"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 144

"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

שפאגל נייע רעוועלוציע ביי תלמידי וחסידי סאטמאר איבערן ערשיינונג פון די אינהאלטסרייכע אויסגאבע 'טועמיה' וואס קומט אין צוזאמענהאנג מיט די וועכנטליכע גליון 'המערכת לשולחן', וואס דאס אנשפרעכט בעז"ה צו זיין אהערגעשטעלט אויף גאר רייך און לערנבאר און תוכנ'טפול וואס דאס וועט בעז"ה זיין אויסגעצייכנט מיט העכסטן כשרות סטאנדארט אזוי ווי מיר זענען פערזענדליך אויפגעפאדערט געווארן דורכן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס באגלייט דאס ערשיינונג פון אונזער אויסגאבע מיט זיין הדרכה און פיקוח אנגעהויבן פון די פריע פלענער שטאפלען כדי מען האבן די יכולת אריינצוברענגען אינדערהיים בלויז ערליכע אויסגאבע'ס כפי רצון רבינו שליט"א. וואס די אויסגאבע וועט זיין אוועקגעשטעלט וועכנטליך מיט העכסט אינטרעסאנטע ארטיקלען קאלומ'ס און באשרייבונגען, און אויך אינטרעסאנטע באשרייבונגען און קרישקעלעך מהנעשה והנשמע בחצרות קדשינו בקהלתינו ובמוסדותינו, און ווי מיר האבן אריינגעלייגט אן א שיעור כח און מח אהערצושטעלן דעם הערליכן אויסגאבע סיי מיטן אריינלייגן הערליכע קאלירפולע גרעפיקס אז עס זאל זיין ציענד און ליינבאר מקטן ועד גדול למען ירוץ בו הקורא, און סיי מיטן לייגן דגוש אויף די ארטיקלען אז עס זאל זיין געשריבן בא'טעמ'ט און פליסיג.

עס וועט בעז"ה זיין צו באקומען די וואך לכבוד שבת קודש פרשת שמיני החודש שבת מברכים חודש ניסן ביי אלע שמשים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה אין אלע שטעט, פאר די פרייז פון בלויז $5.99 . און ווי אויך ביי אלע בוטשער געשעפטן ווי דארט וועט עס זיין צו באקומען מיט א ספעציעלע הנחה פון בלויז $2.99 .

טעמה כי טוב סחרה!
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 144

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

photo_2024-04-03_15-27-33.jpg
photo_2024-04-03_15-27-33.jpg (132.33 KiB) געזען געווארן 600 מאל
פיילס
28151.jpeg
28151.jpeg (108.8 KiB) געזען געווארן 600 מאל
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 144

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

ק/פ מערכת סאטמאר

גרויס פרייד הערשט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום מיטן ערשיינונג פון ערווארטעטע שפאגל נייע אינהאלטסרייכע אויסגאבע "טועמיה" וואס אנשפרעכט צו זיין גאר רייך און לערנבאר מיט אירע הערליכע קאלומ'ס און ארטיקלען, וואס דאס וועט בעז"ה זיין אוועקגעשטעלט מיטן העכסטן סטאנדארט כשרות אז דאס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים אין א סאטמאר'ע שטוב.

דאס וועט בעז"ה ארויסקומען און צוזאמענהאנג מיטן וועכנטליכן גליון 'המערכת לשולחן' וואס טוט שוין ערשיינען מדי שבוע בשבוע פאר העכער צוויי יאר, ועכשיו מעלין בקודש!

