סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 216

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך משה זיכמעך »

זלמעלע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 1:24 am
משה זיכמעך האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 12:37 pm שרייבן בנוגע דעם רבינס הכנסת ספר תורה הבעל''ט
ווער איז געווען דער אויסדערוועלטער סופר המלך?
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1178

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2026-04-29 160951.png
Screenshot 2026-04-29 160951.png (1.12 MiB) געזען געווארן 975 מאל
רב הכולל
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
Location: ני
x 252

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רב הכולל »

אר"י לערנט נישט זכרו?
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1695
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4078

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

רב הכולל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 11:24 pm אר"י לערנט נישט זכרו?
פון סוטה ביז מעילה איז האלב ש''ס און ווען מ'ענדיגט נדה איז מען מסיים גאנץ ש''ס...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1178

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

רב הכולל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 11:24 pm אר"י לערנט נישט זכרו?
אין אר"י איז דא "חבורת זכרו ארה"ק" וואס גייט מיט א עקסטערע סדר על סדר הש"ס און ענדיגט יעצט האלב ש"ס
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1178

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

איינער האט אן אנונג וועגן בנין לאנדא אין קרית יואל?
שוין לאנג נישט געווען קיין אפדעיטס איבער דעם
קוקט אויס ווי לאנדא מיט עסטערייכער זענען איינגעשלאפן מיט דעם פראיעקט...
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 300

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שטאטסמאן »

זִכָּה רַבִּים וְזָכָה:

ערהאַבענער ״מסיבת לחיים וקנין זכות״ פונעם מלכות׳דיגן ״היכל התורה״ דקהלתינו הק׳ אויף ״גערי״ בבית הנדיב המרומם, החסיד הנכבד הר״ר משה זילבערשטיין שליט״א, מפּארי קהלתינו!

בהשתתפות כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א



מחיל אל חיל: דער חשוב׳ער רעספּעקטירטער נדיב לב האָט געהאַט די זכי׳ צו שפּאַנען מחיל אל חיל, נאכ׳ן אפּקויפן דעם זכות הכביר פונעם ״היכל הביהמ״ד המפואר״ בבית מדרשינו אויף גערי בשם ״היכל משה״, און אצינד מצוה גוררת מצוה, אפּקויפן דעם הייליגן זכות נשגב פונעם ״גרעסטן און שענסטן היכל התורה״ אין דער שטאט וויליאמסבורג | ישמח מש״ה במתנת חלקו!



דעם נעכטיגן מיטוואָך אמור, איז פארגעקומען, א גאר הערליכער מעמד ״קנין זכות״ פונעם נייעם פּראַכטפולן היכל התורה וואָס מ׳האַלט אין ברען פונעם אויפבוי, אויפ׳ן הינטערשטן שטאָק פונעם ביהמ״ד החדש שכונת גערי-טרופּ וואס אנטשפּרעכט צו זיין דער שענסטער און גרעסטער היכל התורה אין דער גאנצער שטאט וויליאמסבורג!

א היכל פון 6,000 סקווער-פיס גרויס, מלא וגדוש מיט אלפי אלפים ספרי קודש, און הונדערטער הונדערטער ערטער פאר הוגי ושוחרי תורה צו קענען קובע מקום זיין דארט יומם ולילה, און גייט אי״ה זיין א פּראכט פאר קהלתינו הקדושה!

עס זענען זיך צוזאַמגעקומען די חברי הנהלת הקהלה און וועד קרן הבנין, בני המשפחה הנכבדים, חברי הנהלת המוסדות, הרבנים הגאוה״צ דיינים פון ביהמ״ד שליט״א, אינאיינעם מיט׳ן חשוב׳ן נדיב הדגול שליט״א, במעון ביתו, וואו ס׳איז ענדגילטיג אונטערגעשריבן געוואָרן דער שטר קנין הזכות, נכתב ונחתם בטבעת המלך כ״ק מרן רבינו שליט״א.

אַזוי אויך איז די מאורע געוואָרן באַטייליגט פון די עושי החיל, די גבאים ועסקנים חשובים פונעם ביהמ״ד, וועלכע לייגן אריין כוחות עצומות להגדיל תורה ולהאדירה, און זיי האבן אלע געשפּירט אז דאס איז ממש ווי א יום טוב פאַר דער געגענט און פאר׳ן ציבור, ווען מ׳שטעלט די יסודות פאר א היכל התורה וואָס גייט זיי באַגלייטן אי״ה מיד ולדורות און ארומנעמען מיט׳ן כח התורה להם ולדורותיהם.

