נאר א יוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:09 pm
ב"ה
אין די לעצטע טעג איז ב"ה דא א שטארקע אינטרעסע ביים עולם ארויסצימופן קיין קאסא גראנדע ספעציעל נאך די היסטארישע עקספוי אין וויליאמסבורג ווי מען האט געזען מאסן מענטשן בליעה"ר זיך באטייליגן און א גרויסע ציבור האט אויסגעדריקט אינטערעסע צו מופן קיין קאסא גראנדע, דאס זעלבע האט מען געזען צוויי טעג נאך די עקספוי ווען צענדליגער אידן זענען געקומען פון ניו יארק קיין קאסא גראנדע און די אפקלאנג איז געווען געוואלדיג.
במשך די עקספוי און די נאכפאלגנדע נסיעה האבן מענטשן געפרעגט פארשידענע שאלות וועגן דעם הערליכן ציבור פון אידן וואס וואוינט אין קאסא גראנדע און אויך וועגן די קהילות און מוסדות פון קאסא גראנדע, האבן מיר באשלאסן צו מאכן א קורצן סך הכל.
*
קהל חסידים. געגרינדעט כ"ה סיון תש"פ
קהל חסידים האט זיך געגרינדעט כ"ה סיון תש"פ דורכן מייסד הרב יהושע רובין אינאיינעם מיט זיין טאטן דער מרא דאתרא דינובער רבי שליט"א
די קהילה איז אינטער די הנהגה פון דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי און דער רב שליט"א הגרח"ש בערגער און בנו הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קאסא גראנדע, אויסער די לאקאלע רבנים וואס פירן די קהילה זענען דא עטליכע רבנים פון ניו יארק וואס זענען אינוואלווד אין די הנהגת הקהלה, הרה"ג רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, הרה"ג רבי יעקב ווייס שליט"א אבד"ק ישמח משה סאטמאר מאנסי ומרבני קבוצת סאטמאר אנ"ש, הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר מרבני סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אנ"ש, הרה"ג רבי ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע, הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש, הרה"ג רבי מרדכי ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק תבואות שור, הרה"ג רבי יוחנן טווערסקי שליט"א אב"ד קו הישר, הרה"ג רבי יעקב זיידא שליט"א דומ"ץ ויזניץ וומ"ס.
די קהילה באשטייט כהיום נאנט צו דרייסיג משפחות בליעה"ר, אריינגערעכנט דינובער רבי שליט"א, מיט א רב און א דיין וואס וואוינען גאנץ יאר אין קאסא גראנדע אריזאנע. נאך א חשוב'ע רב איז אין די פראסעס צו מופן קיין קאסא גראנדע אין די נאנטע צוקונפט בס"ד. די קהילה האָט שטארק אויפגעפיקט היי יאר מיט פרישע 8 תושבים וואָס זענען צוגעקומען במשך די ווינטער און נאך משפּחות זענען אויפ'ן וועג בעז"ה. און דאס איז בנוסף צו קבוצת אנ"ש פון סאטמאר וואס גרייט זיך אט אט צו מופן און שטעלט זיך פולשטענדיג צו צו די פארשריפטן פון ועד העיר פון קאסא גראנדא צו האַלטן די פרייזן ביליג.
די קהילה אפערירט:
דריי בתי מדרשים, די הויפט שול איז קהל חסידים דינוב אויף סילווער ריף גאס וואס דארט דאווענט מען אלעמאל אין די וואכן, מען האלט יעצט אינמיטן צוגרייטן די באדן צו פארגרעסערן די ביהמ"ד נאך וואס עס האלט שוין ב"ה ביי אפס מקום. נאך א שול אין די וויילדוואוד געגענט וואס אפערירט בעיקר ווען עס זענען דא דארט גענוג געסט, די פארלאפענע יו"ט פסח איז געעפנט געווארן א שול אין די מישען וועלי געגענט וואו נייע איינוואוינערס האבן זיך אנגעפאנגען אריינציען. מען דאוונט פרייטאג צונאכטס, און וועט בקרוב זיין אפן גאנץ שבת בס"ד. (בעז"ה די סאטמארע קהלה וועט עפענען איר אייגענע שול.)
