ביטע נישט אריינגיין אין א שמועס דערוועגן. מיר גייען נישט טאלערירן דעם שמועס.totty האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 6:34 pmדער עולם כאפט נישט אז די מחלוקת דארט (וואס איז בכלל נישט אנזעבאר אין די גאסן און האט נאר את דיטעל וואס איז אויסגעפירט געווארן מיט צוויי יאר צוריק) איז די יסוד א די יישוב זאל בלייבן מיט א קיום פון ביליגע דירותחוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:16 pm די חסרונות פונעם פלאץ זענען ווי פאלגנד:
פארוויקלט אין א מחלוקת
אחרי ככלות הכל איז אבער קלאר אז די מעלות וועגן איבער די חסרונות
ווייל היות די יסוד המחלקה איז אדער איז געווען מיטן פארסן די תקנות העיר וואס דאס איז די איינציגע פאטענשאל עס זאל נישט געשעהן וואס איז געשעהן אין לינדען
דעריבער איז דאס אליינס כאטש עס איז זייער אומבעטעמט איז עס א ירידה לצורך עלייה
כאטש געוויסע וועגן ווי אזוי מהאט געהאנדעלט מיט די אינוועסטארס וואלט אולי געקענט גיין מער מיט חכמה איז אבער גרינג צי רעדן שלא בעת נסיון די פאקט איז אבער אז גדולי ישראל ובתוכם ווינער רב שליט"א (קאנפירמד ביי איינעם וואס האט אים געפרעגט איבער דעם פאריגע וואך) האבן געהאלטן אז על פי תורה מוז מען אפהאלטן און אפילו ארויסווארפן אינוועסטארס וואס שטערן די תקנות פון ועד העיר כדי די מקום זאל קענען בלייבן א מקום פליטה פאר אידישע קינדער עד ביאת הגואל
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ביזט דארט געווען ווינטער.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 5:09 pmאיך בין געווען דארט ווען ס'איז געווען בערך 75. ס'איז געווען ממש א פארגעניגן צו גיין אין גאס. כ'וואלט נישט געגלייבט וויפיל הומידיטי מאכט אויס ווען איך שפיר עס ווען נישט.מיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:34 pmבלויז איין חסרון האט מיט די 'פלאץ'. די ערשטע צוויי האט מיט די יעצטיגע מצב, און לויט ווי ס'זעט אויס ווערן ביידע חסרונות כסדר בעסער מיט די צייט.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:16 pm די חסרונות פונעם פלאץ זענען ווי פאלגנד:
קליינע אידישע יישוב
פארוויקלט אין א מחלוקת
די טעמפראטור זומער צייט איז גאר גאר הייס. ס'איז טאקע נישט יומעט אזויווי מיר זענען געוואוינט אין ניו יארק, אבער פארט, די דורכשניטליכע וועטערס זענען 105, 110.
אחרי ככלות הכל איז אבער קלאר אז די מעלות וועגן איבער די חסרונות
וועגן די היץ, לאמיר טאקע הערן דיין מיינונג, אסאך זאגן אז ס'שפירט זיך כמעט נישט די היץ צוליב די שוואכע יומידעטי. וויאזוי האסטו געשפירט?
ווינטער איז עס א פארגעניגן ברוחניות ובגשמיות.
איך בין דווקא אהינגעגאנגען זומער ווייל כ'האב געהערט אז זומער ווערט דארט אביסל שווערליך מיט די היצן.
כ'מוז אבער זאגן אז ס'איז א אנדערע סארט היץ ווי מיר זענען צוגעוואוינט דא אין ניו יארק. ס'קען בראטן א זון פון 110 ולמעלה בקודש, אבער מ'שוויצט נישט גארנישט.
