נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 427
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רעאליסטיש »

אויגעלעך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 11:50 am
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 10:15 am
בקי ביחוס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 12:58 am

נעקסט לעוועל דא... קרית יואל קאנטראלט די פרייזן,

ס'איז מיינד בארגלינג די קאנטראל וואס די חברה האבן, פוטין אין רוסלאנד און קים יאנג אן אין צפון קארעא קענען זיך פארשטעקן פאר זיי
האסט עס גוט ארויסגעברענגט, געב א קוק די מצב פון די דירות לעצטענס

די רעוואלוציע פונעם פרייען מארקעט
ווען מען עפנט די לאקאלע אויסגאבעס און מען זעט וואך איין וואך אויס צענדליגע נייע דירות צו פארדינגען אדער צו פארקויפן, איז דאס נישט קיין מקרה דאס איז דער דירעקטער רעזולטאט פון די אומאפהענגיקייט פון בלומינגראוו.
ביז נישט לאנג צוריק האט דער מאנאפאל געקענט דיקטירן פרייזן, קאנטראלירן ווער עס בויט, און האלטן דעם ציבור אין א שטענדיגן דירות-קריזיס.
יעצט, דער אויפבלו פון בלומינגראוו האט צעבראכן די קייטן. פלוצלינג איז דא אן אלטערנאטיוו, די מארקעט איז געווארן פלאך, און די ציבור קען ענדליך אטעמען מיט מער באקוועמע אפציעס.

אנשטאטס צו באדאנקען די עסקנים, די בויערס, און די גרינדער פון בלומינגראוו פארן אפראטעווען די מצב פון די פארמאכטע דירות מארקעט און מאכן דעם לעבן גרינגער פארן גאנצן ציבור, טוט די עסטעבלישמענט פונקט דאס פארקערטע.

פאר זיי איז יעדער הצלחה פון בלומינגראוו א קלאפ
ווען א צווייטער לעזט דעם פראבלעם וואס זיי האבן יארן לאנג אנגעמאכט, שטעלט עס ארויס זייער אייגענע אומפעהיגקייט פאר די אויגן פון גאנצן ציבור.

זייערע טענות קעגן דעם בלומינגראוו וואוקס ווערן פאבריצירט לויטן ווינט פונעם טאג, אן קיין גראדע ליניע

זונטאג: ווען די פאקטן אויפן ערד זענען צו שטארק, שרייט מען "סכנה פאר אידישקייט", מען באמבארדירט מיט תקנות, און מען פלאנצט איין פאניק אז דאס ארט איז רוחניות'דיג אומזיכער, און א סכנה פאר די דורות וכו' און אידישקייט מסוף העולם ועד סופו איז אין א סכנת קיום

מאנטאג: ווען דער ציבור פאלט שוין נישט פאר די רוחניות'דיגע שרעק-קאמפיינס, דרייט מען דעם דאשיק און מען פאבריצירט "גשמיות'דיגע סיבות" סוער, וואסער, טעקסעס, קאר סערוויס, גראסעריס, באטל מילך

דער פראקטישער מציאות איז אבער אז די ווינט צו מופן קיין ב''ג רעדט שטערקער פון אלע פאשקעווילן און פאליטישע קאמפיינס
גוט גוט!
קיפ איט אפ!
ענדליך די אויפדעקונג אויפן רעזשים איז יעצט איינמאל פאר אלעמאל אויפגעדעקט געווארן, יארן וואס די וואכנשריפט פרובירט עס מסביר צו זיין, איז דא אין איין מעסעדזש ארויסגעקומען די שארפע מחאה,
מקען שוין קוים ווארטן אז די ציוויליזירטע, ביליגע, גראסעריס און געשעפטן זאלן זיך עפענען, מזאל נישט דארפן נעבעך אריינפארן צו קרית יואל, און נהנה זיין פון די קאנטראלירטע רעפטלעך ברויט און מילך,
עטרת חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
Location: קרית יואל
x 727

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטרת חיים »

זכות השבת תבא.jpg
זכות השבת תבא.jpg (377.34 KiB) געזען געווארן 1601 מאל
ועולתה תקפץ פיה, וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ!
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 918
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1772

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 1:41 am
נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 6:33 pm גאנץ א גרויסע Mother Daughter בנין
ווי פונקטליך איז די בנין? ווער בויעט עס?
שכונת דברי חיים אונטער ביהמ"ד יאקאבאביטש

אברהם בער יאקאבאביטש
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 2:48 pm
ווירקליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 8:52 pm נישט ממשיך זיין מיט דעם שמועס.

