מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1783
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6182

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך Think and Thank »

מיליטערמאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2026 5:22 pm אנאליז:

וואס איז די רויטע פאן טרענירונגען.
די ’רעד פלעג’ טרענירונגען איז א גרויסע עירפארס טרענירונג סעסיע וואס גייט שוין אן פאר די לעצטע 50 יאר זייט 1975, ווי מ’שפילט אויף כאילו עכטע מלחמות,
אזא סעסיע נעמט ארום צוויי וואכן אפאר מאל א יאר, וואס נעמט אריין סיי בייטאג און סיי ביינאכט טרענירונגען
די שטח נעמט אויך אריין חלקים פון יוטא צוזאמען איז עס ארום 36 טויזנט סקווער מייל גרויס,
ס’איז דא צוויי טיעמס, און די שטח האט ארום 1900 עכטע טארגעטס, עיר דיפענס וכ’
ווי אויך נעמט עס אריין אלע סארטן אפאראציעס אריינגערעכנט מיד-עיר ריפיולינג, שפיאנאזש, וכו’
במשך א יאר נעמט עס אריין ארום 500 פליגער און ארום 5000 פערסענאל.
לעצטנס אויך פון אנדערע אליאירטע לענדער.
אין די טרענירונגען דעם אנפאנג יאר האבן אנטייל גענומען ענגלאנד און אוסטראליע,
און בכלל איז דא נאך לענדער אנגעשלאסן אין די פראגראם, ווי די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און סאודי אראביע.

Red_Flag_Logo.png
די רעד פלעג לאגא.

עס איז אינטערעסאנט וויאזוי די רעד פלעג עקסערסייזעס האבן זיך אנגעהויבן. ביי די וויעטנאם מלחמה האבן די אמעריקאנער פילאטן געהאט גאנץ א שוואכע סוקסעס רעיט, ווען גאר אסאך אמעריקאנער פליגערס זענען געווארן אראפגעשאסן קאמפעירד צו אנדערע מלחמות. די אמעריקאנער מיליטער האט דאן פארארדנט א קאמיסיע דורכצופירן א גרונטליכע אנאליז, מיט'ן נאמען 'פראיעקט רויטע באראן 2'. די אנאליז האט זיך געשלאסן מיט א באריכט וואס האט צווישן אנדערע אנגעוויזן אן אינטערעסאנטע פאקט: א פילאט וועלכער האט איבערגעלעבט צען קאמפס מיסיעס קעגן פיינטליכע פליגערס, האט גאר גרויסע שאנסן צו זיגן אין ווייטערדיגע קאמפן. די קאמיסיע האט דעריבער רעקאמענדירט אז די עיר פארס זאל אנהייבן טרענירונגען אין וועלכע פילאטן פון קאמפס פליגערס זאלן כאילו קעמפן קעגן כלומר'שט פיינטליכע פליגערס, אזוי אז די ערשטע צען 'דאגפייטס' זאלן זיין אין א מצב וואו זיי זענען נישט עכט אין א סכנה אז ווען זיי קומען אן צו אן עכטע שלאכטפעלד זאלן זיי שוין זיין עקספיריענסד נאך צען נאכגעמאכטע שלאכטן.

די דאזיגע און נאך רעקאמענדאציעס פון די קאמיסיע האבן געפירט צו דאס איינשטעלן די רעד פלעג עקסערסייזעס.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

@Think and Thank יישר כח פאר די שיינע באריכט.
עפעס איז נישט מסודר מיט די לינק,
ס’גייט צו פילטער.טעקלאק אנשטאט ס’זאל גלייך גיין צו The Black Vault,
ביטע איבערלייגן, ש’כח נאכאמאל.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1783
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6182

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך Think and Thank »

פארראכטן די לינק. יישר כח פאר'ן אויפמערקן.
(קודם זעט יעדער אז כ'האב א פילטער...)
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנע עירפארס האט אנגעהויבן פלייט טעסטס די מעגליך צוקונפטיגע עירפארס-1
וואס טראמפ האט באקומען פאר א מתנה פון קאטאר,
נאכן אדורכפירן דערויף א רייע טוישונגען און זיכערערהייט אפגרעידס.
VC25-interim-aircraft.jpg
VC25-interim-aircraft.jpg (123.97 KiB) געזען געווארן 434 מאל
ביים אנקומען קיין אמעריקע, פאראיאר פעברואר.
GettyImages-2214055688.jpg
GettyImages-2214055688.jpg (129.46 KiB) געזען געווארן 434 מאל
]
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א קליינע פייער האט אויסגעבראכן אויף די אייזענהאוער עירקרעפט קעריער,
בשעת’ן דורכגיין רוטינע מעינטענענס.

