סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3009
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2609

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 1:18 pm תורתך שעשועי ירושלמי
פיילס
cd3a4270-fabd-a32b-e7f7-4732920f5021.jpg
cd3a4270-fabd-a32b-e7f7-4732920f5021.jpg (152.82 KiB) געזען געווארן 241 מאל
ead31811-bf24-05a5-6ce8-3bf506ffb0f6.jpg
ead31811-bf24-05a5-6ce8-3bf506ffb0f6.jpg (210.87 KiB) געזען געווארן 241 מאל
60ae10c3-7fda-0000-3826-ef8e07028b73.jpg
60ae10c3-7fda-0000-3826-ef8e07028b73.jpg (241.25 KiB) געזען געווארן 241 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3009
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2609

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

לינדען
פיילס
IMG-20260731-WA0168.jpg
IMG-20260731-WA0168.jpg (264.05 KiB) געזען געווארן 193 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3009
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2609

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ווי יעדעס יאר זונטאג בעפאר א' סליחות קומט די רבי שליט"א אויף א באזוך אין שטאט לינדען ווי עס וועט פארקומען די חומש סעודה און באזוכן אין די מוסדות און בית מדרש הגדול. ווי אויך וועט זיין זמני כניסה מיוחד פאר אנ"ש תושבי לינדען לקראת די הייליגע טעג.
פיילס
IMG-20260731-WA0185.jpg
IMG-20260731-WA0185.jpg (318.41 KiB) געזען געווארן 191 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7781

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נקודות טובות »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 2:07 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2026 11:56 pm דער פראבלעם ווערט ווען מ'איז מחייב מענטשן מיט געלט.

דעמאלס קומען מענטשן און פרעגן, העי, האסט נישט קיין געלט? קום נאר אהער צדיק'ל... וויפיל געלט לייגסטו אין אפגרעידס? וואו גייט דאס געלט פון שאפינג סענטער, בית השחיטה, שמחה זאלן, וכו'?..

בינעך א הארטער געלט שותף וועמען מ'צווינגט צו אריינגיסן געלט דא? צייג מיר די ביכער...

איך זאג עס נישט... נאר עסקינג פאר א פרענד...
כ'האב נישט קיין נערווען צו ציטירן יעדעם און אלעס.

צום אלעם ערשט, פאר אזא פאוסט פון @נקודות טובות האט זיך שוין אלעס געלוינט..

סאוי @פופציגער, דו זאגסט אז ווען מ'הייבט אן לייגן התחייבות'ער ווערט שווער פראגן, נקודות טענה'ט אז ס'מאכט אויס 20-30%, האב איך געהערט פון איינעם וואס האט אויך געהאט אזאנע טענות ווי ענק צוויי, אנשטאטס סתם זיך עסן האט ער געטון למעשה און אריין גערופן די מוסדות און פארגעהאלטן, היתכן דו בויעסט אזוי רייך און נאכדעם קומסטו שרייען אז דו האסט חובות, און זײ האבן אים זייער שיין פארענטפערט זיינע טענות, אזויווי כ'האב געשריבן אויבן, סיי וויפיל ס'מאכט אויס די "פענסי" בויעריי, און סיי פארוואס ס'איז א "מוז" צו בויען אזוי.

ווייסעכדאך אז געוויסע וועלן לאכן פון מיך אז כ'בין אזוי תמימות'דיג צו גלייבן, אויף דעם איז די תירוץ דאס וואס כ'האב שוין אויך געשריבן אויבן, כ'זע נישט קיין שום לאגישע סיבה פארוואס ס'זאל זיי זיין ווערד אויפצורעגן די מוסדות טאטעס בחנם.

אגב, @נקודות טובות, וועגן סעלף-העיטינג, טרעף מיך נאך א פלאץ ווי מ'שטעלט צו אזוי שיין און ברייט און די עולם זאל זיין אזוי מלא טענות ווי אין סאטמאר.