א שפאגל נייע רעוועלוציע ביי תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, נאכדעם וואס עס איז שוין פאריבער העכער צוויי יאר זינט עס האט בס"ד אנגעהויבן צו ערשיינען לאור עולם דער פאפולערן קובץ גליוני 'המערכת לשולחן' פון וואס תלמידי וחסידי סאטמאר זענען שוין נהנה דערפון מדי שבוע בשבוע, גרייט מען זיך בס"ד צו גיין מיט א שטאפל העכער מעלין בקודש ואין מורידין ווען די וואך פרשת שמיני – החודש שנת תשפ"ד לפ"ק הייבט זיך בסייעתא דשמיא אן א גלאררייכע תקופה מיט א פרישן חידוש מיטן ערשיינוג פונעם אינהאלטסרייכע אויסגאבע 'טועמיה' אויף וואס א יעדער איינער ווארט שוין בכליון עינים אזא לאנגע צייט און מען קוקט ארויס מתי יבוא ואקיימנה צו קענען האבן א גענצליך ריינע אויסגאבע אז דאס זאל זיין ראוי און פאסיג פאר א סאטמאר'ע חסיד דאס אריינצוברענגען אין שטוב אריין מיטן רואיגן געוויסן אז עס איז זך נקי כסולת פון אלע זאכן שאין רוח חכמים נוחה הימנו.
די חשוב'ע עסקנים עוסקים במלאכת הקודש האבן זיך אריינגעלייגט אין די לעצטע תקופה, ווי מען איז געזעצן צוזאמען און אדורכגעשמועסט וויאזוי מען קען בס"ד אויפקומען מיט די פאסיגע לעזונג אז די חלל זאל נתמלא ווערן און מען זאל קענען סערווירן פארן ערליכן ציבור א אוועקגעשטעלטע ריינע אויסגאבע אויפן העכסטן כשרות סטאנדארט, אבער ווי אויך זאל עס גארנישט זיין צוריקגעשטאנען פון זיין פראפעסינאל מיט אלע פיטשיווקעס מיט רייכע ארטיקלען און שיינע אהערגעשטעלט גרעפיק'ס וכדו'.
פארשטייט זיך אז אזא זאך איז געקומען דורך די דירעקטע חותמו של כהן גדול פון הוד כבוד קדושת רבינו שליט"א, וועלכע האט איבערגעגעבן פאר די עוסקים במלאכת הקודש בברכתו ועידודו די ריכטיגע הדרכות וויאזוי מען זאל קענען בס"ד מצליח זיין מיט אזא אויסגאבע, ווי רבינו שליט"א איז געווען עומד על המשמר נאך פון די פריע שטאפלען זינט די פלענער האבן אנגעהויבן צו וועבן, און ער האט אויפגעפאדערט אז דאס זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט איין איינציג ציל אז דאס זאל האבן מיט זיך דעם העכסטן כשרות סטאנדארט, און ער האט באגלייט אלע פרטים אנבאלאנגט דעם אויסגאבע, סיי וואס איז נוגע לגבי די 'אדוויטייזמענ'ס' אז מען זאל נאר מפרסם זיין עד'ס וואס טראגן מיט זיך א ערנסטע ניווא, און סיי וואס איז נוגע לגבי די 'ארטיקלען' אז עס זאל זיין געשריבן אויף א ערליכע אויסגעהאלטענע וועג, און אזוי מיט אלע אנדערע זאכן בכלליות וואס עס איז שייך לגבי דעם אויסגאבע אז עס זאל זיין אויפן העכסטן כשרות שטאפל אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים אין א סאטמאר'ע שטוב כאוות נפשו הטהור של רביה"ק זי"ע. וואס ווי באקאנט האט די רבי זי"ע אריינגעלייגט א געוואלד מיט כח אין די בראשית יארן אין אמעריקא צו ברענגען א תיקון אין די נושא פון צייטונגען אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן, ופקודת נפשו שמרה רוחו ווען מיר זענען מקיים 'לאורו נסע ונלך' מיטן אהערשטעלן אט דאס וואס איז וועט בעז"ה זעהן פאר די אויגן דעם הערליכן 'טועמיה' אויסגאבע ריין ערליך און אויסגעהאלטן.
