פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:07 pm
חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:49 am
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:42 pm
אז מען מאפט שוין יא אוועק מיט א פליגער איז קאסא גראנדא בעסער ווי אקאטשאבי
קלאר אזוי.
קאסא גראנדע איז בבחינת "הרי שלך לפניך".
די יישוב שטייט שוין. דאס זענען אירע מעלות און דאס זענען אירע חסרונות.
יעצט קען יעדער שוקל זיין צו ס'איז פאר אים.
ווידער אוקוטשויבי איז א "דבר שלא בא לעולם".
קיינער ווייסט נישט ווי ער גייט אריין, און קיינער ווייסט נישט וועלכע חבלי לידה עס גייען אים נאך אנטקעגן קומען.
חוץ מזה וואס אוקאטשויבי לויפט מיט לפחות א מאה אלף מער ווי קאסא גראנדע, און ס'איז ערגעצוואו פארשטויסן און אפגעזונדערט פון ציוויליזאציע.
עד כאן המיינונג של אני הקטן
אוקעטשאובי איז נישט מער אפגעזינדערט ווי קאסא גראנדע, און סנישט קיין נחיצות צו אראפרייסן.
קאסא גראנדע איז א ישועה פאר אידן וואס זוכן א לעזונג צו א פראבלעם.
לעיקפראנט איז מער אן עתיד פאר וויזיאנערן. ס'אפלייט נישט אזוי שטארק צו די וועלכע קענען נישט עפארדן קיין דירות אין ניו יארק, ווייל די פרייזן אין לעיקפראנט זענען אויך נישט ביליג. ס'איז געמאכט פאר וויזיאנערן, און רוב פון די לעיקפראנטערס גלייכן דוקא דאס אז מ'ווייסט נאכנישט די חבלי לידה... זיי זענען אויף דעם טריפ.
ס'איז צוויי אנדערע וועלטן.
אין איין ווארט:
קאסא גראנדע איז אפגעזונדערט פון דער
"אידישע וועלט".
אוקאטשאובי איז אפגעזונדערט פון
"דער וועלט".
איך האב זערא נגיעות לכאן או לכאן, ובדרך אגב פלאן איך זיך נישט ארויסצורוקן פון מיין קאמפערט זאון, אבער האמת ניתן להיאמר.
לאמיך זיך אביסל מסביר זיין:
קאסא גראנדע איז א ריזן שפרידלדיגע שטאט מיט איבער 100 טויזנט איינוואוינער.
אלע ריזיגע נעץ געשעפטן, בענק און שפיטעלער פארמאגן דארט לאקאלן.
ביים ווינקל פון דיין גאס האסטו א טשעיס, נארט איסט, באנק אף אמעריקא, וואלמארט, טארגעט, דאלאר, און אזוי אויך אלע פענסי מאלס און פרויען קליידער געשעפטן.
די בעסטע שפיטעלער געפינען זיך 7 מינוט אוועק.
Phx אינטערנעשענאל לופטפעלד געפינט זיך 45 מינוט אוועק און די "אקענאמישע פעסטונג" פיניקס.
קאסא גראנדע איז א פונקציאנירנדע געזונטע אקאנאמיע מיט ארבעטס געלעגנהייטן לרחצה פארן היימישן עולם. (עגעין, ס'איז נישט ניו יארק, אבער פארט).
די דירות קאסטן פיאסטערס. פאר צווישן 300 און 400 טויזנט באקומסטו א פאלאץ כפשוטו ממש.
פראפערטי טעקסעס און פראפערטי אינשורענס קאסטן כמעט גארנישט! דאכט זיך מיר 1200 דאלער יערליך.
שכר לימוד איז בחינם!
מה שאין כן אוקאטשאבי:
א מדבר שממה אן קיין נפש חיה אין די גאנצע ארום. (וויאזוי זאגט ר' אליעזר קרויס: אוקאטשאובי געפינט זיך נישט אין יענע עק וועלט, נאר נאך יענע עק וועלט איז דא נאך א עק וועלט און דארט געפינט זיך אוקאטשאובי...)
קיין שום געשעפטן אין די גאנצע ארום.
נענטסטע שפיטאל איז איבער א שעה אוועק.
נענטסטע לופטפעלד איז א שעה און צוואנציג מינוט אוועק (אן טרעפיק).
ארבעטס געלעגנהייטן איז נישט פארהאן לעת עתה.
די דירות פרייזן הייבן זיך אן ביי 480 טויזנט.
פראפערטי טעקסעס איז אין די הימלען.
שכר לימוד קאסט יא.
ווער רעדט נאך פון אלע אומפאראויסגעזענע חבלי לידה וואס גייען נאך באפאלן דעם שטאט ע"פ דרך הטבע כסדר העולם. (עיין ערך לינדען, בלומינגבערג, בלומינגראוו, דזשערסי סיטי, קאסא גראנדע און די ליסטע איז נאכנישט פארטיג.)
איך האב נישט קיין שום נגיעות לכאן או לכאן. איך בין א ציווילער בירגער.
איך האב דורכגעטון די נושא פאר מיר, וזה מה שהעלה מצודתי.
יבואו החולקים ויחלקו להגדיל האשכול ולהאדירה.