לייג פאר די טעמים, וירא הקהל וישפוט צו זיי זענען אוועקמאכבאר.אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 3:27 am @נקודות טובות איך האב זייער הנאה געהאט פון דיינע פאוסטס אבער דיין נקודה איז נישט גערעכט
איינער וואס זיין מורה דרך זאגט נישט צו דאווענען פרי האט נישט צו דאווענען פרי
איך האב געהערט א פאר ערליכע תלמידי חכמים ובעלי הוראה רעדן קעגן דעם מיט פארשידענע טעמים און מען קען זיי נישט אוועקמאכן
רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
-
תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1200
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

די קהל דא קען נישט ישפוט'ן. אפילו ווען מורי הוראה און מנהיגים זאגן זאגן א טעםתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 9:06 amלייג פאר די טעמים, וירא הקהל וישפוט צו זיי זענען אוועקמאכבאר.אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 3:27 am @נקודות טובות איך האב זייער הנאה געהאט פון דיינע פאוסטס אבער דיין נקודה איז נישט גערעכט
איינער וואס זיין מורה דרך זאגט נישט צו דאווענען פרי האט נישט צו דאווענען פרי
איך האב געהערט א פאר ערליכע תלמידי חכמים ובעלי הוראה רעדן קעגן דעם מיט פארשידענע טעמים און מען קען זיי נישט אוועקמאכן
מען קען דן זיין לפטפוטי דברים בעלמא איבער דעם טעם צו מען פארשטייט עס אדער נישט
והעיקר איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז די טעמים קען מען נישט אוועקמאכן, איך געדענק אפילו נישט די טעמים.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
שמות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 484
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 392
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
א שיינע פולמוס דא.
אבער דאס זיך באנוצן מיט ר' יוסי תיתי לי וכו' איז נאר גילטיג אויב מ'איז מקבל שבת פרי אויך אין די ווינטער טעג.
ס'קען זיין אז די וואס ריפן דאס מנהג אמעריקע מיינען זיי דאס, מ'טוט וואס ס'איז באקוועם.
טאמער מען מיינט דעם שבת אזויווי ר' יוסי דארף מען עס טון אין די ווינטער ווען ס'איז שווער אזויווי ווען סאיז גרינג.
איך קען אויך אמאל מאכען א אירלי שבת אבער לכה"פ ווייס איך די אמת.

ס'איז אלעס אין קאפ ווי איינער האט שוין דא אויפגעמערקט.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 12, 2026 6:25 pmדא זעה איך אז דו פארשטייסט גאנץ פיין וויפיל א שעה און א האלב מאכט אויס... ענדיגן א חתונה 1:30 איז נישט געפערליך, אבער דריי אזייגער מוז מען אויסרייסן... אודאי אזוי! און אויב מאכט עס אזוי פיל אויס ביי ערוואקסענע, איז כ"ש וכ"ש ביי אינגע קינדער!שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 06, 2026 2:00 pmממש אזוי די איין און א האלב שעה פריער מאכט אזא ריזיגע חילוק פון אויסגעקלאפט ביז אויפגעלייגט פון משוגע ביז פריש שעפריש?נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 05, 2026 7:08 pm שלום וברכה...
בקיצור המעשה, צען צו ניין בין איך געווען אינדערהיים. און אנשטאט אהיים קומען צו אן אויסגעקלאפטע ווייב, און [משוגענע] קינדער, בין איך אהיים געקומען צו אן אויפגעלייגטע ווייב, און פרישע שעפערישע קינדער.
ווען די זמן איז זיבן דרייסיג זענען די קינדער נערוועז וכמו כן די אם. אין די זומער ווען מען מאכט פרי שבת זענען זיי פלוצום מונטער לייק נאו טאמאראו.
