חסיד נלהב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:44 pm
פון די גאנצע באזוך גייט מיך בעיקר אן די קורצע באזוך פון כ''ק מהר''א שליט''א. און פון דעם וועט ווארשיינליך זיין נישט קיין באריכטן און נישט קיין בילדער.. חבל
חסיד נלהב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:44 pm
פון די גאנצע באזוך גייט מיך בעיקר אן די קורצע באזוך פון כ''ק מהר''א שליט''א. און פון דעם וועט ווארשיינליך זיין נישט קיין באריכטן און נישט קיין בילדער.. חבל
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
אז מי”וו קען שוין שטיין נעבן מהר”א, וואס אמאל איז ער געווען בבל יראה, שיין געזאגט, פארשטייט וואס איך מיין.
נ.ב. אז איר און אלע מגיבים ווייסט נישט אלעס מיזט איר נישט גראד ליצנות מאכן, סנעמט אוועק די אפעטיט צו שרייבן אנדערע זאכן אויך,
בתקווה להבנה
א דאנק
כ'האב נישט געמיינט צו טשעפען
בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן 'מי''וו' ער איז שוין געווען ביים רבי'ן פול מער מאל ווי נאר יעצט ביי די ירושה
אגב. די טעמע הייסט ''לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה -אלול תשפ"ו-'' און נישט ''וועט סאטמאר שלום מאכן???'' כ'וויל פלעין נישט אז די מערכת זאל אנהייבן דא א מעקעראציע
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
חסיד נלהב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:44 pm
פון די גאנצע באזוך גייט מיך בעיקר אן די קורצע באזוך פון כ''ק מהר''א שליט''א. און פון דעם וועט ווארשיינליך זיין נישט קיין באריכטן און נישט קיין בילדער.. חבל
מיר בעטן בכל לשון של בקשה די קליינע קינדער זאלן נישט אריין שרייען.
עס איז דא ערוואקסענע וואס פרובירן צו האבן א געהעריגע שמועס און מיטהאלטן די פשוטע נייעס
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
ערשטע באריכט מיט טייל פרטים בצה''ק פון כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק מהר''א שליט''א:
*לפני מלכים ושרים יתיצב, לב מלכים ושרים ביד ה'*
היסטארישע רבנישע דעלעגאציע באזוכן אינעם ווייסן הויז אין וואשינגטאן הבירה,היינטיגן דאנערשטאג נצו''י, דורך גדולי הרבנים אין שפיץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א זעלטעענע אסיפה מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה.
אום 12:59 האט דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם DCA עירפארט אין וואשינגטאן די. סי.
אין עירפארט האט אפגעווארט קאנגרעסמאן פעט רייען פון קרית יואל געגענט צו באגריסן דעם רבי'ן.
דער רבי איז צוגעפארן א קורצע וועג פון 10 מינוט צום ווייסן הויז, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:35.
דער רבי איז אריין אינעם רוזעוועלט צימער אין באגלייטונג פון מיט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, און די משמשים בקודש הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, און הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו מראשי הנהלת הקרי' קר''י.
תיכף ביים אהנקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט 'אלע' אנוועזענדע רבנים, און דאן זיך אראפגעזעצט צו אן אסיפה מיט די העכסטע אדמיניסטראציע באאמטע, ווי מען האט אדרעסירט אלע אידישע אינטערעסן פון דאהי און פון איבעראל.
די אנוועזענדע רבנים הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ר''י לעיקוואד כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א מהרי״י און הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען קאנגרעסמאן מייק לאוער וועלכע האט שטארק געארבעט פארן באזוך.
הרה''ח ר' יואל ראזענפעלד הי''ו מגדולי עסקני באבוב האט געעפנט די אסיפה און אדרעסירט געוויסע נושאים, צווישן אנדערע וועלכע האבן גענומען דאס ווארט במשך האסיפה איז געווען די חשובע רבנים ובראשם כ"ק רבינו שליט''א, אבד''ק וומסב''ג שליט''א, הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו, הרה"ח ר' ישראל משה שפיטצער הי"ו מעיר דשיכון סקווירא, הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן הי''ו, העסקן ר' יודא לייב זארגער הי"ו, העסקן ר' משה מארגארעטן הי"ו, און מען האט אויסגעשמועסט אסאך וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע בכלליות פארן יהדות החרדית און ספעציעל פאר אידן אין ניו יארק און ניו דזשורזי, מיט די אנוועזענדע באאמטע.
