קהילה ורבנות והמסתעף

מייזל
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 9:16 pm
x 3

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מייזל »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 3:34 pm נ.ב. כ׳ווארט נאך זאלסט מיר ענטפערען פארוואס די ירושלים׳ע רבנות האט יא א תוקף.
איך זיך נישט אריינצוגיין אין די נושא איבער מרא דאתרא (על אף וואס איך וואוין אין בלומינגראוו) ווייל עס וועט קיינעם נישט טוישן.

אבער לגבי ירושלים, אויבן אויף האלטן זיך נישט די עדה החרדית אינגאנצן מיט די טיטל מרא דאתרא פון די שולחן ערוך, זיי זענען קיינמאל נישט פארנומען מיט סידור קידושין און שחוטי חוץ וכו' וכו' זיי זענען שרייבן געווענטליך אז זיי קומען מכח בית דין, דהיינו מיט קהילות המשתייכות.

און לאמיר נישט פארגעסן אז די עדה החרדית אליינס איז אן אפגעטיילטע קהילה נאך וואס די ארגענעלע קהילה איז געפאלן אונטער די ציונים.

ממילא איז עס בכלל נישט גלייך, זיי פירן נישט די זעלבע מערכה בכלל.
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 182

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

זריז האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 6:37 pm
אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:17 am לגבי עניין ירושת הרבנות און אויטאריטעט צו שטעלן נאך אויטאריטעט, האב איך אויסגעפירט אז די שבט וועט דאס טאקע נישט ווילן פארשטיין,
(אע"פ די רבי הברך משה האט אזוי געהאלטן, און ער איז נאך געווען אזא פוסק ווי אונזערע חשובע ניקים וואס האבן דירעקטע צוטריט צו אוצר החכמה (צו מילד גערעדט), און רוב רובם פון די ניקס דא האלטן זיך אז זיי געהערן אין קהילות וואס איז נמשך דורך זיין המשכה ממילא דארפן זיי בלית ברירה אננעמען "אלע" זיינע הוראות, און אויב נישט זאלן זיי נישט אריינרעדן אין סאטמאר'ע נושאים)

אעפ"כ האט מען געמאכט מיט רוב טובים די קאונסעס, און ווער עס דינגט זיך מיטן תוכף הטובים דינגט זיך מיט רביה"ק.
(נ.ב. די סיבה פארוואס רביה"ק האט געשטעלט ראשי קהילה וטובים אן קיינעם פרעגן, ווייל ער האט געהאלטן אז אלס אבד"ק קען ער אליין אריינשטעלן פאזיציע'ס, כל שכן וכל שכן אין אמעריקע וואס קהילות סאטמאר איז זיין פריוואטע "נכס" און ער שטעלט ביי זיך אינדערהיים ראשי קהילה על הציבור אבער ער איז אינגאנצן בעל הבית אפילו אויף זיי.
און ווען ממאכט יא וואלן ביים ציבור איז עס א שיינע געלעגנהייט פארן ציבור צו לאזן הערן א מיינונג, און אויב די רבי האט א הערה נאכן וואלן אנדערש ווי די אויסגאנג איז נישט נוגע די גאנצע וואלן.)

אבער נאכאמאל אז איך פארמעק מיינע אלע שורות ביז אהער און פשוט מגייט מארגן פאר וואלן דורך יעדן תושב, איז דא א ניק וואס האלט אז סדא שאנסן אז א סזאל געוואונען א צווייטער???.
(אויב יא זאל ער זיך אראפזעצן מיטן בני בית איבערציילן וויפיל קינדער ער האט ווייל זיי וועלן נישט זיין אויף איין פעדש...)

בנוגע די בריוו תש"ע פון בד"ץ דסאטמאר, איז לגבי די רבנים איז כבודם במקומם מונח אבער לגבי די אנדרייער וואס האבן דאס געטון, האט די בריוו אזא תוקף ווי די איסור קעגן אריזאנע ווייץ וואס איז און די זעלבע סעריע מהומות, ואין להאריך. און אפילו מזאל ווען יא גלייבן אז די רבנים האבן עס געטוען ברשותם ובהסכמתם בדעה צלולה, האט אבער די בד"ץ עדה החרדית (ובניהם המנחת יצחק והרמ"א פריינד וכ"ו וכ"ו) קיינמאל צוריק געצויגן פון זייערע בריוון נגד כל מאן דהו וואס וואגט זיך צו עפענען און טוען נגד המרא דאתרא...

די שורות זענען נישט קיין אויפקלערונג עס איז געוואונדן נאר פאר אזאנע וואס ווילן טאקע פארשטיין.
אנו מוחים על עלבון התורה אויף די הרבנים הגאונים אמיתיים שליט"א חברי בד"ץ דסאטמאר, וואס זאגן זייער קלארע פסק, "אז נניח אז סאיז דא מרא דאתרא, קען מען גרינדן א נייע קהילה וואס איז גארנישט אינטערגעווארפן אינטער דעם אלטן רב" Sidder Kiddishin (1).pdf
ס'איז פיין, ווען בנ"י האט געעפענט האבן זיי געהאלטן פארקערט.
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 7:29 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:40 am

1 קומט אויס ווען רביה״ק האט געשטעלט ראשי קהילה און אויפגענומען ז׳ טובי העיר איז עס געווען א געים? ער האט עס פשוט געשטעלט פאר די פיקטשער אבער עכט האט עס נישט קיין הלכה׳דיגע תוקף?

