"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

דעס איז דען געאייגענט פאר סאטמאר אזא סארט זאך
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 589

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 2:53 pm רייסט היבש אריין אין די נדיבי סאטמאר

Screenshot_20260902_145226_Gallery.jpg
ער מײנט נישט די נדיבי סאטמאר, ער רעדט לגבי א געוויסע כולל וואס צאלט אויסטערליש שוואך, ווען זיי צאלן.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

ער רעדט וועגן א ווינט פון אדירי התורה וואס די ישיבישע וועלט מאכט פאר בני תורה
עס איז א געזונטע פראסק פאר אסאך סאטמארע נדיבים
די חידוש איז ער ערלויבט זיך עס צו טון בריש גלי
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2142
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7519

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 8:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 2:53 pm רייסט היבש אריין אין די נדיבי סאטמאר

Screenshot_20260902_145226_Gallery.jpg
ער מײנט נישט די נדיבי סאטמאר, ער רעדט לגבי א געוויסע כולל וואס צאלט אויסטערליש שוואך, ווען זיי צאלן.

לדעתי, האבנדיג געלערנט אין דעם כולל, איז עס נישט די שולד פון די נדיבי סאטמאר, עס איז 100% די שולד פון די הנהלת הכולל.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 589

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 9:16 pm
נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 8:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 2:53 pm רייסט היבש אריין אין די נדיבי סאטמאר

Screenshot_20260902_145226_Gallery.jpg
ער מײנט נישט די נדיבי סאטמאר, ער רעדט לגבי א געוויסע כולל וואס צאלט אויסטערליש שוואך, ווען זיי צאלן.

לדעתי, האבנדיג געלערנט אין דעם כולל, איז עס נישט די שולד פון די נדיבי סאטמאר, עס איז 100% די שולד פון די הנהלת הכולל.
דאס זאג איך.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 589

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 9:04 pm ער רעדט וועגן א ווינט פון אדירי התורה וואס די ישיבישע וועלט מאכט פאר בני תורה
עס איז א געזונטע פראסק פאר אסאך סאטמארע נדיבים
די חידוש איז ער ערלויבט זיך עס צו טון בריש גלי
זיי מסביר
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 10:10 pm

אז מ'מאכט ביי נדיבי סאטמאר א ווינט אזוי ווי אין די ישיבישע וועלט קען ווערן א עכטע טויש לגמרי
עס איז א שווערע מיינדסעד צו טוישן
מיט א ישיבישע וועלט אקציע קען מען עס מאכן ווען די הנהלות זאלן האבן פון ווי ארויסצושלעפן עכטע סכומים וואלט געווען א אנדערע וועלט
עס איז זייער ווייט פון רופא חולים און בוני עולם די נושא

ווען די הנהלות זאלן זיצן ביי אזעלכע קאסעס ווי שלמה באכנער וואלט געווען א אנדערע וועלט

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2026 11:41 pm

און וואס די פראסק?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק

ווען אין די ישיבישע וועלט האט מען אויפגעבויט אַ סיסטעם וואס מאביליזירט מולטי מיליאנען דאלארן פאר בני תורה מיט אַן אומגעהויערע ענערגיע
ווען סאטמארע נדיבים ווערן פארגעהאלטן וויאזוי די ליטווישע וועלט קען איבערקערן א מארקעט פון פאנדרעיזינג און צאמנעמען אוצרות פון געלט אויף איין מאָל,
ווייזט דאס אן אויף א גייסטישע פארהארטעוועקייט אין די אייגענע קוועלער

בשעת סאטמאר האט יארן לאנג געהאט די שם אז די פילאנטראפיע און מוסדות אויפבויען איז אומפארגלייכבאר אין דער וועלט
קומט דא דער עולם הישיבות און פראסקעט אין פרצוף אז זיי קענען בויען א פיל גרעסערע און שטארקערע פינאנציעלע מאַשינערי פֿאַר די בני תורה,
דעס איז א היבשער פראסק.

בשעת וואס סאטמאר שאפט ס''ה אפשר 3-4 מיליאן פאר די בני תורה, לכאורה אינאיינעם מיט מהר''א 7-8
שאפט די ישיבישע פילאנטראפישע ענערגישער מאשין עטליכע הונדערט רעדלעך א יאר
די משמעות פון א פראסק האט עד היום נישט אזוי אפגעהילכט ווי דעיס
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 589

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך נויז מאשין »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:33 pm אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק
ביטע צוטיר ווען די ענטפערסט.

די נגידים זענען גארנישט שולדיג, שולדיג איז א כולל וואס צאלט נישט אבי אין די וועלט אריין. נישט אין ק''י און נישט אין וומ''ס.