יישר כח.
א דאנק.
שכח
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 183

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 1:53 am
בקי ביחוס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 12:58 am
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 12:48 am
די חלוקה איז פון עטליכע מאות אלף

אז די מאכסט אזוי חוזק פון די הנחות
אדרבה זאל די דאמינירטע קר''י מארקעט וואס האלט אהן א קאנטראל אויף יעדן באטעל וואסער און רעפטל ברויט וואס מען קויפט אינעם זעכציג מייל שטאט (יעדע גרעסערע סופערמארקעט איז אונטער זייער קאנטראל)
זאלן זיי ארויסשיקן א דרייסיג פראצענט הנחה פארן ציבור הנצרכים
, זיי טיילן אן פאר די גראסעריס צו מ'קען .

קענסט נאך א אידישע שטאט אינעם אומגעגנט פון ב.פ./ מאנסי/לעיקוואד/ וויליאמסבורג ווי די מארקעט פון ברויט און מילך ליגט אנגעכאפט ביי יחידים? לייקענסט די מציאות אז ס'הערשט א מאנגל אין סופערמארקעטס? און די עטליכע וואס זענען יא דא איז אינטער א מאנאפאל

ס'איז מיינד בארגלינג די קאנטראל וואס די חברה האבן,

וועלקאם טו אמעריקא
יעדער וואס וואוינט אינעם דאמינירטע שטאט ווייסט דעם פשוט'ן אמת
יעדע גרעסערע סופערמארקעט איז אונטער קאנטראל, מ'האלט אן אן אייזערנעם גריפ אויף יעדן רעפטל ברויט און יעדע פלאש וואסער וואס קומט אריין אינעם זעכציג מייל שטאט
דער "פרייער מארקעט" דא איז בערך אזוי פריי ווי די פרעזידענטליכע וואלן אין צפון קארעא.

ס'איז קאמיש צו זעהן די אונטערדריקער שלאגן כפרות מיטן ציבור,
אבער עס איז צום לאכן און צום וויינען צו זען די "חכמים" וואס לויפן מיט די צונג אינדרויסן פארענטפערן דעם רודף, זיי ווערן אויסגעקוועטשט ביים רעגיסטער אין גראסערי, אבער קומען אהיים מיט א פילאזאפישן שמייכל מסביר זיין פארוואס עס 'מוז' זיין אזוי, און אך ורק דעיס איז גוט
די חברה אינעם שפיץ פינעם מאנאפאל זיצן זיך אין זייערע באקוועמע פאטעלן און לאכן א גוטס
זיי דארפן נישט ארויסקומען זיך פארענטפערן,
ווייל זיי האבן א גרייטע ארמיי פון פרייוויליגע "קלוגע אידן" וואס טוען פאר זיי די שמוציגע ארבעט
אנשטאט זיך קעגנשטעלן די וואס רויבן אויס די מענטשהייט, נוצן טייל מענטשן זייער אינטעליגענץ אויפצובויען קאמפליצירטע טעאריעס פארוואס די סיסטעם אדער דער מאנאפאל איז "גערעכט", "לעגאל", אדער "אומפארמיידבאר"
און מ'ווינדערט זיך נאכדעים ווי ל''ט איז זיך געגאנגען לערנען צו הענדלן מענטשן
האסט דא א לעבעדיגע דוגמא ווי דער קרבן ווערט דער בעסטער אדוואקאט פאר זיין אייגענעם פיינט
דער קלוגער מענטש נעמט זיין איי קיו און מאכט עס פאר א געצייג וואס ליידיגט אויס זיינע אייגענע טאשן.

פרעגסט צו איך לייקן וואס דו שרייבסט? יא איך לייקן פולי.

