט). סא צי דו נעמסט עס אן אדער נישט, הענגט אין איין זאך: איז עס א פאקט אדער נישט. וואס דער סייענטיסט גלייבט, טוישט נישט די ראיות.
רבונא דעלמא! טרעף מיר איין סייענטיסט וואס זאל האלטן פון די עוואלוציע הארורה און פערצופאל אויך האלטן אז ס'איז דא א בורא.

די צוויי זאכן זענען געקניפט און געבינדן, מ'איז אויפגעקומען מיט'ן שיטה הארורה נאר מיט'ן ציל צו אוועקנעמען די 'בורא'!

קומסטו מיט א מורא'דיגע המצאה (נישט דו, נאר פון ווי דו האסט עס געליינט), אז מ'גייט עס אפטיילן, מ'גייט האלטן פון די שיטה הארורה און זאגן אז דאס איז דער אופן וויאזוי דער בורא האט באשאפן די וועלט.

אויב האלטסטו פון א 'בורא' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם, די גאנצע שיטה איז נולד געווארן נאר כדי צו פארענטפערן וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן אן א בורא.

דאס קומט פון די מאדערנער וועלט וואס וויל אריינברענגן דעות זרות בתוך עם התורה. כידוע.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 155

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 5:06 pm
aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:37 pm
הערליך. והדברים פשוטים.
==
יעצט נאך דיין שיינע הסבר, האלטסטו נאכאלץ אז דאס וואס דו שרייבסט:
aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:37 pm ​די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן איז אז עס איז זייער שווער אדער אוממעגליך זיך צו קריגן מיט אן אוועקגעשטעלטן פאקט.
איז עס נאכאלץ ריכטיג?
יא, הונדערט פראצענט! דו מישט אויס צווישן א פאקט און אן interpretation.

דער פאקט איז אז מיר זעען היינט פאסילס, אטאמישע radiation, ליכטיגקייט פון ווייטע שטערנס. מיט די פאקטן קריג איך זיך נישט מיט קיין איין סייענטיסט!
די interpretation איז: אז די אלע זאכן מוזן מיינען אז די וועלט עקזיסטירט שוין מיליארדן יארן. דאס איז שוין נישט קיין פאקט, נאר אן הנחה אז די וועלט האט זיך אנגעהויבן פון גארנישט און זיך אנטוויקלט אן קיין בריאה בקומה שלמה.

מיין היפאטעסי אקצעפטירט אלע פיזישע פאקטן הונדערט פראצענט, נאר ערקלערט זיי דורך אן אנדערן פילאזאפישן מאדעל.
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 155

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 5:29 pm
aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:35 pm
און דא קומט דער צווייטער טעם פונעם רמב"ם אריין. ס'איז אמת אז אסאך סייענטיסטן היינט שטיפן עוואלוציע דוקא ווייל זיי מיינען אז ס'איז סותר די תורה, און ווער ס'ניצט עס צו זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בורא איז טאקע א כופר. אבער דאס איז זיין כפירה, נישט עוואלוציע'ס. עוואלוציע אליין לייקענט נישט גארנישט (פארשטייט זיך אננעמענדיג אז השם האט עס געפירט). סא צי דו נעמסט עס אן אדער נישט, הענגט אין איין זאך: איז עס א פאקט אדער נישט. וואס דער סייענטיסט גלייבט, טוישט נישט די ראיות.
רבונא דעלמא! טרעף מיר איין סייענטיסט וואס זאל האלטן פון די עוואלוציע הארורה און פערצופאל אויך האלטן אז ס'איז דא א בורא.

די צוויי זאכן זענען געקניפט און געבינדן, מ'איז אויפגעקומען מיט'ן שיטה הארורה נאר מיט'ן ציל צו אוועקנעמען די 'בורא'!

קומסטו מיט א מורא'דיגע המצאה (נישט דו, נאר פון ווי דו האסט עס געליינט), אז מ'גייט עס אפטיילן, מ'גייט האלטן פון די שיטה הארורה און זאגן אז דאס איז דער אופן וויאזוי דער בורא האט באשאפן די וועלט.

אויב האלטסטו פון א 'בורא' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם, די גאנצע שיטה איז נולד געווארן נאר כדי צו פארענטפערן וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן אן א בורא.

דאס קומט פון די מאדערנער וועלט וואס וויל אריינברענגן דעות זרות בתוך עם התורה. כידוע.

זיכער! עס זענען דא אסאך קריסטלעכע סייענטיסטן וואס זענען מאמינים און אקצעפטירן עוואלוציע.

אבער דער עיקר: צו מעסטן א פיזישן פאקט לויט די דעות פונעם מענטש וואס זאגט עס, איז א לאגישער טעות. אויב אן אטעאיסט זאגט אז 2+2 איז 4, ווערט עס פאלש?
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
נייע חידוש
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 06, 2026 9:02 pm
x 5

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך נייע חידוש »

צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 5:29 pm
aitch האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 3:35 pm
און דא קומט דער צווייטער טעם פונעם רמב"ם אריין. ס'איז אמת אז אסאך סייענטיסטן היינט שטיפן עוואלוציע דוקא ווייל זיי מיינען אז ס'איז סותר די תורה, און ווער ס'ניצט עס צו זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בורא איז טאקע א כופר. אבער דאס איז זיין כפירה, נישט עוואלוציע'ס. עוואלוציע אליין לייקענט נישט גארנישט (פארשטייט זיך אננעמענדיג אז השם האט עס געפירט). סא צי דו נעמסט עס אן אדער נישט, הענגט אין איין זאך: איז עס א פאקט אדער נישט. וואס דער סייענטיסט גלייבט, טוישט נישט די ראיות.
רבונא דעלמא! טרעף מיר איין סייענטיסט וואס זאל האלטן פון די עוואלוציע הארורה און פערצופאל אויך האלטן אז ס'איז דא א בורא.

די צוויי זאכן זענען געקניפט און געבינדן, מ'איז אויפגעקומען מיט'ן שיטה הארורה נאר מיט'ן ציל צו אוועקנעמען די 'בורא'!

קומסטו מיט א מורא'דיגע המצאה (נישט דו, נאר פון ווי דו האסט עס געליינט), אז מ'גייט עס אפטיילן, מ'גייט האלטן פון די שיטה הארורה און זאגן אז דאס איז דער אופן וויאזוי דער בורא האט באשאפן די וועלט.

אויב האלטסטו פון א 'בורא' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם, די גאנצע שיטה איז נולד געווארן נאר כדי צו פארענטפערן וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן אן א בורא.

דאס קומט פון די מאדערנער וועלט וואס וויל אריינברענגן דעות זרות בתוך עם התורה. כידוע.
דאס איז פשוט שקר.
אין יאר תשס"ט האט די באקאנטע פרעסטיזשפולע אנקעטע פירמע (Pew Research Center) אדורך געפירט א געהעריגע אנקעטע צווישן סייענטיסטן און די מציאות איז ווי פאלגענד:
33% גלייבן אין באשעפער (עכ"פ נישט ווייניגער פון קריסטען)
18% גלייבט נאר אז עס איז דא א געוויסע "הייער פאיער".
41% גלייבן נישט.
7% זענען נישט זיכער/ ווילן נישט ענטפערן
שטעלט זיך ארויס אז 51% גלייבן אין א בורא (הגם ביי די אלגעמיינע גוים איז דאס איבער 90%)
זע דא https://www.pewresearch.org/religion/20 ... nd-belief/
למעשה וויל איך זיין ביידע קלוג און גערעכט
שרייב פאוסט