"אלקותו" בקהל חסידים?!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8314

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

שמות האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 12:59 pm די חזו"א האט אויך געניצט אזא שפראך ביי גיוס בנות ווי שטייט אז ס'איז יהרג ואל יעבור.
ד"מ ס"ה אזוי קומט מיר אויס פון לערנען די תורה.
אמת. אבער דעמאלטס האט עס נישט מער תוקף ווי א ‘פערזענליכע דעת תורה‘ א ‘פערזענליכע הכרעה‘ וואס איז נישט מחייב כלל ישראל נאר די תלמידים והסרים למשמעתו וכו‘ בכדי עפעס זאל ווערן ‘די תורה אליינס‘ מוז עס זיין אדער אויסגעבויט מגמרא והפוסקים אדער א דבר מקובל מדור דור. א פערזענליכע דעת תורה עם כל החשיבות פון דער וואס זאגט דאס איז נישט די תורה אליינס וואס איז מחייב יעדער איד.

נאכדעם גזירות למיגדור מילתא האט אנדערע כללים, וויאזוי האט מען דאס איינגעפירט, ווער האט דאס מקבל געווען וכו‘ וכו‘ א קהילה קען היינט אויכעט איינפירן זאכן, פשוט אזוי. אבער שרייען ‘יעך בין די תורה‘ איז גארנישט געזאגט. פאר א סיבה האט רבינו יואל ארויסגעגעבן די ויואל משה און על הגאולה, עס גייט נישט אזוי.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 191

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 1:11 pm

נו מ'רעדט דאך דא צו זיינע תלמידים הסרים למשמעתו
יוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:22 pm
x 79

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך יוב »

ס'רירט סייוי נישט קיין ברעקעלע גדלות פון צאנזער רב ווען סיי ווער דריקט זיך אויס עפעס שלא בכבוד,

אבער אנטשולדיגט מיר אייער שפראך איז ג..., און פול מיט אגענדעס פאר אייער א.ג. מסורה,

כלל ישראל האט פיין אנגענומען פסקים פון הייליגן צאנזער רב וואס האט געהאט בלויז טעם הכמוס א שטייגער ווי מאשין מצה, (איך ווייס אז א גרויס חלק פון כלל ישראל עסט און נאך א גרעסערע חלק האט געגעסן) וכו' וכו'
איר האט די רעכט זיך צו פירן וויאזוי איר ווילט אבער ביטע רעדט נישט שפראך וואס קען זיך גרעניצן מיט הוי זהיר בגחלתן
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8314

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

הרב @יוב לדעתי האב איך גערעדט מיטן גרעסטן בכבוד. איך האב קיין אגענדעס, דאס וואס איך וויל שרייב איך קלאר, נישט צווישן די שורות. די שפראך גרעניצט זיך מיט גארנישט, לדעתי איז דאס 100% פראצענט אויסגעהאלטן. עס מעג, דארף, און זאל געזאגט ווערן: די תורה שו”ע ומסורה האט א וועג וויאזוי עס ארבעט.

נ.ב. די אויסדרוק ‘א”ג מסורה‘ פאסט אסאך מער ווען מען מאכט א תורה חדשה פון א פשוטע מליצה אויסדרוק.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 760

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אגד »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 1:11 pm
שמות האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 12:59 pm די חזו"א האט אויך געניצט אזא שפראך ביי גיוס בנות ווי שטייט אז ס'איז יהרג ואל יעבור.
ד"מ ס"ה אזוי קומט מיר אויס פון לערנען די תורה.
אמת. אבער דעמאלטס האט עס נישט מער תוקף ווי א ‘פערזענליכע דעת תורה‘ א ‘פערזענליכע הכרעה‘ וואס איז נישט מחייב כלל ישראל נאר די תלמידים והסרים למשמעתו וכו‘ בכדי עפעס זאל ווערן ‘די תורה אליינס‘ מוז עס זיין אדער אויסגעבויט מגמרא והפוסקים אדער א דבר מקובל מדור דור. א פערזענליכע דעת תורה עם כל החשיבות פון דער וואס זאגט דאס איז נישט די תורה אליינס וואס איז מחייב יעדער איד.