ובזה החלי.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2026 8:03 pm דער באן פארט ווייטער
ווייסט איינער וויאזוי מ'שטעלט עס אפ? Screenshot_20260820_195831_Chrome.jpg
מיטהאלטענדיג א שמועס צווישן חסידי מהר''א איבער דעי ארטיקל האב איך הערשט יעצט געכאפט אז דאס איז א מייסטערהאפטיגע, גאר שארפע סארקאסטישע שטיקל וואס מאכט ליצנות פונעם גאנצן 10-יאריגן קאמף פונעם קרית יואל'ער עסטעבלישמענט קעגן בלומינגראוו, לייק נעווער ביפאר
די וואפן פון סארקאזם ("קיינער פארשטייט נישט פארוואס!") קעגן טענות קען מען ענטפערן מיט טענות,
קעגן פאשקעווילן קען מען ארויסגעבן פאשקעווילן. אבער קעגן צינישער ליצנות האט דער עסטעבלישמענט נישט קיין קיין שום וואפן.
דער שרייבער נעמט אלע אפיציעלע סטראשונגען וואס די קרית יואל'ער קאלעקטיוו האבן גענוצט די לעצטע צען יאר ("ס'איז נישטא קיין באסעס", "ס'איז נישטא קיין גראסערי", "ס'איז פשוט חילול שבת", "די מאווינג טראקס זאלן צוריקדרייען", "ס'איז על קרן הצבי"), און נאך יעדן פאראגראף
"אבער דער עולם שטראמט פאראויס... קיינער פארשטייט נישט פארוואס!"
דאס מאכט די גאנצע הנהגה אויסזען ווי א צירקוס פון אלטע מענטשן וואס שרייען אין די לופט אריין בשעת די ציוויליזערטער וועלט מארשירט פאראויס
די אלע גזירות, חומות העיר צעטלעך, און איסורים האבן נישט מצליח געווען אפצוהאלטן אפילו איין איינציגער יונגערמאן פון מופען, דעיס עסט זיי אויף די נשמה.
אויב וואלט דאס געשריבן געוואן אויף א פארום אדער א געהיימע בלאג, וואלטן זיי עס נאך געקענט איגנארירן. אבער "די וואכנשריפט" איז א פאפיר וואס ליגט אויף טויזנטער שבת'דיגע טישן אין קרית יואל, אפילו אין וויליאמסבורג
אזא ארטיקל ברעכט פולשטענדיג דעם פאראנויע-שרעק וואס די עסטעבלישמענט האט יארן געארבעט אריינצוברענגען.

