לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1377

לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

בחצרות:
די חסיד׳ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר״ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור״ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז.

אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור״ים מסאטמאר שליט״א, כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א, כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א, כ״ק אדמו״ר מוויזניץ מאנסי שליט״א און הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט״א ראש ישיבת ביהמ״ד גבוה דלעיקוואד, וועלכע וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט צו שתדלן פארן חינוך הטהור אין אמעריקא וואס איז די לעצטע עטליכע יאר נישט אראפ פונעם סדר היום ביי די עיני העדה, און באזונדער וועט מען באדאנקן דעם פרעזידענט פאר אלע טובות וואס די אידישע געמיינדע געניסט פון די טראמפ אדמיניסטראציע.

אין די פארגאנגנהייט האט טראמפ אנגעקניפט ווארעמע קשרים מיט די גדולי האדמור״ים, סיי דורך בריוו אין פארשידענע געלעגנהייט און סיי דורך פערזענליכע שליחים צום ווייזן הויז און אידישע שתדלנים וועלכע פארמאגן נאנטע פארבינדונגען צום פרעזידענט.

די הזמנות פאר׳ן וויזיט צום ווייסן הויז איז איבערגעגעבן געווארן, דורך דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ אינעם ווייסן הויז מארטין מארקס, און דער היסטארישער באזוך איז געפלאנט פארצוקומען דעם דאנערשטאג נצבים וילך נאכמיטאג.

דערווייל איז נישט קלאר וועלכע פון די אדמור״ים וועלן זיך פערזענליך באטייליגן, און די לאגיסטישע חלקים פונעם באזוך ווערן אצינד אויסגעארבעט, עס זאל געקרוינט ווערן די מאקסימום הצלחה, און ברענגען די געוואונטשענע תועלת מיטן אויבערשטנס הילף.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1377

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

איינער פון מהרי"י האט געשיקט קיין בחדרי וועבזייטל בילד פון רבי'ן מיטן פרעזידענט רייגען תשמ"ז
פיילס
2a1f67a7-cef0-46b4-b5ee-34c33229617b.jpg
2a1f67a7-cef0-46b4-b5ee-34c33229617b.jpg (30.78 KiB) געזען געווארן 1143 מאל
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1377

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

באריכטן: וייסע הויז האט געמאלדן אז מ'וועט אריין לאזן נאר די אדמורי"ם אליין און נישט קיין משמשים וגבאים.
וועגן דעם איז מחצה"ק באבוב און סקווירא ווערט געמאלדן אז די אדמורי"ם שליט"א וועלן זיך נישט נעמען א טייל אין דעם זיצונג.

אזוי אויך ווערט געמאלדן אז די פלאן איז אז אדמורי"ם וועלן טרעפן יעדער איינער זעלבסט מיטן פרעזידענט, און נאך דעם וועט זיין די גרויסע זיצונג פון אלע אדמורי"ם צוזאמען מיטן פרעזידענט.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1377

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

הגאון רב קאטלער פון ליקוואוד איז נעכטן געפארן קיין סקוירא שטעטל דן צו זיין מיטן סקווירע רבין איבער די געפלאנטע ווייזיט אין וייסן הויז.
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 876

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך אוטובאס »

אפדעיט איבער די היסטארישע נסיעה קיין וואשינגטאן; לויט ווי עס הייסט איצט וועלן אלע אדמורי"ם פערזענליך פארן זיך באטייליגן, אויסער האדמו"ר מסקווירא וועלכער וועט שיקן בנו הגדול רבי אהרן מענדל. הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה איז די נאכט געווען ביי האדמו"ר מסקווירא דורכשמועסן דעם פאראייניגטע טאן וואס זאל ווערן אונטערגענומען ביים זיצונג מיטן פרעזידענט, ווי גיוס בני הישיבות, און נאך.
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 876

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך אוטובאס »

ערשטע אויסשליסליכע באריכט: די היסטארישע נסיעת האדמורי"ם קיין וואשינגטאן איז גאר איינגעשטעלט און וואקלדיג, און שטארק מעגליך שוין אפגערופן, צוליב אומגעהויערע דרוק וואס דער אידישער ווייסע הויז ליעזאן מארטין מארקס שטייט אויס פון אלע זייטן.

די דרוק קומט דורך רעכטע בעאיינפלוסער וועלכע האבן עפנטליך אראפגעריסן דעם געפלאנטע באזוך, ווי באריכטעט נעכטן, אויך קומט דרוק פון רעפובליקאנער פארטיי פיגורן צוליב די מכלומרשטע פרא-מאמדאני שטאנד פון געוויסע ניו יארקער אדמור"ים, באזונדער דרוק פון געוויסע חצרות וואס זענען נישט געלאדנט געווארן צום זיצונג.
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
הייסע קרעטשניפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 221

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 6:09 pm ערשטע אויסשליסליכע באריכט: די היסטארישע נסיעת האדמורי"ם קיין וואשינגטאן איז גאר איינגעשטעלט און וואקלדיג, און שטארק מעגליך שוין אפגערופן, צוליב אומגעהויערע דרוק וואס דער אידישער ווייסע הויז ליעזאן מארטין מארקס שטייט אויס פון אלע זייטן.

