ענדליך די אויפדעקונג אויפן רעזשים איז יעצט איינמאל פאר אלעמאל אויפגעדעקט געווארן, יארן וואס די וואכנשריפט פרובירט עס מסביר צו זיין, איז דא אין איין מעסעדזש ארויסגעקומען די שארפע מחאה,אויגעלעך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 28, 2026 11:50 amגוט גוט!גאלדבערג האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 28, 2026 10:15 amהאסט עס גוט ארויסגעברענגט, געב א קוק די מצב פון די דירות לעצטענס
די רעוואלוציע פונעם פרייען מארקעט
ווען מען עפנט די לאקאלע אויסגאבעס און מען זעט וואך איין וואך אויס צענדליגע נייע דירות צו פארדינגען אדער צו פארקויפן, איז דאס נישט קיין מקרה דאס איז דער דירעקטער רעזולטאט פון די אומאפהענגיקייט פון בלומינגראוו.
ביז נישט לאנג צוריק האט דער מאנאפאל געקענט דיקטירן פרייזן, קאנטראלירן ווער עס בויט, און האלטן דעם ציבור אין א שטענדיגן דירות-קריזיס.
יעצט, דער אויפבלו פון בלומינגראוו האט צעבראכן די קייטן. פלוצלינג איז דא אן אלטערנאטיוו, די מארקעט איז געווארן פלאך, און די ציבור קען ענדליך אטעמען מיט מער באקוועמע אפציעס.
אנשטאטס צו באדאנקען די עסקנים, די בויערס, און די גרינדער פון בלומינגראוו פארן אפראטעווען די מצב פון די פארמאכטע דירות מארקעט און מאכן דעם לעבן גרינגער פארן גאנצן ציבור, טוט די עסטעבלישמענט פונקט דאס פארקערטע.
פאר זיי איז יעדער הצלחה פון בלומינגראוו א קלאפ
ווען א צווייטער לעזט דעם פראבלעם וואס זיי האבן יארן לאנג אנגעמאכט, שטעלט עס ארויס זייער אייגענע אומפעהיגקייט פאר די אויגן פון גאנצן ציבור.
זייערע טענות קעגן דעם בלומינגראוו וואוקס ווערן פאבריצירט לויטן ווינט פונעם טאג, אן קיין גראדע ליניע
זונטאג: ווען די פאקטן אויפן ערד זענען צו שטארק, שרייט מען "סכנה פאר אידישקייט", מען באמבארדירט מיט תקנות, און מען פלאנצט איין פאניק אז דאס ארט איז רוחניות'דיג אומזיכער, און א סכנה פאר די דורות וכו' און אידישקייט מסוף העולם ועד סופו איז אין א סכנת קיום
מאנטאג: ווען דער ציבור פאלט שוין נישט פאר די רוחניות'דיגע שרעק-קאמפיינס, דרייט מען דעם דאשיק און מען פאבריצירט "גשמיות'דיגע סיבות" סוער, וואסער, טעקסעס, קאר סערוויס, גראסעריס, באטל מילך
דער פראקטישער מציאות איז אבער אז די ווינט צו מופן קיין ב''ג רעדט שטערקער פון אלע פאשקעווילן און פאליטישע קאמפיינס
קיפ איט אפ!
מקען שוין קוים ווארטן אז די ציוויליזירטע, ביליגע, גראסעריס און געשעפטן זאלן זיך עפענען, מזאל נישט דארפן נעבעך אריינפארן צו קרית יואל, און נהנה זיין פון די קאנטראלירטע רעפטלעך ברויט און מילך,