2 אין די אלע מראי מקומות וואס דו ברענגסט שטייט נישט קיין ווארט אז אן קיין וואלן האט עס נישט קיין תוקף להלכה, ס׳שטייט אז מ׳טאר עס נישט טון נגד הסכמת הציבור, אבער ווי שטייט אז אן קיין וואלן האט עס נישט קיין תוקף??
1 לא ידעתי. אולי נאר אויף די סאטמארע בנינים. כווייס נישט און סאיז מיך נישט נוגע.

2 בקיצור א נייע דערהער... שטייט קלאר וויאזוי זאכן דארפן ארבעטן... און מגייט פייפן דערויף מיט גרויסע פייפער ומשום איזה סיבה קלערסטו אז פארט האט עס תוקף בדיעבד. מהיכי תיתי? פארוואס עפעס? (גראדע פון די רמ”א בנוגע די רבנות מטעם איז משמע אז ווען די סיבה פון רבנות מטעם איז ווען נישטא איז דאס בכלל נישט קיין דיון בכלל... אבער איך גיי פון די אנדערע וועג, פארוואס פאלט דיר ביי אז סזאל האבן א תוקף אויב איז עס געטון געווארן שלא ע”פ דין שו”ע? על מה ולמה?)
רעב איד איר האט באשלאסען א מהלך וויאזוי אפצוטייטשען א רשב״א און איר האט טענות אז אלע גדולי ישראל פייפן דערויף מיט א גרויסע פייפער.. די רבי האט געשטעלט רבנים איבעראל אן קיין וואלן, די צאנזע רב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ס׳איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט גענומען די צאנזע רב אין פאליציי פרייטאג צונאכטס ווען ער איז געקומען זיך אננעמען פארן ייטב לב, די ייטב לב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ועוד ועוד ועוד, ס׳איז געווען גאנצעטע מחלוקת ביי אסאך פלעצער צו ווען א רב האט געשטעלט א צווייטע רב צו ס׳איז לו ולזרעו אדער ולא לזרעו, אבער איין מינוט וואס טוט זיך מיט וואלן?!

איז דא א פשוט׳ע עצה מ׳שרייבט ״לא ידעתי״ און אז ס׳איז עניוועיס נישט נוגע ווייל איך האב א פשט אין א רשב״א און ווער ס׳טוט אנדערש ווי מיין פשט אין די רשב״א פייפט אויף די הלכה מיט א גרויסע פייפער,

לקדש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:05 pm
אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:05 pm
3 נאך נישט געווען אין אידישע היסטאריע אז ממאכט וואוטס ווען סנישטא קיין איינער (אריינגערעכנט 'מסתמה') וואס האט א הוא אמינה אז א צווייטער קען געוואונען, סתם ווייל ס'פאן צו מאכן בזיון התורה.
און ברענגען מתיבתא תש"מ טוט טאקע וויי און דאס איז טאקע געווען א גרוס חלק פון אנהאלטן קרית יואל פון צוזאמפאל און ווען נישט וואלט דא אויסגעזעהן היינט ווי נייטרא שטעטל, און דאס האט טאקע געברענגט אסאך פרישע תושבים אנהייב מ' יארן, סטוט טאקע זייער וויי פאר אייך אבער סמאכט נישט אויס כי הוא זה און זאגט נישט לא ידעתי ווייל איר ווייסט יא, (און אויב אנפאנג ס' איז געווען א שאנס איז פארוואס האט איר פארלוירן די ווילעדש וואלן, יאר נאך יאר אזוי לאנג ווי איר האט פרובירט, און אפילו מזאל אוועקנעמען אויסשטאטישע מתיבתא תלמידים וואוטס רעדט מען פון ארום מערסטענס דריי הונדערט רוב יארן צווישן ס' און היינט און די חילוק און די וואוטס פלעגט זיין און די טויזענטער, און פאר ס’ האבן די קעגנער נאך געלערנט אין ק"י,) איבער אייער ווייטאג רעדט איבער מיט א ספעציאליסט ווייל סנישט געזונט צו טראגן. און איך ווייס אז איר וועט זיין העפי אז מזאל מאכן וואלן, נישט אלס די אויסגאנג נאר אפילו נאר צו זיך שפילן און מבזה זיין ביזן אויסגאנג איז אייך אויך כדאי, אבער איך האב נישט געפרעגט צו איר זענט "העפי" איך האב געפרעגט צו איינער גיבט א שאנס פאר עפעס אנדערש פאר א אנדערע אויסגאנג.
אם... איך האלט אויב ס איז יא וורסעס ניין וואלט ניין געווינען.
סא איר האלט אז מען האט געמעגט גנבנן די וועלן ווייל אז נישט וואלט עס אויסגעקוקט ווי נייטרא
וועלכע וואלן האט מען גע׳גנב׳ט??
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:23 pm
אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:05 pm 1 די רבי האט געגעבען די פולע כח פון טובים על הציבור, און אז זיי מאכן א החלטה האט עס פולע הלכה'דיגע תוקף, אבער די רבי האט נאך אלס די רעכט ארייצושטעלן אליין ראשי קהילה און אז זיין ווארט איז העכער זיי, פשוט ווייל ס'זיין אוינערשיפ, די זעלבע מיט שטאט ק"י.
ניין. אויף דיינע פעליסיטיס דארפסטו קיינעם גארנישט פרעגן - איך בין רב ביי מיר אינדערהיים. צו באקומען א כח הרבנות אויף א שטאט און אויף א ציבור אידן מוז מען שוין איינמאל פרעגן. סאו ניין! עס איז נישט די זעלבע מיט די 'שטאט' קרית יואל.
אמת’דיג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:05 pm
3 נאך נישט געווען אין אידישע היסטאריע אז ממאכט וואוטס ווען סנישטא קיין איינער (אריינגערעכנט 'מסתמה') וואס האט א הוא אמינה אז א צווייטער קען געוואונען, סתם ווייל ס'פאן צו מאכן בזיון התורה.
חחח... אייער פאוסט איז ליצי ליצנות. סאיז גאר א בזיון התורה צו פאלגן די תורה פון אין ממנין פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור... אמת ביסט געווען רויט ווען דו האסט עס געשריבן? א ודאי פרעגט מען. א ודאי מוז מען פרעגן. אפילו ווען סאיז בלויז פארמאליטעט. גראדע אין קרית יואל קען מען נאר היינט געווינען די וואלן צוליב די השתלטות די לעצטע 40 + יאר... אבער עגעין, סגייט מיר נישט אן לעת עתה, קודם פיר דורך וואלן אויב ווילסטו סיי וועלכע הוה אמינא פון א הלכה'דיגע תוקף.