ווען אין ניו יארק איז 60 שוויצט מען אריין כמו שכתוב, משא"כ ווען דארט איז 110 בלייבט מען טרוקן.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אמת ויציב.מלך בייוואז האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 7:21 pm עס איז זייער טריקן און מען פילט נישט ווען מען ווערט אויסגעטריקנט
טאקע וויבאלד מ'שוויצט נישט כאפט מען צומאל נישט אז מ'ווערט דיהיידערעיטעד
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מ'קען עס נישט פארשטיין פאר מ'גייט אהין.תפארת שבתפארת האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 5:30 pm75 איז שיין דא אויכעט, היינט יוכיחפופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 5:09 pmאיך בין געווען דארט ווען ס'איז געווען בערך 75. ס'איז געווען ממש א פארגעניגן צו גיין אין גאס. כ'וואלט נישט געגלייבט וויפיל הומידיטי מאכט אויס ווען איך שפיר עס ווען נישט.מיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:34 pm
בלויז איין חסרון האט מיט די 'פלאץ'. די ערשטע צוויי האט מיט די יעצטיגע מצב, און לויט ווי ס'זעט אויס ווערן ביידע חסרונות כסדר בעסער מיט די צייט.
וועגן די היץ, לאמיר טאקע הערן דיין מיינונג, אסאך זאגן אז ס'שפירט זיך כמעט נישט די היץ צוליב די שוואכע יומידעטי. וויאזוי האסטו געשפירט?
ס'איז א אנדערע מין לופט ווי דא.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אמת אבער לעת עתה זענען דאס די פרייזןמיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:29 pmלויט ווי ס'איז געהערט געווארן לעצטנס דורך ארטיגע אקטיווע אידן זענען דא אזעלכע וואס האבן געצאלט ווייניגער פון 15 אלפים אלעס אריינגערעכנט.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:02 pm כ'האב באזוכט אין קאסא גראנדע מיט עטליכע וואכן צוריק און כ'מוז זאגן, טייערע אידן אין אמעריקע! קומט קיין קאסא גראנדע וועט אייך גוט זיין!
אין מיינע אויגן איז עס די איינציגסטע גענט אינדרויסן פון ניו יארק ניו דזשערסי וואס קען בעזר השי"ת מצליח זיין.
די געגנט איז הערליך שיין! א הרחבת הדעת ומנוחת הנפש וואס מ'קען נישט קויפן דא אין ניו יארק. די הייזער קאסטן פרוטות! א פריוואטע הויז מיט א ריזן לאט, סווימינג פול א.א.וו. גייט יעצט פאר ארום 350K! דאון פעימענט לויפט צווישן 20 און 25 טויזנט, און מארגעדש קאסט ארום 2 אלפים אינקלודינג פראפערטי טעקס און אינשורענס!
שכר לימוד קאסט זילטש! ז-ע-ר-א! ס'ווערט אינגאנצן געדעקט ביי די גאווערמענט. גראדע לעת עתה ווען די מוסד איז נאך קליין בעט מען א נישטיגע 100 דאלער א חודש פער קינד ביי מוסדות שע"י ר' יושע רובין.
קאנפירמד ביי קהילה בראוקער וויינגארטן און ביי ר' יושע רובין.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אוודאי מ'שפירט די היצן... מ'שטיינס ס'בראט א זון פון 110...מיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:34 pmבלויז איין חסרון האט מיט די 'פלאץ'. די ערשטע צוויי האט מיט די יעצטיגע מצב, און לויט ווי ס'זעט אויס ווערן ביידע חסרונות כסדר בעסער מיט די צייט.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:16 pm די חסרונות פונעם פלאץ זענען ווי פאלגנד:
קליינע אידישע יישוב
פארוויקלט אין א מחלוקת
די טעמפראטור זומער צייט איז גאר גאר הייס. ס'איז טאקע נישט יומעט אזויווי מיר זענען געוואוינט אין ניו יארק, אבער פארט, די דורכשניטליכע וועטערס זענען 105, 110.