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
אבער אווער אול האב איך הנאה פון @נקודות טובות , קומט אריין ווי אן איינפאכער תם וואס האט איין וואך פונקט פראבירט צו דאווענען מיט די גראביאנעס, און דאן אנדעקט זיך א גוט אויספלאנירטע פוטש פארזוך אקעגן די טראדיציאנאלע שפעט דאווענערס...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2315
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7749
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
אודאי געוויס קען דער קהל יא משפט'ן. גארנישט קיין פטפוטי דברים בעלמא. די תורה הק' איז אפען פאר יעדען, און טייטעלבוים/אשכנזי/האלבערשטאם/ראזענבוים וכדו' האבן נישט קיין עקסלוסיוו רייטס אויף דעם.אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 10:42 amדי קהל דא קען נישט ישפוט'ן. אפילו ווען מורי הוראה און מנהיגים זאגן זאגן א טעםתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 9:06 amלייג פאר די טעמים, וירא הקהל וישפוט צו זיי זענען אוועקמאכבאר.אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 3:27 am @נקודות טובות איך האב זייער הנאה געהאט פון דיינע פאוסטס אבער דיין נקודה איז נישט גערעכט
איינער וואס זיין מורה דרך זאגט נישט צו דאווענען פרי האט נישט צו דאווענען פרי
איך האב געהערט א פאר ערליכע תלמידי חכמים ובעלי הוראה רעדן קעגן דעם מיט פארשידענע טעמים און מען קען זיי נישט אוועקמאכן
מען קען דן זיין לפטפוטי דברים בעלמא איבער דעם טעם צו מען פארשטייט עס אדער נישט
והעיקר איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז די טעמים קען מען נישט אוועקמאכן, איך געדענק אפילו נישט די טעמים.
איינער וואס זיין מורה דרך זאגט אים נישט צו טוהן עפעס, זאל אדער פאלגן, אדער זיך זוכן א צווייטע מורה דרך. אבער דער ציבור דא איז נישט משעובד צום פסק פון יעדע מורה הוראה. א זאך וואס ווערט ברייט אויסגעשמועסט אין די פוסקים, איז נישט דא קיין סיבה פארוואס מען זאל נישט מעגן משפט'ן אליינס. און אויב א דיין זאגט עפעס, איז נישט קיין שום פראבלעם צו פרעגן, רבי מהיכן דנתני.
איך ווייס אז אין תש26 איז אנגענומען אז מען טאר נישט טראכטן אליינס, נאר יעדע דבר פשוט דארף מען פרעגן דעם לאקאלען רב. אבער ס'איז נישט אמת. ס'איז דא א שלחן ערוך וואס דארט ווערט אלעס אויסגעשמועסט, ותו ליכא מידי. א דיין פרעגט מען ווען מען ווייסט נישט, און מען האלט אז דער דיין ווייסט יא. א דיין באשאפט נישט קיין פסקים יש מאין, ער זאגט נאר נאך וואס שטייט. אויב ווייסטו אליינס וואס שטייט, קומט נישט אריין א דיין, ובפרט אז ער געבט נישט קיין מראה מקום לדין.
און אפילו נניח עס קומט א גדול מטעם הכמוס, איז עס גוט להוראת שעה. מען קען נישט רוקן סעיפים שלחן ערוך מיט הונדערטער בלעטער פון פסקי הפוסקים מיט אן הוראת שעה. דיה לצרה בשעתה.
עכ"פ, אדער קענסטו אראפברענגן וואס די דיינים זאגן און דאס לאזן אפען פאר משפט, און אויב נישט איז דיין גאנצע פאוסט נישט מער ווי טחינת מים שלנו ברחים של יד.
פיגער עס אויס!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2315
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7749
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
אזוי? צווייטע נאכט שבועות ביסטו אויך אויף, אדער נאר די ערשטע? אויב מיינסטו דעם ענין וואס דער של"ה ברענגט פון ר"ש אלקבץ דארפסטו דאך אויפזיין ביידע, נישט אזוי?שמות האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 11:42 am א שיינע פולמוס דא.
אבער דאס זיך באנוצן מיט ר' יוסי תיתי לי וכו' איז נאר גילטיג אויב מ'איז מקבל שבת פרי אויך אין די ווינטער טעג.