אז די ראשי הכולל ווילן, קענען זיי אויפבויען זייער פאנדרעיזינג
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 170

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך קראכמאל »

נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:15 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:33 pm אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק
ביטע צוטיר ווען די ענטפערסט.

די נגידים זענען גארנישט שולדיג, שולדיג איז א כולל וואס צאלט נישט אבי אין די וועלט אריין. נישט אין ק''י און נישט אין וומ''ס.

אז די ראשי הנהלת הכולל ווילן, קענען זיי אויפבויען זייער פאנדרעיזינג
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:15 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:33 pm אויב נישט דעס הייסט א פראסק וואס רופסטו יא פראסק
ביטע צוטיר ווען די ענטפערסט.
די נגידים זענען גארנישט שולדיג, שולדיג איז א כולל וואס צאלט נישט אבי אין די וועלט אריין. נישט אין ק''י און נישט אין וומ''ס.
אז די ראשי הכולל ווילן, קענען זיי אויפבויען זייער פאנדרעיזינג
צא ובדוק וואס די נגידים אין די עולם הישיבות האבן געטון (די נגידים אליין, האט קיין שייכות צו עסקנים הנהלה, די נגידים ברענען פאר דעם מיט א פייער,
בעת וואס ביי אונז וועט א נגיד ספענדן פאר דעי אדער יענע גרויסע מאורע פאר די חצר וועלן זייערע נגידים ברענען פאר תמיכת לומדי תורה) ביים סליחות 'בושנו מכל דור' קען מען נאכאמאל רויט ווערן פאר דעם אליין

בעת וואס ביי אונזערע רייען זעהט מען עס געשעהן פאר א בנין דא א בנין דארט

זיצן ביי זיי ריזיגע ביליאנערן און טרייבן אויף אסטראנאמישע מיליאנען פאר ברויט און פלייש און רענט פאר די בני תורה

זיך פארשטעקן די קאפ אין זאמד וועט ווייניג העלפן, קוק די טרוקענע פאקטן אין פנים
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 417
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1119

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חנן »

ביטע, הערט אויף מיט קאפ האקערייען.

די הונדערטע מיליאנען וואס ווערן אויפגעטריבן זענען פאר צענדליגע, אדער גאר הונדערטע, ישיבות און כוללים צוגלייך. די כולל יונגעלייט דארט וועלן נישט יעצט באקומען מער געלט לכבוד דעם, פונקט ווי די היגע יונגעלייט וועלן נישט באקומען מער געלט אויב די גאווערמענט פראגראמען שטעלן זיך אפ און מען דארף זיך נעמען אויפטרייבן ריזיגע געלטער פאר די ישיבות און כוללים.

ביי אונז זענען די ישיבות מיט די כוללים מער ווייניגער מסודר דורך רעגירונגס פראגראמען, דעריבער וועט מען אויפטרייבן שווערע מיליאנען פאר בנינים. אין ארץ ישראל טרייבט מען (כמעט) נישט אויף קיין מיליאנען פאר בנינים, רוב קרייזן באקומען בנינים פר די מוסדות פון דער מדינה און מיט וואס מען גיבט איז מען צופרידן, נאר איינמאל מען האט זיך געטראפן אין א שווערע מצב, ווען נאך אזויפיל יארן זיין צוגעוואוינט אז אלעס איז מסודר, מען באקומט רעגירונגס פראגראמען וואס העלפן דעקן די בודזשעטן פון די מוסדות, האט זיך דאס אפגעשטעלט, דעריבער מוז מען אויפהייבן א רייע גדולי ישראל און זיי ארומפירן איבער דער וועלט פאר פאנדרעיזינג.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2142
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7519

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

אין בית מדרש גבוה דארף מען ווארטן דריי יאר (נישט קיין טעות אדער גוזמא) נאך די חתונה צו קענען באקומען כולל געלט. אבער, ווען מען באקומט די געלט איז עס גאר א שיינע סכום וואס העלפט דעקן א גרויסע חלק פונ'ם יונגערמאן'ס בודזשעט. אין סאטמאר וויליאמסבורג (מהרי"י) באקומט מען תיכף ומיד כולל געלט, וואס באשטייט פון גאנצע $400 א חודש (ניטאמאל גענוג צו דעקן די חודש'ליכע גראסערי) אויב 1) מען איז אין כולל א גאנצן טאג, 2) מען גיבט אריין די קאלעדזש פראגרעמס, און 3) מען ברענגט אריין 500 א יאר (שאפן פורים וכדומה). עס איז נישט געטריבן ליצנות פון די כולל יונגעלייט, עס איז זיי מבזה געווען בראש כל חוצות.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן. די שולד ליגט עקסקלוסיוולי, אך ורק אויף די הנהלת הכולל, וואס פירן עס ווי עס וואלט געווען א באנקראטירטע אנזעץ און מאכן נישט די מינדעסטע אנשטרענגונג אז די כולל זאל זיין ווערט איר נאמען. כ'וואלט געקענט מאריך זיין דערין אבער לשון הרע ערב סליחות האט אויך א שיעור... ווער ס'וויל וויסן זאל כאפן א שמועס מיט איינער פון די ראשי כולל וועט ער געוואויר ווערן פונקטליך וואס גייט פאר.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 417
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1119