די אייזענהאוער איז אמעריקע’ס צווייט עלטסטע עירקרעפט קעריער, קאמישינט אין 1977,
און איז ערווארטעט צו ריטייערן אין 2029 נאך 52 יאר אין דינסט,
און וועט ווערן ריפלעיסטמיט די יו. עס. עס. ענטערפרייס, די 3’טע פארד קלאס עירקרעפט קעריער.
1920px-thumbnail.jpg
1920px-thumbnail.jpg (176.66 KiB) געזען געווארן 376 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך אין די אנטי דראון סעריע:

דורכאויס אן עדות'שאפט אין קאנגרעס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, האט דער ארמיי סעקרעטערי ’דניאל דריסקאל’ שטארק אויסגעלויבט די "מעראפס" (Merops) דראונס און דעם שנעלן פראסעס וויאזוי מ'האט עס באוויזן צו שיקן צו די זעלנער אין דעם מיטל מזרח.
דער העכסטער באאמטער פון די אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעהויבן די נייע ביליגע "אינטערסעפטאר" דראונס, וואס מ'האט לכתחילה גענוצט אין אוקריינא, אלס א שטארקע פארטיידיגונג קעגן די איראנער "שאהיד-136" אטאקע-דראונס.
דער "מעראפס" איז א קליינער און פארהעלטנמעסיג ביליגער דראון וואס איז ספעציעל דעזיינט אראפצושיסן לאנג-שטרעקיגע אטאקע-דראונס.
ווי שוין באריכטעט, ניצט אוקריינא שוין א לענגערע צייט פארשידענע לאקאל-פראדוצירטע דראונס, אריינגערעכנט די מעראפס, צו באקעמפן די רוסישע שאהעד דראונס, וואס דאס האט איבערצייגט אז דער פלאן ארבעט טאקע זייער גוט.

דריסקאל האט געזאגט ’ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, האבן מיר באוויזן אין בלויז אכט טעג איינצוקויפן 13,000 מעראפס דראונס,
יעדע איינס קאסט יעצט בערך 15,000 דאלאר, און מיר ערווארטן אז ווען מ'וועט פראדוצירן מער, וועט דער פרייז פאלן צו אונטער 10,000 דאלאר. מיט דעם קענען מיר אראפשיסן שאהיד דראונס וואס קאסטן צווישן 30 און 50 טויזנט דאלאר. דאס איז געוואלדיג ווייל עס שטעלט אונז אויף די ריכטיגע זייט פון די געלט-חשבונות, און מיר זענען גרייט צו מאכן אזא טרעיד-אף יעדן טאג.’

אמעריקע פארמאגט שוין יארן לאנג אייגענע ענליכע דראונס, ווי למשל די "קאיאוטי" (Coyote) פון די רעיטיאן פירמע, אבער יענע זענען בערך צען מאל טייערער.

ארגינעל פלעגט עס אוקריינע פראדוצירן, אבער אין 2025 נאך פאר די מלחמה מיט איראן,
האט זעלענסקי שוין געמאלדן אז זיי ארבעטן אויף פראדוקציע צוזאמען מיט אמעריקע,
יעצט צו דיין שאלה, די 13,000 וואס אמעריקע האט געקויפט אין די ערשטע 8 טעג פון די מלחמה
זענען געווארן פראדוצירט דורך א זשוינט פראדוקשן פראצעס גערופן ’פראיעקט אדלער’ באזירט אין קאליפארניע.
Merops-Drone.jpg
Merops-Drone.jpg (162.37 KiB) געזען געווארן 363 מאל
GettyImages-2246754788.jpg
GettyImages-2246754788.jpg (66.16 KiB) געזען געווארן 363 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די "סעיל-דראון" (Saildrone) פירמע, וואס געבט זיך אפ מיטן בויען פארטיידיגונגס-שיפן פארן מיליטער,
האט מאנטאג געמאלדן איבער א נייע סארט שיף וואס פארט אן קיין מאנשאפט, וואס איז ספעציעל געבויט פאר מלחמה אפעראציעס קעגן סובמארינען.

