"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

דעס איז דען געאייגענט פאר סאטמאר אזא סארט זאך
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 591

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 2:53 pm רייסט היבש אריין אין די נדיבי סאטמאר

Screenshot_20260902_145226_Gallery.jpg
ער מײנט נישט די נדיבי סאטמאר, ער רעדט לגבי א געוויסע כולל וואס צאלט אויסטערליש שוואך, ווען זיי צאלן.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

ער רעדט וועגן א ווינט פון אדירי התורה וואס די ישיבישע וועלט מאכט פאר בני תורה
עס איז א געזונטע פראסק פאר אסאך סאטמארע נדיבים
די חידוש איז ער ערלויבט זיך עס צו טון בריש גלי
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7525

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 8:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 2:53 pm רייסט היבש אריין אין די נדיבי סאטמאר

Screenshot_20260902_145226_Gallery.jpg
ער מײנט נישט די נדיבי סאטמאר, ער רעדט לגבי א געוויסע כולל וואס צאלט אויסטערליש שוואך, ווען זיי צאלן.

לדעתי, האבנדיג געלערנט אין דעם כולל, איז עס נישט די שולד פון די נדיבי סאטמאר, עס איז 100% די שולד פון די הנהלת הכולל.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 591

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 9:16 pm
נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 8:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 2:53 pm רייסט היבש אריין אין די נדיבי סאטמאר

Screenshot_20260902_145226_Gallery.jpg
ער מײנט נישט די נדיבי סאטמאר, ער רעדט לגבי א געוויסע כולל וואס צאלט אויסטערליש שוואך, ווען זיי צאלן.

לדעתי, האבנדיג געלערנט אין דעם כולל, איז עס נישט די שולד פון די נדיבי סאטמאר, עס איז 100% די שולד פון די הנהלת הכולל.
דאס זאג איך.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 591

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 9:04 pm ער רעדט וועגן א ווינט פון אדירי התורה וואס די ישיבישע וועלט מאכט פאר בני תורה
עס איז א געזונטע פראסק פאר אסאך סאטמארע נדיבים
די חידוש איז ער ערלויבט זיך עס צו טון בריש גלי
זיי מסביר
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 10:10 pm

אז מ'מאכט ביי נדיבי סאטמאר א ווינט אזוי ווי אין די ישיבישע וועלט קען ווערן א עכטע טויש לגמרי
עס איז א שווערע מיינדסעד צו טוישן
מיט א ישיבישע וועלט אקציע קען מען עס מאכן ווען די הנהלות זאלן האבן פון ווי ארויסצושלעפן עכטע סכומים וואלט געווען א אנדערע וועלט
עס איז זייער ווייט פון רופא חולים און בוני עולם די נושא

ווען די הנהלות זאלן זיצן ביי אזעלכע קאסעס ווי שלמה באכנער וואלט געווען א אנדערע וועלט
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 591

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 11:41 pm

און וואס די פראסק?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק

ווען אין די ישיבישע וועלט האט מען אויפגעבויט אַ סיסטעם וואס מאביליזירט מולטי מיליאנען דאלארן פאר בני תורה מיט אַן אומגעהויערע ענערגיע
ווען סאטמארע נדיבים ווערן פארגעהאלטן וויאזוי די ליטווישע וועלט קען איבערקערן א מארקעט פון פאנדרעיזינג און צאמנעמען אוצרות פון געלט אויף איין מאָל,
ווייזט דאס אן אויף א גייסטישע פארהארטעוועקייט אין די אייגענע קוועלער

בשעת סאטמאר האט יארן לאנג געהאט די שם אז די פילאנטראפיע און מוסדות אויפבויען איז אומפארגלייכבאר אין דער וועלט
קומט דא דער עולם הישיבות און פראסקעט אין פרצוף אז זיי קענען בויען א פיל גרעסערע און שטארקערע פינאנציעלע מאַשינערי פֿאַר די בני תורה,
דעס איז א היבשער פראסק.

בשעת וואס סאטמאר שאפט ס''ה אפשר 3-4 מיליאן פאר די בני תורה, לכאורה אינאיינעם מיט מהר''א 7-8
שאפט די ישיבישע פילאנטראפישע ענערגישער מאשין עטליכע הונדערט רעדלעך א יאר
די משמעות פון א פראסק האט עד היום נישט אזוי אפגעהילכט ווי דעיס
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 591

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:33 pm אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק
ביטע צוטיר ווען די ענטפערסט.