בנוגע די אנדערע חלק פאוסט ווערטער-סאלאט שפיר איך מיך נישט מחיוב צו ענטפערן ווייל עס באציט זיך נישט צו די חלק התורה והלכה המסורה לנו וויאזוי רבנות ארבעט, סאיז בס"ה א צאמווארף פון פראזן. סאו איי דזשאסט דאונט קעיר.
ניין ניין און נאכאמאל ניין נישט דא אזא הלכה און נישט קיין מסורה אונזערע רבי׳ס האבן אלעמאל געשטעלט רבנים אן קיין וואלן,

וואלן איז געווען אין די שטעט ווי די תקנת הקהילה איז געווען אז ס׳דארף זיין וואלן,

וחס מלהזכיר צו זאגען אז די אלע רבנים וואס זענען געשטעלט געווארען דורך אונזער הייליגע רבי׳ס למעלה בקודש האבן נישט געהאט קיין הלכה׳דיגע תוקף,
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 180

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מאונטען »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:16 am

וואס מיינט דעמאלט נמלכין אם הציבור ?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8333

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מסתמא »

בקיצור, איך ברענג דיר די הלכה און דו שפארסט איין דעם גארטל גאאאר טייט און דו זאגסט ‘אין כזה דבר‘!... 'אונזער רעביס האבן נישט געהאלטן'!...

נו נו תיתי לך, כגיי נישט אראפגיין די oh yeah oh no דרעינידזש.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8333

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך מסתמא »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:07 am רעב איד איר האט באשלאסען א מהלך וויאזוי אפצוטייטשען א רשב״א און איר האט טענות אז אלע גדולי ישראל פייפן דערויף מיט א גרויסע פייפער.. די רבי האט געשטעלט רבנים איבעראל אן קיין וואלן, די צאנזע רב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ס׳איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט גענומען די צאנזע רב אין פאליציי פרייטאג צונאכטס ווען ער איז געקומען זיך אננעמען פארן ייטב לב, די ייטב לב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ועוד ועוד ועוד, ס׳איז געווען גאנצעטע מחלוקת ביי אסאך פלעצער צו ווען א רב האט געשטעלט א צווייטע רב צו ס׳איז לו ולזרעו אדער ולא לזרעו, אבער איין מינוט וואס טוט זיך מיט וואלן?!

איז דא א פשוט׳ע עצה מ׳שרייבט ״לא ידעתי״ און אז ס׳איז עניוועיס נישט נוגע ווייל איך האב א פשט אין א רשב״א און ווער ס׳טוט אנדערש ווי מיין פשט אין די רשב״א פייפט אויף די הלכה מיט א גרויסע פייפער,
הא הא... כברענג דיר א רמ”א א רשב”א א תשובות מהר”ם שיק. אייגענטליך דער רמ”א כשלעצמו איז די והותר... חידוש, אמת? אבער דו במחי יד פארשטייסט אז דאס אלעס איז ‘עפעס א תשובת הרשב”א' (ווי כאילו דאס איז עפעס וואס ממעג און מקען אוועקמאכן) וואס איז נדחה מדינא (על אף וואס דער רמ”א ברענגט עס אראפ ביי דיני שליח ציבור).

אבער דיין תורה ארבעט אז ‘סאיז ידוע די מעשה‘... און יעך זאג: ‘סאיז ידוע די מעשה‘ אז רבינו יואל פלעגט כסדר זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין מעשיות ווייל דו ווייסט נישט וואס דארטן איז געווען! פון וואו איך שטאם איז איבעראל געווען וואלן. די גרינע הלכה פארלאנגט וואלן. דער חתם סופר אין די תשובות פארלאנגט וואלן. אין קראלע ארשיווע סאטמאר איז איבעראל געווען וואלן. בס”ה דיין מעשה רב פון עפעס א שטאט דאהי אין אמעריקע נאכן קריג... רופסטו אן ‘אלע גדולים‘ פון ‘אלע צייטן‘. סאיז פיין אין וואויל. פארקויפן אז רבנים אמאל פלעגן זיך משתלט זיין אויף קהילות איז הוצאת לעז אויף צדיקים וקדושים און קלאפ אויף דיין מויל.

אבער עניוועי, סאיז דא א תורה אויב האסטו עפעס לענין בנוגע דת תורתינו הקדושה וועל איך עס אדער מקבל זיין אדער עכ”פ זיך מוזן מתייחס זיין. אדערווייל כאפ טייט אן די אלע הייליגע מעשיות מיט צוגעמאכטע אויגן, וואטש נישט ארויסצוקוקן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מערכת אידטיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
Location: אידטיש
x 368

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך מערכת אידטיש »

ווי איר זעהט האבן מיר אפגעטיילט די טעמע פון די ‘בלומינגראוו קר”י טעמע‘.

