מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 31, 2026 7:01 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:07 am
רעב איד איר האט באשלאסען א מהלך וויאזוי אפצוטייטשען א רשב״א און איר האט טענות אז אלע גדולי ישראל פייפן דערויף מיט א גרויסע פייפער.. די רבי האט געשטעלט רבנים איבעראל אן קיין וואלן, די צאנזע רב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ס׳איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט גענומען די צאנזע רב אין פאליציי פרייטאג צונאכטס ווען ער איז געקומען זיך אננעמען פארן ייטב לב, די ייטב לב האט געשטעלט רבנים אן קיין וואלן, ועוד ועוד ועוד, ס׳איז געווען גאנצעטע מחלוקת ביי אסאך פלעצער צו ווען א רב האט געשטעלט א צווייטע רב צו ס׳איז לו ולזרעו אדער ולא לזרעו, אבער איין מינוט וואס טוט זיך מיט וואלן?!
איז דא א פשוט׳ע עצה מ׳שרייבט ״לא ידעתי״ און אז ס׳איז עניוועיס נישט נוגע ווייל איך האב א פשט אין א רשב״א און ווער ס׳טוט אנדערש ווי מיין פשט אין די רשב״א פייפט אויף די הלכה מיט א גרויסע פייפער,
הא הא... כברענג דיר א רמ”א א רשב”א א תשובות מהר”ם שיק. אייגענטליך דער רמ”א כשלעצמו איז די והותר... חידוש, אמת? אבער דו במחי יד פארשטייסט אז דאס אלעס איז ‘עפעס א תשובת הרשב”א' (ווי כאילו דאס איז עפעס וואס ממעג און מקען אוועקמאכן) וואס איז נדחה מדינא (על אף וואס דער רמ”א ברענגט עס אראפ ביי דיני שליח ציבור).
אבער דיין תורה ארבעט אז ‘סאיז ידוע די מעשה‘... און יעך זאג: ‘סאיז ידוע די מעשה‘ אז רבינו יואל פלעגט כסדר זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין מעשיות ווייל דו ווייסט נישט וואס דארטן איז געווען! פון וואו איך שטאם איז איבעראל געווען וואלן. די גרינע הלכה פארלאנגט וואלן. דער חתם סופר אין די תשובות פארלאנגט וואלן. אין קראלע ארשיווע סאטמאר איז איבעראל געווען וואלן. בס”ה דיין מעשה רב פון עפעס א שטאט דאהי אין אמעריקע נאכן קריג... רופסטו אן ‘אלע גדולים‘ פון ‘אלע צייטן‘. סאיז פיין אין וואויל. פארקויפן אז רבנים אמאל פלעגן זיך משתלט זיין אויף קהילות איז הוצאת לעז אויף צדיקים וקדושים און קלאפ אויף דיין מויל.
אבער עניוועי, סאיז דא א תורה אויב האסטו עפעס לענין בנוגע דת תורתינו הקדושה וועל איך עס אדער מקבל זיין אדער עכ”פ זיך מוזן מתייחס זיין. אדערווייל כאפ טייט אן די אלע הייליגע מעשיות מיט צוגעמאכטע אויגן, וואטש נישט ארויסצוקוקן.
אשאד דו שרייבסט נישט נאך נעמען פון פוסקים…. ר׳ איד איר האט נישט געברענגט קיין איין מראה מקום אז ס׳דארף זיין וואלן, איר האט באשלאסען אז אזוי איז די הלכה און נאכדעם פארפירט איר אז מ׳קען נישט ברענגן קיין ראיות פון קיין מעשיות נגד הלכה, איין מינוט אפשר איז די הלכה בכלל נישט אזוי??
אין צאנז איז נישט געווען קיין וואלן, אין סיגוט איז נישט געווען קיין וואלן, אין גארליץ איז נישט געווען קיין וואלן, וכ״ו וכ״ו,כ׳האב נאר נישט געוויסט אז זיי זענען געווען נאכן קריג ישר כח פארן מודיע זיין…
לגבי סאטמאר און קראלי האב איך שוין פריער געשריבען אז דארט איז אזוי געווען די תקנת הקהילה.