די נגידים זענען גארנישט שולדיג, שולדיג איז א כולל וואס צאלט נישט אבי אין די וועלט אריין. נישט אין ק''י און נישט אין וומ''ס.

אז די ראשי הכולל ווילן, קענען זיי אויפבויען זייער פאנדרעיזינג
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 171

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך קראכמאל »

נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:15 pm

אז די ראשי הנהלת הכולל ווילן, קענען זיי אויפבויען זייער פאנדרעיזינג
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:15 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:33 pm אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק
ביטע צוטיר ווען די ענטפערסט.
די נגידים זענען גארנישט שולדיג, שולדיג איז א כולל וואס צאלט נישט אבי אין די וועלט אריין. נישט אין ק''י און נישט אין וומ''ס.
אז די ראשי הכולל ווילן, קענען זיי אויפבויען זייער פאנדרעיזינג
צא ובדוק וואס די נגידים אין די עולם הישיבות האבן געטון (די נגידים אליין, האט קיין שייכות צו עסקנים הנהלה, די נגידים ברענען פאר דעם מיט א פייער,
בעת וואס ביי אונז וועט א נגיד ספענדן פאר דעי אדער יענע גרויסע מאורע פאר די חצר וועלן זייערע נגידים ברענען פאר תמיכת לומדי תורה) ביים סליחות 'בושנו מכל דור' קען מען נאכאמאל רויט ווערן פאר דעם אליין

בעת וואס ביי אונזערע רייען זעהט מען עס געשעהן פאר א בנין דא א בנין דארט

זיצן ביי זיי ריזיגע ביליאנערן און טרייבן אויף אסטראנאמישע מיליאנען פאר ברויט און פלייש און רענט פאר די בני תורה

זיך פארשטעקן די קאפ אין זאמד וועט ווייניג העלפן, קוק די טרוקענע פאקטן אין פנים
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 418
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1123

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חנן »

ביטע, הערט אויף מיט קאפ האקערייען.

די הונדערטע מיליאנען וואס ווערן אויפגעטריבן זענען פאר צענדליגע, אדער גאר הונדערטע, ישיבות און כוללים צוגלייך. די כולל יונגעלייט דארט וועלן נישט יעצט באקומען מער געלט לכבוד דעם, פונקט ווי די היגע יונגעלייט וועלן נישט באקומען מער געלט אויב די גאווערמענט פראגראמען שטעלן זיך אפ און מען דארף זיך נעמען אויפטרייבן ריזיגע געלטער פאר די ישיבות און כוללים.

ביי אונז זענען די ישיבות מיט די כוללים מער ווייניגער מסודר דורך רעגירונגס פראגראמען, דעריבער וועט מען אויפטרייבן שווערע מיליאנען פאר בנינים. אין ארץ ישראל טרייבט מען (כמעט) נישט אויף קיין מיליאנען פאר בנינים, רוב קרייזן באקומען בנינים פר די מוסדות פון דער מדינה און מיט וואס מען גיבט איז מען צופרידן, נאר איינמאל מען האט זיך געטראפן אין א שווערע מצב, ווען נאך אזויפיל יארן זיין צוגעוואוינט אז אלעס איז מסודר, מען באקומט רעגירונגס פראגראמען וואס העלפן דעקן די בודזשעטן פון די מוסדות, האט זיך דאס אפגעשטעלט, דעריבער מוז מען אויפהייבן א רייע גדולי ישראל און זיי ארומפירן איבער דער וועלט פאר פאנדרעיזינג.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7525