די פירמע האט פארגעשטעלט דעם נייעם "ספעקטער" (Spectre) מאדעל, א ריזן שיף פון 54 מעטער לאנג (170 פיס) וואס וועגט 250 טאן, (א האלבע מיליאן פונט)
און קען דערגרייכן א שנעלקייט פון ביז 30 קנאטן (35 מפ"ש) בקיצור א ראבאטישע 170 פיס לאנגע סובמארין-האנטער.
סעיל-דראון זאגט אז דאס איז זייער מערסט פארגעשריטענע און מעכטיגסטע שיף וואס זיי האבן נאר אמאל פראדוצירט.
DB_image_287.jpg
DB_image_287.jpg (138.51 KiB) געזען געווארן 255 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א אמעריקאנע גענעראל סטאנציאנירט אין דרום קארעא האט געלייקנט,
אז אמעריקע האט פאריגע חודש אוועקגענומען א טאד מיסיל בעטערי פון דרום קארעא,
כדי עס צו נוצן אין די מלחמה מיט איראן, אזויווי די וואשינגטאן פאוסט האט דעמאלטס באריכטעט.
(על אף וואס ס'האט זיך דעמאלטס ארומגעדרייט בילדער דערפון, אדער יא אדער נישט...)
The_first_of_two_Terminal_High_Altitude_Area_Defense_(THAAD)_interceptors_is_launched_during_a_successful_intercept_test_-_US_Army.jpg
The_first_of_two_Terminal_High_Altitude_Area_Defense_(THAAD)_interceptors_is_launched_during_a_successful_intercept_test_-_US_Army.jpg (96.6 KiB) געזען געווארן 254 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

דארפא האט דורכגעפירט א סוקסעספול טעסט אויף בעלי חיים,
אויף סינטעטישע בלוט, וואס דארף נישט קיין פריזשידער,
די ציל איז צו ברענגען שנעלער הילף אויפן שלאכטפעלד,
און אז סאלדאטן זאלן אייביג קענען האבן גרינגע צוטריט צו פרישע בלוט,
די מיליטערהאט שוין געספענדט כמעט 50 מיליאן דאלער פאר די פראיעקט.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנע נעווי האט אפיציעל געשלאסן א קאנטראקט מיט לאקהיד מארטין,
צוזאמצושטעלן די "פעיטריאט PAC-3 MSE" מיסילס, וואס ווערן געשאסן פון דער ערד צו די לופט, מיט די "עידזשיס" (Aegis) קאמבאט סיסטעם.
דערווייל זענען די הויפט שיפן פון די נעווי וואס זענען אויסגעשטאט מיט די עידזשיס סיסטעם די "ארלי בורק" קלאס דעסטרויער שיפן.

אויסער דעם, פארלאנגט די נעיווי א סכום פון אביסל איבער 1.73 ביליאן דאלאר אינעם פארגעשלאגענעם בודזשעט פאר'ן 2027 פיסקאל יאר,
כדי אפצוקויפן די ערשטע גרופע פון 405 PAC-3 MSE מיסילס.

דער געדאנק צו קאמבינירן די PAC-3 MSE מיט די עידזשיס סיסטעם, אינאיינעם מיט די Mk 41 ווערטיקאלע לאנטשערס (VLS), איז צום ערשט אויפגעקומען אין יאר 2023.
די שריט שטעלט צו פאר די נעיווי א וויכטיגע אלטערנאטיווע פאר מיסילס וואס שיסן אראפ צילן אין די לופט, און עס קען מעגליך אפילו דינען אלס א צוקונפטיגע ערזאץ פאר די אלטע "סטאנדארט מיסיל-2" (SM-2) וואס מען נוצט שוין לאנגע יארן.