מיר ווילן קלארשטעלן, צו דן זיין אויף תורה‘דיגע ענינים בכלליות בלי א ספעציפישע נאמען אדער שטאט וועלן מיר טאלערירן. אבער סיי וואס איז שנוי אין מחלוקת און פאליטיק וועט שארף אינפארסירט ווערן. ביטע נישט נוצן קיין נעמען פון רבנים אדער שטעט ביי דברים השנויים במחלוקת.

ביטע געדענקען אז טשעלענדזשן סיי וועלכע רב אדער קהילה מיט א נאמען וועט נישט טאלערירט ווערן. דא קען מען בס”ה רעדן באופן כללי וואס מיר טרעפן אין שו”ע והפוסקים ודעת רבותינו ז”ל. חס ושלום צו אפילו נאר מרמז זיין צו אקטיווע אדער אפילו נישט אקטיווע פאליטיק.
דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
ווערווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 249
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 517

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווערווייס »

מייזל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 7:23 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 3:34 pm נ.ב. כ׳ווארט נאך זאלסט מיר ענטפערען פארוואס די ירושלים׳ע רבנות האט יא א תוקף.
איך זיך נישט אריינצוגיין אין די נושא איבער מרא דאתרא (על אף וואס איך וואוין אין בלומינגראוו) ווייל עס וועט קיינעם נישט טוישן.

אבער לגבי ירושלים, אויבן אויף האלטן זיך נישט די עדה החרדית אינגאנצן מיט די טיטל מרא דאתרא פון די שולחן ערוך, זיי זענען קיינמאל נישט פארנומען מיט סידור קידושין און שחוטי חוץ וכו' וכו' זיי זענען שרייבן געווענטליך אז זיי קומען מכח בית דין, דהיינו מיט קהילות המשתייכות.

און לאמיר נישט פארגעסן אז די עדה החרדית אליינס איז אן אפגעטיילטע קהילה נאך וואס די ארגענעלע קהילה איז געפאלן אונטער די ציונים.

ממילא איז עס בכלל נישט גלייך, זיי פירן נישט די זעלבע מערכה בכלל.
דו ווייסט וויאו די בעלזע מחלוקה האט זיך אנגעהויבן? שאל אביך
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 7:01 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:07 am רעב איד איר האט באשלאסען א מהלך וויאזוי אפצוטייטשען א רשב״א און איר האט טענות אז אלע גדולי ישראל פייפן דערויף מיט א גרויסע פייפער.. די רבי האט געשטעלט רבנים איבעראל אן קיין וואלן, די צאנזע רב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ס׳איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט גענומען די צאנזע רב אין פאליציי פרייטאג צונאכטס ווען ער איז געקומען זיך אננעמען פארן ייטב לב, די ייטב לב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ועוד ועוד ועוד, ס׳איז געווען גאנצעטע מחלוקת ביי אסאך פלעצער צו ווען א רב האט געשטעלט א צווייטע רב צו ס׳איז לו ולזרעו אדער ולא לזרעו, אבער איין מינוט וואס טוט זיך מיט וואלן?!

איז דא א פשוט׳ע עצה מ׳שרייבט ״לא ידעתי״ און אז ס׳איז עניוועיס נישט נוגע ווייל איך האב א פשט אין א רשב״א און ווער ס׳טוט אנדערש ווי מיין פשט אין די רשב״א פייפט אויף די הלכה מיט א גרויסע פייפער,
הא הא... כברענג דיר א רמ”א א רשב”א א תשובות מהר”ם שיק. אייגענטליך דער רמ”א כשלעצמו איז די והותר... חידוש, אמת? אבער דו במחי יד פארשטייסט אז דאס אלעס איז ‘עפעס א תשובת הרשב”א' (ווי כאילו דאס איז עפעס וואס ממעג און מקען אוועקמאכן) וואס איז נדחה מדינא (על אף וואס דער רמ”א ברענגט עס אראפ ביי דיני שליח ציבור).

אבער דיין תורה ארבעט אז ‘סאיז ידוע די מעשה‘... און יעך זאג: ‘סאיז ידוע די מעשה‘ אז רבינו יואל פלעגט כסדר זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין מעשיות ווייל דו ווייסט נישט וואס דארטן איז געווען! פון וואו איך שטאם איז איבעראל געווען וואלן. די גרינע הלכה פארלאנגט וואלן. דער חתם סופר אין די תשובות פארלאנגט וואלן. אין קראלע ארשיווע סאטמאר איז איבעראל געווען וואלן. בס”ה דיין מעשה רב פון עפעס א שטאט דאהי אין אמעריקע נאכן קריג... רופסטו אן ‘אלע גדולים‘ פון ‘אלע צייטן‘. סאיז פיין אין וואויל. פארקויפן אז רבנים אמאל פלעגן זיך משתלט זיין אויף קהילות איז הוצאת לעז אויף צדיקים וקדושים און קלאפ אויף דיין מויל.

אבער עניוועי, סאיז דא א תורה אויב האסטו עפעס לענין בנוגע דת תורתינו הקדושה וועל איך עס אדער מקבל זיין אדער עכ”פ זיך מוזן מתייחס זיין. אדערווייל כאפ טייט אן די אלע הייליגע מעשיות מיט צוגעמאכטע אויגן, וואטש נישט ארויסצוקוקן.
אשאד דו שרייבסט נישט נאך נעמען פון פוסקים…. ר׳ איד איר האט נישט געברענגט קיין איין מראה מקום אז ס׳דארף זיין וואלן, איר האט באשלאסען אז אזוי איז די הלכה און נאכדעם פארפירט איר אז מ׳קען נישט ברענגן קיין ראיות פון קיין מעשיות נגד הלכה, איין מינוט אפשר איז די הלכה בכלל נישט אזוי??

