לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 49

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך פריילאך »

פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm
אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
אז מי”וו קען שוין שטיין נעבן מהר”א, וואס אמאל איז ער געווען בבל יראה, שיין געזאגט, פארשטייט וואס איך מיין.

נ.ב. אז איר און אלע מגיבים ווייסט נישט אלעס מיזט איר נישט גראד ליצנות מאכן, סנעמט אוועק די אפעטיט צו שרייבן אנדערע זאכן אויך,
בתקווה להבנה
א דאנק
משה זיך מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:51 pm
x 114

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך משה זיך מיך »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:26 pm
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm

יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
'פאר די וואס ווייסן'...מארגן קומט שוין א שידוך...וואסע שאלע??
זיי האבן סאך האקעל זיך באגריסט! ווילסט אז זיי זאלן נעקסטיים זיך איגנארן?? 'פאר די וואס ווייסן'...ארבעט מען שוין אויף דעם...
מען ארבעט שוין אויף וואס?
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 281

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:32 pm
הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:26 pm
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
'פאר די וואס ווייסן'...מארגן קומט שוין א שידוך...וואסע שאלע??
זיי האבן סאך האקעל זיך באגריסט! ווילסט אז זיי זאלן נעקסטיים זיך איגנארן?? 'פאר די וואס ווייסן'...ארבעט מען שוין אויף דעם...
וואס הארט דיר אז מענטשען זענען אפטימיסטיש
ס'איז נישט 'אפטימיסטיש' ס'איז 'פייערליכע דמיונות'
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
משה זיך מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:51 pm
x 114

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך משה זיך מיך »

פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:36 pm
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm

יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
אז מי”וו קען שוין שטיין נעבן מהר”א, וואס אמאל איז ער געווען בבל יראה, שיין געזאגט, פארשטייט וואס איך מיין.

נ.ב. אז איר און אלע מגיבים ווייסט נישט אלעס מיזט איר נישט גראד ליצנות מאכן, סנעמט אוועק די אפעטיט צו שרייבן אנדערע זאכן אויך,
בתקווה להבנה
א דאנק
ווער איז מי"וו?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 352

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך גאלדבערג »

חסיד נלהב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:44 pm פון די גאנצע באזוך גייט מיך בעיקר אן די קורצע באזוך פון כ''ק מהר''א שליט''א. און פון דעם וועט ווארשיינליך זיין נישט קיין באריכטן און נישט קיין בילדער.. חבל
כלל ישראל'ס בלוט איז נישט רויט?
פארוואס נאר יענע פאר מינוט
ריכטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 66

פאוסט דורך ריכטיג »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:39 pm

מהר"א האט דען דארט גערעדט וועגן זיינע פריוואטע אינטערעסן?
אין א פריוואטע זיצונג קען מען מער אויפטון פארן כלל ווי אין א גרויסע צוזאמענטרעף.
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 281

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:36 pm
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm

יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
אז מי”וו קען שוין שטיין נעבן מהר”א, וואס אמאל איז ער געווען בבל יראה, שיין געזאגט, פארשטייט וואס איך מיין.

נ.ב. אז איר און אלע מגיבים ווייסט נישט אלעס מיזט איר נישט גראד ליצנות מאכן, סנעמט אוועק די אפעטיט צו שרייבן אנדערע זאכן אויך,
בתקווה להבנה
א דאנק
כ'האב נישט געמיינט צו טשעפען
בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן 'מי''וו' ער איז שוין געווען ביים רבי'ן פול מער מאל ווי נאר יעצט ביי די ירושה

אגב. די טעמע הייסט ''לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה -אלול תשפ"ו-'' און נישט ''וועט סאטמאר שלום מאכן???'' כ'וויל פלעין נישט אז די מערכת זאל אנהייבן דא א מעקעראציע
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

טראמפ איז בכלל אינטרעסירט אין די "הנותן תשועה" וכו'? ווי ס'קוקט אויס ער איז נישט אזא רעליגייזער
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 352

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך גאלדבערג »

ריכטיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:40 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:39 pm
חסיד נלהב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:44 pm פון די גאנצע באזוך גייט מיך בעיקר אן די קורצע באזוך פון כ''ק מהר''א שליט''א. און פון דעם וועט ווארשיינליך זיין נישט קיין באריכטן און נישט קיין בילדער.. חבל
כלל ישראל'ס בלוט איז נישט רויט?
פארוואס נאר יענע פאר מינוט
מהר"א האט דען דארט גערעדט וועגן זיינע פריוואטע אינטערעסן?
אין א פריוואטע זיצונג קען מען מער אויפטון פארן כלל ווי אין א גרויסע צוזאמענטרעף.
לכאורה האט מען געפועלט פאר די צרכי העיר
ולטובת בני הקהילה
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 910
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1553

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:46 pm טראמפ איז בכלל אינטרעסירט אין די "הנותן תשועה" וכו'? ווי ס'קוקט אויס ער איז נישט אזא רעליגייזער
לויט טורקס יא.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 352

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך גאלדבערג »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:04 pm @יואלי לנדא @גורע זענען מבטל גזירת הגיוס
אויב האבן זיי געדארפט לייגן לחץ אז די רבי'ס זאלן נישט רעדן שטייט מען פיין
לאנדא קיפ אפ
ריכטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 66

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך ריכטיג »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:51 pm
זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:04 pm @יואלי לנדא @גורע זענען מבטל גזירת הגיוס
אויב האבן זיי געדארפט לייגן לחץ אז די רבי'ס זאלן נישט רעדן שטייט מען פיין
לאנדא קיפ אפ
מ'האטעך למעשה יא גערעדט... לויט די באריכטן.
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

ריכטיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:53 pm

א האלבע וורט, אלס ענפטער ווען די משוגענער האט זיך שטאלצירט מיט זיין שטיצע צו איזריאעל

עס איז נישט געווען א מדובר ווען מ'האט גערעדט תכלית

און דאס האט געזאגט מהר"א, מיינסט צו זאגן אז יואלי האט עם געשיקט?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 352

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך גאלדבערג »

ריכטיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:53 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:51 pm
זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:04 pm @יואלי לנדא @גורע זענען מבטל גזירת הגיוס
אויב האבן זיי געדארפט לייגן לחץ אז די רבי'ס זאלן נישט רעדן שטייט מען פיין
לאנדא קיפ אפ
מ'האטעך למעשה יא גערעדט... לויט די באריכטן.
גערעדט אויף למעשה?
אדער נאר געשמועסט
משה זיך מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:51 pm
x 114

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך משה זיך מיך »

קול בחצרות מעלדט איבער ביידע אדמור"י סאטמאר וואס האבן זיך באגריסט ביים ווייסן הויז - דאנערשטאג פרשת נצבים-וילך תשפ"ו:
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 87

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך עטוואס »

ווען איז ערווארטעט צו ערשינען די ערשטע בילדער פון די אסיפה און די זיצונג אינעם אוועל אפיס??
אוועיטער
פארק שול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 338

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך פארק שול »

מיר בעטן בכל לשון של בקשה די קליינע קינדער זאלן נישט אריין שרייען.
עס איז דא ערוואקסענע וואס פרובירן צו האבן א געהעריגע שמועס און מיטהאלטן די פשוטע נייעס
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 281

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

אויף אייוועלט
פיילס
Screenshot 2026-09-03 172112.png
Screenshot 2026-09-03 172112.png (105.99 KiB) געזען געווארן 567 מאל
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 281

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

ערשטע באריכט מיט טייל פרטים בצה''ק פון כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק מהר''א שליט''א:

*לפני מלכים ושרים יתיצב, לב מלכים ושרים ביד ה'*

היסטארישע רבנישע דעלעגאציע באזוכן אינעם ווייסן הויז אין וואשינגטאן הבירה,היינטיגן דאנערשטאג נצו''י, דורך גדולי הרבנים אין שפיץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א זעלטעענע אסיפה מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה.

אום 12:59 האט דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם DCA עירפארט אין וואשינגטאן די. סי.
אין עירפארט האט אפגעווארט קאנגרעסמאן פעט רייען פון קרית יואל געגענט צו באגריסן דעם רבי'ן.

דער רבי איז צוגעפארן א קורצע וועג פון 10 מינוט צום ווייסן הויז, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:35.