א ארלי בורק קלאס דעסטרויער ביים ארויסשיסן א פעיטריאט מיסיל.
navy-moves-out-on-pac-3-aegis-mk-41-integration.jpg
navy-moves-out-on-pac-3-aegis-mk-41-integration.jpg (130.42 KiB) געזען געווארן 250 מאל
אלע סארט מיסילס וואס די 96 מארק 41 לאנטשערס פון א ארלי בורק קלאס דעסטרויער קען האלטן. (BMD מיינט באליסטישע מיסיל דעפענס.)
strike-tactical-mk-41-missiles.jpg
strike-tactical-mk-41-missiles.jpg (83.67 KiB) געזען געווארן 250 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

די ארטיקל אין מיין אונטערשריפט, איז געווארן אפדעיטעד מיט א הערליכע גאר אינפארמאטיווע 10 מינוטיגע ווידיאו פון די פליגלען, לוינט זיך צו כאפן א בליק.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
לויט פרישע באריכן ארויסגעקומען, האט א רוסישע ראקעט וואס איז ארויסגעשאסן געווארן דעם אפריל 17,
ארויסגעשאסן כאטש 9 פרישע פארגעשריטענע שפיאנאזש סעטעלייטס אין די הויכע ספערן,
דאס קומט אין א צייט וואס רוסלאנד זייט צו פארברייטערן זייער ספעיס כוחות.
Soyuz_2.1b_GLONASS-K2_13L_launch_01 (1).jpg
Soyuz_2.1b_GLONASS-K2_13L_launch_01 (1).jpg (161.8 KiB) געזען געווארן 214 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

ביי די "סי-עיר-ספעיס 2026" אויסשטעלונג נעבן וואשינגטאן די.סי.
האט די קאמפאני "קא-עספייער" (CoAspire) האט ארויסגעשטעלט א נייע ווערסיע פון זייער קרוז מיסיל, מיט אסאך א לענגערע רעינדזש,
דאס קומט בלויז געציילטע טעג נאכדעם וואס די אמעריקאנער עירפארס האבן אנגעהויבן צו אריינקוקן דעם מארקעט פאר ביליגע לאנג-שטרעקיגע וואפנס,
א פראגראם וואס ווערט גערופן FAMM-BAR,
דאס קומט אין א צייט וואס די מיליטער זוכט דרינגענד צו קויפן ביליגע און עפעקטיווע מיסילס וואס קענען גרייכן ווייטע צילן, ספעציעל פאר די נעווי.

כדי צו פארשטיין דעם נייעם RAACM-ER, איז כדאי קודם צו קוקן אויף די ארגינעלע RAACM וואס איז א ביליגע מאדולערע קרוז מיסיל וואס ווערט פראדוצירט דורך "3D פרינטינג", וואס דאס שניידט דראמאטיש די קאסטן און ערמעגליכט צו פראדוצירן גאר אסאך דערפון גאר שנעל.

ווען מ'האט דיזיינט דעם ארגינעלן RAACM איז געווען די פלאן אז עס זאל זיין בערך די זעלבע סייז ווי א GBU-38,
וואס איז א 500-פונטיגע ווערסיע פון די באקאנטע JDAM באמבעס, וואס איז בערך 92.6 אינטשעס לאנג (כמעט 8 פיס) און האט פליגלען פון 14 אינטשעס.
וויבאלד די סייז האט גרויסע מעלות, אבער פון די אנדערע זייט באגרעניצט עס אבער דעם רעינדזש אין פארגלייך צו א גרעסערע ווערסיע.
אבער יעצט אז זיי נוצן 3D פרינטינג וואס ערמעגליכט אויסצונוצן די פלאץ פאר די ברענשטאף-טאנק אויפן א אויסטערלישע קאמפאקט מהלך,
ערלויבט עס אסאך א לענגערע רענדזש, אן צופיל דארפן פארגרעסערן די מיסיל, און לויט די קאמפאני האט די נייע RAACM-ER א רענדזש פון איבער 1,150 מייל.

עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן, ספעציעל ווען מען קוקט אויף די קליינע סייז פון די מיסיל,
אז למעשה, צווישן די אלע אנדערע אנטי-שיף מיסילס וואס אמעריקע פארמאגט אין איר ארסענאל,
איז נאר דא די 'טאמאהאק' (MST) וואס פארמאגט ענליכע מעגליכקייטן.