אין צאנז איז נישט געווען קיין וואלן, אין סיגוט איז נישט געווען קיין וואלן, אין גארליץ איז נישט געווען קיין וואלן, וכ״ו וכ״ו,כ׳האב נאר נישט געוויסט אז זיי זענען געווען נאכן קריג ישר כח פארן מודיע זיין…

לגבי סאטמאר און קראלי האב איך שוין פריער געשריבען אז דארט איז אזוי געווען די תקנת הקהילה.
גד'ל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 157

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך גד'ל »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:02 pm

די גמ' זאגט שוין אין למידין מפי מעשה וואו די ראשונים זענען מסביר אז דו ווייסט נישט די טעם אנדערש וואו א הלכה וואס מזאגט די טעם מילא האט סתם אזוי נישט קיין פשט ווען מרעד פון הלכה צו ברענגען מעשיות

אבער אפי' דו ברענגסט א פלאץ וואס איז פונקט פארקערט ווייל אין גארליץ ביי די מחלוקה (ביי די 2'טע מחלוקה) איבער די רבנות איז מען געגאנגען צו דין תורה ביי מהר"ש ענגעל וואס האט געפסקנט אז מדארף מאכן וואלן און אזוי איז טאקע געווען און די זון האט פארלוירן די וואלן און ער איז טאקע אוועקגעגאנגען און די רבנות איז נישט געבליבן ביים יורש
אויב מיט גארליץ האסטו געמיינט די ערשטע מחלוקה דאס וואס צאנזער רב האט גענומען די צד פון רבי שמואל איז נישט קיין ראי' ווייל דאס איז געווען די זייט פון רוב שטאט און צאנזער רב האט זיכער געמאכט אז דער רב וואס די ציבור האט געוואלט זאל זיין רב
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8333

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך מסתמא »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:02 pm ר׳ איד איר האט נישט געברענגט קיין איין מראה מקום אז ס׳דארף זיין וואלן, איר האט באשלאסען אז אזוי איז די הלכה
שוין.. וועל איך עס איבערשרייבן נאכאמאל... האסט עס זיכער פארזעהן... כאטשיג וואס כהאב עס געשריבן קלאר.

גמרא מפורשת: אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. בשו"ת הרשב"א סימן ש'. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט). בשו"ת מהר"ם שיק יו"ד סימן רכ"ח.

אינאמת'ן האב איך דאס שוין אלעס געברענגט פריער, גייענדיג מיט די הנחה אז איר זענט נישט אוטיסטיק נאר איר האט עס לכאורה פשוט נישט באמערקט, דעריבער ברענג איך עס נאכאמאל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 158

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך שמח בחלקו »

עס איז נאר שייך צו מאכן תקנות הקהלה אויף א זאך וואס דער שלחן ערוך לאזט.

איך בין נישט קיין בקי אין היסטאריע.

אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען נאר אויפנעמען א רב אויף א קהלה אויב מען טוט וואס דער שלחן ערוך הייסט "נמלכים עם הציבור".

עס זענען געווען שטעט וואס מען האט דאס מקיים געווען דורכדעם וואס די (ערוועלטע) טובי הקהל האבן אויפגענומען א רב.
און זעט אויס אז עס זענען געווען שטעט וואס האבן געהאט א תקנה אז מען זאל עקסטער מאכן וואלן אויפצונעמען א רב.

נאכאמאל. מען קען אריינשטעלן רבנים אין א פריוואטע "קהלה" אדער "מוסד". דאס איז קיינעם מחייב. יעדער קען באשליסן 'איך וויל יא זיין א מעמבער אין די קהלה', אדער 'איך וויל נישט זיין א מעמבער אין די קהלה.'

און אויב ווילסטו אז די טובי הקהלה, דער רב, זאל מחייב זיין יעדן יחיד פון א "שטאט", דהיינו, יעדער זאל מוזן צושטייער געבן די "מס הקהל", נישטא אזא זאך ביזט יא א מעמבער, ביזט נישט א מעמבער. מוזן די טובי הקהלה זיין אויסגעוועלט דורך רוב אידן אינעם שטאט.

דער רב קען נישט אריינשטעלן קיין טובי הקהל אין א "שטאט". פינטל.
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

גד'ל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 4:51 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:02 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 7:01 am
הא הא... כברענג דיר א רמ”א א רשב”א א תשובות מהר”ם שיק. אייגענטליך דער רמ”א כשלעצמו איז די והותר... חידוש, אמת? אבער דו במחי יד פארשטייסט אז דאס אלעס איז ‘עפעס א תשובת הרשב”א' (ווי כאילו דאס איז עפעס וואס ממעג און מקען אוועקמאכן) וואס איז נדחה מדינא (על אף וואס דער רמ”א ברענגט עס אראפ ביי דיני שליח ציבור).

אבער דיין תורה ארבעט אז ‘סאיז ידוע די מעשה‘... און יעך זאג: ‘סאיז ידוע די מעשה‘ אז רבינו יואל פלעגט כסדר זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין מעשיות ווייל דו ווייסט נישט וואס דארטן איז געווען! פון וואו איך שטאם איז איבעראל געווען וואלן. די גרינע הלכה פארלאנגט וואלן. דער חתם סופר אין די תשובות פארלאנגט וואלן. אין קראלע ארשיווע סאטמאר איז איבעראל געווען וואלן. בס”ה דיין מעשה רב פון עפעס א שטאט דאהי אין אמעריקע נאכן קריג... רופסטו אן ‘אלע גדולים‘ פון ‘אלע צייטן‘. סאיז פיין אין וואויל. פארקויפן אז רבנים אמאל פלעגן זיך משתלט זיין אויף קהילות איז הוצאת לעז אויף צדיקים וקדושים און קלאפ אויף דיין מויל.

