די פאקטן ארום אוקעטשאובי האסטו אומריכטיג. כבין געווען דארט, און כזאג דיר, ס'איז ליגנט.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 11:11 amאין איין ווארט:פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:07 pmאוקעטשאובי איז נישט מער אפגעזינדערט ווי קאסא גראנדע, און סנישט קיין נחיצות צו אראפרייסן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:49 am
קלאר אזוי.
קאסא גראנדע איז בבחינת "הרי שלך לפניך".
די יישוב שטייט שוין. דאס זענען אירע מעלות און דאס זענען אירע חסרונות.
יעצט קען יעדער שוקל זיין צו ס'איז פאר אים.
ווידער אוקוטשויבי איז א "דבר שלא בא לעולם".
קיינער ווייסט נישט ווי ער גייט אריין, און קיינער ווייסט נישט וועלכע חבלי לידה עס גייען אים נאך אנטקעגן קומען.
חוץ מזה וואס אוקאטשויבי לויפט מיט לפחות א מאה אלף מער ווי קאסא גראנדע, און ס'איז ערגעצוואו פארשטויסן און אפגעזונדערט פון ציוויליזאציע.
עד כאן המיינונג של אני הקטן
קאסא גראנדע איז א ישועה פאר אידן וואס זוכן א לעזונג צו א פראבלעם.
לעיקפראנט איז מער אן עתיד פאר וויזיאנערן. ס'אפלייט נישט אזוי שטארק צו די וועלכע קענען נישט עפארדן קיין דירות אין ניו יארק, ווייל די פרייזן אין לעיקפראנט זענען אויך נישט ביליג. ס'איז געמאכט פאר וויזיאנערן, און רוב פון די לעיקפראנטערס גלייכן דוקא דאס אז מ'ווייסט נאכנישט די חבלי לידה... זיי זענען אויף דעם טריפ.
ס'איז צוויי אנדערע וועלטן.
קאסא גראנדע איז אפגעזונדערט פון דער "אידישע וועלט".
אוקאטשאובי איז אפגעזונדערט פון "דער וועלט".
איך האב זערא נגיעות לכאן או לכאן, ובדרך אגב פלאן איך זיך נישט ארויסצורוקן פון מיין קאנפערט זאון, אבער האמת ניתן להיאמר.
ואסביר את דברי:
קאסא גראנדע איז א ריזן שפרידלדיגע שטאט מיט איבער 100 טויזנט איינוואוינער.
אלע ריזיגע נעץ געשעפטן, בענק און שפיטעלער פארמאגן דארט לאקאלן.
ביים ווינקל פון דיין גאס האסטו א טשעיס, נארט איסט, באנק אף אמעריקא, וואלמארט, טארגעט, דאלאר 3.
די בעסטע שפיטעלער געפינען זיך 7 מינוט אוועק.
phx אינטערנעשענאל לופטפעלד געפינט זיך 45 מינוט אוועק און די אקענאמישע פעסטונג פיניקס.
קאסא גראנדע איז א פונקציאנירנדע געזונטע אקאנאמיע מיט ארבעטס געלעגנהייטן לרחצה פארן היימישן עולם. (עגעין, ס'איז נישט ניו יארק, אבער פארט).
די פרייזן פון די דירות זענען פרוטות ממש. פאר צווישן 300 און 400 טויזנט באקומסטו א פאלאץ כפשוטו ממש.
פראפערטי טעקסעס און פראפערטי אינשורענס קאסטן כמעט גארנישט! דאכט זיך מיר 1200 דאלער יערליך.
שכר לימוד איז בחינם!
מה שאין כן אוקאטשאבי
א מדבר שממה אן קיין נפש חיה אין די גאנצע ארום. (וויאזוי זאגט ר' אליעזר קרויס: אוקאטשאובי געפינט זיך נישט אין יענע עק וועלט, נאר נאך יענע עק וועלט איז דא נאך א עק וועלט און דארט געפינט זיך אוקאטשאובי...)
קיין שום געשעפטן אין די גאנצע ארום.
נענטסטע שפיטאל איז איבער א שעה אוועק.
נענטסטע לופטפעלד איז א שעה און צוואנציג מינוט אוועק (אן טרעפיק).
ארבעטס געלעגנהייטן איז נישט פארהאן לעת עתה.
די דירות פרייזן הייבן זיך אן ביי 480 טויזנט.
פראפערטי טעקסעס איז אין די הימלען.
שכר לימוד קאסט יא.
