מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1763
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6086

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך Think and Thank »

מיליטערמאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2026 5:22 pm אנאליז:

וואס איז די רויטע פאן טרענירונגען.
די ’רעד פלעג’ טרענירונגען איז א גרויסע עירפארס טרענירונג סעסיע וואס גייט שוין אן פאר די לעצטע 50 יאר זייט 1975, ווי מ’שפילט אויף כאילו עכטע מלחמות,
אזא סעסיע נעמט ארום צוויי וואכן אפאר מאל א יאר, וואס נעמט אריין סיי בייטאג און סיי ביינאכט טרענירונגען
די שטח נעמט אויך אריין חלקים פון יוטא צוזאמען איז עס ארום 36 טויזנט סקווער מייל גרויס,
ס’איז דא צוויי טיעמס, און די שטח האט ארום 1900 עכטע טארגעטס, עיר דיפענס וכ’
ווי אויך נעמט עס אריין אלע סארטן אפאראציעס אריינגערעכנט מיד-עיר ריפיולינג, שפיאנאזש, וכו’
במשך א יאר נעמט עס אריין ארום 500 פליגער און ארום 5000 פערסענאל.
לעצטנס אויך פון אנדערע אליאירטע לענדער.
אין די טרענירונגען דעם אנפאנג יאר האבן אנטייל גענומען ענגלאנד און אוסטראליע,
און בכלל איז דא נאך לענדער אנגעשלאסן אין די פראגראם, ווי די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און סאודי אראביע.

Red_Flag_Logo.png
די רעד פלעג לאגא.

עס איז אינטערעסאנט וויאזוי די רעד פלעג עקסערסייזעס האבן זיך אנגעהויבן. ביי די וויעטנאם מלחמה האבן די אמעריקאנער פילאטן געהאט גאנץ א שוואכע סוקסעס רעיט, ווען גאר אסאך אמעריקאנער פליגערס זענען געווארן אראפגעשאסן קאמפעירד צו אנדערע מלחמות. די אמעריקאנער מיליטער האט דאן פארארדנט א קאמיסיע דורכצופירן א גרונטליכע אנאליז, מיט'ן נאמען 'פראיעקט רויטע באראן 2'. די אנאליז האט זיך געשלאסן מיט א באריכט וואס האט צווישן אנדערע אנגעוויזן אן אינטערעסאנטע פאקט: א פילאט וועלכער האט איבערגעלעבט צען קאמפס מיסיעס קעגן פיינטליכע פליגערס, האט גאר גרויסע שאנסן צו זיגן אין ווייטערדיגע קאמפן. די קאמיסיע האט דעריבער רעקאמענדירט אז די עיר פארס זאל אנהייבן טרענירונגען אין וועלכע פילאטן פון קאמפס פליגערס זאלן כאילו קעמפן קעגן כלומר'שט פיינטליכע פליגערס, אזוי אז די ערשטע צען 'דאגפייטס' זאלן זיין אין א מצב וואו זיי זענען נישט עכט אין א סכנה אז ווען זיי קומען אן צו אן עכטע שלאכטפעלד זאלן זיי שוין זיין עקספיריענסד נאך צען נאכגעמאכטע שלאכטן.

די דאזיגע און נאך רעקאמענדאציעס פון די קאמיסיע האבן געפירט צו דאס איינשטעלן די רעד פלעג עקסערסייזעס.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1197

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

@Think and Thank יישר כח פאר די שיינע באריכט.
עפעס איז נישט מסודר מיט די לינק,
ס’גייט צו פילטער.טעקלאק אנשטאט ס’זאל גלייך גיין צו The Black Vault,
ביטע איבערלייגן, ש’כח נאכאמאל.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1763
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6086

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך Think and Thank »

פארראכטן די לינק. יישר כח פאר'ן אויפמערקן.
(קודם זעט יעדער אז כ'האב א פילטער...)
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1197

