אמת’דיג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:17 am
לגבי עניין ירושת הרבנות און אויטאריטעט צו שטעלן נאך אויטאריטעט, האב איך אויסגעפירט אז די שבט וועט דאס טאקע נישט ווילן פארשטיין,
(אע"פ די רבי הברך משה האט אזוי געהאלטן, און ער איז נאך געווען אזא פוסק ווי אונזערע חשובע ניקים וואס האבן דירעקטע צוטריט צו אוצר החכמה (צו מילד גערעדט), און רוב רובם פון די ניקס דא האלטן זיך אז זיי געהערן אין קהילות וואס איז נמשך דורך זיין המשכה ממילא דארפן זיי בלית ברירה אננעמען "אלע" זיינע הוראות, און אויב נישט זאלן זיי נישט אריינרעדן אין סאטמאר'ע נושאים)
אעפ"כ האט מען געמאכט מיט רוב טובים די קאונסעס, און ווער עס דינגט זיך מיטן תוכף הטובים דינגט זיך מיט רביה"ק.
(נ.ב. די סיבה פארוואס רביה"ק האט געשטעלט ראשי קהילה וטובים אן קיינעם פרעגן, ווייל ער האט געהאלטן אז אלס אבד"ק קען ער אליין אריינשטעלן פאזיציע'ס, כל שכן וכל שכן אין אמעריקע וואס קהילות סאטמאר איז זיין פריוואטע "נכס" און ער שטעלט ביי זיך אינדערהיים ראשי קהילה על הציבור אבער ער איז אינגאנצן בעל הבית אפילו אויף זיי.
און ווען ממאכט יא וואלן ביים ציבור איז עס א שיינע געלעגנהייט פארן ציבור צו לאזן הערן א מיינונג, און אויב די רבי האט א הערה נאכן וואלן אנדערש ווי די אויסגאנג איז נישט נוגע די גאנצע וואלן.)
אבער נאכאמאל אז איך פארמעק מיינע אלע שורות ביז אהער און פשוט מגייט מארגן פאר וואלן דורך יעדן תושב, איז דא א ניק וואס האלט אז סדא שאנסן אז א סזאל געוואונען א צווייטער???.
(אויב יא זאל ער זיך אראפזעצן מיטן בני בית איבערציילן וויפיל קינדער ער האט ווייל זיי וועלן נישט זיין אויף איין פעדש...)
בנוגע די בריוו תש"ע פון בד"ץ דסאטמאר, איז לגבי די רבנים איז כבודם במקומם מונח אבער לגבי די אנדרייער וואס האבן דאס געטון, האט די בריוו אזא תוקף ווי די איסור קעגן אריזאנע ווייץ וואס איז און די זעלבע סעריע מהומות, ואין להאריך. און אפילו מזאל ווען יא גלייבן אז די רבנים האבן עס געטוען ברשותם ובהסכמתם בדעה צלולה, האט אבער די בד"ץ עדה החרדית (ובניהם המנחת יצחק והרמ"א פריינד וכ"ו וכ"ו) קיינמאל צוריק געצויגן פון זייערע בריוון נגד כל מאן דהו וואס וואגט זיך צו עפענען און טוען נגד המרא דאתרא...
די שורות זענען נישט קיין אויפקלערונג עס איז געוואונדן נאר פאר אזאנע וואס ווילן טאקע פארשטיין.