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חנן »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm אין בית מדרש גבוה דארף מען ווארטן דריי יאר (נישט קיין טעות אדער גוזמא) נאך די חתונה צו קענען באקומען כולל געלט. אבער, ווען מען באקומט די געלט איז עס גאר א שיינע סכום וואס העלפט דעקן א גרויסע חלק פונ'ם יונגערמאן'ס בודזשעט. אין סאטמאר וויליאמסבורג (מהרי"י) באקומט מען תיכף ומיד כולל געלט, וואס באשטייט פון גאנצע $400 א חודש (ניטאמאל גענוג צו דעקן די חודש'ליכע גראסערי) אויב 1) מען איז אין כולל א גאנצן טאג, 2) מען גיבט אריין די קאלעדזש פראגרעמס, און 3) מען ברענגט אריין 500 א יאר (שאפן פורים וכדומה). עס איז נישט געטריבן ליצנות פון די כולל יונגעלייט, עס איז זיי מבזה געווען בראש כל חוצות.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן. די שולד ליגט עקסקלוסיוולי, אך ורק אויף די הנהלת הכולל, וואס פירן עס ווי עס וואלט געווען א באנקראטירטע אנזעץ און מאכן נישט די מינדעסטע אנשטרענגונג אז די כולל זאל זיין ווערט איר נאמען. כ'וואלט געקענט מאריך זיין דערין אבער לשון הרע ערב סליחות האט אויך א שיעור... ווער ס'וויל וויסן זאל כאפן א שמועס מיט איינער פון די ראשי כולל וועט ער געוואויר ווערן פונקטליך וואס גייט פאר.
דער חילוק ליגט אינעם פונדעמאנטאלער צוגאנג צו א כולל וואס איז גענצליך אנדערש צווישן חסידים און ליטאים. ביי אונז ווייסט מען אז מען זיצט און לערנט ווי לאנג עס גייט און דערנאך גייט מען מקיים זיין דער כתובה. דעריבער, די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה וואס מען זיצט נאך אין כולל, ארבעט די ווייב, צומאל שטיצן די עלטערן אונטער און די הוצאות זענען נאכנישט אזוי גרויס. די געלט פון כולל איז נאר אזא זייטיגע מתן שכרה בצידו, ווי די פאר דאלאר וואס מען באקומט פאר א דרשו בחינה.

ווידער ביי די ליטאים איז ארויסגיין ארבעטן א נחות דרגא, יעדער ערנסטער יונגערמאן צילט צו קענען זיצן אין כולל זין גאנץ לעבן, מילא די ערשטע פאר יאר, קען מען זיך נאך אן עצה געבן אן די כולל געלט, פונקט ווי ביי די חסידים, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר נאך די חתונה און די בודזשעט הייבט שוין אן דרוקן, וועט די כולל אנהויבן צאלן, כאטש נישט ווי א געווענליכע ארבעט, אבער יא גענוג אז דער וואס וויל זאל קענען בלייבן ביים לערנען.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן.
איר חלומ'ט בהקיץ
די חברה ווערן איבערגענומען פון א גרויס טאוועל אדער פון נושאים בנוגע ארץ ישראל אדער בוני עולם רופא חולים וכו'
צו פארשטיין דעם חשיבות פון א בן תורה איז בושות און חרפות ווי מ'האלט
עס איז זייער קלאר די שליסל נאר ביי זייער זייט
קוק די דיפרענצען צווישן די קאסעס קיין ארץ ישראל פאר צרכי רפואה און אנדערע עמאושענעל צוועקן
שמות הבנינים

סתם א אידל וואס זיצט און הארגעט זיך פאר תורה וואס אונז זאג מיר טעגליך צופרי די משנה אין פאה
אז פאר דעם אידל צו שטיצען קומט מער ווי אלע עמאושענעל צוועקן איז נעבעך נישט דא די פארשטאנד

און יא לואי שיינער מיט הערצקע פון לעיקוואד האבן געמאכט א ברעינסטארמינג מהפכה אין די ישיבישע וועלט
ביי אונז איז עס א בחינה פון תורה תורה חגרי שק

