זלמעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 12:26 am
משה זיכמעך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 12:22 am
מאכט דען סענס אז די רבי געבט אריין א ספר תורה, און זיין אייגענעם שוואגער כ''ק גאב''ד מאנסי שליט''א קומט נישט? אומקלאר
ער קומען א טאג בעפאר/דערנאך און זאגן מז"ט
ער האט א מנהג צו פירן אל"ג בעומר הדלקה, ווי איך פארשטיי עס וועט נישט זיין א הדלקה אין וויליאמסבורג.
אפשר שאלה פון נדרי מצוה אויך.
הכנסת ספר תורה איז בייטאג, ביינאכט איז נאר כתיבת ספר תורה
גייט זיין צוויי צענטראלע מעמדים כתיבת ספר תורה מיטן ל"ג בעומר טיש אין נעווי יארד ליל ל"ג בעומר, אן די השתתפות פון מאנסי רב,(אויב ס'מאכט איינעם אויס)
הכנסת ספר תורה ברחובות העיר ביחד עם ילדי במוסדות מכל רחבי נ"י ונ"ז ואח"כ בבית מדרשו של רבי ביום ל"ג בעומר מיט די השתתפות פון מאנסי רב
אגב, מאנסי רב'ס מנהג צו מאכן הדלקות האט זיך אנגעהויבן 2 יאר צוריק... א פריש געשאפענע מנהג אזוי ווי אין אלע אנדערע פלעצער אין חו"ל... נדרי "מצוה" איז עס זיכער נישט.