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

אין בית מדרש גבוה דארף מען ווארטן דריי יאר (נישט קיין טעות אדער גוזמא) נאך די חתונה צו קענען באקומען כולל געלט. אבער, ווען מען באקומט די געלט איז עס גאר א שיינע סכום וואס העלפט דעקן א גרויסע חלק פונ'ם יונגערמאן'ס בודזשעט. אין סאטמאר וויליאמסבורג (מהרי"י) באקומט מען תיכף ומיד כולל געלט, וואס באשטייט פון גאנצע $400 א חודש (ניטאמאל גענוג צו דעקן די חודש'ליכע גראסערי) אויב 1) מען איז אין כולל א גאנצן טאג, 2) מען גיבט אריין די קאלעדזש פראגרעמס, און 3) מען ברענגט אריין 500 א יאר (שאפן פורים וכדומה). עס איז נישט געטריבן ליצנות פון די כולל יונגעלייט, עס איז זיי מבזה געווען בראש כל חוצות.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן. די שולד ליגט עקסקלוסיוולי, אך ורק אויף די הנהלת הכולל, וואס פירן עס ווי עס וואלט געווען א באנקראטירטע אנזעץ און מאכן נישט די מינדעסטע אנשטרענגונג אז די כולל זאל זיין ווערט איר נאמען. כ'וואלט געקענט מאריך זיין דערין אבער לשון הרע ערב סליחות האט אויך א שיעור... ווער ס'וויל וויסן זאל כאפן א שמועס מיט איינער פון די ראשי כולל וועט ער געוואויר ווערן פונקטליך וואס גייט פאר.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 418
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1123

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חנן »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm אין בית מדרש גבוה דארף מען ווארטן דריי יאר (נישט קיין טעות אדער גוזמא) נאך די חתונה צו קענען באקומען כולל געלט. אבער, ווען מען באקומט די געלט איז עס גאר א שיינע סכום וואס העלפט דעקן א גרויסע חלק פונ'ם יונגערמאן'ס בודזשעט. אין סאטמאר וויליאמסבורג (מהרי"י) באקומט מען תיכף ומיד כולל געלט, וואס באשטייט פון גאנצע $400 א חודש (ניטאמאל גענוג צו דעקן די חודש'ליכע גראסערי) אויב 1) מען איז אין כולל א גאנצן טאג, 2) מען גיבט אריין די קאלעדזש פראגרעמס, און 3) מען ברענגט אריין 500 א יאר (שאפן פורים וכדומה). עס איז נישט געטריבן ליצנות פון די כולל יונגעלייט, עס איז זיי מבזה געווען בראש כל חוצות.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן. די שולד ליגט עקסקלוסיוולי, אך ורק אויף די הנהלת הכולל, וואס פירן עס ווי עס וואלט געווען א באנקראטירטע אנזעץ און מאכן נישט די מינדעסטע אנשטרענגונג אז די כולל זאל זיין ווערט איר נאמען. כ'וואלט געקענט מאריך זיין דערין אבער לשון הרע ערב סליחות האט אויך א שיעור... ווער ס'וויל וויסן זאל כאפן א שמועס מיט איינער פון די ראשי כולל וועט ער געוואויר ווערן פונקטליך וואס גייט פאר.
דער חילוק ליגט אינעם פונדעמאנטאלער צוגאנג צו א כולל וואס איז גענצליך אנדערש צווישן חסידים און ליטאים. ביי אונז ווייסט מען אז מען זיצט און לערנט ווי לאנג עס גייט און דערנאך גייט מען מקיים זיין דער כתובה. דעריבער, די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה וואס מען זיצט נאך אין כולל, ארבעט די ווייב, צומאל שטיצן די עלטערן אונטער און די הוצאות זענען נאכנישט אזוי גרויס. די געלט פון כולל איז נאר אזא זייטיגע מתן שכרה בצידו, ווי די פאר דאלאר וואס מען באקומט פאר א דרשו בחינה.

ווידער ביי די ליטאים איז ארויסגיין ארבעטן א נחות דרגא, יעדער ערנסטער יונגערמאן צילט צו קענען זיצן אין כולל זין גאנץ לעבן, מילא די ערשטע פאר יאר, קען מען זיך נאך אן עצה געבן אן די כולל געלט, פונקט ווי ביי די חסידים, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר נאך די חתונה און די בודזשעט הייבט שוין אן דרוקן, וועט די כולל אנהויבן צאלן, כאטש נישט ווי א געווענליכע ארבעט, אבער יא גענוג אז דער וואס וויל זאל קענען בלייבן ביים לערנען.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן.
איר חלומ'ט בהקיץ
די חברה ווערן איבערגענומען פון א גרויס טאוועל אדער פון נושאים בנוגע ארץ ישראל אדער בוני עולם רופא חולים וכו'
צו פארשטיין דעם חשיבות פון א בן תורה איז בושות און חרפות ווי מ'האלט
עס איז זייער קלאר די שליסל נאר ביי זייער זייט
קוק די דיפרענצען צווישן די קאסעס קיין ארץ ישראל פאר צרכי רפואה און אנדערע עמאושענעל צוועקן
שמות הבנינים

