@Think and Thank במחילת כבודך, דאס וואס איר שרייבט אז די גאנצע ענין וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל פון מקבל שבת זיין פרי האט נישט מיטן דאווענען, איז א טעות גמור! עס איז א דבר ברור אז עס איז נישט אזוי.
דער טור אין סימן רס"ז סיעף ב' שרייבט בזה הלשון. ומקדימין להתפלל ערבית יותר מבשאר ימות החול כדאמרינן עיולי יומא מקדימין ליה וא"ר יוסי יהא חלקי עם מכניסי שבת בטבריא שהיתה יושבת בעמק ובעוד היום גדול היה נדמה להם ערב.
דער טור שרייבט זייער קלאר אז די ענין פון מקבל שבת זיין פרי פון וואס די גמרא רעדט, און אויף וואס רבי יוסי האט געזאגט יהא חלקי איז יא צו דאווענען פרי. און אזוי שרייבט דער מחבר להלכה
(הגם דער מחבר פסק'נט בפשטות ווי דער רמב"ם וואס האלט נישט קיין תוספת שבת), און ער שרייבט מקדימין להתפלל ערבית יותר מבימות החול פון פלג המנחה און ווייטער. אויף וואס דער באר בגולה צייכענט טאקע צו, אז די מקור איז די גמרא פון רבי יוסי.
און אזוי שרייבט אויך דער תניא להלכה.
ונוהגים להקדים תפלת ערבית יותר מבימות החול ונכון הוא כדי להקדים קבלת שבת בכל מה שאפשר רק שיהא מפלג המנחה ולמעלה כמו שנתבאר בסי' רס"א ורס"ג ואף המתפללין ערבית בזמנה בצאת הכוכבים כל ימות החול יכול הוא להקדים בערב שבת להתפלל מפלג המנחה ולמעלה כדברי רבי יהודה שאומר שמפלג המנחה ואילך הוא לילה לענין תפלה ואף שלפעמים בשאר ימים מתפלל מנחה בזמן ההוא והרי הן שתי קולות הסותרות זו את זו כמ"ש בסי' רל"ג אין חוששים לזה בתפילת ערבית של שבת
שיש מצוה כשמתפלל אותה מבעוד יום שמוסיף מחול על הקודש.
דער תניא דרוקט שטארק אז אפילו די וואס זענען מקפיד א גאנצע וואך אויף די צאת, און דאווענען מנחה נאכן פל"ג דאך מעג מען ערב שבת דאווענען פריער און עס איז נישט דא קיין פראבלעם פון תרתי דסתרי, ווייל דאס איז א "מצוה"!
און די לשון פון ספר חסידים איז טאקע, ומצוה להתפלל מבעוד יום כדי שיקבל השבת להוסיף מחול אל הקודש. עכ"ל.
און דער אמת איז אז אויף די גמרא אליינס וואס ברענגט אז רב האט געדאווענט פרי ערב שבת, וואס די רא"ש גייט מיט זיין שיטה אז קריאת שמע האט ער יא געליינט שפעטער און נאר מעריב האט ער געדאווענט פרי. שרייבט דער רא"ש אז כאטש וואס רב האט נישט סומך געווען גאולה לתפילה וויבאלד ער האט געליינט קריאת שמע שפעטער, אבער וויבאלד רב'ס כוונה איז געווען להוסיף מחול אל הקודש איז דאס שטערקער ווי סומך זיין גאולה לתפילה און ער האט נישט חושש געווען צו סומך זיין!
חוץ פון די פשוטע סיבה פון מוסיף זיין מחול אל הקודש, שרייבט דער מג"א נאך א שיינע טעם לשבח פארוואס ערב שבת זאל מען דאווענען פרי מעריב. וויבאלד מיר ווייסן דאך אז מעריב איז קעגן די אברים ופדרים פון די קרבנות וואס דאס האט מען מקריב געווען נאכן תמיד של בין הערבים. אבער אזוי ווי די הלכה איז אז עולת שבת בשבתו ולא עולת חול בשבת, האט מען פרייטאג געמאכט זיכער צו ענדיגן מיט די הקטרת האברים ופדרים פאר די צאת, און דערפאר טאקע דאווענט מען מעריב ערב שבת אויך פארן צאת!