למעשה צום תוכן פינעם שמועס
ר' בערל:(מיט א רויט פנים, שרייט מיט כעס) "האסט געזען וואס דער שמוציגע 'וואכנשריפט' האט ערלויבט צו דרוקן?! דאס איז נישט קיין זשורנאליזם, דאס איז קלארע חציפות און ליצנותא דעבודה זרה! גיין אפלאכן פון די רבנים, אפלאכן פון די וועד הצניעות, אפלאכן פון אלע קול קורא'ס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע צען יאר?!"
ר' חיים:(נעמט די גלעזער, קוקט איבער דעם ארטיקל) "וואס שטייט דארט אזוי געפערליך? ער שרייבט דאך פשוט די היסטאריע..."
ר' בערל:(כאפט אים אריבער די ווערטער, ווייזט מיטן גראבן פינגער אויפן פאראגראף) "וואס היסטאריע?! קוק ווי ער שרייבט דא מיט א פארדרייטן ליצנות: 'מען טאר נישט וואוינען דארט, ס'איז פשוט חילול שבת, די מאווינג טראקס זאלן צוריקברענגען דעם עולם... קיינער פארשטייט נישט פארוואס!'
איר כאפט וואס ער טוט דא?! ער ציטירט די ווערטער פון די אפיציעלע רבנים און עסקנים, און ער מאכט דערפון א געלעכטער! ער שטעלט אונז אהער ווי א גרופע פון נארן הויז וואס שרייען אין די גאסן בשעת 'דער עולם שטראמט פאראויס'!"
ר' יאנקל:(פארזיכטיג, מיט א האלבן שמייכל) "נו, בערל, אבער למעשה...... איז ער נישט גערעכט? ס'זענען שוין דארט דא כמעט 500 משפחות אין איין גראסערי! ס'האט געהאלפן אלע פאשקעווילן?"
ר' בערל:(ווארפט מיט די הענט אין דער לופטן, קוקט אויף יאנקל מיט שפיזיגע אויגן) "דו הערסט וואס דו רעדסט?! ווער האט זיי אראפגעשטעלט די גראסערי? ווער האט זיי ערלויבט צו בויען דארט? זיי האבן צעבראכן די גאנצע תקנות השטח! היינט איז עס בלומינגראוו, מארגן גייט יעדער יונגערמאן אויפשטיין און בויען א שטאט וואו ער וויל א מרא דאתרא! און די וואכנשריפט גיט זיי נאך א געהעריגן גלאנציגן פלאטפארמע צו חוזק מאכן פונעם סיסטעם?!"
ר' חיים:(שאקלט דעם קאפ מיט זארג) "האט מען שוין געריפן דעם דרוקער? וויאזוי לאזט מען אזא ארטיקל אדורכגיין די צענזור?"
ר' בערל:(נערוועז, ציטערדיג) "צענזור?! זיי לאכן פונעם צענזור! זיי ווייסן גוט אז די יונגענט קויפט עס, און דאס איז דער ביטערסטער חלק: מיין איידעם זיצט ביי מיר ביים טיש פרייטאג צונאכטס, זאגט איבער דעם פאראגראף איבער די 'מאווינג טראקס', און ער לאכט אין די פויסטן! דאס איז די חורבן! זיי האבן אראפגעריסן די איינציגסטע זאך מיט וואס אונז האמיר אנגעהאלטן אונזער קאנטראל
דעם פחד פונעם עולם צו גיין קעגן די מוסדות, אויב מ'לאזט דעם ארטיקל אן א שארפן אפענטפער, איז מארגן גאנץ קרית יואל אין בלומינגראוו!"
(ר' בערל קנעפלט צו זיין בעקיטשע, כאפט דעם מאגאזין, און מארשירט ארויס פון בית מדרש צוקאכט גרייט פאר א פולשטענדיגע אקציע קעגן דעם חוצפה).
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 183

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 6:23 pm

לצנות האט זיך מיט פאקטן קיינמאל געטראפן.

ווער האט ערלעדיגט די באסעס?

ווער אונט די איינציגסטע גראסערי אין בלומינג גראוו?

טאקע די קאנטראל אויף וואס דו בונטעוועסט אזוי.

יעצט נעם די ליסט ווייטער.
UTA
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 6:12 pm
x 107

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך UTA »

אמת’דיג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 10:48 am נאך איין זאך בלייבט איבער צו טענהן אז רוב זיידעס פון די היינטיגע חסידים זענען בני יואל
אבי גערעט, ס'איז אפילו דא א באקאנטע ווערטל וואס שלמה יעקב געלבמאן פלעגט פרעגן
די וואס דאווענען ביי די רביצין'ס שול זאגן נישט קיין תחנן ווען די גרויסע שול איז דא א ברית און נעמען א טייל און די שמחה
ווידער אבער ווען אינז ביי די רביצין'ס שול וועט זיין א ברית וועט מען און די גרויסע שול יא זאגן תחנן, איז פארוואס איז טאקע אזוי?
די ענטפער איז זייער קלאר
ווען מיר ביי די רביצין שול זעהן אז איינער פון די גרויסע שול מאכט א שמחה ער האט א קינד, קען נאך זייער מעגליך זיין אז דאס קינד וועט צום סוף זיין איינער פון אונזערע
ווידער אבער און די גרויסע שול ווייסט מען זייער קלאר, אז אפילו נאר א קליין קינד פון אונז ביי די רביצין, דער וועט קיינמאל נישט ווערן צום סוף איינער פון זיי, ס'איז נישט קיין פרייד
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 11:13 pm
לקדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 7:07 pm
רב הכולל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 12:33 pm
די רבי זי"ע איז געווען דער מיסד און בעה"ב, און רב ער האט געשטעלט טובי הקהלה
רבינו הב"מ זי"ע האט געירשענט דאס רבנות, און כח צו שטעלן טובי הקהל
יבדלחט"א ממלא מקומו מהר"א שליט"א האט עס געירשנט פון זיין טאטן זצ"ל