טועמי' קומט אריין היבש אנדערש פינעם מהלך ביז היינט
האב איך פאר זיי א שטיקל מארקעטינג געדאנק אבער עס קען אפשר נאר האבן צווישן רופן פון דעם און יענעם
לדוגמא פידבעק פון אינסטיטוציעס אינערהאלב די קהילה
למשל וועכנטליך איז דא דעקונג פון דער קולי שמע פידבעק ווי פרייליך יעדער איינער איז מיט די ק''י מוסדות

ס'זיכער דא אמאל הערות פון מענטשן וואס מ'קען ווען ליפטערן צו בעסער מאכן זאכן
אזא טועמי' קען ווען ניצן זייער פלאטפארמע פאר אזעלכע הערות
די שאלה איז נאר צו ער וועט עס קענען איבערלעבן
אבער אלץ מארקעטינג וואלט עס זיכער געווען א תועלת
מרדכי מנחם
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:56 pm
x 28

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך מרדכי מנחם »

איך מיש דורך די טועמי', קעגן דעם בחצרות. טראץ דעם וואס איך ליין ביידע נישט רעגלמעסיג, און איך גרויל מיר פון די פופצן זייטן בילדער העפט אין בחצרות. קען איך נישט פארשטיין פארוועם טועמי' איז געמאכט.

אנגעהויבן פון די ערשטע בלאט וועכנטליכע דמיון/טעלערליך קאלום וואס לאנדעט אפסייד דאון ווי א פאפירענע פליגער, דאן עטליכע בריוון ווי געלונגען טועמי' איז, אביסל טועמי' באמערקט בילדער וואס דערמאנט פון שמואל ווידער'ס פייגעלע לאנדעט אויף א שטאנג אין דרום כינע, און אט קומט דער מאגאזין. וואך איין וואך אויס איין אדווערטייזמענט ארטיקל פון א סאטמארע אינסטיטוטציע, - א שול אין ק''י, א חתונה זאל, אדער וואס. - און איין באצאלטע אדווערטייזמענט פאר א ארץ ישראל'דיגע ארגענעזאציע אדער סיי ווער ס'מאכט א קאמפיין. זה הא.

דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג וואס לויט די מארקעטינג דארף די צוויי טשאדעלע באדעלע מעשיות ממש איינשלינגן אלע ענגלישע און אידישע מאגאזינען. זינט איך ליין נישט גרינג ענגליש, און מעלות טרעט נישט איבער מיין שוועל, קען איך נישט זאגן צו ס'איז אמת אדער נישט.

לעומת זה שטייט בחצרות, וואך איין וואך אויס גוטע היסטארישע חומר. ידיעות, היסטאריע, הלכה, פולמוס, אינטערוויו'ס, עכטע נאלעדזש.

איינער קען מיר מסביר זיין ווער ס'דארף דעם טועמי'? זענען דא מענטשן וואס צאלן געלט דערפאר, אדער אין אלע גראסערי'ס בלייבט עס איבער אזויווי אין מיין לאקאלע.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 332

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך גאלדבערג »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 4:47 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 2:51 pm.

יעצט, צו זאגן אז די סאטמארע נדיבים זענען שולדיג איז נישט ריכטיג. ווען מען זאל ווען פרובירן צו שאפן געלט פאר די כולל צו קענען צאלן א לייטישע געהאלט וואלטן זיי זיך אודאי משתתף געווען מיט שיינע סכומים, פונקט ווי זיי זענען זיך משתתף פאר יו טי עי, יו טי עס און אלע אנדערע צוועקן.
איר חלומ'ט בהקיץ
די חברה ווערן איבערגענומען פון א גרויס טאוועל אדער פון נושאים בנוגע ארץ ישראל אדער בוני עולם רופא חולים וכו'
צו פארשטיין דעם חשיבות פון א בן תורה איז בושות און חרפות ווי מ'האלט
עס איז זייער קלאר די שליסל נאר ביי זייער זייט
קוק די דיפרענצען צווישן די קאסעס קיין ארץ ישראל פאר צרכי רפואה און אנדערע עמאושענעל צוועקן
שמות הבנינים

סתם א אידל וואס זיצט און הארגעט זיך פאר תורה וואס אונז זאג מיר טעגליך צופרי די משנה אין פאה
אז פאר דעם אידל צו שטיצען קומט מער ווי אלע עמאושענעל צוועקן איז נעבעך נישט דא די פארשטאנד

און יא לואי שיינער מיט הערצקע פון לעיקוואד האבן געמאכט א ברעינסטארמינג מהפכה אין די ישיבישע וועלט
ביי אונז איז עס א בחינה פון תורה תורה חגרי שק
הגם פון יואל לאנדא איז ארויס א בירור הלכה נגד בניית בנינים והנצחות
נאר ענדערש געבן פאר בני תורה
אבער די חברה דערווייל הארכען אים נישט
שרייב פאוסט