דער פרי מגדים אין משבצות אנהויב רס"ח שרייבט נאך אן אינטערעסאנטע זאך. אז דאס וואס די גמרא זאגט כל המתפלל בערב שבת ואומר ויכלו מעלה עליו הכתוב כאילו נעשה שותף להקדוש ברוך הוא במעשה בראשית, איז דוקא נאר ווען ער איז מתפלל "בערב שבת" דהיינו ער דאווענט פרי און איז מוסיף מחול אל הקודש. און דאס דריקט טאקע רב המנונא כל התפלל "בערב שבת"! (דאכט זיך מיר אז די זעלבע שטייט אויף פון ר' סענדר'ל קאמארנער אבער איך געדענק נישט אויף זיכער)
ואטו תנא כי רוכלא ליזל ולחשיב די לשונות פון די ראשונים ואחרונים בזה, וואו עס ווערט זייער קלאר מבואר אז די ענין פון מקבל שבת זיין פרי איז בפירוש יא צו דאווענען פרי. והוא רחום יכפר אויף דיין טעות.
(אולם, איך דארף צוצייכענען דאס וואס דער ב"ח שרייבט אז אה"נ טאמער איז מען מקבל שבת אן דאווענען מעריב איז אויך גוט אויף צו יוצא צו זיין די ענין פון רבי יוסי, אבער למעשה איז דאך נישט די סדר צו מקבל שבת זיין פרי נאר מען איז מקבל שבת ביי ברכו, דערפאר שרייבט דער טור דוקא דאווענען פרי. די אנדערע אחרונים קריגן בפשטות מיטן ב"ח, ווי מען זעהט בלשונם אז די מצוה איז דאס דאווענען פרי. אבער אפילו לויטן ב"ח דארף מען געדענקן אז וויבאלד עס איז למעשה די סדר צו מקבל שבת זיין בתפילה איז נאך אלץ דא אן ענין פון דאווענען פרי. עכ"פ, צו זאגן אז אויב איז מען מקבל שבת פרי האט שוין נישט קיין ענין צו דאווענען פרי איז זיכער נישט אמת)
ובכלל, די גאנצע זאך פון מקבל זיין אויף זיך תוספת שבת און נישט דאווענען פרי קען זיין א גרויסע פראבלעם פאר זיך.
כמבואר בסימן רס"ג אז אויב איינער האט מקבל שבת געווען טאר ער שוין נישט דאווענען קיין מנחה. און אזוי אויך שרייבט דער מג"א אז אזוי ווי פרויען זענען מקבל שבת ביים ליכט צינדן, דארפן זיי דאווענען מנחה פארדעם. וא"כ קען זיין א גרויסע פראבלעם אויב איז מען מקבל שבת פאר מנחה.
וממילא איז זיכער אז דאווענען פרי איז אסאך מער אויסגעהאלטן אויף למעשה. אפילו נניח מען קען זיך אן עצה געבן מיט מנחה דורכן זאגן אז עס איז א קבלת שבת בטעות, סוף סוף איז מען דאך נישט מקיים די מצוה פון תוס' שבת כדבעי.
וחוץ מזה. דיין גאנצע הנחה אז אמאל האט מען געדאווענט פרי וויבאלד די ביהמ"ד איז געווען מחוץ לעיר, איז אויך כהררים התלוים בשערה. ידעת גם ידעתי אז דאס איז ווי אזוי עס איז געווען בימי חז"ל. אבער בימי הפוסקים בית יוסף ולבוש ומג"א וכו' וכו', איז שוין לאנג נישט געווען אזוי. וכמבואר להדיא בדבריהם אז אפילו די וואס דאווענען יא א גאנצע וואך בזמנו בצאת הכוכבים, דאך ערב שבת איז אנדערש און עס איז א מצוה צו דאווענען פרי. וממילא איז קלאר אז דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט דעם וואס די בתי כנסיות פלעגן זיין מחוץ לעיר.
און צום לעצט, דאס וואס דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס די סאטמארע זענען מחמיר צום שקיעה (ראשונה) איז צוליב די הסכם זייט וויסן אז טעות גדולה היא בידך. ווי געשריבן
דא אז די רבי שרייבט קלאר אין א תשובה אז בעניני דאורייתא זאל מען מחמיר זיין, און אזוי האט מען טאקע אריינגעדריקט אין דרך החיים על פי בקשתו אז בעניני דאורייתא זאל מען מחמיר זיין. והן לגבי הפסק טהרה, והן לגבי מילה האט ער ע"פ רוב מחמיר געווען. דאס האט נישט מיט'ן הסכם. א סאטמארע איד וואס טוט מלאכות דאורייתא נאכן שקיעה, זאל זייער קלאר וויסן אז אויפן רבי'ן קען ער זיך נישט פארלאזן, ווייל דער רבי שרייבט קלאר פארקערט אין די תשובה.