ווער רעדט נאך פון אלע אומפאראויסגעזענע חבלי לידה וואס גייען נאך באפאלן דעם שטאט ע"פ דרך הטבע כסדר העולם. (עיין ערך לינדען, בלומינגבערג, בלומינגראוו, דזשערסי סיטי, קאסא גראנדע און די ליסטע איז נאכנישט פארטיג.)
איך האב נישט קיין שום נגיעות לכאן או לכאן. איך בין א ציווילע בירגער.
איך האב דורכגעטון די נושא פאר מיר, וזה מה שהעלה מצודתי.
יבואו החולקים ויחלקו להגדיל האשכול ולהאדירה.
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 305
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 587
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
כ'וועל זיך גאר שטארק פרייען צו הערן די ריכטיגע פאקטן.
קום אריין קלאר.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ווער סוויל הערן פאקטן האט א מיליאן וולאגס צו קוקן, ארטיקלען צו ליינען, און רעדעס צו הערן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:06 pmכ'וועל זיך גאר שטארק פרייען צו הערן די ריכטיגע פאקטן.
קום אריין קלאר.
כפיל נישט אז איינער וואס האט זיך נאכנישט אנגעשטויסן מיטן אמת ביז יעצט וועט עס פארשטיין דורך מיינס א תגובה.
כזאג דיר נאר אזויפיל, סאיז פשוט ליגנט. שקר שקר שקר.
מבויט עס טאקע אויף א ריזן ליידיגן שטח, אבער אין א געהעריגע באוואוינטע געגנט, מיט נאנטע געז סטעישאנס, שפיטעלער, און געשעפטן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ארענדזש קאונטי, אן אלע גרעסערע שטעט, ווי קרית יואל, נובורג, מידעלטאון, מאנרא, גלילות, גושן, פארט דזשערוויס, איז נאך אלץ צוואנציג מאל אזוי געדעכט ווי גלעידס קאונטי.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:48 pmווער סוויל הערן פאקטן האט א מיליאן וולאגס צו קוקן, ארטיקלען צו ליינען, און רעדעס צו הערן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:06 pmכ'וועל זיך גאר שטארק פרייען צו הערן די ריכטיגע פאקטן.
קום אריין קלאר.
כפיל נישט אז איינער וואס האט זיך נאכנישט אנגעשטויסן מיטן אמת ביז יעצט וועט עס פארשטיין דורך מיינס א תגובה.
כזאג דיר נאר אזויפיל, סאיז פשוט ליגנט. שקר שקר שקר.
מבויט עס טאקע אויף א ריזן ליידיגן שטח, אבער אין א געהעריגע באוואוינטע געגנט, מיט נאנטע געז סטעישאנס, שפיטעלער, און געשעפטן.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א שנעלע בליק אויף גוגל מאפעס צייגט אז 15-20 מינוט אוועק האסטו א רייע גרויסע נעץ געשעפטן, א שפיטאל וכו'.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:06 pmכ'וועל זיך גאר שטארק פרייען צו הערן די ריכטיגע פאקטן.
קום אריין קלאר.
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 305
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 587
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מאכסט עס סאונדן כאילו איך בין א פראפאגאנדע מיניסטער אנקעגן אוקאטשאבי.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:48 pmווער סוויל הערן פאקטן האט א מיליאן וולאגס צו קוקן, ארטיקלען צו ליינען, און רעדעס צו הערן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:06 pmכ'וועל זיך גאר שטארק פרייען צו הערן די ריכטיגע פאקטן.
קום אריין קלאר.
כפיל נישט אז איינער וואס האט זיך נאכנישט אנגעשטויסן מיטן אמת ביז יעצט וועט עס פארשטיין דורך מיינס א תגובה.
כזאג דיר נאר אזויפיל, סאיז פשוט ליגנט. שקר שקר שקר.
מבויט עס טאקע אויף א ריזן ליידיגן שטח, אבער אין א געהעריגע באוואוינטע געגנט, מיט נאנטע געז סטעישאנס, שפיטעלער, און געשעפטן.
כלל וכלל לא.
איך בין דא למען האמת והיושר.
איך האב געשריבן וויאזוי מיר איז אויסגעקומען, און כ'בין גרייט צו הערן פון דיר, און פון סיי וועם אנדערש, וואס ס'איז אים אויסגעקומען.
איך האב נישט די צייט און כח אויסצוהערן פיוואט'ס מארקעטינג מאטריאל. איך וויל הערן אמת'ע און אויפריכטיגע פאקטן.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פאר אויפריכטיגע פאקטן מאך א גוגל סוירטש, כנ"ל.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 5:54 pmמאכסט עס סאונדן כאילו איך בין א פראפאגאנדע מיניסטער אנקעגן אוקאטשאבי.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:48 pmווער סוויל הערן פאקטן האט א מיליאן וולאגס צו קוקן, ארטיקלען צו ליינען, און רעדעס צו הערן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 2:06 pm
כ'וועל זיך גאר שטארק פרייען צו הערן די ריכטיגע פאקטן.
