
חצר הקודש
=שב"ק פרשת במדבר - מברכים חודש סיון - בשכונת ספרינג וואלי בבנין שווארטץ=
עטליכע מינוט פארן זמן הדלקה"נ איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו מראשי קהלתינו.
אום 8:15 איז מרן דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה ערב שבת קודש אין בית מדרשינו בנין שווארטץ און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.
נאך מנחה האט הרה"ח ר' שמעון יואל זינגער הי"ו אויפגעטרעטן פארן ציבור און ארויס געברענגט רגשי הלב פון דעם גאנצן ציבור, אויף די גרויסע זכיה וואס די גאנצע געגענט פילט מיט דעם וואס דער רב שליט"א האט באוויליגט צו קומען פראווען דעם גאנצן שבת בקרב אנשי שלומינו, וואס די גאנצע שב"ק וועט זיין א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש און התעלות בתורה ועבודה וביראת שמים.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יואל פילאפף הי"ו, און דער רב האט געציילט ספירה פארן עמוד.
נאכן דאוואנען איז דער ציבור אריבער גוט שבת זאגן.
און דערנאך איז דער רב אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו ווי דער רב האט געוויילט ביז'ן עריכת השלחן.
אום 12:00 איז כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א אריינגעקומען צום "שלחן הטהור" בהיכל בית מדרשינו בנין שווארטץ. ווי עס האט זיך אנגעזעהן א ריזיגער ציבור מאנשי שלומינו זקני העדה ובעלי בתים חשובים און אברכים און בחורי הישיבה, אויך איז געווען אנגעזעהן אויפן מזרח זייט רבנים און דיינים פון דעם גאנצן געגענט.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן חדב"ן הרה"ג ר' נפתלי צבי מייזליש שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו.
און מיט'ן זמר מנוחה ושמחה הרה"ח ר' בנציון שווארטץ הי"ו.
דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע.
מיט'ן זמר קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו.
מיט לקל אשר שבת האט דער רב מכבד געווען הרב ר' יואל טייטלבוים הי"ו.
דער רב האט מכבד געווען הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' ורב הביהמ"ד שליט"א צו בענטשטן על הכוס.
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע וואס דער יארצייט איז געווען די וואך שבת.
דערנאך האט דער רב טועם געווען פון די פירות, און די ציבור איז אריבער נעמען שיריים און זאגן גוט שבת.
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל ארי' שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט דעם טיש אום 1:50.
נאכן טיש איז דער רב אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט דער רב ארומגערעדט איבער די ספירה פון גבורה שבמלכות און געזאגט אז "ארי" איז מלכות און יתגבר כארי לעבודת הבורא.
=וביום השבת קודש=
אום 9:15 אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו בנין שווארטץ צו תפילת שחרית.
דער רב איז אריין אינעם עזרת נשים ווי עס איז פארגעקומען די חברת תהלים דורך די תשב"ר, דער רב האט מיטגעזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברות קודש ודברי חיזוק והתחזקות פאר די קינדער.
פסוקי דזמרה: הרב ר' אשר שמואל כ"ץ שליט"א.
שחרית: הרה"ח ר' שמעון יואל זינגער הי"ו.
ביי די עליות האבן עולה געווען די נדבנים ותמכים בית מדרשינו בנין שווארטץ, וועלכע האבן דערביי אויך געשנדר'ט גרויסע סכומים און אפגעקויפט זכותים אינעם ביהמ"ד.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: משב"ק הרה"ח ר' יצחק ווירצבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו שליט"א.
לוי: הרב ר' יואל טייטלבוים הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן אונגאר הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' משה יצחק פריעדמאן הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' בנציון גראס הי"ו.
דער רב שליט"א האט עולה געווען שישי, און דער רב האט געהייסן מאכן א מי שברך פאר די נדבנים והנהלות הביהמ"ד.
שביעי: הרה"ח ר' שמואל ארי' שווארטץ הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל פילאפף הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם חיים לעברעכט הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישעי אשר בערגער הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רב שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף סאלינסקי הי"ו.
נאכן דאוואנען איז פארגעקומען א קידוש, דער רב האט געמאכט קידוש און געוואונטשן לחייים, און מכבד געווען הרה"ג הדומ"ץ שליט"א אויפצוטרעטן פארן ציבור, דערנאך איז די ציבור אריבער גוט שבת זאגן.
דערנאך איז דער רב אריבער און שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו מראשי קהלתינו אינאיינעם מיט הרה"ג הדומ"ץ שליט"א און מיט די נדבנים און די הנהלות פון בית מדרשינו בנין שווארץ צום סעודת שבת,
דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה, בעת די סעודה האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע און פארציילט עובדות וסיפורים,
דערנאך איז אריבער געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב"ד סאלקא שליט"א, דער רב האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דער רב האט געבענטש ברכות המזון אויפן כוס.
מען האט גענדיגט די טיש אום 3:15, און דער רב איז אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.
=רעווא דרעווין=
אום 7:15 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו בנין שווארטץ צו פרקי אבות.
דער רב האט משמיע געווען פייער'דיגע דרשת פרקי אבות בדרך דרוש ואגדה, באגלייט מיט ווארימע דברי הדרכה והתחזקות לכל הקהל הקודש, און דברי הכנה לקבלת התורה, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בדברי מוסר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געענדיגט ארום 8:25.
עס איז נתכבד געווארן צו דאוואנען מנחה פארן עמוד הרה"ח ר' ישראל משה ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
דער רב איז געגאנגען פתיחה.
כהן: הרה"ח ר' משה וויינפעלד הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' מאיר לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו.
דער רב האט געמאכט הגבה.
גלילה: משב"ק הרה"ח ר' יעקב גראס הי"ו.
נאך מנחה האט דער רב זיך געוואשן צו שלש סעודות.
דער רב האט טועם געווען פון די פיש, און מ'האט פארטיילט שיריים פארן ציבור פון די חלה און פון די פיש. דער רב געמאכט קידוש על היין, און געוואנטשן לחיים פארן ציבור.
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס.
דערנאך האט דער רב געזאגט דברי תורה על פרשת השבוע.
דער רב האט געבענטשט על הכוס.
הגבהות הכוס: חדב"ן הרה"ג ר' שלום שרגא יחזקאל רובין שליט"א.
צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישעי אשר בערגער הי"ו,
און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו, ווי דער רב האט געמאכט הבדלה, און געזאגט ויתן לך, דער רב האט מכבד געווען הרה"ח ר' שמעון יואל זינגער מיט המבדיל,
דערנאך האט דער רב שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ח ר' דוד הי"ו אינטערגעשריבן די שטר, ווי הרה"ח ר' דוד הי"ו האט אפגעקויפט די שם העזרת נשים בבית מדרשינו בנין שווארטץ, דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ח ר' דוד הי"ו און פארן גאנצן ציבור.