ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 149

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 980

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:23 pm
די עכטע שאלה וואס מ'קען אים שטעלן איז די "פארוואס".
פארוואס פייטן פאר אזאך וואס מאכט דיך בכלל נישט אויס?

ס'דאך נישט א חלק פון אונזער אמונה צו דארפן גלייבן אזוי, סאו וואס שטופט אים אזוי?
דו האסט אים אויסגעהערט, אדער בלויז אריינגעטשעקט און כסדר געדריקט זעקס??

ער זאגט מער ווי איינמאל פארוואס די נושא ברענט אים. ער זאגט עס אנהייב, ער זאגט עס אינמיטן און צום סוף. נישט שיין צו פרעגן נאכאמאל ווען ענטפערט אזויפיל מאל.

ס'נישט די עצם טעאריע וואס שטערט אים, נאר די פילאזאפישע גרינדן וואס שטיפן עס אנצונעמען. דו אליינס ברענגסט עס שוין אין א פריערדיגע פאוסט, איך ווייס נישט צו דו פרובירסט דארט צו טרייבן שפאס פון אים אדער סתם א קינדערישע פאוסט...

די גרינד פילאזאפיע אז די ערד איז נישט ספעציעל דארף מען נישט זיכן אין חת''ס פר' ואתחנן, עס ווערט געברענגט דורך אלע סייענטיסטן, און דינט אלס הויפט פרינציפל אין מאדערן קאסמאלאגיע ,און עס ווערט געניצט צו שטיפן די היינטיגע סייענטיפישע כפירה אויף אלע זייטן.
כ'האף אז דו ביסט נישט מחולק אז סייענס - ווי אויסערגעווענליך וויכטיג זי איז און ברענגט א געוואלד מיט ניצן פאר די וועלט - דאך, שטופן סייענטיסטן כפירה אפי' אין פאל עס פעלט בכלל נישט אויס.

---
דרך אגב, לענ''ד קומט זיך פאר ר' לוי יצחק אביסעלע מער רעספעקט וויפיל דו געבסט אים. די וועג ווי אזוי דו באציסט זיך צו אים זעהט אויס ווי דו מיינסט מ'רעדט פון עפעס א טיטשער וואס געבט לעקציעס אין סייענס אדער וואס.

ר' לוי יצחק האט אויף זיך גענומען א לעבנס מיסיע צו פרעדיגן אמונה דורך פארלערנען ספרי נ''ך און אראפגעבן די היסטאריע פון כלל ישראל. און די זעלבע דורך זיינע ברכו נפשו - סייענס שיעורים וואס ער האט שפעטער אנגעהויבן און ווי אויך זיינע שיעורים אויף תהלים פון וואס אסאך אידן שעפן חיזוק.

זיינע נ''ך שיעורים זענען מיוחדים במינם, רייך מיט היסטאריע און ארכעלאגיע [ווען עס שטומט מיט די תורה] און אנגעפילט מיט דברי חז''ל און ספרי רבותינו. עס וואלט געמעגט זיין מערערע אזוינע שיעורים אבער עס איז נישט פארהאן. לדאבונינו, זייער אסאך וואס טוהן אין נ''ך אויף אזא ברייטע פארנעם, טוען עס מיט אנדערע כוונות, רוב מאל נישט גוטע, אבער אפי' ווען ס'יא דא גוטע כוונות ווי צו דערציילן כלל ישראל'ס היסטאריע פון ימי הנביאים, ווערט עס געווענליך איבערגעגעבן אלס א היסטאריע לעקציע פון אידן אלס א פאלק, מ'זיכט עס נישט צו דורכווייקן מיט מדרשים און מאמרי חז''ל אדער פרעדיגן אמונה און מדות און אידישע קינדער. רל''י האט דאס געטוישט, זיינע שיעורים זענען עני-טיים אזוי ברייט ווי אנדערע מגידים, נאר אויך אויסטערליש רייך מיט מדרשים און מאמרים פון חכמי ישראל במשך הדורות.

זיינע ברכו נפשו שיעורים זענען פונקט אזוי. עס איז דא נאך דרשנים וואס רעדן פון נפלאות הבריאה, אבער וויפיל מאל דערמאנען זיי דעם אויבערשטען?? זיי זענען זייער ערליכע טייערע אידן אבער רעדן פון ידיעות און פלאות הבריאה סתם לשם אינטערעסאנטקייט איז זייער א גוטע אינטערטעימענט, אבער האט גארנישט מיט אידישקייט צוטוהן און עס איז גארנישט מער פון רעדן פאליטישע און עקאנאמישע אנאליזן. רעדן נפלאות הבריאה אן אריינברענגען דעם בורא עולם איז גאר אסאך מאל גורם אז מ'זאל כאפן א קעלבערנע התפעלות פאר שטותים וואס סייענטיסן רעדן, אין זיינע שיעורים איז ער אויף א מיסיע אריינצוברענגען דעם אויבערשטען. און איינוועגס ברענגט ער צומאל ארויס די פאקט אז מ'טאר נישט פאלן פאר אלעס וואס סייענס זאגט. ביי זיי איז פון א טעאריע ביזן עס אראפלייגן אלס פאקט א קאצן שפרינג, ביי זיי עקזיסטירט כמעט נישט קיין איני יודע'ס, יעדע זאך האט [באקומט] א הסבר.

זיין פאלעמיק איבער היליא-צענטעריזם האט זיך אנגעהויבן דאכט זיך צוויי יאר צוריק, נאכן געבן א שיעור ווי ער האט גערעדט דאס אז די זין דרייט זיך ארום, וואס אויף דעם ארויף איז ער געווארן פארגעהאלטן היתכן ער זאגט אזוי ווען די סייענטישע וועלט האט אנגענומען אנדערש. אויף דעם ארויף איז געקומען די מילואים שיעורים מיטן ציל, א. פאל נישט פאר וואס אלעס וואס סייענס זאגט. ב. בפרט דא ווען מ'וועט מוזן מוציא זיין פסוקין און דברי חז''ל מפשטן, [ווי אויך טרעפט אין ספרים הסברים ע''פ פנימיות אויף די נושא, וואס אין פאל דאס איז נישט ריכטיג וועט מען מוזן זאגן אז ר''ח וויטאל און דער אוה''ח הק' האבן נישט געוויסט אדער געמיינט עפעס אנדערש....]
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 917
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1911

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
אן אריינגיין אין א אריכות פארוואס.

יא עס איז כפירה אזוי צו האלטן, לדידן וואס מיר קומען שוין פון אונזערע רבי'ס - המהר''ל הקדוש והבעש''ט הקדוש ותלמידיו זי''ע ורבש''י החת''ם סופר ורבינו הגר''א זי''ע - וואס האבן אונז אזוי מנחיל געווען.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 917
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1911

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
שיטה מקובצת, כתובות י״ג ע״ב, בשם רבינו תם:
דאע״ג דנצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל, היינו נצחון בטענות, אבל האמת הוא כחכמי ישראל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שרייב פאוסט