סתם א אידל וואס זיצט און הארגעט זיך פאר תורה וואס אונז זאג מיר טעגליך צופרי די משנה אין פאה
אז פאר דעם אידל צו שטיצען קומט מער ווי אלע עמאושענעל צוועקן איז נעבעך נישט דא די פארשטאנד

און יא לואי שיינער מיט הערצקע פון לעיקוואד האבן געמאכט א ברעינסטארמינג מהפכה אין די ישיבישע וועלט
ביי אונז איז עס א בחינה פון תורה תורה חגרי שק
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

טועמי' קומט אריין היבש אנדערש פינעם מהלך ביז היינט
האב איך פאר זיי א שטיקל מארקעטינג געדאנק אבער עס קען אפשר נאר האבן צווישן רופן פון דעם און יענעם
לדוגמא פידבעק פון אינסטיטוציעס אינערהאלב די קהילה
למשל וועכנטליך איז דא דעקונג פון דער קולי שמע פידבעק ווי פרייליך יעדער איינער איז מיט די ק''י מוסדות

ס'זיכער דא אמאל הערות פון מענטשן וואס מ'קען ווען ליפטערן צו בעסער מאכן זאכן
אזא טועמי' קען ווען ניצן זייער פלאטפארמע פאר אזעלכע הערות
די שאלה איז נאר צו ער וועט עס קענען איבערלעבן
אבער אלץ מארקעטינג וואלט עס זיכער געווען א תועלת
מרדכי מנחם
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:56 pm
x 31

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך מרדכי מנחם »

איך מיש דורך די טועמי', קעגן דעם בחצרות. טראץ דעם וואס איך ליין ביידע נישט רעגלמעסיג, און איך גרויל מיר פון די פופצן זייטן בילדער העפט אין בחצרות. קען איך נישט פארשטיין פארוועם טועמי' איז געמאכט.

אנגעהויבן פון די ערשטע בלאט וועכנטליכע דמיון/טעלערליך קאלום וואס לאנדעט אפסייד דאון ווי א פאפירענע פליגער, דאן עטליכע בריוון ווי געלונגען טועמי' איז, אביסל טועמי' באמערקט בילדער וואס דערמאנט פון שמואל ווידער'ס פייגעלע לאנדעט אויף א שטאנג אין דרום כינע, און אט קומט דער מאגאזין. וואך איין וואך אויס איין אדווערטייזמענט ארטיקל פון א סאטמארע אינסטיטוטציע, - א שול אין ק''י, א חתונה זאל, אדער וואס. - און איין באצאלטע אדווערטייזמענט פאר א ארץ ישראל'דיגע ארגענעזאציע אדער סיי ווער ס'מאכט א קאמפיין. זה הא.

דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג וואס לויט די מארקעטינג דארף די צוויי טשאדעלע באדעלע מעשיות ממש איינשלינגן אלע ענגלישע און אידישע מאגאזינען. זינט איך ליין נישט גרינג ענגליש, און מעלות טרעט נישט איבער מיין שוועל, קען איך נישט זאגן צו ס'איז אמת אדער נישט.

לעומת זה שטייט בחצרות, וואך איין וואך אויס גוטע היסטארישע חומר. ידיעות, היסטאריע, הלכה, פולמוס, אינטערוויו'ס, עכטע נאלעדזש.