אחרי ככלות הכל איז אבער קלאר אז די מעלות וועגן איבער די חסרונות
וועגן די היץ, לאמיר טאקע הערן דיין מיינונג, אסאך זאגן אז ס'שפירט זיך כמעט נישט די היץ צוליב די שוואכע יומידעטי. וויאזוי האסטו געשפירט?
וואס יא, עס פייניגט נישט קיין כי הוא זה ווי די זון דא אין ניו יארק
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך קען נישט וואקן אין גאס פאר צען מינוט אין 75 און נישט ווערן פארשוויצטתפארת שבתפארת האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 5:30 pm75 איז שיין דא אויכעט, היינט יוכיחפופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 5:09 pmאיך בין געווען דארט ווען ס'איז געווען בערך 75. ס'איז געווען ממש א פארגעניגן צו גיין אין גאס. כ'וואלט נישט געגלייבט וויפיל הומידיטי מאכט אויס ווען איך שפיר עס ווען נישט.מיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:34 pm
בלויז איין חסרון האט מיט די 'פלאץ'. די ערשטע צוויי האט מיט די יעצטיגע מצב, און לויט ווי ס'זעט אויס ווערן ביידע חסרונות כסדר בעסער מיט די צייט.
וועגן די היץ, לאמיר טאקע הערן דיין מיינונג, אסאך זאגן אז ס'שפירט זיך כמעט נישט די היץ צוליב די שוואכע יומידעטי. וויאזוי האסטו געשפירט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
באופן כללי איז עס א הערליך שיינע יישוב וואס איז כדי אויסצוטשעקן.
אזוי אויך איז זייער וויכטיג זיכער צו מאכן נאך פאר מ'פארט אהין אז מ'איז מסודר מיט א דזשאב.
מ'קען זיך פארבינדן מיט די לאקאלע עסקנים וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן בעצה ובתושיה.
------
ר' יושע רובין האט מיר געזאגט א אינטערסאנטע זאך, אז לעת עתה איז אין קאסא גראנדע נאכנישט פארהאן קיין איין יוצא וויליאמסבורג...
די וואס דארפן עס די מערסטע האלטן נישט ביים קומען.
כ'שפעקוליר כמה טעמים על מה ולמה, אבער מפני תקנת המקום וועל איך עס האלטן ביי מיר.
אזוי אויך איז זייער וויכטיג זיכער צו מאכן נאך פאר מ'פארט אהין אז מ'איז מסודר מיט א דזשאב.
מ'קען זיך פארבינדן מיט די לאקאלע עסקנים וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן בעצה ובתושיה.
------
ר' יושע רובין האט מיר געזאגט א אינטערסאנטע זאך, אז לעת עתה איז אין קאסא גראנדע נאכנישט פארהאן קיין איין יוצא וויליאמסבורג...
די וואס דארפן עס די מערסטע האלטן נישט ביים קומען.
כ'שפעקוליר כמה טעמים על מה ולמה, אבער מפני תקנת המקום וועל איך עס האלטן ביי מיר.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
100 פראצענטפופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:38 amאיך קען נישט וואקן אין גאס פאר צען מינוט אין 75 און נישט ווערן פארשוויצט
אויב איז דא 75 שיין, איז 110 דארט א גן עדן אויף דעם עולם...
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
קלאר אזוי.מלך בייוואז האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:42 pm אז מען מאפט שוין יא אוועק מיט א פליגער איז קאסא גראנדא בעסער ווי אקאטשאבי
קאסא גראנדע איז בבחינת "הרי שלך לפניך".
די יישוב שטייט שוין. דאס זענען אירע מעלות און דאס זענען אירע חסרונות.
יעצט קען יעדער שוקל זיין צו ס'איז פאר אים.
ווידער אוקוטשויבי איז א "דבר שלא בא לעולם".
קיינער ווייסט נישט ווי ער גייט אריין, און קיינער ווייסט נישט וועלכע חבלי לידה עס גייען אים נאך אנטקעגן קומען.