קלאר?
ארויפצוצווינגן על פי הלכה קען מען נאר אויב ס איז געווען וואלן. אויב סאיז ירישה בלא בלא בלא קען איך שוין אפמאכן וואס איך וויל.
קלאר?
ירושה? וואס עפעס? די רב האט מען אויפגענומען תשמ"ה מיט א קאנסענס.
די היינטיגע בעל הילולא הגה"צ רבי משה מנחם זצ"ל דומ"ץ האט דעמאלטס געהאלטן א שיינע דרשה איבערן גדלות פונעם דאן אינגן רב
איין גרויסע נארישקייט באגייען דעי וואס ווילן גרעסער מאכן די שטח פינעם מרא דאתרא
עס וועט נאר בעקפייערן
די אפיציעלע הנהגה פאלט נאר אריין יעצט אין פראבלעימען צוליב א איבערגעטריבענעם געלויף פאר שטח
למעשה איז יעצט שוין דא א אנגייענדע חזקה פון העכער פערציג יאר וואס עקזיסטירט אין די אלטע גבולות וואס איז קלאר און רעספעקטירט, -אפגעזעהן וויאזוי מ'שלאגט זיך ארום אין די הלכה פסוקה-, איז דער מציאות זייער קלאר ווער עס פירט פאקטיש די שטאט, און די גרעסערע בתי מדרשים און רוב בניני המוסדות

מיטן ארבעטן אויסצוציען די בעלות פון "מרא דאתרא" אויף א נייע ריזיגן שטח (בלומינגראוו),
וואו דער רוב ציבור איז בכוונה ארויסגעגאנגען צו זיין אומאפהענגיג, (ווי אויך די שווערע הונדערטער נייע דירות וואס קומען יעצט ארויף אויפן מארקעט)
איז אנשטאטס אפצוהיטן אויף דער אלטער חזקה דורך אפטיילן די גבולות (באטיטלען די אלע תושבים איינוואוינער פון יאקאבאוויטש'ס לאט "מאחורי העיר" וכו'),
אנשטאטס דעם האבן זיי באשאפן א אפענער מציאות'דיגע רעאליטעט וואו הונדערטער תושבים אינערהאלב זייער יוריסדיקציע פאלגן זיי נישט אפן, און ערקלערן בגלוי אז די הנהגת העיר און רוב גרעסערע בניינים און צענטערן זענען קעגן די שטאטס רב הנהגה
אין מיינע אויגן איז עס א טעות אין חשבון
אמת’דיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 4:15 pm
Location: Monroe
x 16

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אמת’דיג »

הרב גאלדבערג איר דארפט נישט רחמנות האבן אויפן כח המרא דאתרא וואס קען שוואך ווערן, סדא אידן וואס דאגענען שוין פאר דעם אין ווען מהאט קודם פרובירט די וועג האט זיך ארויס געשטעלט אינגאנצן פארקערט אז סנישט נאר אז ujc וויל אראפנעמען בלאמינגראוו פון ק"י מאפע נאר די תוצאה וועט ברענגען אז אלט ק"י זאל ווערן אויס קרית יואל.
(סוועט אייך גארנישט העלפן נישט קיין רחמנות און נישט קיין סטראשענען, נישט קיין גוטע עצות און נישט קיין לצנות מוועט סייווי ווייטער טון וואס מהאט צו טוהן.)
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:46 am ווען מהאט קודם פרובירט די וועג האט זיך ארויס געשטעלט אינגאנצן פארקערט אז סנישט נאר אז ujc וויל אראפנעמען בלאמינגראוו פון ק"י מאפע נאר די תוצאה וועט ברענגען אז אלט ק"י זאל ווערן אויס קרית יואל.