קראנט???
אדער ''פייערליך''???...
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
אוועיטער
מוזיק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1903
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
Location: אין סטודיא
x 2588
פארבינד זיך:

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך מוזיק »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 7:37 pm
אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 6:09 pm ערשטע אויסשליסליכע באריכט: די היסטארישע נסיעת האדמורי"ם קיין וואשינגטאן איז גאר איינגעשטעלט און וואקלדיג, און שטארק מעגליך שוין אפגערופן, צוליב אומגעהויערע דרוק וואס דער אידישער ווייסע הויז ליעזאן מארטין מארקס שטייט אויס פון אלע זייטן.

די דרוק קומט דורך רעכטע בעאיינפלוסער וועלכע האבן עפנטליך אראפגעריסן דעם געפלאנטע באזוך, ווי באריכטעט נעכטן, אויך קומט דרוק פון רעפובליקאנער פארטיי פיגורן צוליב די מכלומרשטע פרא-מאמדאני שטאנד פון געוויסע ניו יארקער אדמור"ים, באזונדער דרוק פון געוויסע חצרות וואס זענען נישט געלאדנט געווארן צום זיצונג.
קראנט???
אדער ''פייערליך''???...
קרעמל...
הייסע קרעטשניפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 221

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 7:37 pm
אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 6:09 pm ערשטע אויסשליסליכע באריכט: די היסטארישע נסיעת האדמורי"ם קיין וואשינגטאן איז גאר איינגעשטעלט און וואקלדיג, און שטארק מעגליך שוין אפגערופן, צוליב אומגעהויערע דרוק וואס דער אידישער ווייסע הויז ליעזאן מארטין מארקס שטייט אויס פון אלע זייטן.

די דרוק קומט דורך רעכטע בעאיינפלוסער וועלכע האבן עפנטליך אראפגעריסן דעם געפלאנטע באזוך, ווי באריכטעט נעכטן, אויך קומט דרוק פון רעפובליקאנער פארטיי פיגורן צוליב די מכלומרשטע פרא-מאמדאני שטאנד פון געוויסע ניו יארקער אדמור"ים, באזונדער דרוק פון געוויסע חצרות וואס זענען נישט געלאדנט געווארן צום זיצונג.
קראנט???
אדער ''פייערליך''???...
אנטשולדיגט כהאב יעצט געזען אז עס איז יא אמת
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=D ... tegories=1
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1377

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

די מעסעדז' פון מיס. לאורא לאומער, MAGA אקטיוויסט, נאנט צו טראמפ:
@LauraLoomer

BREAKING:

White House Jewish Liason Martin Marks appears to be setting President Trump up for a political crisis.

Satmar Rebbe, one of the leaders of the haredi movement that rejects the State of Israel has been invited by Marks to meet with @POTUS on Thursday. @martinjmarks

These are anti-Israel pro-Mamdani rabbis who are being hosted with open arms in the Oval Office.

Did anyone bother to do any vetting?

The Grand Rabbi of Satmar was reportedly invited to the White House by Martin Marks and plans to ask President Trump to pressure Israeli PM Netanyahu @netanyahu to end the draft of ultra-Orthodox Yeshiva students, as reported in Hasidic news outlets.

Rabbi Aaron Teitelbaum, the Grand Rabbi of Satmar in Kiryas Joel, previously directed his representatives to endorse jihadist Zohran Mamdani @ZohranKMamdani for NYC Mayor and supported Kathy Hochul against Lee Zeldin @epaleezeldin for NY Governor in 2022. He then said Mamdani isn’t an anti-Semite, which is outrageous.

I am told that endorsements for GOP candidates are NOT currently on the agenda for this meeting, per White House sources.

Why is White House staffer @martinjmarks scheduling precious face time between President Trump and anti-Israel lunatic Democrat rabbis who are frowned upon by majority of the Jewish community?

Who will Martin Marks invite to the White House to meet with President Trump next, Abdulrahman Mohamed El-Sayed? @AbdulElSayed

Bizarre things are happening at the White House this week and I don’t think anyone has told President Trump.

This is going to severely piss off the Jewish Republicans in the MAGA base who voted for President Trump. It’s also going to create tension with world leaders ahead of Rosh Hashanah.
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 876

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך אוטובאס »

נטרונא באקומט דא פרי אדווערטייזינג...
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 312

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך גאלדבערג »

מאנכע שמועות זאגן אז גור/לאנדא/בבציק זענען דא העווי אינוואלווד
שרייב פאוסט