איינער קען מיר מסביר זיין ווער ס'דארף דעם טועמי'? זענען דא מענטשן וואס צאלן געלט דערפאר, אדער אין אלע גראסערי'ס בלייבט עס איבער אזויווי אין מיין לאקאלע.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 4:47 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן.
איר חלומ'ט בהקיץ
די חברה ווערן איבערגענומען פון א גרויס טאוועל אדער פון נושאים בנוגע ארץ ישראל אדער בוני עולם רופא חולים וכו'
צו פארשטיין דעם חשיבות פון א בן תורה איז בושות און חרפות ווי מ'האלט
עס איז זייער קלאר די שליסל נאר ביי זייער זייט
קוק די דיפרענצען צווישן די קאסעס קיין ארץ ישראל פאר צרכי רפואה און אנדערע עמאושענעל צוועקן
שמות הבנינים

סתם א אידל וואס זיצט און הארגעט זיך פאר תורה וואס אונז זאג מיר טעגליך צופרי די משנה אין פאה
אז פאר דעם אידל צו שטיצען קומט מער ווי אלע עמאושענעל צוועקן איז נעבעך נישט דא די פארשטאנד

און יא לואי שיינער מיט הערצקע פון לעיקוואד האבן געמאכט א ברעינסטארמינג מהפכה אין די ישיבישע וועלט
ביי אונז איז עס א בחינה פון תורה תורה חגרי שק
הגם פון יואל לאנדא איז ארויס א בירור הלכה נגד בניית בנינים והנצחות
נאר ענדערש געבן פאר בני תורה
אבער די חברה דערווייל הארכען אים נישט
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7525

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 4:47 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן.
איר חלומ'ט בהקיץ

ווי איך פארשטיי גייט דיין חלום דעקלעראציע ארויף אויף די חלק פון מיין תגובה וואס דו האסט געמאכט באלד. איז עס נישט אמת? זיי געבן נישט פאר יו טי עי און יו טי עס?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 347

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

דעיס מדמה זיין איז דמיונות
לדאבונינו
פאר א לאנטש רום אויף '9 וואכן' וועט זיין 'מיליאנען' ולבושתינו פאר די בני תורה.....
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7525

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2026 1:06 am דעיס מדמה זיין איז דמיונות
לדאבונינו
פאר א לאנטש רום אויף '9 וואכן' וועט זיין 'מיליאנען' ולבושתינו פאר די בני תורה.....

איז דא א וועג וויאזוי מ'קען דאס באשטעטיגן אן וואס מ'זאל פאקטיש פרובירן צו בעטן פאר'ן כולל, אז דערקלערסט מיט אזא זיכערקייט וואס די פאקטן זענען? די מציאות איז אז ביז היינט איז די פאנדרעיזינג פאר'ן כולל נאן-עקזיסטענט. (אה, די רביצין מאכט איינמאל א יאר א פארטי. כיכיכי.)

בכלל, איך האב אנגעגעבן תורה צוועקן אויף וואס נגידי סאטמאר ביישטייערן זייער שיין. כ'פארשטיי אז דו ווילסט עס אראפשטעלן כאילו די רעדע איז דוקא פון א לאנטש רום פאר'ן קעמפ, אבער די מציאות איז אז די יו טי עי און יו טי עס בודזשעט ווערט טיילווייז געדעקט דורך נדבות פון נגידי סאטמאר.
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 171

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך קראכמאל »

להערה בעלמא: יו טי עס [ישיבה גדולה] בוזשעט ווערט נישט געדעקט דורך די נגידי סאטמאר, ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין פאנד-רעיזינג אפאראט. [פלעגן אמאל מאכן א דינער, און שוין לאנג אויפגעהערט]. עס ווערט גענצליך געדעקט דורך די רעגירונגס פראגראמען. פאר "פעטי-קעש" קאלעקטן זיי אויך אפיציעל שכר לימוד פון די עלטערן, וואס רוב באצאלן נישט וויבאלד מען פארשטייט אז די פראגראמען קאווערן אלעס.

איך ווייס נישט צו זיי דארפן נישט קיין געלט, לפי השמועה האבן זיי נישט קיין פלאץ אין דארמיטארי אין קווינס, היי יאר אין קעמפ זענען די צימערן געווען איבערגעפילט, און מען בויעט נישט. פארוואס? ווייסעך נישט.