די MST מיסילס קען מען ארויסשיסן פון מלחמה שיפן, סובמארינען, און אויך פון די 'טייפאן' סיסטעם פון די אמעריקאנער ארמיי.
פונקט ווי די RAACM-ER, פליט עס בערך מאך 0.9,
אבער לעצטיגע נאמבערס, קאסט יעדער איינציגע טאמהאק מיסיל 3.64 מיליאן דאלאר, משא"כ די ארום 250 טויזנט דאלאר פאר די RAACM-ER
אבער פון די אנדערע זייט, כאטש די RAACM-ER האט טאקע אביסל סטעלט,
קומט עס אבער נישט נאנט צו די טעכנאלאגיע פון די MST זיך אויסצובאהאלטן פון די ראדארן.
RAACM-ER-copy.jpg
RAACM-ER-copy.jpg (125.2 KiB) געזען געווארן 166 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די עירפארס האט מער ווי געדאפלט די באשטעלונגען פאר די נייע F-15EX פייטער זשעט,
א פרישע רעפארט ווייסט צו פארציילן, אז אין די מיליטערישע בודזשעט פון פיסקאל יאר 27'
איז אריינגערעכנט 3 ביליאן דאלער צו קויפן 24 פרישע F-15EX פליגער,
דאס קומט אין א צייט וואס די עירפארס האט געדאפלט די אווער-אלל פלאן פון 129 צו קויפן א טאטעל פון 267.

ווי אויך קומט עס אין א צייט וואס די עירפארס פלאנט צו ריטייערן נעקסטע יאר 20 פון די פארעלטערטע F-15E פליגער,
וואס 4 אזאלכע סארט פליגער זענען פארלוירן געגאנגען אין די יעצטיגע מלחמה מיט איראן.

אפאר שיינע בילדער פון די F-15EX.
F-15EX-inverted (1).jpg
F-15EX-inverted (1).jpg (130.23 KiB) געזען געווארן 147 מאל
9404257 (1).jpg
9404257 (1).jpg (109.78 KiB) געזען געווארן 147 מאל
9585324.jpg
9585324.jpg (124.15 KiB) געזען געווארן 147 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

די RC-135V/W ’ריוועט דזשוינט’ שפיאנאזש פליגער.
בילד

א פאטאגראפירער וואס איז געפלויגן העכער גרינוויל, טעקסעס,
האט באוויזן צו כאפן א ממש אויסערגעווענליך קלארע בילד,
פון איינע פון די באקאנטע RC-135V/W "ריוועט דזשוינט" עראפלאנען פון די אמעריקאנער עירפארס,
ווען איר געווענליכע קאליר איז געווען אינגאנצן אראפגענומען.
און אנשטאט די נארמאלע קאליר, איז דער גאנצער קערפער פונעם עראפלאן געווען באדעקט מיט א גרינע שיץ-קאליר.

די סארט ריוועט דזשוינט עראפלאנען, וואס זענען גרויס ווי א פאסאזשיר עראפלאן און זענען געבויט אויפן מאדעל פון די C-135,
זיי זענען מעכטיגע פליגערס וואס ווערן גענוצט פאר פארשידענע שפיאנאזש און אויסשפיר מיסיעס (ISR).
און זיי האבן די מעגליכקייט צו זאמלען פונקטליכע אינפארמאציע איבער די לופט-פארטיידיגונג סיסטעמס און אנדערע כוחות פון א שונא,
דורך אנאליזירן זייערע עלעקטראנישע סיגנאלן און אויפכאפן קאמוניקאציע.

די פירמע "L3Harris" פירט אן מיט א ספעציעלע פאסיליטי דארט ביים גרינוויל לופטפעלד,
וואו די מיליטערישע עראפלאנען גייען דורך כסדר'דיגע מעינטענענס און באקומען כסדר נייע אפגרעידס.
די פירמע טוט דארט ענליכע ארבעט אויף א רייע אנדערע גרויסע אמעריקאנער מיליטערישע עראפלאנען,
וואס ווערן גענוצט פאר ספעציעלע מיסיעס אדער פאר VIP פערזענליכקייטן.
און אלס חלק פון די ארבעט, פעלט זיך אפט אויס אינגאנצן אראפצונעמען די פעינט פונעם עראפלאן און עס איבערפעינטן פון דאסניי.

