פערזשוך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 9:42 am
די גאנצע מערכה וואס טוט זיך דא די גיין צי גדו"י באשמיצען וכו
די מטמא זיין יונגע בחורים וכו צי רעדן די הייקלסטע נושאים ביי כלל ישראל
די פארשווארצן א קהילה אין כלל ישראל
קומט פון איין פלאץ אין אנדרע פלעצער האט מען זיך געשלאגן אויף נכסים בניינים וכו קאורט ועוד ועוד
אבער דא וואס קענסטי טוען ווען די צווייטע זייט איז מוותר אויף בניינים שטחים צענדליגע מיליאנען דאללערס אלעס צי קענן זיך אליין בויען אין מחנך זיין זיינע חסידים אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון זיין הייליגע טאטע זכר צדיק וקדוש לברכה
קענסטי טוען איין זאך באשמיצען -ליגענט זאגן- אינטער גראבן- שיקען מענטשן -פאשקעווילן ועוד ועוד
ווייל אויב יענער פארציילט פאר די וועלט אז דעס האט דיין טאטע געוואלט
מיינט דעס אז וויאזוי די ביסט מחנך איז נישט דיין טאטעס וועג טוט עס ויי שרייט מען אז יענער איז נישט גערעכט
הייקעלע נושאים?
מעורר זיין אז אמונה איז נאר דא אין א באשעפער און נישט אין א בשר ודם?
זאגן פאר נשים וואס פאר דורי דורות האט זיך קיינער נישט דערוואגט צו שפילן מיט נשים, וועגן סאיז דעתם קל,
ממילא האט מען מיט זיי געלערנט אמת'ע פשוטע יסודות הדת,
קומט א איד (?) און זאגט די אלע סארטן איסלאמישע פרעפלערייען פאר די נשים זיי אפשווענקן די מוחות מיט שטערבליכע בליטש אז דער רבי קען הייסן דינען עבודה זרה, קען הייסן זיך נעמען די לעבן הישמע זאת?! לייקן נישט! יעדער האט עס געהערט, יעדער קען יענער מסיס ביים נאמען! איז דאס א דזשאוק? די פרעגסט מיך וועגן הייקעלע נושאים?!!
הוי זעה איך דא לב טהור...
רחמים שאלו.
אלעס נאר אויף קו פנימי שטייצעך - אויב ביזטו גערעכט וואס איז די פנימי? - האסט דאך נישט מורא פון די גאס = גאס גאס איך וויל דיר נישט געפעלן - נאכן צאלן טויזנטערס פאר פראפאגאנדע זינג איך אויכט אזא ניגון
עניוועי, איך זאג נישט קיינעם צו גלייבן נארישע לשון הרע אויף די מקום, אבער לאז זייערע מעשים רעדן, מען ברויך נישט הערן וואס זיי זאגן, ווייל זייערע מעשים רעדן סאך העכער ווי וואס זיי זאגן.
אגב גאס גאס - די טמאנע גאס וואס פירט א מערכה מיטן ישיעות משה, א ווארט אויף דעם גאס,
די גאס וואס איז ליבעראל, פירט א מערכה מיט אנדערע, די באמעס און ליבעראלן וואס האבן פלאץ פאר כאמאס און חיזבאללא,
די גאס וואס איז זיך מתנגד באשטייט פון יחידים, אברכי כולל, ציבור יראי ה' און חסידישע אידן - אמת'ע חסידישע אידן וואס עס ברענט זיי כבוד שמים מיט כבוד החסידות!!
סאיז א גאס וואס הייסט "כלל ישראל", יא די זעלבע גאס פארוואס די זאגסט וכול מאמינים ראש השנה - ווייל כלל ישראל האט אזוי אנגענומען, "כלל ישראל נעמט אהן וואס מיינט אמונה בה'" און טאקעע ווייל קיינער שטעלט זיך נישט אין די גאסן פון ווילמסבורג רעדן קעגן, קיינער מאכט נישט קיין מחאות, קיינער מאכט נישט קיין אפיציעלע מעמדים וכינוסים, טאקע וועגן דעם מיינט דאס אז סאיז די ריינע אידישע הארץ וואס יעדער ירא ה' האט וואס ווען הערט וואס טוט זיך דארט ווערט ציטרייסלט לגמרי, דאס איז די אידישע נשמה וואס פארנעמט נישט די חילול ה'!
זיי זענען די מתנגדים!
זיי "פירן די מערכה" (איך זעה נישט קיין מערכה, איך זעה נאר אז אין יעדער אמת'ע חסידישע איד איז דאס אפגעפרעגט לגמרי)
זיי זענען די באטשיס...
וילמדו תועים בינה!!