אמת. אבער דעמאלטס האט עס נישט מער תוקף ווי א ‘פערזענליכע דעת תורה‘ א ‘פערזענליכע הכרעה‘ וואס איז נישט מחייב כלל ישראל נאר די תלמידים והסרים למשמעתו וכו‘ בכדי עפעס זאל ווערן ‘די תורה אליינס‘ מוז עס זיין אדער אויסגעבויט מגמרא והפוסקים אדער א דבר מקובל מדור דור. א פערזענליכע דעת תורה עם כל החשיבות פון דער וואס זאגט דאס איז נישט די תורה אליינס וואס איז מחייב יעדער איד.
נאכדעם גזירות למיגדור מילתא האט אנדערע כללים, וויאזוי האט מען דאס איינגעפירט, ווער האט דאס מקבל געווען וכו‘ וכו‘ א קהילה קען היינט אויכעט איינפירן זאכן, פשוט אזוי. אבער שרייען ‘יעך בין די תורה‘ איז גארנישט געזאגט. פאר א סיבה האט רבינו יואל ארויסגעגעבן די ויואל משה און על הגאולה, עס גייט נישט אזוי.