אבער עניוועי, סאיז דא א תורה אויב האסטו עפעס לענין בנוגע דת תורתינו הקדושה וועל איך עס אדער מקבל זיין אדער עכ”פ זיך מוזן מתייחס זיין. אדערווייל כאפ טייט אן די אלע הייליגע מעשיות מיט צוגעמאכטע אויגן, וואטש נישט ארויסצוקוקן.
אשאד דו שרייבסט נישט נאך נעמען פון פוסקים…. ר׳ איד איר האט נישט געברענגט קיין איין מראה מקום אז ס׳דארף זיין וואלן, איר האט באשלאסען אז אזוי איז די הלכה און נאכדעם פארפירט איר אז מ׳קען נישט ברענגן קיין ראיות פון קיין מעשיות נגד הלכה, איין מינוט אפשר איז די הלכה בכלל נישט אזוי??

אין צאנז איז נישט געווען קיין וואלן, אין סיגוט איז נישט געווען קיין וואלן, אין גארליץ איז נישט געווען קיין וואלן, וכ״ו וכ״ו,כ׳האב נאר נישט געוויסט אז זיי זענען געווען נאכן קריג ישר כח פארן מודיע זיין…

לגבי סאטמאר און קראלי האב איך שוין פריער געשריבען אז דארט איז אזוי געווען די תקנת הקהילה.
די גמ' זאגט שוין אין למידין מפי מעשה וואו די ראשונים זענען מסביר אז דו ווייסט נישט די טעם אנדערש וואו א הלכה וואס מזאגט די טעם מילא האט סתם אזוי נישט קיין פשט ווען מרעד פון הלכה צו ברענגען מעשיות

אבער אפי' דו ברענגסט א פלאץ וואס איז פונקט פארקערט ווייל אין גארליץ ביי די מחלוקה (ביי די 2'טע מחלוקה) איבער די רבנות איז מען געגאנגען צו דין תורה ביי מהר"ש ענגעל וואס האט געפסקנט אז מדארף מאכן וואלן און אזוי איז טאקע געווען און די זון האט פארלוירן די וואלן און ער איז טאקע אוועקגעגאנגען און די רבנות איז נישט געבליבן ביים יורש
אויב מיט גארליץ האסטו געמיינט די ערשטע מחלוקה דאס וואס צאנזער רב האט גענומען די צד פון רבי שמואל איז נישט קיין ראי' ווייל דאס איז געווען די זייט פון רוב שטאט און צאנזער רב האט זיכער געמאכט אז דער רב וואס די ציבור האט געוואלט זאל זיין רב
דארט האט די דין תורה גע׳פסק׳נט דאס איז א צווייטע מעשה אבער פארדעם איז נישט געווען קיין וואלן
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 5:20 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:02 pm ר׳ איד איר האט נישט געברענגט קיין איין מראה מקום אז ס׳דארף זיין וואלן, איר האט באשלאסען אז אזוי איז די הלכה
שוין.. וועל איך עס איבערשרייבן נאכאמאל... האסט עס זיכער פארזעהן... כאטשיג וואס כהאב עס געשריבן קלאר.

גמרא מפורשת: אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. בשו"ת הרשב"א סימן ש'. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט). בשו"ת מהר"ם שיק יו"ד סימן רכ"ח.

אינאמת'ן האב איך דאס שוין אלעס געברענגט פריער, גייענדיג מיט די הנחה אז איר זענט נישט אוטיסטיק נאר איר האט עס לכאורה פשוט נישט באמערקט, דעריבער ברענג איך עס נאכאמאל.
יעצט ווייז אין די אלע מראה מקומות ווי ס׳שטייט אז ס׳דארף זיין וואלן.

שמח בחלקו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 5:22 pm עס איז נאר שייך צו מאכן תקנות הקהלה אויף א זאך וואס דער שלחן ערוך לאזט.

איך בין נישט קיין בקי אין היסטאריע.

אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען נאר אויפנעמען א רב אויף א קהלה אויב מען טוט וואס דער שלחן ערוך הייסט "נמלכים עם הציבור".

עס זענען געווען שטעט וואס מען האט דאס מקיים געווען דורכדעם וואס די (ערוועלטע) טובי הקהל האבן אויפגענומען א רב.
און זעט אויס אז עס זענען געווען שטעט וואס האבן געהאט א תקנה אז מען זאל עקסטער מאכן וואלן אויפצונעמען א רב.

נאכאמאל. מען קען אריינשטעלן רבנים אין א פריוואטע "קהלה" אדער "מוסד". דאס איז קיינעם מחייב. יעדער קען באשליסן 'איך וויל יא זיין א מעמבער אין די קהלה', אדער 'איך וויל נישט זיין א מעמבער אין די קהלה.'

און אויב ווילסטו אז די טובי הקהלה, דער רב, זאל מחייב זיין יעדן יחיד פון א "שטאט", דהיינו, יעדער זאל מוזן צושטייער געבן די "מס הקהל", נישטא אזא זאך ביזט יא א מעמבער, ביזט נישט א מעמבער. מוזן די טובי הקהלה זיין אויסגעוועלט דורך רוב אידן אינעם שטאט.

דער רב קען נישט אריינשטעלן קיין טובי הקהל אין א "שטאט". פינטל.
מהיכן דנתני?