קום אריין קלאר.
כפיל נישט אז איינער וואס האט זיך נאכנישט אנגעשטויסן מיטן אמת ביז יעצט וועט עס פארשטיין דורך מיינס א תגובה.
כזאג דיר נאר אזויפיל, סאיז פשוט ליגנט. שקר שקר שקר.
מבויט עס טאקע אויף א ריזן ליידיגן שטח, אבער אין א געהעריגע באוואוינטע געגנט, מיט נאנטע געז סטעישאנס, שפיטעלער, און געשעפטן.
כלל וכלל לא.
איך בין דא למען האמת והיושר.
איך האב געשריבן וויאזוי מיר איז אויסגעקומען, און כ'בין גרייט צו הערן פון דיר, און פון סיי וועם אנדערש, וואס ס'איז אים אויסגעקומען.
איך האב נישט די צייט און כח אויסצוהערן פיוואט'ס מארקעטינג מאטריאל. איך וויל הערן אמת'ע און אויפריכטיגע פאקטן.
אגב, איז דיין אונטערשריפט עפעס פארבינדן מיט לעיקפראנט?
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
רעדנדיג פון מאפ'ן כאפט א בליק
I WOULD AGREE WITH YOU
...BUT
THEN WILL BOTH BE WRONG
...BUT
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פרישע קליפ Mr. Weingarten Speaking about Casa Grande Arizona https://yiddishvideos.com/shorts/26ec6f ... 44718e0317
- פיילס
-
- IMG-20260618-WA0033.jpg (176.42 KiB) געזען געווארן 2068 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 305
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 587
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ניין.
דאס איז מיין אונטערשריפט פון דעי וואן אויף אידטיש.
א גוט ווארט וואס כ'האב געהערט פון ר' מאיר צוויבל שליט"א, ותו לא.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- מלך בייוואז
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
- Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
- x 269
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
סינטרה פארק איז נישט נוי יארק עס איז א פארק אין מאנהעטן וואס איז א בארץ אין נוי יארק סיטי וואס דארט איז איינער פון די פלעטצער ווי מען האלט חשבן אויף די וועטער אבער עס איז שוין צענדליגע מאל געווען 100׳ דעגריס אין די סיטי
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer ExceleneYidtish Nuevamente
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 277
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 392
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
עס איז געווען פאראיאר איינמאל איבער 100, איינמאל פארדעם איז געווען 13 יאר בעפאר...מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:09 pmסינטרה פארק איז נישט נוי יארק עס איז א פארק אין מאנהעטן וואס איז א בארץ אין נוי יארק סיטי וואס דארט איז איינער פון די פלעטצער ווי מען האלט חשבן אויף די וועטער אבער עס איז שוין צענדליגע מאל געווען 100׳ דעגריס אין די סיטי
Before 2025, the last time the entire city uniformly experienced 100°F+ actual air temperatures was during back-to-back summer heat waves on July 22, 2011 (when Central Park hit 104°F) and July 18, 2012.
טייערער אידן, הייליגע אידן, האטס אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 277
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 392
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Looking at the broader historical record for Casa Grande prior to 2024, temperatures of 115°F and above have historically been clocked during peak extreme events
:July 2023: Reached 116°F during the Southwest's record-shattering multi-week heat dome.
June 2021: Reached 116°F during a severe early-summer streak.
July 2020: Hit 115°F during the area's hottest summer on record up to that point.
:July 2023: Reached 116°F during the Southwest's record-shattering multi-week heat dome.
June 2021: Reached 116°F during a severe early-summer streak.
July 2020: Hit 115°F during the area's hottest summer on record up to that point.
טייערער אידן, הייליגע אידן, האטס אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די יסוד איז אז דארט שפירט 115 בעסער ווי דא 100 (אינטער די זון איז שווער אבער אינטער א שאטן נישט)אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:43 pmעס איז געווען פאראיאר איינמאל איבער 100, איינמאל פארדעם איז געווען 13 יאר בעפאר...מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:09 pmסינטרה פארק איז נישט נוי יארק עס איז א פארק אין מאנהעטן וואס איז א בארץ אין נוי יארק סיטי וואס דארט איז איינער פון די פלעטצער ווי מען האלט חשבן אויף די וועטער אבער עס איז שוין צענדליגע מאל געווען 100׳ דעגריס אין די סיטיBefore 2025, the last time the entire city uniformly experienced 100°F+ actual air temperatures was during back-to-back summer heat waves on July 22, 2011 (when Central Park hit 104°F) and July 18, 2012.