ס'קען זיין אז די וואס ריפן דאס מנהג אמעריקע מיינען זיי דאס, מ'טוט וואס ס'איז באקוועם.
טאמער מען מיינט דעם שבת אזויווי ר' יוסי דארף מען עס טון אין די ווינטער ווען ס'איז שווער אזויווי ווען סאיז גרינג.
איך קען אויך אמאל מאכען א אירלי שבת אבער לכה"פ ווייס איך די אמת.
פארוואס פארשטייסטו אז מען דארף גיין עד כדי מסירת נפש אויף עפעס וואס איז נישט מתרי"ג? פרי שבת איז טאקע גאר א שיינע און הייליגע ענין, אבער פארט נישט מתרי"ג. אז מען קען קען מען, און ווינטער איז עס שווער. דער לבוש שרייבט שוין אויך אז די מנהג במדינת אלו איז צו מקבל שבת זיין פרי בימות החמה.
פיגער עס אויס!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2315
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7749
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
אמת, אבער דא איז אביסעל אנדערש משום כמה טעמים.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 13, 2026 2:56 pmטוישן סיי וועלעכע מנהג צוליב באקוועמליכקייט איז 'מנהג אמעריקא' אפילו עס איז הונדרעט פארצענט אויסגעהאלטן ע''פ הלכהנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 12, 2026 6:15 pmאבער די פאלטשע פארפירערישע פראפעגאנדע ווי כאילו דאס איז מנהג אמעריקע וואס אפאר גראבע אידן האבן אנדעקט, אויף דעם ארויף שרייב איך וואס איך שרייב. חס ושלום לומר אז דאס איז מנהג אמעריקע, נאר מימות חז"ל האט מען זיך שוין אזוי געפירט, און אזוי אראפ דור אחר דור. און אויף דעם האט רבי יוסי געזאגט תיתי לי.
א', דאס איז נישט קיין טויש, נאר אזוי האבן זיך געפירט אבות אבותינו מימות נביאים הראשונים, ביז אראפ אין אונגארין.
ב', דאס רעדט מען נישט פון א זאך וואס איז זיך "נישט סותר", נאר פון א הידור רב בהלכה. אן אפענע סעיף אין טור, מחבר, שלחן ערוך הרב וואס זיי שרייבן קלאר ומקדימין להתפלל. ומצוה הוא.
ג', דא רעדט מען פון א זאך וואס איז בנוסף לתורת הנגלה, ווערט געברענגט אין די פוסקים אז אויך ע"פ נסתר איז דאס א הייליגע ענין. ווי מסתמא זאגט טאקע אלעמאל אז נגלה מיט נסתר גייען האנט ביי האנט.
פיגער עס אויס!
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
מען זוכט נישט א נייע מורה דרך ווייל ער האט געזאגט עפעס וואס מהאט נישט ליבנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:04 pm איינער וואס זיין מורה דרך זאגט אים נישט צו טוהן עפעס, זאל אדער פאלגן, אדער זיך זוכן א צווייטע מורה דרך.
אמתנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:04 pm אבער דער ציבור דא איז נישט משעובד צום פסק פון יעדע מורה הוראה
דא קומט אריין מסורה. פארוואס לייגט מען ר"ת תפילין?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:04 pm א זאך וואס ווערט ברייט אויסגעשמועסט אין די פוסקים, איז נישט דא קיין סיבה פארוואס מען זאל נישט מעגן משפט'ן אליינס. און אויב א דיין זאגט עפעס, איז נישט קיין שום פראבלעם צו פרעגן, רבי מהיכן דנתני.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2107
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7426
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:04 pm איינער וואס זיין מורה דרך זאגט אים נישט צו טוהן עפעס, זאל אדער פאלגן, אדער זיך זוכן א צווייטע מורה דרך.