דער נדיב הדגול האט אויפגענומען רבינו שליט״א מיט גרויס התרגשות, און די עסקנים און חברי ועד קרן הבנין האָבן געצייגט פאר׳ן רבי׳ן שליט״א די גענויע פּלענער פונעם היכל וואס בויעט זיך אין א שנעלן ריטעם.

עס האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דרשות די גדולי התורה, הגאון הגדול דומ״ץ סאטמאר בארא פארק שליט״א, וחבר הבד״ץ; דערנאך הגה״צ רבי פּנחס כ״ץ דומ״ץ הביהמ״ד שליט״א; וועלכע האבן ביידע ארויסגעברענגט דעם זכות העצום פונעם טייערן נדיב, וואס האט זיך געלאזט קאסטן מיליאנען דאללארן פארן היכל ביהמ״ד און אצינד פארן היכל התורה, להגדיל תורה ולהאדירה.

אויך האט מען געהערט קורצע ווערטער פון הרה״ח ר׳ חיים יצחק מאנדל הי״ו, מנכ״ל המוסדות, וועלכער איז א פּערזענליכער נאענטער ידיד מיט׳ן חשוב׳ן נדיב, ארויסהייבנדיג זיין התמדת התורה, זיין נדיבות הלב, און זיין תמיכה פאר די הייליגע קהלה ומוסדות לימין כ״ק מרן רבינו שליט״א מיט א געוואלדיגע געטריישאפט.

מיט הארציגע ווערטער האט אויפגעטרעטן דער נדיב הדגול שיחיו זעלבסט, וועלכער האט אויסגעגאסן זיין הארץ, ישמח מש״ה במתנת חלקו, אז ער איז זוכה צו קענען צושטיין לימין רבינו שליט״א, און נעמען א חלק אין אזא דבר גדול וקדוש, צו בויען א מקום תורה לדור ודור, לע״נ זיין אשת חיל עטרת בעלה ע״ה.

ביראת הכבוד האט מען צוגעהערט צום ״ברכת הקודש״ פון כ״ק מרן רבינו שליט״א, ווי דער רבי שליט״א האָט מעלה געווען לשבח דעם נדיב הדגול שליט״א, וועלכער האָט די זכי׳ צו בויען אַזאַ היכל גדול וקדוש, אידן זאלן קענען לערנען יומם ולילה, און דערמיט אזוי ארויסהעלפן פאר די קהלה פון רביה״ק זי״ע, בנוסף לכל צדקותיו ונדבותיו להגדיל תורה ולהאדירה.

דאַן איז געקומען דער מאָמענט ווען מ׳האָט אפירגענומען דעם הערליכן ״שטר זכות״, ווען דער נדיב האָט אונטערגעשריבן דעם שטר און כ״ק מרן רבינו שליט״א האט געגעבן די גושפּנקא דמלכא, בחתימת יד קדשו, לראי׳ ולעד, אַז דער נדיב שיחי׳ האָט אפּגעקויפט דעם זכות שם ההיכל הגדול והכביר, וואו ס׳וועט פאַרבלייבן פאַראייביגט מעשי תקפו וגבורתו, ולעד ולנצח יעמוד צדקתו!

נאָכ׳ן אונטערשרייבן דעם שטר זכות, האָט רבינו שליט״א געוואונטשן לחיים און איבערגעלאזט ברכותיו הטהורות, אז דער זכות זאָל מגין זיין לדור ודור, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, להתענג על ה׳ כל הימים, און מ׳זאל בקרוב קענען זוכה זיין לברך על המוגמר, מתוך נחת ושמחה עד עולם, אמן.

וצדקתו עומדת לעד!
unnamed.jpg
unnamed.jpg (39.92 KiB) געזען געווארן 319 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (49.79 KiB) געזען געווארן 319 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (48.28 KiB) געזען געווארן 319 מאל
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 300

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שטאטסמאן »

כ''ק רבינו האט יעצט מקיים געווען די מצוה פון שליח הקן פארנט פון ביהמ''ד הגדול
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
שרייב פאוסט