'אלט קרית יואל' שטייט אויף אזעלכע וואקלדיגע פיס אז די מציאות פון א פרייען מארקעט אביסל ארויפציר קען איר צוטראסקענען?
דעס באווייזט נאר ווי קראנק און אומגעזונט דער מאנאפאל איז
א געזונט געבויעטע קהילה שרעקט זיך נישט פון אירע שכנים
א געזינטע הנהגה פאניקירט נישט ווען א קאנקורענץ עפנט זיך
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:46 am
סוועט אייך גארנישט העלפן נישט קיין רחמנות און נישט קיין סטראשענען, נישט קיין גוטע עצות און נישט קיין לצנות מוועט סייווי ווייטער טון וואס מהאט צו טוהן.
היסטאריע האט געוויזן אז די לעצטע וואס כאפן אז דער קאנטראל איז צעפאלן,
זענען דעי וואס שטייען ביים קאנטראל-ראד און האלטן זיך שטארק מיט פארמאכטע אויגן: "מיר גייען סייווי ווייטער''
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 483

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 7:59 am
אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:46 am
סוועט אייך גארנישט העלפן נישט קיין רחמנות און נישט קיין סטראשענען, נישט קיין גוטע עצות און נישט קיין לצנות מוועט סייווי ווייטער טון וואס מהאט צו טוהן.
היסטאריע האט געוויזן אז די לעצטע וואס כאפן אז דער קאנטראל איז צעפאלן,
זענען דעי וואס שטייען ביים קאנטראל-ראד און האלטן זיך שטארק מיט פארמאכטע אויגן: "מיר גייען סייווי ווייטער''
בכלל האב איך באמערקט אז דו וואס פארלירן דעם ארגומענט (סיי דא און סיי ביי די הייסע צייטן אין די ס' יארן) הויבן אן צו נוצן ווערטער ווי "פון הימל וועט מען זיך אננעמען" און "מען גייט סייווי ווייטער" וכדו',
דאס ווייזט נאר אז מען פילט אז דער ארגומענט האלט ביים אויסלויפן פון געזאלין און מען פרובירט נאך איין בוסט...

איך בין נאך סטאק וויאזוי די שרייבער דא קענען דערקלערן אז בלומינג גראוו איז תחת מרות מהר"א ווען א חלק ניכר אין ק"י האלט אים בכלל נישט פאר בעה"ב אפילו אויף ק"י אליינסס אויב קומסטו פון א צד קהילת מהר"א האסטו בכלל נישט די קהילת מהרי"י און בנ"י, אויב קומסטו פון א צד "רבי ז''ל " האסטו כהיום נישט קיין מרא דאתרא אויף ק"י גופא, כ"ש אויף בלומינג גראוו, וואס מאכט א חילוק צו די קרית יואל'ע קהילות אן קיין רב האלטן (מכלומרשט) אז בלומינג גראוו איז א חלק פון ק"י? קומט מען אגאנצן צייט צוריק צו דעם אז די שרייבער האלטן מהר"א פאר מרא דאתרא, איז די גאנצע מחלוקה דא די סאטמארע מחלוקת? נו, המקיל יש עליו על מי לסמוך, נאכדערצו אז אין דעם שטאט זענען רוב נישט מכיר אין דעם מרא דאתרא נישט דא און נישט אין קרית יואל
חיים דער שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 6:30 pm
Location: קרית יואל
x 237

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חיים דער שרייבער »

IMG_9134.jpeg
IMG_9134.jpeg (223.3 KiB) געזען געווארן 1658 מאל
אוועיטער
מערכת אידטיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
Location: אידטיש
x 368

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מערכת אידטיש »

מיר האבן אריבערגעפירט די גאנצע טעמע פון מרא דאתרא און גלילות וכו‘ צו די הלכה טעמע.

מיר ווילן קלארשטעלן בנוגע יענע טעמע, צו דן זיין אויף תורה‘דיגע ענינים בכלליות בלי א ספעציפישע נאמען אדער שטאט וועלן מיר טאלערירן. אבער סיי וואס איז שנוי אין מחלוקת און פאליטיק וועט שארף אינפארסירט ווערן. ביטע נישט נוצן קיין נעמען פון רבנים אדער שטעט ביי דברים השנויים במחלוקת.

