
חצר הקודש
=שב"ק פרשת אח"ק=
אום 8:05 איז מרן דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן מו"ה ר' מרדכי יודא בלאיסטענפעלד הי"ו, און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאכן דאוואנען איז דער ציבור אריבער גוט שבת זאגן.
אום 11:55 איז כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א אריינגעקומען צום "פירות טיש" בבית מדרשינו הגדול אין חדר פאלאטשעק.
דער רב שליט"א האט טועם געווען פון די חלה, און דער רב האט דערציילט עטליכע עובדות וספורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו.
און מיט'ן זמר מנוחה ושמחה הרה"ח ר' משה קנאבלעך הי"ו.
דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע.
דער רב האט טועם געווען פון די מייערן און פערפעל, און פארטיילט שיריים פאר'ן ציבור.
מיט'ן זמר קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען העסקן הדגיל הרה"ח ר' בנציון פאלאטשעק הי"ו.
און מיט קה רבון עלם הרה"ח ר' אייזיק וואלטער הי"ו.
דערנאך האט דער רב טועם געווען פון די קוגל און מ'האט פארטיילט שיריים פארן ציבור.
נאך די קוגל האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל הרה"ח ר' אייזיק וואלטער הי"ו,
דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פארן ציבור און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה ברכת לרוב.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען חדב"ן הרה"ג ר' נפתלי צבי מייזליש שליט"א.
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון די הייליגן ראפשיצער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דינסטאג י"א אייר.
דערנאך האט דער רב טועם געווען פון די פירות און די ציבור איז אריבער נעמען שיריים און זאגן גוט שבת.
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יואל יונה שטיינער הי"ו.
מען האט געענדיגט דעם טיש אום 1:25.
=וביום השבת קודש=
אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית.
ברכות: הרה"ח ר' פנחס לויפער הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישעי שלעזינגער הי"ו.
שחרית: הרה"ח ר' שמעון יואל זינגער הי'ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף לייב האמבורגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמעון הכהן קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל מאסקאוויטש הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' מיכל וויינגארטן הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם יהושע איזראל הי"ו.
דער רב שליט"א האט עולה געווען שישי.
שביעי: הרה"ח ר' אייזיק וואלטער הי"ו.
אחרון: הבחור אברהם ברוך בן הרה"ח ר' אשר ישעי' פרענקל הי"ו,
מפטיר: הבחור שמעון בן הרה"ח ר' יואל איזראל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' רבינו איזראל הי"ו - אנטווערפן.
גלילה: הרה"ח ר' יואל משה אפטער הי"ו.
צוליב די ברית מילה האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב שבת נאכמיטאג ביי מנחה.
מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מיכל וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאוואנען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' אברהם יהושע איזראל הי"ו, ווי דער רב איז געווען סנדק.
דערנאך איז די ציבור אריבער גוט שבת זאגן.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים לרגל,
די ברית פון בן הנולד אצל הרה"ח ר' אברהם יהושע איזראל הי"ו,
ווי דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און אנגעוואונטשן פאר די בעל שמחה ברכת קדשו.
=רעווא דרעווין=
אום 7:55 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו מנחה ושל"ס.
עס איז נתכבד געווארן צו דאוואנען פארן עמוד מו"ה ר' חנוך שלום האך הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
דער רב איז געגאנגען פתיחה.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' נתנאל בראנסדארפער שליט"א - בית שמש מו"ץ בהעדה החרדית.
דער רב האט געמאכט הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' דניאל בוכינגער הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.
נאך מנחה האט דער רב זיך געוואשן צו שלש סעודות.
דער רב האט טועם געווען פון די פיש און מ'האט פארטיילט שיריים פארן ציבור פון די חלה און פון די פיש.
דערנאך האט דער רב געמאכט קידוש על היין און געוואנטשן לחיים פארן ציבור.
דערנאך האט דער רב אונגעהויבן די זמירות של"ס.
דערנאך האט דער רב געזאגט דברי תורה על פרשת השבוע.
דער רב האט געבענטשט על הכוס.
צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם וואלף שטויבער הי"ו, און דער רב איז צוגעגאנגן צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.