א
מקוה פאר יעדן טאג און
מקוה טהרה אויף די סילווער ריף גאס אויך האלט מען אינמיטן בויען
נאך א הערליכע מקוה אויף איעסט 8טע גאס
גרויסע אויסגערישטע
גראסערי קאוישער קעניאן, די גראסערי פרייזן פאר תושבי קאסא גראנדע זענען ספעציעל ביליג, מיט מעמבער פרייזן וואס זענען ענדליך צו גראסערי פרייזן אין מאנסי. פאר געסט וואס דינגען נישט דורך אריזאנע קאוישער ריזארטס זענען די פרייזן אין ליין מיט די געווענטליכע פרייזן פון לאס אנזשעלעס וואס איז טאקע היבש העכער פון די געהעריגע פרייז. די וואס דינגען דורך "אריזאנע קאושער ריזארטס" באקומען א 10 פּראָצענט דיסקאונט אין גראסערי.
די
ועד ההורים פון די מוסדות באשטייט פון דער רב הגרח"ש בערגער שליט"א, הר"ר שלמה זלמן פריימאן און הר"ר משה סורקיס
די
תלמוד תורה ווערט גערופן ת"ת כנסת יהושע דקאסא גראנדע ע"ש דעם גרויסע זיידן פונעם מייסד היישוב הגה"צ רבי יהושע לערנער זצוק"ל אבד"ק וואלאץ בעל כנסת יהושע, די ת"ת באשטייט כהיום ארום 40 קינדער בליעה"ר. די יונגלעך אונטער בר-מצוה זענען צוטיילט אין 4 קלאסן, (מיט א פלאן פאר נאך צוויי קלאסן קומענדיגע זמן הבעל"ט) די ת"ת געפינט זיך דערווייל אין די בנין ביהמ"ד פון קהל חסידים דינוב.
מנהל רוחני פון די תלמוד תורה איז הרב נטע האראוויץ שליט"א, וואס איז אין כסדרדיגע פארבינדונג מיט די מלמדים און גיבט זיך אפ מיט אלע רוחניותדיגע אנגעלעגענהייטן אין די תלמוד תורה
די
מיידל שולע פארמאגט ארום דרייסיג קינדער בליעה"ר. די מיידלעך זענען צוטיילט אין 4 קלאסן מיט א פינפטע קלאס אלץ הויך שולע, אויסער א פלעיגרופ) די סקול געפינט זיך יעצט אין א פריוואטע הויז. יעצט פארענדיגט מען די רענאוועישענס אויף א גרויסע קאמערציאלע בילדינג וואס מען וועט בעז"ה צו ניצן פאר די סקול.
די
מנהלת רוחני פון די סקול איז רעביצין טייטלבוים אשת כ"ק אדמו"ר מהוסאקוב שליט"א וועלעכע איז מנהלת אין בנות ירושלים פאר אריבער דרייסיג יאר, וואס איז אין כסדרדיגע פארבינדונג מיט די טיטשער'ס און גיבט זיך אפ מיט די רוחניות פון די סקול
ישיבה קטנה. העסקן רבי משה סורקיס האט זיך אריינגעווארפן און מצליח געווען צו עפענען א ישיבה קטנה פאר די 6 חשובע בחורים פון 13-14 יאר תושבי קאסא גראנדע וואס ער פירט תחת הנהגתו און נשיאות רבו האדמו"ר מזוועהיל שליט"א
אן
עירוב מהודר, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורכ'ן ועד העיר מיט ר' יהושע רובין און נעמט ארום רוב חלקי העיר ווי תושבי קאסא גראנדע וואוינען
ווי אימער מען זעט די "
ועד העיר" ארגענעזעישן איז עס מטעם קהל חסידים, די ועד טובי העיר איז נתייסד געווארן על פי בחירות אלע תושבי קאסא גראנדע י"ב סיון תשפ"ב, ווען אלע תושבי קאסא גראנדע האבן בוחר געווען די חברי ועד העיר
די
3 חברי ועד העיר זענען ר' יצחק גרין, רבי משה אברהם ברוין און ר' יהושע רובין. (די לעצטע 4 יאר האט דער ציבור זיך באקענט מיט ר' יצחק גרין א דאנק זיינע דאקומענטאציעס פון דעם פלאץ. ביז תשפ"ה איז ער געווען די איינציגסטע צו דאקומענטירן די וואוקס פון קאסא גראנדע.)