דער רבי איז אריין אינעם רוזעוועלט צימער אין באגלייטונג פון מיט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, און די משמשים בקודש הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, און הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו מראשי הנהלת הקרי' קר''י.
תיכף ביים אהנקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט 'אלע' אנוועזענדע רבנים, און דאן זיך אראפגעזעצט צו אן אסיפה מיט די העכסטע אדמיניסטראציע באאמטע, ווי מען האט אדרעסירט אלע אידישע אינטערעסן פון דאהי און פון איבעראל.
די אנוועזענדע רבנים הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ר''י לעיקוואד כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א מהרי״י און הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען קאנגרעסמאן מייק לאוער וועלכע האט שטארק געארבעט פארן באזוך.

הרה''ח ר' יואל ראזענפעלד הי''ו מגדולי עסקני באבוב האט געעפנט די אסיפה און אדרעסירט געוויסע נושאים, צווישן אנדערע וועלכע האבן גענומען דאס ווארט במשך האסיפה איז געווען די חשובע רבנים ובראשם כ"ק רבינו שליט''א, אבד''ק וומסב''ג שליט''א, הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו, הרה"ח ר' ישראל משה שפיטצער הי"ו מעיר דשיכון סקווירא, הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן הי''ו, העסקן ר' יודא לייב זארגער הי"ו, העסקן ר' משה מארגארעטן הי"ו, און מען האט אויסגעשמועסט אסאך וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע בכלליות פארן יהדות החרדית און ספעציעל פאר אידן אין ניו יארק און ניו דזשורזי, מיט די אנוועזענדע באאמטע.

עקסטער האט הרה"ח ר' גדלי' ארויסגעברענגט די געברויכן פון די אריבער 50 טויזענט נפשות כ"י מתושבי קרית יואל יצ"ו און אדרעסירט די פראבלעמען מיט וואס די אדמיניסטראציע קען זיין בייהילפיג.

נאך א לענגערע צייט איז דער ווייס פרעזידענט דזשעי די ווענס יר"ה אריינגעקומען און זיך באגריסט מיט די רבנים און עסקנים, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.

דערנאך איז רבינו שליט''א אין באגלייטונג פון הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו אריין גערופן געווארן עקסטער צום פרעזידענט יר''ה אויף א פריוואטע אסיפה פאר אירוע צייט פון בערך 15 מינוט, איבער פדיון שבויים אנגעלעגנהייטן.
דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיטן פרעזידענט און האט פערזענדליך אויסגעשמועסט די וויכטיגע נושאים מיטן פרעזידענט יר"ה, דער פרעזידענט האט מיט א קענטיגע הערצה לכבודו פון רבין שליט"א, משיב געווען און אויסגעשמועסט די ענינים בטוב טעם ודעת.

נאך די פריוואטע אסיפה זענען די איבעריגע אנוועזנדע רבנים אינאיינעם מיט הרה"ח ר' ישראל משה שפיצער הי"ו מעיאר פון שיכון סקווירא שפיצער און הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן הי''ו אריין גערופן געווארן זיך טרעפן מיטן פרעזידענט אינעם אוועל אפיס.

רבינו שליט''א וועלכער איז געווען שוין דארט פון פריער, האט אויסגעווארט ביז אלע איבעריגע רבנים האבן זיך יעדער עקסטער באגריסט מיטן פרעזידענט.

דאן האט זיך רבינו שליט"א, וועלכער איז געזעצן הארט אנטקעגן איבער דעם פרעזידענט אין צענטער פונעם אוועל טיש, אינאיינעם מיט אלע אנוועזענדע רבנים ארום דעם טיש, זיך אויפגעשטעלט און האט פארגעזאגט די תפלה לשלום המלכות 'הנותן תשועה למלכים' און דערנאך מכבד געווען הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו צו איבערטייטשן אין ענגליש.

דער פרעזידענט האט מיט א קענטליכע התרגשות געהייסן מ'זאל תיכף ארויף רופן זיין איידעם ר' דזשערעד קושנער שיחי', זאגענדיג: 'ער מוז דא זיין ווען אזאלכע חשובע געסט זענען דא'.

נאך די תפלה האט דער רבי געזאגט אפאר ווערטער לכבודו פונעם פרעזידענט, און זיך באדאנקט פאר זיין באוואוסטע פארארדענונג צוריק צו עפענען די בתי מדרשים און מוסדות ביי די ביטערע קאוויד תקופה, און ממשיך געווען מיט אנדערע נושאים למען היהדות החרדית.