ווי אויך, אז דו רעדסט פון די "פאלאצן" װאס קוים אין די UAE זעהט מען אזאנע, כאפ א בליק פון אינעווייניג, ס'איז ס"ה די אינדערויסן, מיט די לאביס וואס זענען שיין געבויט, די קלאסן, אפיסעס, לאנטש-רום'ס, ביהכ"ס'ס, זענען פשוט'ער פון פשוט.
איך גלייב אז קיינער דא מיינט נישט אז איך וואוין אין קרית יואל. און אויב איינער האט יא געמיינט אזוי, וויל איך קלאר מאכן אז ניין, איך וואוין נישט אין קרית יואל. (חוץ אויב די גאנצע טריי-סטעיט עיריע ווערט שוין היינט גערעכנט אלס די גלילות פון קרית יואל... 😉)

און גראדע, @נאו לעיבל, מיין קרעדיט קארטל ווערט יעדן חודש געטשארדזשט ביי די מוסדות וואו איך שיק מיינע קינדער ב"ה. איך האב ב"ה זיך קיינמאל נישט געדינגן אויף שכר לימוד, איך צאל פולע פרייז פאר אלע מיינע קינדער. אזוי אויך אלע זייטיגע טשארדזשעס ווערן ב"ה באצאלט עד פרוטה האחרונה. דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.
די איינציגע דין ודברים וואס איך האב צומאל מיטן שכר לימוד אפיס, איז אז איך לאז בשום אופן נישט טשארדזשן מיין קארטל לויט די אידישע חדשים. איך בין מקפיד אז עס זאל זיין לויט די גוי'שע דאטום, ווייל אזוי איז פיל גרינגער פאר מיר צו האלטן מיין בודזשעט.


אבער צוריק צום עצם נושא.
איך זעה דא א טענה, היתכן מען בעט פונעם ציבור געלט, בשעת די בנינים ווערן געבויט מיט די גרעסטע לוקסוס. איך האב באמערקט אז געוויסע קורצזיכטיגע טראכטערס ווי @בודקע (די שורה האב איך נאר אריינגעלייגט צו מאכן @פופציגער'ס טאג... באמת איז בודקע גאר א ברייטער...) הייבן גלייך אן באשולדיגן יעדן וואס זאגט אזא טענה אלס "העיטער".
בסך הכל וואס איך האב געשריבן איז אז איך פארשטיי די טענה.

ניין, איך בין נישט געווען אינוואלווד אין די קאנסטראקשן און געזעהן ווי די הנהלה זוכט בכוונה צו ספענדן ווי מער.... נאר איך האב שוין געהאט שמחות אין קרית יואל, און איך האב געזען די בנינים. איך זע אויך אנדערע נייע בנינים. קען זיין אז די קלאס צימערן זעהען נאך אויס ווי אין די ניינצן זעכציגער יארן, אבער מען קען נישט איגנארירן אז אין די דרויסנדיגע דיזיין, אין די לאביס, אין די פינישינגס, ליגן שווערע מיליאנען דאלער.

און אויב איינער מיינט אז די זאכן קאסטן כמעט גארנישט, וועל מיר מסתמא מוזן מסכים זיין אז ער איז נישט אין קאנסטראקשן, און האט מסתמא נאך קיינמאל נישט געבויט פאר זיך אויך נישט.

א פשוט'ע קליינע קלאזעט אינדערהיים וואס מען הייבט אן מיט א בודזשעט פון $1,500, און נאכדעם קומט נאך א קליינע אפגרעיד דא, נאך א קליינע אפגרעיד דארט... א בעסערע לייט פאר נאך $250, די לעדלעך זאלן לויפן אויף אן אנדערע וועג פאר נאך $250, א שענערע פינעשינג... און פלוצלינג ביסטו ביי $3,000–4,000.... ס'איז א מציאות.
קאנסטראקשן אפגרעידס איז אן עדיקשן. מענטשן ווייסן אז זיי קענען עס נישט עפארדן, אבער די "נאר איין קליינע אפגרעיד" איז וואס לייגט אין דער ערד אריין. אין קאנסטראקשן איז נישטא אזא זאך אז פלעין און אפגרעיד קאסטן כמעט די זעלבע. ווען מען רעדט פון גרויסע פראיעקטן, רעדט מען פון מיליאנען דאלער חילוק.