נאכדעם גזירות למיגדור מילתא האט אנדערע כללים, וויאזוי האט מען דאס איינגעפירט, ווער האט דאס מקבל געווען וכו‘ וכו‘ א קהילה קען היינט אויכעט איינפירן זאכן, פשוט אזוי. אבער שרייען ‘יעך בין די תורה‘ איז גארנישט געזאגט. פאר א סיבה האט רבינו יואל ארויסגעגעבן די ויואל משה און על הגאולה, עס גייט נישט אזוי.
צאנזער רב האט אויך געשריבן תשובות דברי חיים.

למעשה האט ער אבער אויך געזאגט דעם סטעיטמענט הנ"ל, ווי אויך דער טעם הכמוס ביי מאשין מצות..

לאורו נסע ונלך.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 910
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1898

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך צווייטער »

אגד האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 3:21 pm

סא דער רבי שליט''א וואס האט נעכטן עס געזאגט ביים אסיפה האט אויך געמיינט צו זאגן אז דער פעטער ז''ל האט געהאט א טעם הכמוס? דאס דארף עס ארויסצוברענגן?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 760

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אגד »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 3:37 pm

אדער האט עס געמיינט אז מני' לא תזוע.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 910
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1898

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך צווייטער »

אגד האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 3:41 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 3:37 pm
אגד האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 3:21 pm

צאנזער רב האט אויך געשריבן תשובות דברי חיים.

למעשה האט ער אבער אויך געזאגט דעם סטעיטמענט הנ"ל, ווי אויך דער טעם הכמוס ביי מאשין מצות..

לאורו נסע ונלך.
סא דער רבי שליט''א וואס האט נעכטן עס געזאגט ביים אסיפה האט אויך געמיינט צו זאגן אז דער פעטער ז''ל האט געהאט א טעם הכמוס? דאס דארף עס ארויסצוברענגן?
אדער האט עס געמיינט אז מני' לא תזוע.
זיכער אזוי, סא וואס פארדרייט מען א קאפ מיט א טעם הכמוס.

מרן מסאטמאר זי''ע האט נישט צוגעליגט צו די תורה און נישט פארלאנגט מער פון שולחן ערוך, נישט קיין טעמים כמוסים און נישט קיין קפידות. עס איז זייער פשוט וואס עס דארף צו מיינען
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3892
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4823

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אנדערער »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 1:01 pm און וואס טוסטו מיט די ‘פשוטי עם‘ וועלכע ווערן געטריגערט פון אזא שפראך
זיי זאלן זיך היילן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 822

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 12:48 am

היעלינג בלע"ז, פאדקעסט, דזשורני דזשורקי ווארעווער...

נעבעך וואס זאל ער טוען, ער איז געווארן געטריגערט

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 12:02 pm

:lol:

איך מאך נישט קיין ווערטל. איינער וואס ווערט געטריגערט פון א נארמאלע זאך ברויך זיך היילן אזויווי א מענטש וואס האט אלערדזשיס
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 822

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 12:31 am
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 12:02 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 12:48 am זיי זאלן זיך היילן
היעלינג בלע"ז, פאדקעסט, דזשורני דזשורקי ווארעווער...

נעבעך וואס זאל ער טוען, ער איז געווארן געטריגערט
:lol:

איך מאך נישט קיין ווערטל. איינער וואס ווערט געטריגערט פון א נארמאלע זאך ברויך זיך היילן אזויווי א מענטש וואס האט אלערדזשיס
100%

די פראבלעם איז נאר אז זיי טענה'ן אז דאס איז אלעס גוט געווען ווילאנג די געזונטע זענען געווען רוב איז געווען די מנהג אז די קראנקע גייען זיך היילן, איינמאל די קראנקע זענען די רוב טוישט זיך די מצב און מען שפארט איין די נארמאלע כמאמר המשוגע מיר זענען די נארמאלע נאר וואס זאל מען טוען אז איר זענט דער רוב, ממילא כהיום דארף דער רב טוישן די מסורה די מנהגים און יעדע זאך וואס טריגערט דעם מגושם, איך זאל מיך היילן? וואס עפעס, דו זאלסט זיך בינדן ס'הענט און אכטונג געבן נישט צו רעדן חלילה א זאך וואס קען מיר רירן א קראנקע נערוו...