uh oh
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
דארף מען זיך טאקע באדאנקן פאר די בעל בתיש'ע אידן דא אין אמעריקא וואס האבן דאס צוריק אריינגעברענגט דא אין די לעצטע פאר יארנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:08 pmאמת, אבער דא איז אביסעל אנדערש משום כמה טעמים.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 13, 2026 2:56 pmטוישן סיי וועלעכע מנהג צוליב באקוועמליכקייט איז 'מנהג אמעריקא' אפילו עס איז הונדרעט פארצענט אויסגעהאלטן ע''פ הלכהנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 12, 2026 6:15 pm
אבער די פאלטשע פארפירערישע פראפעגאנדע ווי כאילו דאס איז מנהג אמעריקע וואס אפאר גראבע אידן האבן אנדעקט, אויף דעם ארויף שרייב איך וואס איך שרייב. חס ושלום לומר אז דאס איז מנהג אמעריקע, נאר מימות חז"ל האט מען זיך שוין אזוי געפירט, און אזוי אראפ דור אחר דור. און אויף דעם האט רבי יוסי געזאגט תיתי לי.
א', דאס איז נישט קיין טויש, נאר אזוי האבן זיך געפירט אבות אבותינו מימות נביאים הראשונים, ביז אראפ אין אונגארין.
ב', דאס רעדט מען נישט פון א זאך וואס איז זיך "נישט סותר", נאר פון א הידור רב בהלכה. אן אפענע סעיף אין טור, מחבר, שלחן ערוך הרב וואס זיי שרייבן קלאר ומקדימין להתפלל. ומצוה הוא.
ג', דא רעדט מען פון א זאך וואס איז בנוסף לתורת הנגלה, ווערט געברענגט אין די פוסקים אז אויך ע"פ נסתר איז דאס א הייליגע ענין. ווי מסתמא זאגט טאקע אלעמאל אז נגלה מיט נסתר גייען האנט ביי האנט.
נאכדעם וואס אונזערע רבי'ס און זיידעס דא אין אמעריקא אין די לעצטע 80 יאר האבן פשוט משנה געווען און פלעין פארזעהן אפענע סעיפים אין שו''ע סיי נגלה סיי נסתר
און מקפיד געווען צו טועהן דאס פארקעטע צו דאוונען דווקא ביים זמן כאטש עס איז זיי געווען שווער.
- לאקאלער רב
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 1088
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
זיי האבן מקפיד געווען צו דאווענען שפעט, אדער זיי האבן געדאווענט ביים רבי'ן און דער רבי האט געדאווענט שפעט??שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 1:57 pmדארף מען זיך טאקע באדאנקן פאר די בעל בתיש'ע אידן דא אין אמעריקא וואס האבן דאס צוריק אריינגעברענגט דא אין די לעצטע פאר יארנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:08 pmאמת, אבער דא איז אביסעל אנדערש משום כמה טעמים.
א', דאס איז נישט קיין טויש, נאר אזוי האבן זיך געפירט אבות אבותינו מימות נביאים הראשונים, ביז אראפ אין אונגארין.
ב', דאס רעדט מען נישט פון א זאך וואס איז זיך "נישט סותר", נאר פון א הידור רב בהלכה. אן אפענע סעיף אין טור, מחבר, שלחן ערוך הרב וואס זיי שרייבן קלאר ומקדימין להתפלל. ומצוה הוא.
ג', דא רעדט מען פון א זאך וואס איז בנוסף לתורת הנגלה, ווערט געברענגט אין די פוסקים אז אויך ע"פ נסתר איז דאס א הייליגע ענין. ווי מסתמא זאגט טאקע אלעמאל אז נגלה מיט נסתר גייען האנט ביי האנט.
נאכדעם וואס אונזערע רבי'ס און זיידעס דא אין אמעריקא אין די לעצטע 80 יאר האבן פשוט משנה געווען און פלעין פארזעהן אפענע סעיפים אין שו''ע סיי נגלה סיי נסתר
און מקפיד געווען צו טועהן דאס פארקעטע צו דאוונען דווקא ביים זמן כאטש עס איז זיי געווען שווער.
- לאקאלער רב
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 1088
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
אלס א סאטמאר'ע חסיד, איז אלעס וואס איך ווייס אלץ פראבלעמאטיש מיטן מקבל שבת זיין פרי, איז די דרשה פון רבינו שליט"א (מהר"א) א גוטע צען יאר צוריק שבת נאכמיטאג (די סוזק"ש דרשה, פאר ווער עס געדענקט).
