מיליטערמאן האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 5:22 pm אנאליז:
וואס איז די רויטע פאן טרענירונגען.
די ’רעד פלעג’ טרענירונגען איז א גרויסע עירפארס טרענירונג סעסיע וואס גייט שוין אן פאר די לעצטע 50 יאר זייט 1975, ווי מ’שפילט אויף כאילו עכטע מלחמות,
אזא סעסיע נעמט ארום צוויי וואכן אפאר מאל א יאר, וואס נעמט אריין סיי בייטאג און סיי ביינאכט טרענירונגען
די שטח נעמט אויך אריין חלקים פון יוטא צוזאמען איז עס ארום 36 טויזנט סקווער מייל גרויס,
ס’איז דא צוויי טיעמס, און די שטח האט ארום 1900 עכטע טארגעטס, עיר דיפענס וכ’
ווי אויך נעמט עס אריין אלע סארטן אפאראציעס אריינגערעכנט מיד-עיר ריפיולינג, שפיאנאזש, וכו’
במשך א יאר נעמט עס אריין ארום 500 פליגער און ארום 5000 פערסענאל.
לעצטנס אויך פון אנדערע אליאירטע לענדער.
אין די טרענירונגען דעם אנפאנג יאר האבן אנטייל גענומען ענגלאנד און אוסטראליע,
און בכלל איז דא נאך לענדער אנגעשלאסן אין די פראגראם, ווי די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און סאודי אראביע.
Red_Flag_Logo.png
די רעד פלעג לאגא.
עס איז אינטערעסאנט וויאזוי די רעד פלעג עקסערסייזעס האבן זיך אנגעהויבן. ביי די וויעטנאם מלחמה האבן די אמעריקאנער פילאטן געהאט גאנץ א שוואכע סוקסעס רעיט, ווען גאר אסאך אמעריקאנער פליגערס זענען געווארן אראפגעשאסן קאמפעירד צו אנדערע מלחמות. די אמעריקאנער מיליטער האט דאן פארארדנט א קאמיסיע דורכצופירן א גרונטליכע אנאליז, מיט'ן נאמען 'פראיעקט רויטע באראן 2'. די אנאליז האט זיך געשלאסן מיט א באריכט וואס האט צווישן אנדערע אנגעוויזן אן אינטערעסאנטע פאקט: א פילאט וועלכער האט איבערגעלעבט צען קאמפס מיסיעס קעגן פיינטליכע פליגערס, האט גאר גרויסע שאנסן צו זיגן אין ווייטערדיגע קאמפן. די קאמיסיע האט דעריבער רעקאמענדירט אז די עיר פארס זאל אנהייבן טרענירונגען אין וועלכע פילאטן פון קאמפס פליגערס זאלן כאילו קעמפן קעגן כלומר'שט פיינטליכע פליגערס, אזוי אז די ערשטע צען 'דאגפייטס' זאלן זיין אין א מצב וואו זיי זענען נישט עכט אין א סכנה אז ווען זיי קומען אן צו אן עכטע שלאכטפעלד זאלן זיי שוין זיין עקספיריענסד נאך צען נאכגעמאכטע שלאכטן.
די דאזיגע און נאך רעקאמענדאציעס פון די קאמיסיע האבן געפירט צו דאס איינשטעלן די רעד פלעג עקסערסייזעס.