דאס שטאמט ווארשיינליך פון די ליבעראלן וואס ווערן אלס מער משוגע און וויקטאמייזט און מען דארף טוישן געזעצן וואס זענען לכתחילה אוועקגעשטעלט געווארן צו פירן א נארמאלע לאנד צו זייער מצב, און אזוי ווי ס'גוי'אישט זיך אזוי מגושם'ט זיך...
בית יעקב
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 3:43 pm
x 35

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך בית יעקב »

וואס איז נייעס!!!
Moment Magazine 596 Cover.jpg
Moment Magazine 596 Cover.jpg (522.77 KiB) געזען געווארן 2430 מאל
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 191

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

פערזשוך האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 8:55 am דאס איז שוין אין סאטמאר אייוועלט אסיפה מהרא .png
פרעגט מיר איינער "ווי איז די מקור אויף די איסור צו בלייבן שבת נחמו אינדערהיים? זאג איך אים, עס איז דא א אויסדרוק פון צדיקים "די קאנטרי איז די תורה און דארט שטייט עס..."
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1319

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך וואלף »

פערזשוך האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 8:55 am דאס איז שוין אין סאטמאר אייוועלט אסיפה מהרא .png
דאס איז גוט פאר ווער ס'האט מקבל געווען די תורה אין די קאנטרי...
--
אגב ענליכע אויסדרוק זאגט מען אויך נאך פונעם חפץ חיים בקהל ליטאים

מגליון גאב"ד ירושלים שליט"א
עובדא הוי באסיפת רבנים שכינס הקדוש החפץ חיים הקדוש בפטרבורג, ודנו אודות דרישת הממשלה להכניס לימודי חול בישיבות ותלמודי תורה, וזעק שם החפץ חיים שלהכניס לימודי חול לישיבות הקדושות, זהו גזירה שחייבים למסור עליה את הנפש והוא ב"יהרג ואל יעבור" כפשוטו. והנה הציבור התלחשו ביניהם ושאלו 'מאיפה לקח החפץ חיים את זה', עד שניגש אחד מהגדולים בהכנעה אל החפץ חיים, ושאל "רבי, שואלים פה מאיפה המקור לזה".

החפץ חיים לקח את ידו הקדושה, ופתח את הקאפיט'ע [מעיל העליון] שלו, ושם את ידו הקדושה על ליבו הקדוש ואמר "פה זה כתוב''
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 316
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3496

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שמואל פוקס »

???
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 346
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 1193

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך וויענער חסיד »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2026 1:42 pm ???
שאלת חכם חצי תשובה, וואס איז פשט פון די קשיא?.
פערזשוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 9:38 am
x 86

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך פערזשוך »

די גאנצע מערכה וואס טוט זיך דא די גיין צי גדו"י באשמיצען וכו
די מטמא זיין יונגע בחורים וכו צי רעדן די הייקלסטע נושאים ביי כלל ישראל
די פארשווארצן א קהילה אין כלל ישראל
קומט פון איין פלאץ אין אנדרע פלעצער האט מען זיך געשלאגן אויף נכסים בניינים וכו קאורט ועוד ועוד
אבער דא וואס קענסטי טוען ווען די צווייטע זייט איז מוותר אויף בניינים שטחים צענדליגע מיליאנען דאללערס אלעס צי קענן זיך אליין בויען אין מחנך זיין זיינע חסידים אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון זיין הייליגע טאטע זכר צדיק וקדוש לברכה
קענסטי טוען איין זאך באשמיצען -ליגענט זאגן- אינטער גראבן- שיקען מענטשן -פאשקעווילן ועוד ועוד
ווייל אויב יענער פארציילט פאר די וועלט אז דעס האט דיין טאטע געוואלט
מיינט דעס אז וויאזוי די ביסט מחנך איז נישט דיין טאטעס וועג טוט עס ויי שרייט מען אז יענער איז נישט גערעכט
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 411
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1114

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך חנן »

פערזשוך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 9:42 am די גאנצע מערכה וואס טוט זיך דא די גיין צי גדו"י באשמיצען וכו
די מטמא זיין יונגע בחורים וכו צי רעדן די הייקלסטע נושאים ביי כלל ישראל
די פארשווארצן א קהילה אין כלל ישראל
קומט פון איין פלאץ אין אנדרע פלעצער האט מען זיך געשלאגן אויף נכסים בניינים וכו קאורט ועוד ועוד
אבער דא וואס קענסטי טוען ווען די צווייטע זייט איז מוותר אויף בניינים שטחים צענדליגע מיליאנען דאללערס אלעס צי קענן זיך אליין בויען אין מחנך זיין זיינע חסידים אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון זיין הייליגע טאטע זכר צדיק וקדוש לברכה
קענסטי טוען איין זאך באשמיצען -ליגענט זאגן- אינטער גראבן- שיקען מענטשן -פאשקעווילן ועוד ועוד
ווייל אויב יענער פארציילט פאר די וועלט אז דעס האט דיין טאטע געוואלט
מיינט דעס אז וויאזוי די ביסט מחנך איז נישט דיין טאטעס וועג טוט עס ויי שרייט מען אז יענער איז נישט גערעכט
איך וויל נישט רעדן פון קיין שום חצר ספעציפיש, איך וויל אבער ארויסברענגען א נקודה.