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנע עירפארס האט אנגעהויבן פלייט טעסטס די מעגליך צוקונפטיגע עירפארס-1
וואס טראמפ האט באקומען פאר א מתנה פון קאטאר,
נאכן אדורכפירן דערויף א רייע טוישונגען און זיכערערהייט אפגרעידס.
VC25-interim-aircraft.jpg
VC25-interim-aircraft.jpg (123.97 KiB) געזען געווארן 99 מאל
ביים אנקומען קיין אמעריקע, פאראיאר פעברואר.
GettyImages-2214055688.jpg
GettyImages-2214055688.jpg (129.46 KiB) געזען געווארן 99 מאל
]
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1197

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א קליינע פייער האט אויסגעבראכן אויף די אייזענהאוער עירקרעפט קעריער,
בשעת’ן דורכגיין רוטינע מעינטענענס.

די אייזענהאוער איז אמעריקע’ס צווייט עלטסטע עירקרעפט קעריער, קאמישינט אין 1977,
און איז ערווארטעט צו ריטייערן אין 2029 נאך 52 יאר אין דינסט,
און וועט ווערן ריפלעיסטמיט די יו. עס. עס. ענטערפרייס, די 3’טע פארד קלאס עירקרעפט קעריער.
1920px-thumbnail.jpg
1920px-thumbnail.jpg (176.66 KiB) געזען געווארן 41 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1197

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך אין די אנטי דראון סעריע:

דורכאויס אן עדות'שאפט אין קאנגרעס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, האט דער ארמיי סעקרעטערי ’דניאל דריסקאל’ שטארק אויסגעלויבט די "מעראפס" (Merops) דראונס און דעם שנעלן פראסעס וויאזוי מ'האט עס באוויזן צו שיקן צו די זעלנער אין דעם מיטל מזרח.
דער העכסטער באאמטער פון די אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעהויבן די נייע ביליגע "אינטערסעפטאר" דראונס, וואס מ'האט לכתחילה גענוצט אין אוקריינא, אלס א שטארקע פארטיידיגונג קעגן די איראנער "שאהיד-136" אטאקע-דראונס.
דער "מעראפס" איז א קליינער און פארהעלטנמעסיג ביליגער דראון וואס איז ספעציעל דעזיינט אראפצושיסן לאנג-שטרעקיגע אטאקע-דראונס.
ווי שוין באריכטעט, ניצט אוקריינא שוין א לענגערע צייט פארשידענע לאקאל-פראדוצירטע דראונס, אריינגערעכנט די מעראפס, צו באקעמפן די רוסישע שאהעד דראונס, וואס דאס האט איבערצייגט אז דער פלאן ארבעט טאקע זייער גוט.

דריסקאל האט געזאגט ’ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, האבן מיר באוויזן אין בלויז אכט טעג איינצוקויפן 13,000 מעראפס דראונס,
יעדע איינס קאסט יעצט בערך 15,000 דאלאר, און מיר ערווארטן אז ווען מ'וועט פראדוצירן מער, וועט דער פרייז פאלן צו אונטער 10,000 דאלאר. מיט דעם קענען מיר אראפשיסן שאהיד דראונס וואס קאסטן צווישן 30 און 50 טויזנט דאלאר. דאס איז געוואלדיג ווייל עס שטעלט אונז אויף די ריכטיגע זייט פון די געלט-חשבונות, און מיר זענען גרייט צו מאכן אזא טרעיד-אף יעדן טאג.’

אמעריקע פארמאגט שוין יארן לאנג אייגענע ענליכע דראונס, ווי למשל די "קאיאוטי" (Coyote) פון די רעיטיאן פירמע, אבער יענע זענען בערך צען מאל טייערער.
Merops-Drone.jpg
Merops-Drone.jpg (162.37 KiB) געזען געווארן 28 מאל
GettyImages-2246754788.jpg
GettyImages-2246754788.jpg (66.16 KiB) געזען געווארן 28 מאל
שרייב פאוסט