די אלע שטעט וואס איך האב פריער דערמאנט איז די רב נישט געווען בעה״ב און אפ״ה איז נישט געווען קיין וואלן.
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מאונטען האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 4:16 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:16 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:23 pm
ניין. אויף דיינע פעליסיטיס דארפסטו קיינעם גארנישט פרעגן - איך בין רב ביי מיר אינדערהיים. צו באקומען א כח הרבנות אויף א שטאט און אויף א ציבור אידן מוז מען שוין איינמאל פרעגן. סאו ניין! עס איז נישט די זעלבע מיט די 'שטאט' קרית יואל.

חחח... אייער פאוסט איז ליצי ליצנות. סאיז גאר א בזיון התורה צו פאלגן די תורה פון אין ממנין פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור... אמת ביסט געווען רויט ווען דו האסט עס געשריבן? א ודאי פרעגט מען. א ודאי מוז מען פרעגן. אפילו ווען סאיז בלויז פארמאליטעט. גראדע אין קרית יואל קען מען נאר היינט געווינען די וואלן צוליב די השתלטות די לעצטע 40 + יאר... אבער עגעין, סגייט מיר נישט אן לעת עתה, קודם פיר דורך וואלן אויב ווילסטו סיי וועלכע הוה אמינא פון א הלכה'דיגע תוקף.

בנוגע די אנדערע חלק פאוסט ווערטער-סאלאט שפיר איך מיך נישט מחיוב צו ענטפערן ווייל עס באציט זיך נישט צו די חלק התורה והלכה המסורה לנו וויאזוי רבנות ארבעט, סאיז בס"ה א צאמווארף פון פראזן. סאו איי דזשאסט דאונט קעיר.
ניין ניין און נאכאמאל ניין נישט דא אזא הלכה און נישט קיין מסורה אונזערע רבי׳ס האבן אלעמאל געשטעלט רבנים אן קיין וואלן,

וואלן איז געווען אין די שטעט ווי די תקנת הקהילה איז געווען אז ס׳דארף זיין וואלן,

וחס מלהזכיר צו זאגען אז די אלע רבנים וואס זענען געשטעלט געווארען דורך אונזער הייליגע רבי׳ס למעלה בקודש האבן נישט געהאט קיין הלכה׳דיגע תוקף,
וואס מיינט דעמאלט נמלכין אם הציבור ?
ס׳איז נישט גע׳פסק׳נט אזוי אין שלחן ערוך
לקדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 10:52 am
x 76

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לקדש »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 9:27 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 5:20 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:02 pm ר׳ איד איר האט נישט געברענגט קיין איין מראה מקום אז ס׳דארף זיין וואלן, איר האט באשלאסען אז אזוי איז די הלכה
שוין.. וועל איך עס איבערשרייבן נאכאמאל... האסט עס זיכער פארזעהן... כאטשיג וואס כהאב עס געשריבן קלאר.

גמרא מפורשת: אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. בשו"ת הרשב"א סימן ש'. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט). בשו"ת מהר"ם שיק יו"ד סימן רכ"ח.

אינאמת'ן האב איך דאס שוין אלעס געברענגט פריער, גייענדיג מיט די הנחה אז איר זענט נישט אוטיסטיק נאר איר האט עס לכאורה פשוט נישט באמערקט, דעריבער ברענג איך עס נאכאמאל.
יעצט ווייז אין די אלע מראה מקומות ווי ס׳שטייט אז ס׳דארף זיין וואלן.
וואס מיינט נמלכים בציבור?
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 171

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

לקדש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 9:49 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 9:27 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 5:20 pm
שוין.. וועל איך עס איבערשרייבן נאכאמאל... האסט עס זיכער פארזעהן... כאטשיג וואס כהאב עס געשריבן קלאר.

גמרא מפורשת: אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. בשו"ת הרשב"א סימן ש'. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט). בשו"ת מהר"ם שיק יו"ד סימן רכ"ח.

אינאמת'ן האב איך דאס שוין אלעס געברענגט פריער, גייענדיג מיט די הנחה אז איר זענט נישט אוטיסטיק נאר איר האט עס לכאורה פשוט נישט באמערקט, דעריבער ברענג איך עס נאכאמאל.
יעצט ווייז אין די אלע מראה מקומות ווי ס׳שטייט אז ס׳דארף זיין וואלן.
וואס מיינט נמלכים בציבור?
ס׳קען מיינען מאכן מיטינג ס׳קען מיינען זיך דורכרעדען מיט ראשי קהילה,

אבער אין שלחן ערוך ווערט עס נישט גע׳פסק׳נט.
לקדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 10:52 am
x 76

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לקדש »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 9:55 pm
לקדש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 9:49 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 9:27 pm
יעצט ווייז אין די אלע מראה מקומות ווי ס׳שטייט אז ס׳דארף זיין וואלן.
וואס מיינט נמלכים בציבור?
ס׳קען מיינען מאכן מיטינג ס׳קען מיינען זיך דורכרעדען מיט ראשי קהילה,

אבער אין שלחן ערוך ווערט עס נישט גע׳פסק׳נט.
אה...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2128
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7493

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:07 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 7:29 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 3:40 am

1 קומט אויס ווען רביה״ק האט געשטעלט ראשי קהילה און אויפגענומען ז׳ טובי העיר איז עס געווען א געים? ער האט עס פשוט געשטעלט פאר די פיקטשער אבער עכט האט עס נישט קיין הלכה׳דיגע תוקף?

2 אין די אלע מראי מקומות וואס דו ברענגסט שטייט נישט קיין ווארט אז אן קיין וואלן האט עס נישט קיין תוקף להלכה, ס׳שטייט אז מ׳טאר עס נישט טון נגד הסכמת הציבור, אבער ווי שטייט אז אן קיין וואלן האט עס נישט קיין תוקף??
1 לא ידעתי. אולי נאר אויף די סאטמארע בנינים. כווייס נישט און סאיז מיך נישט נוגע.