זייט דער בעש"ט הק' האט מחדש געווען דעם דרך החסידות, האט עס אלעמאל געארבעט אז דער רבי איז א מיטל, אן אמצעי, נענטער צו ברענגען דעם חסיד צום אויבערשטן.

אויב אבער איז דער אויבערשטער א מיטל, אן אמצעי, נענטער צו ברענגען דעם חסיד צום רבי'ן, האט דאס גארנישט מיט קיין חסידות און אויך נישט מיט אידישקייט. מיט וואס יא? דאס וועל איך לאזן פאר די רבנים צו מחליט זיין.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8314

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

נעבעך נעבעך וויקטעם... דאס מענטשהייט האט פשוט נישט וואס צוטון, פלעין מרודפט... כליפ כליפ
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
חשובע מענטש
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:52 pm
Location: NY
x 38

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך חשובע מענטש »

איך האב איין שאלה צו די חסידים פון א רבי וואס האלטן אז מען טאר קיין קושיות נישט פרעגן.
ווען ירבעם בן נבט האט געמאכט א עגל הזהב, האט מען אויכט געדארפט גיין צום עגל ווייל אסור להרהר אחר הרב?
אויב נישט, קען איינער זעהן צו אין די חצרות ווי די רבי האט עקזעקיוטיווע מאכט וועט קענען געשען אזא זאך אז מענטשן זאלן זיך קעגן שטעלן אויב די רבי מאכט א עגל הזהב?
אויב יא שווייג איך.
חשובע מענטש
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:52 pm
Location: NY
x 38

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך חשובע מענטש »

פערזשוך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 9:42 am די גאנצע מערכה וואס טוט זיך דא די גיין צי גדו"י באשמיצען וכו
די מטמא זיין יונגע בחורים וכו צי רעדן די הייקלסטע נושאים ביי כלל ישראל
די פארשווארצן א קהילה אין כלל ישראל
קומט פון איין פלאץ אין אנדרע פלעצער האט מען זיך געשלאגן אויף נכסים בניינים וכו קאורט ועוד ועוד
אבער דא וואס קענסטי טוען ווען די צווייטע זייט איז מוותר אויף בניינים שטחים צענדליגע מיליאנען דאללערס אלעס צי קענן זיך אליין בויען אין מחנך זיין זיינע חסידים אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון זיין הייליגע טאטע זכר צדיק וקדוש לברכה
קענסטי טוען איין זאך באשמיצען -ליגענט זאגן- אינטער גראבן- שיקען מענטשן -פאשקעווילן ועוד ועוד
ווייל אויב יענער פארציילט פאר די וועלט אז דעס האט דיין טאטע געוואלט
מיינט דעס אז וויאזוי די ביסט מחנך איז נישט דיין טאטעס וועג טוט עס ויי שרייט מען אז יענער איז נישט גערעכט
הייקעלע נושאים?
מעורר זיין אז אמונה איז נאר דא אין א באשעפער און נישט אין א בשר ודם?
זאגן פאר נשים וואס פאר דורי דורות האט זיך קיינער נישט דערוואגט צו שפילן מיט נשים, וועגן סאיז דעתם קל,
ממילא האט מען מיט זיי געלערנט אמת'ע פשוטע יסודות הדת,
קומט א איד (?) און זאגט די אלע סארטן איסלאמישע פרעפלערייען פאר די נשים זיי אפשווענקן די מוחות מיט שטערבליכע בליטש אז דער רבי קען הייסן דינען עבודה זרה, קען הייסן זיך נעמען די לעבן הישמע זאת?! לייקן נישט! יעדער האט עס געהערט, יעדער קען יענער מסיס ביים נאמען! איז דאס א דזשאוק? די פרעגסט מיך וועגן הייקעלע נושאים?!!
הוי זעה איך דא לב טהור...
רחמים שאלו.
אלעס נאר אויף קו פנימי שטייצעך - אויב ביזטו גערעכט וואס איז די פנימי? - האסט דאך נישט מורא פון די גאס = גאס גאס איך וויל דיר נישט געפעלן - נאכן צאלן טויזנטערס פאר פראפאגאנדע זינג איך אויכט אזא ניגון
עניוועי, איך זאג נישט קיינעם צו גלייבן נארישע לשון הרע אויף די מקום, אבער לאז זייערע מעשים רעדן, מען ברויך נישט הערן וואס זיי זאגן, ווייל זייערע מעשים רעדן סאך העכער ווי וואס זיי זאגן.