חוץ מזה וואס אוקאטשויבי לויפט מיט לפחות א מאה אלף מער ווי קאסא גראנדע, און ס'איז ערגעצוואו פארשטויסן און אפגעזונדערט פון ציוויליזאציע.
עד כאן המיינונג של אני הקטן
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
-
דער אויבערהאר
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
- Location: קר''י
- x 242
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ס'איז יעצט געווען א חנוכת הבית פאר די מקוה, אויף די בילדער ציילט זיך מער ווי א מנין מצומצם.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:11 pm די גאנצע אידישע יישוב באשטייט פון 34 משפחות, צעטיילט (ליידער) אין צוויי קהילות
די מעין קהילה איז בנשיאות ר' יושע רובין ואביו האדמו"ר מדינוב אריזאנע, און פארמאגט 24 משפחות, מיט א מקווה, מקווה טהרה, ת"ת ובית חינוך לבנות מיט ארום 60 קינדער, א רב ודיין אויפן פלאץ, א גראסערי און אלע סאמע בעסיק נידס וואס א אידישע קהילה דארף האבן
די אנדערע קהילה באשטייט פון א מנין מצומצם און האבן לעצטנס מחדש געווען א נייע בית המדרש ומקווה טהרה מפוארת.
אלע אנדערע צרכי הקהילה זענען נאר דא אויף א געצוימטע פארנעם, אויב בכלל. צב"ש די חדר האט נאר 9 קינדער, די גרויסע מיידלעך לערנען אין א בית יעקב סטייל סקול אין פיניקס, דער רב ומו"ץ וואוינט נישט לאקאל, און פאר א טבילה לפני התפילה נוצט מען א פארטעבל קאראנע סטייל מקווה
ס'איז א גרויס ווייטאג אז אזא שיינע יישוב וואס פארמאגט אזויפיל פאטענציאל דארף זיין צעשפליטערט אין צווייען, אבער דאס איז ליידער דאס מציאות.
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
כ'האב אויך געזען די בילדערדער אויבערהאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:55 amס'איז יעצט געווען א חנוכת הבית פאר די מקוה, אויף די בילדער ציילט זיך מער ווי א מנין מצומצם.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:11 pm די גאנצע אידישע יישוב באשטייט פון 34 משפחות, צעטיילט (ליידער) אין צוויי קהילות
די מעין קהילה איז בנשיאות ר' יושע רובין ואביו האדמו"ר מדינוב אריזאנע, און פארמאגט 24 משפחות, מיט א מקווה, מקווה טהרה, ת"ת ובית חינוך לבנות מיט ארום 60 קינדער, א רב ודיין אויפן פלאץ, א גראסערי און אלע סאמע בעסיק נידס וואס א אידישע קהילה דארף האבן
די אנדערע קהילה באשטייט פון א מנין מצומצם און האבן לעצטנס מחדש געווען א נייע בית המדרש ומקווה טהרה מפוארת.
אלע אנדערע צרכי הקהילה זענען נאר דא אויף א געצוימטע פארנעם, אויב בכלל. צב"ש די חדר האט נאר 9 קינדער, די גרויסע מיידלעך לערנען אין א בית יעקב סטייל סקול אין פיניקס, דער רב ומו"ץ וואוינט נישט לאקאל, און פאר א טבילה לפני התפילה נוצט מען א פארטעבל קאראנע סטייל מקווה
ס'איז א גרויס ווייטאג אז אזא שיינע יישוב וואס פארמאגט אזויפיל פאטענציאל דארף זיין צעשפליטערט אין צווייען, אבער דאס איז ליידער דאס מציאות.