ביי די דרשה האט דער רבי דערמאנט צוויי פראבלעמען מיטן דאווענען פרי: 1] די הלכה'דיגע חלק פון דאווענען מנחה פארן פלג און אז מען דארף מקבל שבת זיין אין שטוב ווען דער מאן איז מקבל שבת אין ביהמ"ד. 2] געווענליך קוקן אזעלכע מנינים נישט אויס ווי עס דארף צו זיין... (ווי דער רבי האט דאן אראפגעלייגט וויאזוי עס קוקט אויס א מנין אין איינעם'ס דיינונג רום..). דעריבער האט דער רבי שטרענג אראפגעשטעלט די דעמאלטסדיגע תקנות, אז מען זאל דאווענען דוקא אין א געהעריגע שוהל, און מען זאל נישט מאכן מער ווי איין מנין אין אונזערע בתי מדרשים.
אנפארטשענעטלי, איז דא אסאך "עירלי שבת" מנינים ווי די ביידע פראבלעמען גייען נאך אן. אבער אכשר דרא, איז שוין היינט דא איבעראל ערנסטע מנינים וואס פירן זיך לויט די בהוראות הרבנים ווען צו דאווענען מנחה און ווען צו מקבל שבת זיין אינדערהיים וכו'.
אין מיין געגענט ווייס איך פון אזא מנין, באמת אן ערענסטע מנין, וואס א מורה הוראה (טאקע פון קהילת מהר"א) האט אויסגעשטעלט די פונקליכע הוראות וויאזוי און ווען צו דאווענען און מקבל שבת זיין. דער דיין דאווענט אויך דארטן פון צייט צו צייט (ער איז א אינגערע דיין מיט א שטוב מיט קינדער, ס'איז איהם אויך נוגע)
די מנין איז אן ערענסטע, געפירט לויט הלכה. וואס נאך איז דא דן צו זיין?

יתכן אז מען רעכנט די פלג המנחה פון גרא, דהיינו 75 מינוט זמנית בעפאר די שקיעה, נישט פון מגן אברהם, דהיינו 75 מינוט זמנית בעפאר דעם זמן מוצאי.
-
תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1200
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
איר מיינט געוויס צינדן ליכט פארן פלג.לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 2:29 pm אלס א סאטמאר'ע חסיד, איז אלעס וואס איך ווייס אלץ פראבלעמאטיש מיטן מקבל שבת זיין פרי, איז די דרשה פון רבינו שליט"א (מהר"א) א גוטע צען יאר צוריק שבת נאכמיטאג (די סוזק"ש דרשה, פאר ווער עס געדענקט).
ביי די דרשה האט דער רבי דערמאנט צוויי פראבלעמען מיטן דאווענען פרי: 1] די הלכה'דיגע חלק פון דאווענען מנחה פארן פלג און אז מען דארף מקבל שבת זיין אין שטוב ווען דער מאן איז מקבל שבת אין ביהמ"ד. 2] געווענליך קוקן אזעלכע מנינים נישט אויס ווי עס דארף צו זיין... (ווי דער רבי האט דאן אראפגעלייגט וויאזוי עס קוקט אויס א מנין אין איינעם'ס דיינונג רום..). דעריבער האט דער רבי שטרענג אראפגעשטעלט די דעמאלטסדיגע תקנות, אז מען זאל דאווענען דוקא אין א געהעריגע שוהל, און מען זאל נישט מאכן מער ווי איין מנין אין אונזערע בתי מדרשים.
אנפארטשענעטלי, איז דא אסאך "עירלי שבת" מנינים ווי די ביידע פראבלעמען גייען נאך אן. אבער אכשר דרא, איז שוין היינט דא איבעראל ערנסטע מנינים וואס פירן זיך לויט די בהוראות הרבנים ווען צו דאווענען מנחה און ווען צו מקבל שבת זיין אינדערהיים וכו'.