לאקאלער
הכשר פון ועד הכשרת דקהל חסידים איז א שטרענגע השגחה אינטער די ועד רבנים, דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א, דער רב פון קהל חסידים הגרח"ש בערגער און הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א דומ"ץ קאסא גראנדע
דער ועד העיר האט א
ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן וואס ארבעט לויט די פארשריפטן פון די קהילה בנוגע האלטן פרייזן סטאביל, עס זאל נישט ווערן א מארקעט ווי די בייערס העכערן די פרייזן אזוי ווי אין אסאך אנדערע געגענטער
"אריזאנע קאוישער ריזארטס" וואקאציע רענטעל וואס אפערעיט דורך תושבי קאסא גראנדע און איז אפיליעיטעט מיט קהל חסידים, די הייזער ווערן נאר פארדינגען פאר אידן (געליסטעט אויף Arizonakosherresorts.com און ווי אויך קען מען באשטעלן דירות אויפ'ן פאון אויף 520.230.1015 אריזאנע קאושער איז די איינציגסטע כשרע רענטעל אין קאסא גראנדע, און רוב געסט באנוצן זיך מיט אירע סערוויסעס.
"
געשמאק" קעיטערינג און בעקעריי אינטער די שטרענגע השגחה פון ועד הכשרות דקהל חסידיםמען קען באשטעלן דורך אריינרופן אויף 520.540.1431
די
עסקני הקהילה זענען אלע לאקאלע תושבים צווישן זיי שיינען ארויס, ר' יצחק גרין, ר' משה סורקיס, ר' שמעון ראלניצקי, ר' ברוך אברהם ברויער, ר' שלמה זלמן פריימאן, ר' סענדר חיים סמיט, ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, ר' משה אברהם ברוין, דער רב שליט"א און דער דיין און דער מייסד היישוב רבי יהושע רובין
אפיליאירט מיט קהל חסידים:
"
קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע" ארבעט אינאיינעם מיט קהל חסידים און די ועד העיר
NJBC איז א ארבעט פארמיטלונג אפעראציע פאר פאטענציאלע תושבים ביי אין קאסא גראנדע ווי אויך אין אנדערע יישובים, אדער פאר ביזנעסער וואס זוכן צו אפערעיטן אין קאסא גראנדע און די אומגעגענט. זיי האבן שוין ב"ה צוגעשטעלט עטליכע זשאבס און געהאלפן עטליכע תושבים מיט עפענען א געשעפט אין קאסא גראנדע.
"
חברים" אוף אריזאנע איז א הילף'ס ארגעניזאציע וואס קומט צו הילף פאר ווער עס דארף לאקאלע הילף
קהל נוה חיים. געגרינדעט י"ח אייר תשפ"ד
די קהלה נוה חיים האט געגרינדעט זייער ביהמ"ד אלס "
קהל עץ חיים", תשעה באב תשפ"ד. זיך דאן געטוישט צו "
תושבי קאסא גראנדע", און אפאר וואכן שפעטער האבן זיי זיך געטוישט צו "
קהל חסידים" און יעצט זענען זיי אריבער צו זייער לעצטע נאמען איז "
קהל נווה חיים". די קהלה האט פארלוירן 2 איינוואוינערס דעם ווינטער, אַריינגערעכנט איינעם פון זייערע 2 מלמדים, און קוקט ארויס שטאַרק צו טרעפן נאך תושבים.