ליהווי ידוע אז צוויי און דרייסיג פון די אנוועזנדע זענען געסט
די איבריגע אכט זענען תושבים
כ'האב עס קאנפירמד ביי מענטשן פון ביידע קהילות
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
-
דער אויבערהאר
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
- Location: קר''י
- x 242
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
נו למעשה גייסטו מופן?totty האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 6:36 pmווען מיר זענען געווען פרשת אמור מיט די סאטמארע קבוצה איז געווען 92 אבער עס האט געשפירט 60 מיט א קאלטע ווינטעלע ממש טעם גן עדןחוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:16 pm די חסרונות פונעם פלאץ זענען ווי פאלגנד:
די טעמפראטור זומער צייט איז גאר גאר הייס. ס'איז טאקע נישט יומעט אזויווי מיר זענען געוואוינט אין ניו יארק, אבער פארט, די דורכשניטליכע וועטערס זענען 105, 110.
אחרי ככלות הכל איז אבער קלאר אז די מעלות וועגן איבער די חסרונות
דעריבער איז שווער צי זאגן אז 105 זאל זיין אזוי שלעכט
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אוקעטשאובי איז נישט מער אפגעזינדערט ווי קאסא גראנדע, און סנישט קיין נחיצות צו אראפרייסן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:49 amקלאר אזוי.מלך בייוואז האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:42 pm אז מען מאפט שוין יא אוועק מיט א פליגער איז קאסא גראנדא בעסער ווי אקאטשאבי
קאסא גראנדע איז בבחינת "הרי שלך לפניך".
די יישוב שטייט שוין. דאס זענען אירע מעלות און דאס זענען אירע חסרונות.
יעצט קען יעדער שוקל זיין צו ס'איז פאר אים.
ווידער אוקוטשויבי איז א "דבר שלא בא לעולם".
קיינער ווייסט נישט ווי ער גייט אריין, און קיינער ווייסט נישט וועלכע חבלי לידה עס גייען אים נאך אנטקעגן קומען.
חוץ מזה וואס אוקאטשויבי לויפט מיט לפחות א מאה אלף מער ווי קאסא גראנדע, און ס'איז ערגעצוואו פארשטויסן און אפגעזונדערט פון ציוויליזאציע.
עד כאן המיינונג של אני הקטן
קאסא גראנדע איז א ישועה פאר אידן וואס זוכן א לעזונג צו א פראבלעם.
לעיקפראנט איז מער אן עתיד פאר וויזיאנערן. ס'אפלייט נישט אזוי שטארק צו די וועלכע קענען נישט עפארדן קיין דירות אין ניו יארק, ווייל די פרייזן אין לעיקפראנט זענען אויך נישט ביליג. ס'איז געמאכט פאר וויזיאנערן, און רוב פון די לעיקפראנטערס גלייכן דוקא דאס אז מ'ווייסט נאכנישט די חבלי לידה... זיי זענען אויף דעם טריפ.
ס'איז צוויי אנדערע וועלטן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 78
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 82
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וואס מיינט לעת עתה?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:30 amאמת אבער לעת עתה זענען דאס די פרייזןמיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:29 pmלויט ווי ס'איז געהערט געווארן לעצטנס דורך ארטיגע אקטיווע אידן זענען דא אזעלכע וואס האבן געצאלט ווייניגער פון 15 אלפים אלעס אריינגערעכנט.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:02 pm כ'האב באזוכט אין קאסא גראנדע מיט עטליכע וואכן צוריק און כ'מוז זאגן, טייערע אידן אין אמעריקע! קומט קיין קאסא גראנדע וועט אייך גוט זיין!
אין מיינע אויגן איז עס די איינציגסטע גענט אינדרויסן פון ניו יארק ניו דזשערסי וואס קען בעזר השי"ת מצליח זיין.
די געגנט איז הערליך שיין! א הרחבת הדעת ומנוחת הנפש וואס מ'קען נישט קויפן דא אין ניו יארק. די הייזער קאסטן פרוטות! א פריוואטע הויז מיט א ריזן לאט, סווימינג פול א.א.וו. גייט יעצט פאר ארום 350K! דאון פעימענט לויפט צווישן 20 און 25 טויזנט, און מארגעדש קאסט ארום 2 אלפים אינקלודינג פראפערטי טעקס און אינשורענס!