און לגבי בתי מדרשים.
ווידעראמאל, איך וואוין נישט אין קרית יואל, און עס קען טאקע זיין אז דארט איז אלעס געפאנדעט דורך די בוני המגדל. אויב אזוי אדרבה. אבער איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי איז זיכער נישט אזוי.

מען בויט א סטעיט אוו די ארט בנין, פאר וואסערע סיבה שלא תהיה, און נאכדעם גייט מען ארום נאך געלט ביי אלע מתפללים. דערנאך קומט נאך א קאמפיין, און יעדער דארף ברענגען נאך טויזנטער דאלער פון ידידים. דאס איז א זאך וואס מען זעט מעשים בכל יום.

סא, צו סאמערייזן.
ליין איבער מיינע ווערטער און זעה אז איך האב מתחילה נישט באשולדיגט קיין שום מוסד אדער קיין שום הנהלה. איך זאג בלויז אז איך פארשטיי פארוואס מענטשן פרעגן די קשיא. די מציאות איז אז מען ספענדט, און מען זאל זיך נישט איינרעדן אז אפגרעידס זענען בחינם. זיי קאסטן ממון ודמים. און ווי איך פארשטיי אז א מענטש האט א פולע רעכט צו זאגן אז "פאר $1,800 וועל איך ענדערש קויפן א נייע דיינעט סעט, ווי איידער אויסצאלן די שיינע דיזיין ארום די פענסטערס פונעם מוסד." (סתם א משל.)

און @בודקע סתם אזוי, דאס איז זיכער אז אין סאטמאר שטעלט מען צו גאר שיין. אבער איך מיין אז דו מיינסט נישט צו זאגן אז יעדער וואס פרעגט א קשיא איז א "העיטער", און זיכער נישט אז דאס האט עפעס מיט סאטמאר.

מענטשן זענען סעלפיש טו ען עקסטענד. אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט. איינער וואס איז נישט סעלפיש דארף א דאקטער... יעדער מענטש האט זיך אליין מער ליב ווי א צווייטן, און ווער עס זאגט אנדערש זאגט ליגנט.

נאר וואס?
איך מיין אז אסאך קרית יואלע אידן כאפן פשוט נישט ווי אזוי זאכן ארבעטן אין אנדערע מקומות.

למשל, אנדערע שטעט באלאנגט נישט פאר די קהילה צו בויען א שוהל פאר יעדע געגנט. יעדע געגנט דארף זיך אליין צוזאמנעמען און בויען איר אייגענעם בית המדרש. די מציאות איז אבער אז אין קרית יואל האט די קהילה, אדער פריוואטע עשירים צוגערישט דעם שטאט מיט פעסילעטיס.

די זעלבע ליין אמאל דא טענות אויפ'ן גרויסן בית המדרש אין קרית יואל, און איך לאך, ווייל מענטשן כאפן נישט וואס דער בית המדרש שטעלט אלץ צו.
איך פאל דארט אמאל אריין מזמן לזמן. עס געשעט גארנישט אויב מען דארף באצאלן אפאר סענט פאר א קאווע. קיינער קומט דיר גארנישט. איך מיין אז ס'איז שווער צו טרעפן נאך א בית המדרש אין דער וועלט מיט אזא אומגעהויערן טרעפיק וואס ווערט געהאלטן אזוי ריין. (ריין אינגאנצן קען עס דאך נישט זיין מיט אזא טרעפיק, אבער כפי ערך.) און דעריבער, די מינוט מען הייבט אן טשארדזשן פאר געוויסע זאכן, הייבט מען שוין אן דרייען מיטן נאז.
(איך רעד נישט ווער עס לאזט יא אדער נישט צובויען וכדו'...)