אין מיין געגענט ווייס איך פון אזא מנין, באמת אן ערענסטע מנין, וואס א מורה הוראה (טאקע פון קהילת מהר"א) האט אויסגעשטעלט די פונקליכע הוראות וויאזוי און ווען צו דאווענען און מקבל שבת זיין. דער דיין דאווענט אויך דארטן פון צייט צו צייט (ער איז א אינגערע דיין מיט א שטוב מיט קינדער, ס'איז איהם אויך נוגע)
די מנין איז אן ערענסטע, געפירט לויט הלכה. וואס נאך איז דא דן צו זיין?
ועיין בתגובה שלפני זה.
-
תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1200
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
-
שמות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 484
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 392
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
אקעי שווער צו אנרופן אויף א מנהג וואס קומט שוין מקדמת דנא פון די צייטן פון די לבוש, מנהג אמעריקע. אבער פון דארטן ביז ר"ש אלקבץ מיטן של"ה שבועות איז פאלג מיר א גאנג, איז דא האט איר וויאזוי די אחרונים האבן עס אפגעלערנט להלכה למעשה איז אוודאי ס'קען זיין אז געוויסע טוהן עס יא לשם שמים ווייל די שבת ברענט זיי יא, אבער די רוב איז דאס זיכער נישט כמבואר שם בשו"ת באר משה ח"ב וואס ברענגט ארויס לויט דעם א חידוש להלכה למעשה אויב די פרויען זענען נגרר אחרי זייערע מענער און צו די מיעוט קהל זענען נגרר נאך די רוב וכו וכו.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 9:06 pmאזוי? צווייטע נאכט שבועות ביסטו אויך אויף, אדער נאר די ערשטע? אויב מיינסטו דעם ענין וואס דער של"ה ברענגט פון ר"ש אלקבץ דארפסטו דאך אויפזיין ביידע, נישט אזוי?שמות האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 14, 2026 11:42 am א שיינע פולמוס דא.
אבער דאס זיך באנוצן מיט ר' יוסי תיתי לי וכו' איז נאר גילטיג אויב מ'איז מקבל שבת פרי אויך אין די ווינטער טעג.
ס'קען זיין אז די וואס ריפן דאס מנהג אמעריקע מיינען זיי דאס, מ'טוט וואס ס'איז באקוועם.
טאמער מען מיינט דעם שבת אזויווי ר' יוסי דארף מען עס טון אין די ווינטער ווען ס'איז שווער אזויווי ווען סאיז גרינג.
איך קען אויך אמאל מאכען א אירלי שבת אבער לכה"פ ווייס איך די אמת.
פארוואס פארשטייסטו אז מען דארף גיין עד כדי מסירת נפש אויף עפעס וואס איז נישט מתרי"ג? פרי שבת איז טאקע גאר א שיינע און הייליגע ענין, אבער פארט נישט מתרי"ג. אז מען קען קען מען, און ווינטער איז עס שווער. דער לבוש שרייבט שוין אויך אז די מנהג במדינת אלו איז צו מקבל שבת זיין פרי בימות החמה.
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
בעיסד אויף?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 11:35 pmסאטמאר רב וואלט אייך אנגענומען ביים אויער און ארויסגעטראגן פון בית מדרש
-
תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1200
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
זאגן אז יום ולילה איז תלוי אין שקיעה, ווען זיין מערכה איז געווען להיפוךאגד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 17, 2026 12:35 pmבעיסד אויף?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 11:35 pmסאטמאר רב וואלט אייך אנגענומען ביים אויער און ארויסגעטראגן פון בית מדרש
Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
מען קען אננעמען דעם זמן פון גרא אויך לויטן רבינו תם.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 17, 2026 3:08 pmזאגן אז יום ולילה איז תלוי אין שקיעה, ווען זיין מערכה איז געווען להיפוךאגד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 17, 2026 12:35 pmבעיסד אויף?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 11:35 pm
סאטמאר רב וואלט אייך אנגענומען ביים אויער און ארויסגעטראגן פון בית מדרש