די וועיזשעס פון די מגידי שיעור, שטייט נאך אזוי ווי ארי' לייב און וואלף שטארק האבן עס געמאכט פאר 26 יאר צוריק, [ואין פוצה פה ומצפצף, מסתמא ווייל מען איז איינגעשטעלט... וד"ל]. אויך א בזיון התורה, וויאזוי מען קוועטשט אויס די דם התמצית פון מגידי שיעור תלמידי חכמים מרביצי תורה, און מען באצאלט זיי פרוטות. [איך מיין אז ביי די מלמדים איז שוין היינט בעסער, נאכדערצו נאך די 30 פראצענט העכערונג פונעם טפסר הגדול]. אפשר זאל "טועמיה" דאס באהאנדלן אין די קומענדיגע אויסגאבע.
אוועיטער
הייליגע רויעך
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:07 am
x 1

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך הייליגע רויעך »

קען זיין צו רעיזן יעדע כולל אינגערמאן'ס טשעקל איז צו סאך געבעטן אבער פארוואס נישט נעמען די פאר טאפ אינגעלייט וואס האלטן עכט ביים לערנען און לערנען שוין טאקע פאר יארן און זענען זיך טאקע גרייט ממית צו זיין באהלה של תורה פארוואס זאלן זיי נישט האבן די אפציע אינערהאלב די קהילה'ס כולל? ס'וואלט ווען געקענט די קהילה'ס גרעסטע שטאלץ פון אויסהאלטן אזעלכע אינגעלייט און ס'יז נישט שווער צו מאכן א מצב דערוועגן און רעיזן די נויטיגע פאנדס. נאר וואס דען, ס'יז נישט א פריאריטי נישט פאר די קהילה און נישט פאר די ראשי הכולל. איבערן-ים מוסדות און אגענדעס שטייען העכער אינעם אינטרעס לייטער.
יָשִׂימוּ קְטוֹרָה בְּאַפֶּךָ
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 418
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1123

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חנן »

מרדכי מנחם האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 6:11 pm איך מיש דורך די טועמי', קעגן דעם בחצרות. טראץ דעם וואס איך ליין ביידע נישט רעגלמעסיג, און איך גרויל מיר פון די פופצן זייטן בילדער העפט אין בחצרות. קען איך נישט פארשטיין פארוועם טועמי' איז געמאכט.

אנגעהויבן פון די ערשטע בלאט וועכנטליכע דמיון/טעלערליך קאלום וואס לאנדעט אפסייד דאון ווי א פאפירענע פליגער, דאן עטליכע בריוון ווי געלונגען טועמי' איז, אביסל טועמי' באמערקט בילדער וואס דערמאנט פון שמואל ווידער'ס פייגעלע לאנדעט אויף א שטאנג אין דרום כינע, און אט קומט דער מאגאזין. וואך איין וואך אויס איין אדווערטייזמענט ארטיקל פון א סאטמארע אינסטיטוטציע, - א שול אין ק''י, א חתונה זאל, אדער וואס. - און איין באצאלטע אדווערטייזמענט פאר א ארץ ישראל'דיגע ארגענעזאציע אדער סיי ווער ס'מאכט א קאמפיין. זה הא.

דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג וואס לויט די מארקעטינג דארף די צוויי טשאדעלע באדעלע מעשיות ממש איינשלינגן אלע ענגלישע און אידישע מאגאזינען. זינט איך ליין נישט גרינג ענגליש, און מעלות טרעט נישט איבער מיין שוועל, קען איך נישט זאגן צו ס'איז אמת אדער נישט.

לעומת זה שטייט בחצרות, וואך איין וואך אויס גוטע היסטארישע חומר. ידיעות, היסטאריע, הלכה, פולמוס, אינטערוויו'ס, עכטע נאלעדזש.

איינער קען מיר מסביר זיין ווער ס'דארף דעם טועמי'? זענען דא מענטשן וואס צאלן געלט דערפאר, אדער אין אלע גראסערי'ס בלייבט עס איבער אזויווי אין מיין לאקאלע.
צדיק, ס'איז אביסל צו שטארק אבוויעס. קומענדיגע מאל מאך עס בעסער.

טועמיה איז, אויף וויפיל איך ווייס, נישט קיין קאנקורענט מיט בחצרות, איך פערזענליך האב שוין יארן נישט געזען בחצרות, אבער טועמיה מאכט מען זיכער ביי מיר אין שטוב אז איך ברענג עס אהיים יעדע וואך אן אויסנאם.
איך בין נישטא צו פארגלייכן די צוויי אויסגאבעס, פשוט ווייל, ווי געזאגט, האב איך עס שוין יארן נישט געזען.