דאס איז נישט "סעלף העיט", און זיכער נישט עפעס מיט סאטמאר. דאס איז פשוט ווייל קרית יואל איז במשך לאנגע יארן געווען אוועקגעשטעלט אויף אן אופן וואס האט צוגעשטעלט אומגעהויערע סערוויס פארן ציבור. אבער מיט'ן געוואלדיגן וואוקס כן ירבו איז נישט אלץ מעגליך ווייטער אנצופירן אויף יענעם מהלך. דער עולם איז אפשר געספוילט, אבער נישט ווייל דער עולם איז שלעכט, נאר מען כאפט זיך באמת נישט ווי אזוי זאכן זענען געפארן פאר יארן לאנג.

קען זיין איך בין נישט גערעכט. אבער דאס איז מיין בליק אויף די נושא אלץ א דרויסענדיגער.

נאך דא אסאך צו שרייבן, אבער נו שוין, מען דארף דאך שוין מקבל תוספות שבת זיין... ;)
פיגער עס אויס!
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 887
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1671

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 1:03 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 12:50 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2026 11:56 pm דער פראבלעם ווערט ווען מ'איז מחייב מענטשן מיט געלט.

דעמאלס קומען מענטשן און פרעגן, העי, האסט נישט קיין געלט? קום נאר אהער צדיק'ל... וויפיל געלט לייגסטו אין אפגרעידס? וואו גייט דאס געלט פון שאפינג סענטער, בית השחיטה, שמחה זאלן, וכו'?..

בינעך א הארטער געלט שותף וועמען מ'צווינגט צו אריינגיסן געלט דא? צייג מיר די ביכער...

איך זאג עס נישט... נאר עסקינג פאר א פרענד...
כ'ווייס נישט וועגן די אינקאם וואס די מוסדות האט אויפגעבויט במשך די יארן, איך גלייב נישט אז זיי נוצן עס פארן דעפעציט אינעם בודשעט, ענדערש צי עקספענדן נאך אינוועסטמענטס אדער א פאנד פאר א רעיני דעי.

בכל אופן, עני מוסד אין אפסטעיט ניו יארק איז שלא כדרך הטבע, עס מאכט פשוט נישט קיין סענס, פרעגטס עני מנהל המוסד פון 100 קינדער, מ'סטראגלט און מ'קריך אויף גראדע ווענט נאר פאר די בודשעט נאך פאר מ'טאטשט אפילו קרן הבנין.

ב"ה די מוסדות אין קרית יואל וואס האט היינט פערצן-טויזנט קינדער בליעה"ר - וואס ווען אזא ריזן קאמעפני גייט כאדאראם קען זיין שרעקעדיג - האט זיך אויפגעבויט א מעכטיגע פאנדרעיזינג אפראט און א מעכטיגע אינוועסטמענט פראטפאליע אלץ א בעק באון פאר די מוסדות.
מען דארף נישט זיין צו אלט צו געדענקן, ווען די מנהל מוסדות פון קרית יואל, פלעגט יערליך ביים דינער וויינען אז די מוסדות האט נישט קיין געלט, וועגן זיי קויפן שטחים פאר יארן ארום ווי למשל עיס פארם וכדומה, פאר וועד הקריה פארן ציבור, למעשה די אלע שטחים ווערן פארקויפט פאר ריזיגע אינוועסטערס , און דער עולם צאלט פיפיגע פרייזן פאר דירות .
וואט?? וואוו!
אוועיטער
פארק שול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 295

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פארק שול »

@האעווער איז די אחראי מנהל
אפשר וואלט געווען שייך אריבערצופירן די קרן הבנין משא מתן צו א אנדערע אשכול?
עס איז נישט קיין נייעס, נישט קיין שמועס און אויך נישט נאר אין מוסדות מהר"א.
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
שרייב פאוסט