שכר לימוד קאסט זילטש! ז-ע-ר-א! ס'ווערט אינגאנצן געדעקט ביי די גאווערמענט. גראדע לעת עתה ווען די מוסד איז נאך קליין בעט מען א נישטיגע 100 דאלער א חודש פער קינד ביי מוסדות שע"י ר' יושע רובין.
קאנפירמד ביי קהילה בראוקער וויינגארטן און ביי ר' יושע רובין.
איך רעד וואס מ'האט געזאגט ביים מאוו עקספאו מיט ווייניגער פון צוויי חדשים צוריק
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 78
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 82
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
צוויי האבן זיך שוין אוועקגעצויגן?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:57 amכ'האב אויך געזען די בילדערדער אויבערהאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:55 amס'איז יעצט געווען א חנוכת הבית פאר די מקוה, אויף די בילדער ציילט זיך מער ווי א מנין מצומצם.חוט של חסד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:11 pm די גאנצע אידישע יישוב באשטייט פון 34 משפחות, צעטיילט (ליידער) אין צוויי קהילות
די מעין קהילה איז בנשיאות ר' יושע רובין ואביו האדמו"ר מדינוב אריזאנע, און פארמאגט 24 משפחות, מיט א מקווה, מקווה טהרה, ת"ת ובית חינוך לבנות מיט ארום 60 קינדער, א רב ודיין אויפן פלאץ, א גראסערי און אלע סאמע בעסיק נידס וואס א אידישע קהילה דארף האבן
די אנדערע קהילה באשטייט פון א מנין מצומצם און האבן לעצטנס מחדש געווען א נייע בית המדרש ומקווה טהרה מפוארת.
אלע אנדערע צרכי הקהילה זענען נאר דא אויף א געצוימטע פארנעם, אויב בכלל. צב"ש די חדר האט נאר 9 קינדער, די גרויסע מיידלעך לערנען אין א בית יעקב סטייל סקול אין פיניקס, דער רב ומו"ץ וואוינט נישט לאקאל, און פאר א טבילה לפני התפילה נוצט מען א פארטעבל קאראנע סטייל מקווה
ס'איז א גרויס ווייטאג אז אזא שיינע יישוב וואס פארמאגט אזויפיל פאטענציאל דארף זיין צעשפליטערט אין צווייען, אבער דאס איז ליידער דאס מציאות.
ליהווי ידוע אז צוויי און דרייסיג פון די אנוועזנדע זענען געסט
די איבריגע אכט זענען תושבים
כ'האב עס קאנפירמד ביי מענטשן פון ביידע קהילות
דא איז געשטאנען אז ס'זענען דא 9 משפחות, און לעצטנס איז אויך באריכטעט געווארן איבער א פרישע תושב.
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:07 pmאוקעטשאובי איז נישט מער אפגעזינדערט ווי קאסא גראנדע, און סנישט קיין נחיצות צו אראפרייסן.חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:49 amקלאר אזוי.מלך בייוואז האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:42 pm אז מען מאפט שוין יא אוועק מיט א פליגער איז קאסא גראנדא בעסער ווי אקאטשאבי
קאסא גראנדע איז בבחינת "הרי שלך לפניך".
די יישוב שטייט שוין. דאס זענען אירע מעלות און דאס זענען אירע חסרונות.
יעצט קען יעדער שוקל זיין צו ס'איז פאר אים.
ווידער אוקוטשויבי איז א "דבר שלא בא לעולם".
קיינער ווייסט נישט ווי ער גייט אריין, און קיינער ווייסט נישט וועלכע חבלי לידה עס גייען אים נאך אנטקעגן קומען.