די גרינדער פון די קהילה: ר' אלעזר דאנציגער און ר' אברהם הערש ברייער ביידע פון ניו יארק. די קהלה ווערט היינט געפירט דורך רבי יואל נחום שטיין פון מאנסי. לאקעל ווערט עס געפירט דורך ר' יצחק גראסמאן
די קהילה פארמאגט היינט צוטאגס ניין משפחות פון תושבים מיט א מספר אוהדים אין ניו יארק, אינוועסטארס וואס האבן משקיע געווען אין קאסא גראנדע און זען א שטארקע פאטענציאל אין דעם יישוב. אלץ א מקום צו שטארק מרוויח זיין.
רב: ביז לעצטנס איז געווען זייער רב הרב ראבינאוויטש פון בארא פארק וואס פלעיגט קומען צוגאסט איינמאל אין א פאר וואכן.
דיין: זינט די התייסדות לייגט די קהלה גרויסע כוחות צו טרעפן א פאטענציעלן דיין.
ועד הרבנים: אויף ביז דערווייל האבן זיי צוזאמגעשטעלט א ועד פון דרויסנדיגע רבנים וואס באשטייט פון זייער געוועזענע רב הרב ראבינאביטש פון בארא פארק, הרב שפיר ראזמאן שליט"א רב פון די אור התורה שול אין פינעקס, הרב יחיאל שטיינמעץ פון מאנסי, און הרב בנציון גאלדמאן ר"י נייפעסט.
קהל נוה חיים אפערירט:
זייער
שול אויף די גאברילא גאס די שול איז די אייגענטום פון א איד אין ב"פ, די שול איז אפען אלע טעג פון די וואך
מקוה: א קאוויד מקוה איז דא אין חצר פון ר' אלעזר דאנציגער פון ניו יארק
גראסערי: די קהלה האט פרובירט צו עפענען א כשר'ע גראסערי, אין איינס פון די גויאישע געשעפטן אבער ס'האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט. דערווייל באגעניגן זיי זיך מיט קויפן כשר'ע פראדוקטן אין די לאקאלע נישט אידישע געשעפטן וואס האבן א כשר'ע אייל, און ווען עס איז דא נויט ניצן זיי די קאוישער קעניאן גראסערי פון קהל חסידים
מוסד: זייער מוסד רופן זיך עץ חיים. די מוסד האט א
ועד ההורים וואס באשטייט פון ר' הלל ליכטענשטיין פון קרית יואל, ר' יצחק גראסמאן און ר' נחמן לעפקאוויטש
די
תלמוד תורה באשטייט פון איין כיתה מיט המלמד בנש"ק הרב ר' משה ברוינשטיין מיט אכט יונגלעך בליעה"ר (די תלמוד תורה געפינט זיך אין איינע פון די הייזער פון די אייגענטום פון ר' אלעזר דאנציגער פון ניו יארק)
מיידל שולע באשטייט פון זיבעצן מיידלעך אויסגעשפרייט אין דריי קלאסן (די סקול געפינט זיך אין איינע פון די הייזער פון די אייגענטום פון ר' אלעזר דאנציגער פון ניו יארק) די היי-סקול מיידל שיקן זיי צו שערים היי-סקול אין פינעקס, פינעקס איז א שעה צו פארן פון קאסא גראנדע. שערים איז די לאקאלע סקול פאר די אידן וואס וואוינען אין פינעקס אדער סקאטסדעיל געגענטער, אלע לימודים קומען פאר אויף די ענגלישע שפראך, און זענען געשטעלט צו קעיטערן די ישיבה'שע קרייזן.
אלע מעלדונגען פון די קהלה ווערן געמאכט אונטער די דריק סארט פון נוה חיים אין אידיש אדער
NCCC אין ענגליש.
לאקאלע
הכשר: נישטא קיין רב אדער דיין אויפן פלאץ.
נוה חיים האט א
ריעל עסטעיט אגענט ר' נחמן לעפקאוויטש (ארבעט נישט אינאיינעם מיטן ועד העיר אדער מיט קהל חסידים) נוה חיים מעמבערס טענה'ן אז זיי האבן א אייגענע שיטה וויאזוי צו פארקויפן הייזער, אנדערש פון די מהלך פון די ועד העיר אדער מייסד היישוב.