אסאך אסאך ארבעט איז אריין ביז מען האט זיך ב"ה דערזעהן ווען מען איז זוכה מיטן ערשיינונג פונעם הערליכן אויסגאבע 'טועמיה' וואס טאקע דאס איז אונזער איינציגער ציל, צו געבן פאר'ן חשוב'ן ציבור היראים לדבר ה', אן אויסגאבע וואס זאל זיין מלא וגדוש מיט תוכן ריין און אויסגעהאלטן מיט אלע הידורים און חומרות אזוי ווי עס פאסט לאלו ההולכים בדרכי השקפה הברורה. וואס בס"ד לייגן מיר אריין גאר אסאך כוחות שלא יתערב זר במלאכתנו, און מיר זאלן קענען צושטעלן גאר לערנבארע און העכסט אינטערעסאנטע ארטיקלען, סיי אינטערעסאנטע באשרייבונגען און קרישקעלעך מהנעשה והנשמע בחצרות קדשינו בקהלתינו ובמוסדותינו, און סיי וועלטליכע ידיעות בנושאים שונים מיט א תורה'דיגע בליק, וואו מיר האבן אריינגעלייגט אן א שיעור כח און מח אהערצושטעלן דעם הערליכן אויסגאבע למען ירוץ בו הקורא, סיי מיט'ן אריינלייגן הערליכע גרעפיקס אז עס זאך זיין ציענד און ליינבאר מקטן ועד גדול, און סיי מיט'ן לייגן א דגוש אויף די ארטיקלען אז עס זאל זיין געשריבן בא'טעמ'ט און פליסיג. און מיר ווילן בעז"ה און די קומענדיגע וואכן נאכמער פארברייטערן און פארגרעסערן דעם אויסגאבע מיט נאך פארשידענע באלערענדע באשרייבונגען און קאלומ'ס, וואס מיר האפן טאקע אז סיי איר און סיי אייער משפחה וועט הנאה האבן דערפון, און האבן דערפון א אמת'דיגע עונג רוחני.
עס וועט בעז"ה זיין צו באקומען די וואך לכבוד שבת קודש פרשת שמיני החודש שבת מברכים חודש ניסן ביי אלע שמשים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה אין אלע שטעט, פאר די פרייז פון בלויז $5.99. און א עקסטער ביליגע פרייז וועט עס זיין צו באקומען אין די בתי בשר מקולין די בוטשער געשעפטן דקהלתינו הק' פאר די ספעציעלע פרייז פון בלויז $2.99.
און עס איז זיכער אז עס הייבט זיך יעצט אן א שפאגל נייע תקופה ביי תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר יראי ה' וחושבי שמו, ווען א נייע אור וועט באשיינען און באלייכטן אידישע שטובער, און מיר שפירן פשוט פאר א זכי' צו קענען זיין די ריכטיגע שלוחים מזכה און מהנה זיין אזויפיל ערליכע אידישע קינדער וואס זוכן געשמאקע ליין מאטריאל אויף א הויכע ניווא מיט די ערליכע סטאנדארטן, און דאס האפן מיר טאקע צו נאכגיין אז מען זאל זיך האלטן אויף די גראדע רעלסן מיט די ריכטיגע סייעתא דשמיא ממרום אויף א ערליכע אופן. און עס איז אויך צום האפן אז כמים פנים אל פנים וועט די ציבור החשוב הנאה האבן פון אונזער שווערע ארבעט וואס מיר האבן אריינגעלייגט, און וואס מיר האפן בעז"ה ווייטער אריינצולייגן בעתיד ביתר שאת וביתר עוז!
קדם רבון עלמין כפינו נפרוש, אל אבינו שבשמים בתפלה, אילין מיליא יהון לרקיעיא, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן ווייטער קענען מפיץ זיין און ארויסגעבן מער און מער, להנאת לב אלפי המוני אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, און מיר זאלן ווייטער קענען זיך האלטן אויף אונזערע סטאנדארטן, ריין ערליך און אפגעהיטן, טועמי"ה חיים זכ"ו צו קענען ווייטער מזכ"ה זיין די ערליכע אידנטום כה יתן ה' וכה יוסיף אך לרבות, בביאת משיח צדקינו באנפין נהירין, ובנחת רוח, ומלכינו בראשינו, במהרה בימינו אמן.
טעמ"ה כי טוב סחרה!
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 144