אזויפיל קען איך דיר ערקלערן: טועמיה'ס מענער אפטיילונג, איז געמאכט בלויז אויף צו קענען קאווערן די פרויען אפטיילונג, און די פרויען אפטיילונג איז געמאכט בלויז אז די מענער זאל עס מוזן אהיימנעמען ווייל דאס ווייב פארלאנגט עס.

איבער די דמיונות פון לעניננו וועל איך נישט דא אריינגיין, די בריוו איז פונקט ווי יעדע מאגאזין האט בריוו וואס לויבן עס אויס, ביי איינעם עכטע ביי איינעם פאלשע, די מעין ארטיקלען זענען ווי געזאגט באצאלטע עדס כדי צו דעקן דעם פרויען אפטיילונג. איך פערזענליך וועל כמעט קיינמאל נישט ליינען יענע ארטיקלען. אויסער דעם פארמאגט אבער דער מענער אפטיילונג עטליכע אינטערעסאנטע רובריקן, לייכטערע און ערנסטערע, און יא, טועמיה באמערקט איז איינע פון זיי, כ'ווייס נישט וואס שמואל ווידער'ס כינעזע פייגעלעך זענען געוען, אבער די בילדער דארט זענען געווענליך היפש אינטערעסאנט (קען זיין אז אויף וואטסעפ האט מען עס שוין געזען זונטאג, האב איך עס אבער נישט..).

אבער יעצט צום עיקר: דער פרויען אפטיילונג. דער מציאות איז אז זיי האבן רעקרוטירט די סאמע בעסטע שרייבערינס ביי כלל ישראל פארן פרויען אפטיילונג. דאס איז נישט קיין טעאריע, ס'איז א פאקט. צא ובדוק, אויב פארשטייסטו בכלל נישט צו פרויענישע ארטיקלען, הייב אן בלעטער אין אלע אידישע פרויען מאגאזינען און אפטיילונגען, וועסטו זען אז טועמיה שטייט די בעסטע פון אלע, און נישט ווייל זיי זענען טועמיה, נאר ווייל זיי האבן ד. שטיין, ש.ל. שישא און ב. פרידמאן.

סאו, צו דיין שאלה: ווער עס דארף טועמיה, זענען בעיקר די פרויען וואס זענען פארקויפט דערפאר. עכ"פ אזוי הער איך ביי מיר אין שטוב. צי ס'איז דא מענטשן וואס צאלן דערפאר? אין מיין לאקאלע מקוה שטיבל וואס פארקויפט עס פאר 2 דאלאר, גייט עס אויס יעדע וואך ביזן לעצטן שטיקל (נישט אז ס'קומט אן טויזנט שטיק, אבער איך וואלט געשאצט א גוטע פופציג שטיק), אלזא, קוקט אויס אז ס'זענען פארהאן מענטשן וואס גלייכן דאס און זענען זאגאר גרייט צו צאלן געלט דערפאר.

אגב, דו דערמאנטס אז בחצרות פארמאגט עכטע נאלידזש, איך בין נישט מחולק דערמיט, זינט איך ווייס נישט, אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן, אז מענטשן זענען היינט נישט אינטערעסירט אין נאלעדזש. מענטשן זענען אינטערעסירט אין אונטערהאלטונג, עכ"פ ווען עס קומט צו קויפן אן אויסגאבע. מעגליך אז אונטערהאלטונג וואס איז אויך נאלעדזש וועט גיין בעסער, פשוט ווייל אזוי פילט נישט דער ליינער ווי ס'איז ריין אונטערהאלטונג (א שטייגער פון ביזנעס פאדקעסטס), אבער פאר בלויז נאלעדזש אליין וועסטו כמעט נישט טרעפן איינער זאל גרייט זיין צו צאלן געלט. (אויסער ווען די רעדע איז פון איינער וואס וויל זיך לערנען א פאך און ער צאלט געלט פאר א קורס, וואס נישט דאס איז אונזער רעדע דא).

גלייב מיר, כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס כ'האב דיר געענטפערט. אפשר ווייל איך האב צופיל ארבעט און איך וויל אנטלויפן דערפון...
שרייב פאוסט