עקסטער האט הרה"ח ר' גדלי' ארויסגעברענגט די געברויכן פון די אריבער 50 טויזענט נפשות כ"י מתושבי קרית יואל יצ"ו און אדרעסירט די פראבלעמען מיט וואס די אדמיניסטראציע קען זיין בייהילפיג.
נאך א לענגערע צייט איז דער ווייס פרעזידענט דזשעי די ווענס יר"ה אריינגעקומען און זיך באגריסט מיט די רבנים און עסקנים, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.
דערנאך איז רבינו שליט''א אין באגלייטונג פון הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו אריין גערופן געווארן עקסטער צום פרעזידענט יר''ה אויף א פריוואטע אסיפה פאר אירוע צייט פון בערך 15 מינוט, איבער פדיון שבויים אנגעלעגנהייטן.
דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיטן פרעזידענט און האט פערזענדליך אויסגעשמועסט די וויכטיגע נושאים מיטן פרעזידענט יר"ה, דער פרעזידענט האט מיט א קענטיגע הערצה לכבודו פון רבין שליט"א, משיב געווען און אויסגעשמועסט די ענינים בטוב טעם ודעת.
נאך די פריוואטע אסיפה זענען די איבעריגע אנוועזנדע רבנים אינאיינעם מיט הרה"ח ר' ישראל משה שפיצער הי"ו מעיאר פון שיכון סקווירא שפיצער און הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן הי''ו אריין גערופן געווארן זיך טרעפן מיטן פרעזידענט אינעם אוועל אפיס.
רבינו שליט''א וועלכער איז געווען שוין דארט פון פריער, האט אויסגעווארט ביז אלע איבעריגע רבנים האבן זיך יעדער עקסטער באגריסט מיטן פרעזידענט.
דאן האט זיך רבינו שליט"א, וועלכער איז געזעצן הארט אנטקעגן איבער דעם פרעזידענט אין צענטער פונעם אוועל טיש, אינאיינעם מיט אלע אנוועזענדע רבנים ארום דעם טיש, זיך אויפגעשטעלט און האט פארגעזאגט די תפלה לשלום המלכות 'הנותן תשועה למלכים' און דערנאך מכבד געווען הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו צו איבערטייטשן אין ענגליש.
נאך די תפלה האט דער רבי געזאגט אפאר ווערטער לכבודו פונעם פרעזידענט, און זיך באדאנקט פאר זיין באוואוסטע פארארדענונג צוריק צו עפענען די בתי מדרשים און מוסדות ביי די ביטערע קאוויד תקופה, און ממשיך געווען מיט אנדערע נושאים למען היהדות החרדית.
דאן האט גענומען דאס ווארט אויף געציילטע מינוט הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און איבערגעגעבן פארן פרעזידענט א בריוו פון זיין טאטן. אויף וואס דער פרעזידענט האט זיך נאכגעפרעגט בשלום אביו האדמו"ר שליט"א.
דערנאך האט דער רבי אינאיינעם מיט די אנדערע רבנים שליט"א ממשיך געווען דעם שמועס מיטן פרעזידענט איבער פארשידענע נושאים וואס איז נוגע דאס יהדות החרדית בארץ ובגולה.
דער רבי האט פארבעטן הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ר"י בית מדרש גבוה לעיקוואד צו זאגן אפאר ווערטער, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט ענדערש איבערגעגעבן א פריוואטן בריוו פארן פרעזידענט איבער פארשידענע ענינים.
אין א מערקווירדיגן שריט, האט דער פרעזידענט אינמיטן די אסיפה פלוצלינג געבעטן פונעם רבי'ן זיין צעטיל, אויף וואס ס'איז געווען פארגעשריבן די פרטים וואס דער רבי האט אויסגעשמועסט פריער ווען ער איז געזעצן מיטן פרעזידענט פריוואט, דער רבי האט דאס געגעבן און דער פרעזידענט האט דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין שיפלאד.
נאך א לענגערע צייט פון קרוב צו א האלבע שעה האט מען זיך פריינטליך אפגעזעגענט פונעם פרעזידענט און זיך באדאנקט פאר די שיינע אויפנאמע.
אינדרויסן ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי געזעגנט בברכת השנים פון די אנוועזענדע רבנים און געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים.
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