חוץ מזה וואס אוקאטשויבי לויפט מיט לפחות א מאה אלף מער ווי קאסא גראנדע, און ס'איז ערגעצוואו פארשטויסן און אפגעזונדערט פון ציוויליזאציע.
עד כאן המיינונג של אני הקטן
קאסא גראנדע איז א ישועה פאר אידן וואס זוכן א לעזונג צו א פראבלעם.
לעיקפראנט איז מער אן עתיד פאר וויזיאנערן. ס'אפלייט נישט אזוי שטארק צו די וועלכע קענען נישט עפארדן קיין דירות אין ניו יארק, ווייל די פרייזן אין לעיקפראנט זענען אויך נישט ביליג. ס'איז געמאכט פאר וויזיאנערן, און רוב פון די לעיקפראנטערס גלייכן דוקא דאס אז מ'ווייסט נאכנישט די חבלי לידה... זיי זענען אויף דעם טריפ.
ס'איז צוויי אנדערע וועלטן.
נישט ריכטיג.
קאסא גראנדע איז קלאר מער א מקום ישוב בני אדם ווי אוקאטשאבי והמפורסם אין צריך ראיה.
ודו"ק כי קצרתי.
אפשר באלד וועל איך מער מרחיב זיין.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
כ'הער.מיט א ברען האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:11 pmוואס מיינט לעת עתה?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:30 amאמת אבער לעת עתה זענען דאס די פרייזןמיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 4:29 pm
לויט ווי ס'איז געהערט געווארן לעצטנס דורך ארטיגע אקטיווע אידן זענען דא אזעלכע וואס האבן געצאלט ווייניגער פון 15 אלפים אלעס אריינגערעכנט.
קאנפירמד ביי קהילה בראוקער וויינגארטן און ביי ר' יושע רובין.
איך רעד וואס מ'האט געזאגט ביים מאוו עקספאו מיט ווייניגער פון צוויי חדשים צוריק
לכאורה רעדט מען דירות ווייניגער ווי 4000 ס"פ.
ס'איז דא דירות פאר 190 אויך, איך האב גערעדט פון די ארטיגע "פאלאצן".
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 555
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ביז לעצטנס איז געווען 11.מיט א ברען האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:20 pmצוויי האבן זיך שוין אוועקגעצויגן?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:57 amכ'האב אויך געזען די בילדערדער אויבערהאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:55 am
ס'איז יעצט געווען א חנוכת הבית פאר די מקוה, אויף די בילדער ציילט זיך מער ווי א מנין מצומצם.
ליהווי ידוע אז צוויי און דרייסיג פון די אנוועזנדע זענען געסט
די איבריגע אכט זענען תושבים
כ'האב עס קאנפירמד ביי מענטשן פון ביידע קהילות
דא איז געשטאנען אז ס'זענען דא 9 משפחות, און לעצטנס איז אויך באריכטעט געווארן איבער א פרישע תושב.
2 האבן זיך אוועקגעצויגן, און איינער איז צוגעקומען כדי שלא יבטל המנין.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 78
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 82
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מיין פראגע איז געווען אויף דעם וואס דו שרייבסט אז ס'זענען דא נאר אכט איינוואוינער. אכט אדער צען?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 5:53 pmביז לעצטנס איז געווען 11.מיט א ברען האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:20 pmצוויי האבן זיך שוין אוועקגעצויגן?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:57 am
כ'האב אויך געזען די בילדער
ליהווי ידוע אז צוויי און דרייסיג פון די אנוועזנדע זענען געסט
די איבריגע אכט זענען תושבים
כ'האב עס קאנפירמד ביי מענטשן פון ביידע קהילות
דא איז געשטאנען אז ס'זענען דא 9 משפחות, און לעצטנס איז אויך באריכטעט געווארן איבער א פרישע תושב.