אגב גאס גאס - די טמאנע גאס וואס פירט א מערכה מיטן ישיעות משה, א ווארט אויף דעם גאס,
די גאס וואס איז ליבעראל, פירט א מערכה מיט אנדערע, די באמעס און ליבעראלן וואס האבן פלאץ פאר כאמאס און חיזבאללא,
די גאס וואס איז זיך מתנגד באשטייט פון יחידים, אברכי כולל, ציבור יראי ה' און חסידישע אידן - אמת'ע חסידישע אידן וואס עס ברענט זיי כבוד שמים מיט כבוד החסידות!!
סאיז א גאס וואס הייסט "כלל ישראל", יא די זעלבע גאס פארוואס די זאגסט וכול מאמינים ראש השנה - ווייל כלל ישראל האט אזוי אנגענומען, "כלל ישראל נעמט אהן וואס מיינט אמונה בה'" און טאקעע ווייל קיינער שטעלט זיך נישט אין די גאסן פון ווילמסבורג רעדן קעגן, קיינער מאכט נישט קיין מחאות, קיינער מאכט נישט קיין אפיציעלע מעמדים וכינוסים, טאקע וועגן דעם מיינט דאס אז סאיז די ריינע אידישע הארץ וואס יעדער ירא ה' האט וואס ווען הערט וואס טוט זיך דארט ווערט ציטרייסלט לגמרי, דאס איז די אידישע נשמה וואס פארנעמט נישט די חילול ה'!
זיי זענען די מתנגדים!
זיי "פירן די מערכה" (איך זעה נישט קיין מערכה, איך זעה נאר אז אין יעדער אמת'ע חסידישע איד איז דאס אפגעפרעגט לגמרי)
זיי זענען די באטשיס...
וילמדו תועים בינה!!
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 290

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך לעכטיג »

מען האט געדארפט מעקן אפאר פאוסטס וואס האבן אנטהאלטן א ווארט צוויי וואס קען נישט דא זיין

רוב זענען מעגליך בסדר פאר זיך אבער זיי האבן געהאט ציטיראציעס פון פראבלעמאטישע

איר ווילט דאך אז אייער נקודה זאל דערהערט ווערן און אייער פאוסט זאל געזען ווערן. טא ביטע, לייגט צו קאפ ס'זאל נישט זיין קיין כתב העומד לימחק
אוועטאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:53 am
x 56

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אוועטאר »

לעכטיג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2026 2:51 am מען האט געדארפט מעקן אפאר פאוסטס וואס האבן אנטהאלטן א ווארט צוויי וואס קען נישט דא זיין

רוב זענען מעגליך בסדר פאר זיך אבער זיי האבן געהאט ציטיראציעס פון פראבלעמאטישע

איר ווילט דאך אז אייער נקודה זאל דערהערט ווערן און אייער פאוסט זאל געזען ווערן. טא ביטע, לייגט צו קאפ ס'זאל נישט זיין קיין כתב העומד לימחק
וואס זענען די גרעניצן? מעג מען דא שוין אויך נישט שרייבן דעם אמת וואס מען שפירט און טראכט?
אוועטאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:53 am
x 56

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אוועטאר »

פערזשוך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 7:36 am unnamed (41).pngunnamed (42).png
החל הטרור און לייקענען צו די גדולי ישראל איבער אלעם וואס קומט פאר... קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס אלעס איז ביי אייך אזוי באהאלטן און בסוד סודות? פארוואס טאר מען נישט דערציילן וואס האט זיך אלץ אפגעטון אין אילת, פארוואס זענען אלע חוברות און קוי נייעס ושיעורים אזוי שטרענג פנימי?

און וואס איז מיט די ווייטאג פון די צעריסענע משפחות?
שרייב פאוסט