אין דעם טעמע דאהי איז לגמרי געענדיגט די שמועס פון מרא דאתרא און גלילות. ייש”כ למפרע ובתקוה להבנה.
דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 33

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

ביטע פארמעקן
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 33

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 7:52 am
אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:46 am ווען מהאט קודם פרובירט די וועג האט זיך ארויס געשטעלט אינגאנצן פארקערט אז סנישט נאר אז ujc וויל אראפנעמען בלאמינגראוו פון ק"י מאפע נאר די תוצאה וועט ברענגען אז אלט ק"י זאל ווערן אויס קרית יואל.

'אלט קרית יואל' שטייט אויף אזעלכע וואקלדיגע פיס אז די מציאות פון א פרייען מארקעט אביסל ארויפציר קען איר צוטראסקענען?
דעס באווייזט נאר ווי קראנק און אומגעזונט דער מאנאפאל איז
א געזונט געבויעטע קהילה שרעקט זיך נישט פון אירע שכנים
א געזינטע הנהגה פאניקירט נישט ווען א קאנקורענץ עפנט זיך
פארשטיינישט
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אינטערן טיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 625

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אינטערן טיש »

לייבל בעל עגלה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 7:47 am
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 1:41 am
נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 6:33 pm גאנץ א גרויסע Mother Daughter בנין
ווי פונקטליך איז די בנין? ווער בויעט עס?
Groveview
אברהם בער יאקאבאוויטש ראש הנהלת המוסדות (בלומינגראוו)
וויפעל משפחות אין א בנין אינקלודינג די בעיסמענט?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

אינטערן טיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 2:34 pm
לייבל בעל עגלה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 7:47 am
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 1:41 am
ווי פונקטליך איז די בנין? ווער בויעט עס?
Groveview
אברהם בער יאקאבאוויטש ראש הנהלת המוסדות (בלומינגראוו)
וויפעל משפחות אין א בנין אינקלודינג די בעיסמענט?
האלב פון א שכונת ויוא''מ בנין
מיילעך מעכל
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
Location: SBG
x 307

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מיילעך מעכל »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 4:43 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 2:34 pm
לייבל בעל עגלה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 7:47 am

Groveview
אברהם בער יאקאבאוויטש ראש הנהלת המוסדות (בלומינגראוו)
וויפעל משפחות אין א בנין אינקלודינג די בעיסמענט?
האלב פון א שכונת ויוא''מ בנין
15 מאל מער ווי די MOTHER DAUGHTER וואס די איינואוינער האבן געוואויט און געווארן צוגעזאגט אז מ'גייט לאזן בויען
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

הייסטעס דער עולם איז גערעגט?
אינטערסאנט איז אז מען הערט עס נאר דא
מיילעך מעכל
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
Location: SBG
x 307

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מיילעך מעכל »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 4:57 pm הייסטעס דער עולם איז גערעגט?
אינטערסאנט איז אז מען הערט עס נאר דא
איר מעגט אייך שעמען, פרעגט נאר סיי וועלכע איד אויף ווירדזישניע עוועניו וואס מהאט געבויעט די ריזיגע מולטי פעמילי הייזער אין זייערע נעזער דער עולם בליטיגט סיי חסידי מהרא אין סיי חסידי מהריי, עס דא אזוי אוועקמאכן כאילו סבאדערט נישט פאר קיינעם איז מדות מגונות
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

מיילעך מעכל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 5:28 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 4:57 pm הייסטעס דער עולם איז גערעגט?
אינטערסאנט איז אז מען הערט עס נאר דא
אין זייערע נעזער דער עולם בליטיגט סיי חסידי מהרא אין סיי חסידי מהריי,
לעצטענס האב איך געהערט אז די וואסער איז געווארן בלוט
האמיר נישט קיין וואסער און ליידער אזויפיל בלוט

אין אלט קרית יואל אויף געציל בערגער האט מען געבויעט א מאסיוון בילדינג אין די נאז פון אלע שכנים, דערוואגן זאל איינער צו זאגן אדער טראכטן עפעס
ניי קרית יואל האט געהאט פון ווי צו נעמען שימוש
מיילעך מעכל
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
Location: SBG
x 307