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

Screenshot_20240403_181913_Gmail.jpg
Screenshot_20240403_181913_Gmail.jpg (145.39 KiB) געזען געווארן 598 מאל
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 144

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

unnamed (13) (1).jpg
unnamed (13) (1).jpg (356.04 KiB) געזען געווארן 600 מאל
פיילס
unnamed (14) (1).jpg
unnamed (14) (1).jpg (331.38 KiB) געזען געווארן 600 מאל
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 144

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

unnamed (15) (1).jpg
unnamed (15) (1).jpg (315.05 KiB) געזען געווארן 604 מאל
פיילס
unnamed (16) (1).jpg
unnamed (16) (1).jpg (235.78 KiB) געזען געווארן 604 מאל
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 321

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לך לך »

וואס פשט אז אין בוטשער קאסט עס האלב פרייז פון ביים שמש?
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2717
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2728

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך שמח »

לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:33 am וואס פשט אז אין בוטשער קאסט עס האלב פרייז פון ביים שמש?
לכוארה ''איינע'' פון די צילן פון דעם אויסגאבע איז אז מ'זאל קומען אין בוטשער, אז מ'קומט אין בוטשער האפט מען מ'זאל שוין מאכן די פלייש ארדער דארט...
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 321

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לך לך »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:03 am

אויב עפעס פונקט פארקערט, בוטשער קומט מען ממילא, ביים שמש זאל מען קומען קויפן לעכט, וויין, טשאקלעד וכו.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 123

פאוסט דורך ר' משה »

פון @שמח תגובות ארום טועמיה קוקט אויס ווי ער האט עפעס זייער שטארק אנטקעגען דעי אויסגאבע
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 257

פאוסט דורך פשוטער איד »

לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:24 am

וואלט ביים שמש געדארפט זיין ביליגער

בד"וו וואס איז דאס אנדערש ווי המערכת לשולחן וואס איז באמת א שיינער גיליון

וואסערע חידושים קומט דא מער ווי דארט?
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 321

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לך לך »

פשוטער איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:34 am
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:24 am
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:03 am

לכוארה ''איינע'' פון די צילן פון דעם אויסגאבע איז אז מ'זאל קומען אין בוטשער, אז מ'קומט אין בוטשער האפט מען מ'זאל שוין מאכן די פלייש ארדער דארט...
אויב עפעס פונקט פארקערט, בוטשער קומט מען ממילא, ביים שמש זאל מען קומען קויפן לעכט, וויין, טשאקלעד וכו.
וואלט ביים שמש געדארפט זיין ביליגער
דעס איז וואס איך זאג.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 192

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך יאנטשי »

פשוטער איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:38 am בד"וו וואס איז דאס אנדערש ווי המערכת לשולחן וואס איז באמת א שיינער גיליון

וואסערע חידושים קומט דא מער ווי דארט?
דאס איז נישט קיין גליון, עס איז א מאגאזין.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4387
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6725

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קוקט אויס א שטייגער ווי בחצרות סאטמאר.
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 257

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך פשוטער איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:40 am קוקט אויס א שטייגער ווי בחצרות סאטמאר.
אבער אן בילדער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2717
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2728

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך שמח »

ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:31 am
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:03 am
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:33 am וואס פשט אז אין בוטשער קאסט עס האלב פרייז פון ביים שמש?
לכוארה ''איינע'' פון די צילן פון דעם אויסגאבע איז אז מ'זאל קומען אין בוטשער, אז מ'קומט אין בוטשער האפט מען מ'זאל שוין מאכן די פלייש ארדער דארט...
פון @שמח תגובות ארום טועמיה קוקט אויס ווי ער האט עפעס זייער שטארק אנטקעגען דעי אויסגאבע
נו, וואס האב איך דערקעגן?!

אפשר האב זיי מיר געגעבן צו א קליינע קאלום צו שרייבן דארט...

(פשוט איך קען אביסל די היסטאריע פון די ארויסגעבער דערפאר האב איך א שלעכטע בליק אויף עס..., האפענטליך וועלן זיי מיר יא אנטוישן דאס מאל און נישט טון וואס זיי פלעגן טון אין די עבר)
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 123

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך ר' משה »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:32 pm

ווער איז די ארויסגעבער?

ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:38 pm

דו ווייסט נישט?! פאפא בארא פארק

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:43 pm

איך ווייס וועלכע קהילה אבער נישט ווער
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1117

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך שבת קודש »

פארוואס פארקויפט מען עס נישט אין די גראסריס?

מעגליך איז דאס א אפמאך מיט 'דער איד'
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 257

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך פשוטער איד »

הער איך אז מנחם גאלד שרייבט דארט אינטער א אנדערע נאמען?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2717
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2728

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך שמח »

ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:45 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:43 pm
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:38 pm
ווער איז די ארויסגעבער?
דו ווייסט נישט?! פאפא בארא פארק
איך ווייס וועלכע קהילה אבער נישט ווער
אייזיק דאסקאל וכו'
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 321

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך לך לך »

די מוסדות אין קרית יואל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (239.72 KiB) געזען געווארן 423 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
הורדוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:50 pm
Location: Brooklyn
x 7

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

פאוסט דורך הורדוס »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:03 am
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:33 am וואס פשט אז אין בוטשער קאסט עס האלב פרייז פון ביים שמש?
לכוארה ''איינע'' פון די צילן פון דעם אויסגאבע איז אז מ'זאל קומען אין בוטשער, אז מ'קומט אין בוטשער האפט מען מ'זאל שוין מאכן די פלייש ארדער דארט...

טאקע באקאנט אז סאטמאר פלייש מוטשעט זיך מיט קונים...
שרייב פאוסט