2 האבן זיך אוועקגעצויגן, און איינער איז צוגעקומען כדי שלא יבטל המנין
און וואס מיינט "כדי שלא יבטל המנין", יענער האט זיך אהינגעצויגן בלויז כדי ס'זאל זיין מנין?
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אין קבוצת אנ"ש איז דא אסאך פון וויליאמסבורגע איינגעשריבענעחוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 11:41 am באופן כללי איז עס א הערליך שיינע יישוב וואס איז כדי אויסצוטשעקן
אזוי אויך איז זייער וויכטיג זיכער צו מאכן נאך פאר מ'פארט אהין אז מ'איז מסודר מיט א דזשאב
מ'קען זיך פארבינדן מיט די לאקאלע עסקנים וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן בעצה ובתושיה
------
ר' יושע רובין האט מיר געזאגט א אינטערסאנטע זאך, אז לעת עתה איז אין קאסא גראנדע נאכנישט פארהאן קיין איין יוצא וויליאמסבורג...
די וואס דארפן עס די מערסטע האלטן נישט ביים קומען
כ'שפעקוליר כמה טעמים על מה ולמה, אבער מפני תקנת המקום וועל איך עס האלטן ביי מיר
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דא איז געשטאנען אז ס'זענען דא 9 משפחות, און לעצטנס איז אויך באריכטעט געווארן איבער א פרישע תושב.
אין די לעצטע 2 וואכן האבן 2 משפחות געמאפט צו נוה חיים

I WOULD AGREE WITH YOU
...BUT
THEN WILL BOTH BE WRONG
...BUT
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
היינט נאכט קומט פאר די וואכנאכט ביי ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו די ריעלטאר פון קאסא גראנדע
- פיילס
-
- IMG-20260617-WA0037.jpg (54.79 KiB) געזען געווארן 315 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
גערעדט מיט א 'שליח חב"ד' אין די סקאטסדעיל געגענט, האט ער מיר געזאגט אז זומער ווען עס ווערט 115 דעגרי, איז כמעט אוממעגליך צו זיין אויפן גאס צו לאנג, אפילו עס איז נישט הומיד. ער מיט זיין משפחה פארן אוועק אויף עטליכע וואכן צוליב די גרויסע היצן. [אויך איז נישטא צופיהל ארבעט זומער, וויבאלד עס דרייען זיך נישט קיין טוריסטן אין די געגענט].
אינטערעסאנט צו וויסן צו 'קאסא-גראנדע' איז אויך אזוי, אדער איז די וועטער נישט אזוי עקסטרעם אין זומער. [דוכט זיך עס איז א שעה וועג פון סקאטסדעיל].
אינטערעסאנט צו וויסן צו 'קאסא-גראנדע' איז אויך אזוי, אדער איז די וועטער נישט אזוי עקסטרעם אין זומער. [דוכט זיך עס איז א שעה וועג פון סקאטסדעיל].
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ביי אונז ווערט 115 אזוי אפט ווי עס ווערט 100 אין ניו יארק, דעמאלט איז טאקע אזוי שווער ווי ביי 95 אין ניו יארק, טאקע אומדערטרעגליך, און יענע טעג איז די סווימינג פול געשמאקער, אדער פארט מען צוויי שעה צו די מאוינטעינס ווי עס איז אינגאנצן 80 דעגרי בייטאג און 65 ביינאכט.קראכמאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 12:42 am גערעדט מיט א 'שליח חב"ד' אין די סקאטסדעיל געגענט, האט ער מיר געזאגט אז זומער ווען עס ווערט 115 דעגרי, איז כמעט אוממעגליך צו זיין אויפן גאס צו לאנג, אפילו עס איז נישט הומיד. ער מיט זיין משפחה פארן אוועק אויף עטליכע וואכן צוליב די גרויסע היצן. [אויך איז נישטא צופיהל ארבעט זומער, וויבאלד עס דרייען זיך נישט קיין טוריסטן אין די געגענט].