רילעקסטעי איז די וואקאציע רענטעל ביזנעס וואס אפערירט דורך אינוועסטארס פון ניו יארק, די הייזער ווערן אויך פארדינגען אויף עיר בי ענד בי פאר נישט אידן. רוב הייזער האבן וועגן דעם נישט קיין מזוזות און כשר'ע קיטשנס, און פארשטייט זיך אז די הייזער זענען נישט פארלעסליך כשר. בדרך אגב, סאיז וויכטיג צו געדענקען ווען מען קומט קיין קאסא גראנדע אז אויב טרעפט איר א עד אין די היימישע פעיפערס פון א פריוואטע ליסטונג פון א רענטל, איז עס בדרך כלל א הויז וואס ווערט פארדינגען פאר גוים אויך און מען דארף חושש זיין אז די הויז איז נישט בתכלית ההידור.
סאלט ענד פעפער: קעיטערינג, אינטער די השגחה פון הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ, מען קען באשטעלן דורך אריינרופן אויף 520.789.6511
NCCC אדער נוה חיים האט א ארבעט פארמיטלונג אפטיילונג וואס פראבירן צו טרעפן זשאב'ס פאר מענטשן וואס ווילן מופן און זיין טייל פון נוה חיים קהילה.
ר' יצחק גראסמאן - איד אין די וועסט: טוט די דאקומענטאציעס פון די קהלה. ער האט אנגעהויבן דאקומענטירן די וואוקס פון די קהלה אינטער די נאמען "א איד אין די וועסט" אנהייב תשפ"ה מיטן ציל צו מארקעטן פאר קהילת נוה חיים ווי ער איז איז דער מנהל גשמי און פון די ועד ההורים.
עסקני הקהילה. ר' אלעזר דאנציגער פון שיכון סקווירא. ר' אברהם הערש ברייער פון ב"פ, ר' אנשיל פערל פון מאנסי. ר' פנחס עסטרייכער פון מאנסי (די צוויי שוואגער'ס באקאנט אלץ pinny & ushey אויף Airbnb) ר' יעקב מאיר גרינהוט, ר' עמרם הערצאג פון מאנסי, ר' ראובן יוסף לעפקאוויטש פון ב"פ, ר' יואל גאלדמאן פון וומ"ס, ר' יואל נחום שטיין פון מאנסי, און ר' הלל ליכטענשטיין פון ק"י, ר' יוחנן לעפקאוויטש פון מאנסי, ר' יצחק גראסמאן פון קאסא גראנדע, און ר' נחמן לעפקאוויטש פון קאסא גראנדע
חב"ד דקאסא גראנדע. געגרינדעט ניסן תשפ"א
חב"ד איז געגרינדעט געווארן דורך הרב משה סוסונקין שליט"א וועלעכע איז געקומען קיין קאסא גראנדע צו באזוכן רבי יהושע רובין כסלו תשפ"א דורכאויס איינע פון זיינע באזוכן ביי זיין שווער וועלעכע איז א שליח חב"ד אין די טוסאן אריזאנע געגענט, רבי משה איז געווארן שטארק איבערגענומען פון קאסא גראנדע און אפגעשמועסט מיט רבי יהושע אז ער פלאנט צו קומען עפענען א חב"ד צענטער אין קאסא גראנדע, רבי יהושע האט אים שטארק געשטיפט דערצו און טאקע גלייך נאך פסח יענעם יאר האט הרב משה סוסונקין זיך אריבערגעצויגן קיין קאסא גראנדע און אנגעהויבן מיט זיינע פעולות למען יהדות צו טרעפן נדחי ישראל וואס זענען פארוואגעלט אין קאסא גראנדע.
כאטש חב"ד דקאסא גראנדע האט נאכנישט קיין אייגענע ביהמ"ד האט דער שליח שוין מצליח געווען צו טרעפן א שיינע פאר אידישע נשמות וואס ער האלט מיט זיי א קשר דורכאויס פארשידענע מסיבות וואס ער שטעלט אהער אז די אידן זאלן שפירן א טעם אין אידישקייט. דער שליח וואוינט עטליכע מייל אפגערי קט פון די געגענט ווי די איבעריגע חסידישע אידן וואוינען.