2 בקיצור א נייע דערהער... שטייט קלאר וויאזוי זאכן דארפן ארבעטן... און מגייט פייפן דערויף מיט גרויסע פייפער ומשום איזה סיבה קלערסטו אז פארט האט עס תוקף בדיעבד. מהיכי תיתי? פארוואס עפעס? (גראדע פון די רמ”א בנוגע די רבנות מטעם איז משמע אז ווען די סיבה פון רבנות מטעם איז ווען נישטא איז דאס בכלל נישט קיין דיון בכלל... אבער איך גיי פון די אנדערע וועג, פארוואס פאלט דיר ביי אז סזאל האבן א תוקף אויב איז עס געטון געווארן שלא ע”פ דין שו”ע? על מה ולמה?)
רעב איד איר האט באשלאסען א מהלך וויאזוי אפצוטייטשען א רשב״א און איר האט טענות אז אלע גדולי ישראל פייפן דערויף מיט א גרויסע פייפער.. די רבי האט געשטעלט רבנים איבעראל אן קיין וואלן, די צאנזע רב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ס׳איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט גענומען די צאנזע רב אין פאליציי פרייטאג צונאכטס ווען ער איז געקומען זיך אננעמען פארן ייטב לב, די ייטב לב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ועוד ועוד ועוד, ס׳איז געווען גאנצעטע מחלוקת ביי אסאך פלעצער צו ווען א רב האט געשטעלט א צווייטע רב צו ס׳איז לו ולזרעו אדער ולא לזרעו, אבער איין מינוט וואס טוט זיך מיט וואלן?!

איז דא א פשוט׳ע עצה מ׳שרייבט ״לא ידעתי״ און אז ס׳איז עניוועיס נישט נוגע ווייל איך האב א פשט אין א רשב״א און ווער ס׳טוט אנדערש ווי מיין פשט אין די רשב״א פייפט אויף די הלכה מיט א גרויסע פייפער,

אהובי ידידי, כ'ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיין אינפארמאציע איבער סיגוט צאנז וכו' און די טויזנטער רבנים וואס מען האט געשטעלט אן די הסכמה פונ'ם ציבור, אבער מיט'ן מציאות האט עס נישט קיין שייכות. צאנזער רב איז געווארן אויפגענומען דורך די קהילה. דער ייטב לב איז געווארן אויפגענומען דורך די סיגוטע קהילה. די מחלוקת'ער איבער רבנות איז געווען וועם די קהילה זאל אויפנעמען (עס זענען דא הלכות אין דעם אויך אז אויב דער זון איז ראוי דארף די קהילה אים אויפנעמען אבער אן די קהילה'ס אויפנאמע פאסירט גארנישט). נישט צאנזער רב און נישט דער ייטב לב און נישט סיי ווער אנדערש האט ארויפגעצווינגען א רב אויף א קהילה, און איבערשרייבן אז יא אן ברענגען סיי וועלכע מ"מ וועט נישט טוישן די פאקט.

וואס יא, דער רבי זי"ע האט געהאלטן אז די סאטמארע קהילה אין אמעריקע, וואס איז אינגאנצן אן אנדערע מציאות ווי א שטאט קהילה און איז בכלל נישט אין די בחינה פון ממנין פרנס על הציבור ווייל קיינער מוז בכלל נישט זיין קיין חלק פון דעם ציבור, איז זיין פריוואטער נכס און ער האט די רעכט אויפצונעמען וועם ער וויל פאר סיי וועלכע פאזיציע. דאס מיינט אבער נישט אז ער האט געהאלטן אז סיי ווער איז בכח אריינצושטעלן וועם ער וויל אלס 'שטאט'ס רב' אן די הסכמה פונ'ם ציבור.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2128
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7493

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך Think and Thank »

נאכדעם איז דא די צווייטע נקודה, ווען ס'איז דא אין שטאט א קהילה מיט א רב, צו מען מעג זיך אפטיילן און מאכן אן אייגענע קהילה. בשייכות מיט דעם וויל איך דערציילן א שטיקעלע היסטאריע:

אין די שטאט קלויזנבורג איז געווען אן ארטאדאקסישע קהילה, וואס דער רב (רב גלאזנער) איז געווען א מזרחי'סט. א הייפעלע ערליכע אידן אין שטאט האבן זיך אפגעטיילט און מייסד געווען אן אייגענע קהילה, און זיי האבן אויפגענומען אלס רב נישט קיין אנדערער ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע. נאך א שטיק צייט האבן זיי געבעטן דעם רבי'ן ער זאל זיי שיקן איינעם וואס זאל זיין ביי זיי אין שטאט ווייל עס איז שווער אנצוגיין מיט א רב נאר פונדערווייטנס, האט דער רבי זיי דעמאלס געשיקט זיין פלומעניק, וואס איז דערנאך געווארן בארימט אין די וועלט אלס דער קלויזנבורגער רב זצ"ל.

שטעלט זיך די פראגע, היתכן?! וויאזוי האט דער רבי זיך געטרויעט צו אננעמען די רבנות פון א שטאט וואו עס איז דא א רב מיט א קהילה? און נאכדעם נאך אהינשיקן א רב כדי אונטערצוברעכן די הנהגה פונ'ם שטאט'ס רב?!
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 312

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך גאלדבערג »

דארט איז דאך געווען א אישו אזוי ווי אלע שטעט ווי ס'געווען שוואכערע סארט קהילות וכו'
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 312

Re: קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך גאלדבערג »

די מונקאטשע רב איז באופן כללי געווען זייער שארף קעגן צוברעכן און עפענען קעגן א שטאטס רב א קהילה
שרייב פאוסט