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מיילעך מעכל »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 5:42 pm
מיילעך מעכל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 5:28 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 4:57 pm הייסטעס דער עולם איז גערעגט?
אינטערסאנט איז אז מען הערט עס נאר דא
אין זייערע נעזער דער עולם בליטיגט סיי חסידי מהרא אין סיי חסידי מהריי,
לעצטענס האב איך געהערט אז די וואסער איז געווארן בלוט
האמיר נישט קיין וואסער און ליידער אזויפיל בלוט

אין אלט קרית יואל אויף געציל בערגער האט מען געבויעט א מאסיוון בילדינג אין די נאז פון אלע שכנים, דערוואגן זאל איינער צו זאגן אדער טראכטן עפעס
ניי קרית יואל האט געהאט פון ווי צו נעמען שימוש
העלמיר מאכן חוזר חזרה

אין בלאמינגראוו האט מען געפרעגט דעם עולם בעפאר די ערשטע וואלן דער עולם האט שטארק געבעטן mother daughter און מהאט צוגעזאגט אז אזוי גייט מען מאכן די זאנינג און נאכדעם האט מען אנגעפיפן דעי אידן וואס האבן ענק אריינגעוואויט און חרוב געמאכט די געגנט

אויב אין קרית יואל טוט מען אזוי מיינט אז ממעג אזוי טון?

שרייבן אז סטוט נישט קיינעם וויי נאר דא הערט מען עס איז נישט ריכטיג
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 327

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

מיילעך מעכל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 6:30 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 5:42 pm
מיילעך מעכל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 5:28 pm
אין זייערע נעזער דער עולם בליטיגט סיי חסידי מהרא אין סיי חסידי מהריי,
לעצטענס האב איך געהערט אז די וואסער איז געווארן בלוט
האמיר נישט קיין וואסער און ליידער אזויפיל בלוט

אין אלט קרית יואל אויף געציל בערגער האט מען געבויעט א מאסיוון בילדינג אין די נאז פון אלע שכנים, דערוואגן זאל איינער צו זאגן אדער טראכטן עפעס
ניי קרית יואל האט געהאט פון ווי צו נעמען שימוש
נאכדעם האט מען אנגעפיפן דעי אידן וואס האבן ענק אריינגעוואויט און חרוב געמאכט די געגנט

אויב אין קרית יואל טוט מען אזוי מיינט אז ממעג אזוי טון?

שרייבן אז סטוט נישט קיינעם וויי נאר דא הערט מען עס איז נישט ריכטיג
ערעב מעכיל
דא ליגן שוין אינוועסטירט שווערע מיליאנען דורך ביליאנערן און גיגאנטישע דעוועלאפערס. וואס יעדער ווייסט אז עס איז ריין ביזנעס.

די פאוער גרעב:
א גרויסע, שכנות'דיגע פאוער פארלייגט לעצטענס היסטערישע כוחות צוריקצוכאפן דאס פלאץ. זיי קענען נישט דערטראגן דעם פאקט אז א פרישע גאלד גרוב רינט זיי ארויס פון די הענט, און אז קאנקורענץ האט איבערגענומען דעם פלאץ פון מאנאפאל.

א פאבריצירטער געוויין
איז דען דא א מינדסטער ספק ביי איינעם וואס די חברה ווילן טון מיט יעדן שטיקל לאנד אין בלומינגראוו,
אויב עס פאלט אריין צוריק אין זייערע הענט?! פלוצלינג איז מען פאר'דאגהט אז מ'בויט צופיל? וויינסט אויף א געגנט וואס ווערט "חרוב"? א רחמנות אויף דיינע טרערן!

קרית יואל האט אונז שוין יארן געגעבן קלעסעס דערויף מיר ברויכן נישט טרעפן וואס ענקער פלאן איז,
מיר האבן שוין באקומען גאר גוטע און טייערע לעקציעס דערויף אין קרית יואל די לעצטע צוואנציג יאר!
דער "קרית יואל קלאס" האט אונז געלערנט אז ווען עטץ האטס בעלות אויפן זאונינג, ווערט יעדע גראז פלעקל אויסגעריסן פאר א קאמערציאלן אימפעריע
שרייב פאוסט