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 277
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 392
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די יסוד איז אז @ישוב החדש האט געשריבן אז אין קאסא גראנדע ווערט 115 אזוי אפט ווי עס ווערט אין ניו יארק 100, און דאס איז נישט אמת. פינטל.totty האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:56 pmדי יסוד איז אז דארט שפירט 115 בעסער ווי דא 100 (אינטער די זון איז שווער אבער אינטער א שאטן נישט)אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:43 pmעס איז געווען פאראיאר איינמאל איבער 100, איינמאל פארדעם איז געווען 13 יאר בעפאר...מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:09 pm
סינטרה פארק איז נישט נוי יארק עס איז א פארק אין מאנהעטן וואס איז א בארץ אין נוי יארק סיטי וואס דארט איז איינער פון די פלעטצער ווי מען האלט חשבן אויף די וועטער אבער עס איז שוין צענדליגע מאל געווען 100׳ דעגריס אין די סיטיBefore 2025, the last time the entire city uniformly experienced 100°F+ actual air temperatures was during back-to-back summer heat waves on July 22, 2011 (when Central Park hit 104°F) and July 18, 2012.
טייערער אידן, הייליגע אידן, האטס אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
-
משה שפילמאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 32
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
- Location: USA
- x 158
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
העי מען טערארזירט די וועטער...אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 6:26 pmדי יסוד איז אז @ישוב החדש האט געשריבן אז אין קאסא גראנדע ווערט 115 אזוי אפט ווי עס ווערט אין ניו יארק 100, און דאס איז נישט אמת. פינטל.totty האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:56 pmדי יסוד איז אז דארט שפירט 115 בעסער ווי דא 100 (אינטער די זון איז שווער אבער אינטער א שאטן נישט)אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:43 pm
עס איז געווען פאראיאר איינמאל איבער 100, איינמאל פארדעם איז געווען 13 יאר בעפאר...Before 2025, the last time the entire city uniformly experienced 100°F+ actual air temperatures was during back-to-back summer heat waves on July 22, 2011 (when Central Park hit 104°F) and July 18, 2012.
- Super mario
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
- x 33
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פארוואס זאגסטו אזוי?אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 6:26 pmדי יסוד איז אז @ישוב החדש האט געשריבן אז אין קאסא גראנדע ווערט 115 אזוי אפט ווי עס ווערט אין ניו יארק 100, און דאס איז נישט אמת. פינטל.totty האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:56 pmדי יסוד איז אז דארט שפירט 115 בעסער ווי דא 100 (אינטער די זון איז שווער אבער אינטער א שאטן נישט)אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:43 pm
עס איז געווען פאראיאר איינמאל איבער 100, איינמאל פארדעם איז געווען 13 יאר בעפאר...Before 2025, the last time the entire city uniformly experienced 100°F+ actual air temperatures was during back-to-back summer heat waves on July 22, 2011 (when Central Park hit 104°F) and July 18, 2012.
שוין געניגמאל געווען אזוי הייס
לערן דיך פון מעריא
געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 277
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 392
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך זאג נישט, גוגל זאגט.Super mario האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 23, 2026 5:03 pmפארוואס זאגסטו אזוי?אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 6:26 pmדי יסוד איז אז @ישוב החדש האט געשריבן אז אין קאסא גראנדע ווערט 115 אזוי אפט ווי עס ווערט אין ניו יארק 100, און דאס איז נישט אמת. פינטל.
שוין געניגמאל געווען אזוי הייס
טייערער אידן, הייליגע אידן, האטס אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ק/פ
ארבעה דברים צריכים חיזוק - תורה!
איינער פון די ענינים וואס זענען שטארק ארומגערעדט געווארן ביי די אסיפת ועד הרבנים ד'נוה חיים עטליכע וואכן צוריק ביום מעמד חנוכת המקוה איז די ענין פון פארמערן תורה אין שטאט מיטן בייפעסטיגן און צוריקשטעלן די שיעורי תורה וואס זענען אביסל נתרשל געווארן דורכאויס די ווינטער געסט סעזאן און האט געפאדערט א פרישקייט.
עס איז דאן געשטעלט געווארן א טייערע אינגערמאן וואס זאל זיין אחראי דערויף, זיכער צו מאכן אז יעדן טאג איז דא א קורצע שיעור הלכה נאך שחרית, און אזוי אויך האט מען מייסד געווען א שיעור משניות פארגעלערנט דורך איינער פון די אינגערלייט תיכף נאך תפילת מעריב, טעגליך אין בית המדרש.