דאן האט גענומען דאס ווארט אויף געציילטע מינוט הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און איבערגעגעבן פארן פרעזידענט א בריוו פון זיין טאטן. אויף וואס דער פרעזידענט האט זיך נאכגעפרעגט בשלום אביו האדמו"ר שליט"א.

דערנאך האט דער רבי אינאיינעם מיט די אנדערע רבנים שליט"א ממשיך געווען דעם שמועס מיטן פרעזידענט איבער פארשידענע נושאים וואס איז נוגע דאס יהדות החרדית בארץ ובגולה.

דער רבי האט פארבעטן הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ר"י בית מדרש גבוה לעיקוואד צו זאגן אפאר ווערטער, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט ענדערש איבערגעגעבן א פריוואטן בריוו פארן פרעזידענט איבער פארשידענע ענינים.

אין א מערקווירדיגן שריט, האט דער פרעזידענט אינמיטן די אסיפה פלוצלינג געבעטן פונעם רבי'ן זיין צעטיל, אויף וואס ס'איז געווען פארגעשריבן די פרטים וואס דער רבי האט אויסגעשמועסט פריער ווען ער איז געזעצן מיטן פרעזידענט פריוואט, דער רבי האט דאס געגעבן און דער פרעזידענט האט דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין שיפלאד.

נאך א לענגערע צייט פון קרוב צו א האלבע שעה האט מען זיך פריינטליך אפגעזעגענט פונעם פרעזידענט און זיך באדאנקט פאר די שיינע אויפנאמע.

אינדרויסן ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי געזעגנט בברכת השנים פון די אנוועזענדע רבנים און געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים.
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 910
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1553

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אויב דער רבי האט אים געגעבן די הענט, מעג מען מיין איך שוין אויסזאגן אז יענער איז דארט געווען...
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1112
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1369

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך איד »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:22 pm אויף אייוועלט
למעשה איז עס יא באשטעטיגט געווארן אלץ קראנט
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:35 pm

אין א מערקווירדיגן שריט, האט דער פרעזידענט אינמיטן די אסיפה פלוצלינג געבעטן פונעם רבי'ן זיין צעטיל, אויף וואס ס'איז געווען פארגעשריבן די פרטים וואס דער רבי האט אויסגעשמועסט פריער ווען ער איז געזעצן מיטן פרעזידענט פריוואט, דער רבי האט דאס געגעבן און דער פרעזידענט האט דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין שיפלאד.
ער קען ליינען אידיש? :D אפשר כאטש דזשעראד קען אידיש?
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1910

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך צווייטער »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:42 pm
הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 5:35 pm

אין א מערקווירדיגן שריט, האט דער פרעזידענט אינמיטן די אסיפה פלוצלינג געבעטן פונעם רבי'ן זיין צעטיל, אויף וואס ס'איז געווען פארגעשריבן די פרטים וואס דער רבי האט אויסגעשמועסט פריער ווען ער איז געזעצן מיטן פרעזידענט פריוואט, דער רבי האט דאס געגעבן און דער פרעזידענט האט דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין שיפלאד.
ער קען ליינען אידיש? :D אפשר כאטש דזשעראד קען אידיש?
chat GPT קען זייער גוט אידיש
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 171

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך קראכמאל »

איך האב מורא דער פרעזידענט האט נישט געוואלט עס זאל בלייבן א זכר פון יענע שמועס.
חסיד נלהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 161

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך חסיד נלהב »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:26 pm
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm

יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
'פאר די וואס ווייסן'...מארגן קומט שוין א שידוך...וואסע שאלע??
זיי האבן סאך האקעל זיך באגריסט! ווילסט אז זיי זאלן נעקסטיים זיך איגנארן?? 'פאר די וואס ווייסן'...ארבעט מען שוין אויף דעם...
יעדע בר דעת האט פארשטאנען אז דאס גייט ערגעץ ווי פאסירן ביי דעם באזוך. וואס דען איז געווען ערוואטעט, אז זיי זאלן זיך איגנארירן?
אויב עפעס איז די טעלעפוין געשפרעך ביי קאוויד געווען מער אומערווארטעט, און דאס איז געווען נאך איידער די ירושה צוטיילונג.
שרייב פאוסט