אויך האט מען געטוישט די וועכנטליכע ליל ששי שיעורים, אריינצוברענגן א פרישקייט, אז יעדע וואך וועט א צווייטע פון די חברי ועד הרבנים פארלערנען דעם שיעור, ווען עס איז מעגליך וועט עס זיין פערזענליך און ווען נישט לערנט מען פאר אויפן טעלעפאן, כדי שלא יבוטל התמיד.
די ערשטע וואך איז טאקע פארגעקומען א הערליכן שיעור (מען האט עס מקדים געווען צו ליל שלישי) דורך הרה"ג נייפעסטער רב שליט"א, און פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט איז געווען דער ליל ששי שיעור א שיעור אור החיים הקדוש דורך הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעטץ שליט"א.
צוגעלייגט איז א בילד פון פאריגע וואך ליל ששי אנהויב שיעור פון הרה"ג ר' יחיאל שליט"א.

- שיעור שלח.jpg (287.47 KiB) געזען געווארן 1016 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- Super mario
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
- x 33
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הער איךאמת ואמונה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 23, 2026 5:48 pmאיך זאג נישט, גוגל זאגט.Super mario האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 23, 2026 5:03 pmאמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 6:26 pm
די יסוד איז אז @ישוב החדש האט געשריבן אז אין קאסא גראנדע ווערט 115 אזוי אפט ווי עס ווערט אין ניו יארק 100, און דאס איז נישט אמת. פינטל.
פארוואס זאגסטו אזוי?
שוין געניגמאל געווען אזוי הייס
לערן דיך פון מעריא
געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דאס איז די צענטראלע פלאץ ווי מען רעכנט די וועטער פון די שטאט ניו יארק.מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 21, 2026 5:09 pmסינטרה פארק איז נישט נוי יארק עס איז א פארק אין מאנהעטן וואס איז א בארץ אין נוי יארק סיטי וואס דארט איז איינער פון די פלעטצער ווי מען האלט חשבן אויף די וועטער אבער עס איז שוין צענדליגע מאל געווען 100׳ דעגריס אין די סיטי
פארשטייט זיך אז מאנסי און קרית יואל זענען בדרך כלל קילער. (חוץ אנהייב פרילינג צייט פון יאר, וואס דעמאלטס ווערט דאך נישט קיין הונדערט עניוועי.)
אין אנדערע פלעצער אין שטאט האט עס יא פאראיאר געקראצט 100, אבער עס איז געווען די ערשטע מאל אין 12/13 יאר.
פוינט איז אז הונדערט דעגרי מאכט זיך דא אסאך ווייניגער ווי 115 דארט.
-----------
איין מאל איז אויך איבער גענוג.Super mario האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 23, 2026 5:03 pm פארוואס זאגסטו אזוי?
שוין געניגמאל געווען אזוי הייס
אבער איר רעדט מסתמא פון די ריעל פיעל, וואס מאכט זיך מער, הגם נישט קיין 115 אפילו ריעל פיעל, און אפילו דאס מאכט זיך לכאורה נישט מער ווי 115 דאהי.
אבער דער שמועס איז געווען דירעקט איבער די עקטשועל טעמפּעראַטור.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
האסטו אמאל געוואלט וויסן וויאזוי דאס לעבן קוקט אויס און קאסא גראנדע אריזאנע??
דער היימישער רעילעסטעיט אגענט ר' נחמן לעפקאוויטש ווייזט אייך ארום די לעיקס, פארקס, געשעפטן, די גאסן, סיי די מעין גאסן און סיי די שטילע גאסן און נוה חיים ווי דער עולם וואוינט!!!
דער היימישער רעילעסטעיט אגענט ר' נחמן לעפקאוויטש ווייזט אייך ארום די לעיקס, פארקס, געשעפטן, די גאסן, סיי די מעין גאסן און סיי די שטילע גאסן און נוה חיים ווי דער עולם וואוינט!!!
I WOULD AGREE WITH YOU
...BUT
THEN WILL BOTH BE WRONG
...BUT
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אפדעיט.
היינט איז צום ערשטן מאל אין 14 יאר ארויף ביז 100 . אבער די ריעל פיעל 106 איז נאך אלץ ווייניגער ווי די סטאנדארט עכטע דעגרי אין קאסע גראנדע זומער.
Central Park, NY temperature update: As of 1:51pm, the temperature reached 100F. The heat index was 106F at the same time. This is the first time Central Park his hit 100F since July 18, 2012 when the temperature reached 100F.