דזשאן רעמבאו, דער פרעזידענט פון 'L3Harris Integrated Mission Systems', האט קאמענטירט פאר רעפארטערס,
ביי די 'רויעל אינטערנאציאנאלע עיר טאטו' (RIAT) אין ענגלאנד פאריגע יולי,
אז די "ריוועט דזשאוינט" (Rivet Joint) ווערט באטראכט אלס די מערסט פארגעשריטענע פליגער פאר שפיאנאזש און אויסשפירן אינפארמאציע מיסיעס איבער די גאנצע וועלט.
און לויט א באריכט וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך 'FlightGlobal' האט ער צוגעלייגט אז דער פליגער גייט דורך א פולשטענדיגע רענאוואציע,
און מ’מאכט עס איבער אינגאנצן פון קאפ ביז פוס יעדע פיר יאר, וואס נעמט אריין סיי דעם גוף פונעם פליגער און סיי די גאנצע טעכנאלאגיע אינעווייניג.

און אז מען נעמט אראפ די פארב פונעם פליגער, ווערט אנדעקט די מאסיווע צאל אנטענעס וואס דעקן איבער דעם גוף פונעם ריוועט דזשאוינט.
און חוץ פון דעם זענען דא נאך גאנצעטע גרופעס פון אנטענעס אונטערן פליגער וואס מען קען נישט זען פון די ספעציפישן ענגל.
סא איך האב געברענגט נאך א בילד ווי מ’זעט אים פון אינטן.

בילד

די RC-135V/W מאדעלן פארמאגן אויך צוגעקומענע סיסטעמען וואס ליגן באהאלטן אין זייערע לאנגע "נעזער"
און אויך אין די זייטן פונעם פאדערשטן טייל פונעם פליגער וואס ווערן גערופן "טשיפמאנק באקן".
היסטאריש איז די AEELS סיסטעם (וואס געפינט אויס פון וואו עלעקטראנישע כוואליעס קומען) געווען איינס פון די סיסטעמען וואס האבן זיך געפינען זיך אין די ’באקן’.

די אמעריקאנער עיר פארס פארמאגט יעצט א פלאט פון 17 אזעלכע ריוועט דזשאוינטס,
וואס דאס זענען די סאמע נייעסטע ווערסיעס פון די RC-135 פליגער וואס זענען אריין אין דינסט נאך אנהייב די ל' יארן (1960s).
ענגלאנד איז דערווייל די איינציגסטע אנדערע לאנד וואס נוצט דעם ריוועט דזשאוינט, ווען די בריטישע עיר פארס (RAF) אפערירט דריי אזעלכע פליגערס.
א בילד פון גרינוויל ברענגט ארויס א קלארע מעסעדזש, אז טראץ וואס די פליגערס זענען שוין אלט, באקומען זיי כסדר נייע אפגרעידס צו זייערע מעגליכקייטן,
ווי מ'קען קלאר זען די פילע סעטעלייט קאמוניקאציע טערמינאלן וואס זענען יעצט צוגעקומען אויבן אויף זייערע רוקנס.

כאטש די פונקטליכע פעאיגקייטן זענען קלאסיפיצירט, זענען די RC-135V/W עראפלאנען באקאנט מיט זייער כח,
אויפצוזוכן, פינקטליך אנצוווייזן, און נאכצוגיין פארשידענע סארט סיגנאלן און פון וואו זיי קומען.
דאס העלפט די מיליטער צו זאמלען קריטישע אינפארמאציע איבער די כוחות פון די שונא,
אנגעהויבן פון ראדארן פאר לופט פארטיידיגונג סיסטעמס, ביז קאמאנדא צענטערן, אדער פשוט אויסצומאלן מאפעס וואו זיי געפינען זיך.

א דאנק דעם קענען די פליגער צושטעלן גאר וויכטיגע דעטאלן צו קענען אויסשטעלן א גאנצע מאפע וואס צייגט פונקטליך וויאזוי דער שונא איז אויסגעשטעלט,
און דורכדעם קען מען מאכן א ליסטע פון צילן פון וואס עס קומט קודם און וואס נאכדעם.
די "ריוועט דזשאוינט" פליגערס העלפן אויך ווייטער בשעת מלחמות צו קענען נאכפאלגן ווען דער שונא טוישט עפעס זיין פאזיציע אויפ'ן פעלד.

ווי דערמאנט, זענען די פליגערס אויך גאר גוט אין אויפכאפן קאמוניקאציע. די מאנשאפט אויפ'ן פליגער פארמאגט געווענליך ספעציעלע איבערזעצער (לינגוויסטן),
אינאיינעם מיט מומחים פאר סיגנאלן און עלעקטראנישע מלחמה, כדי מען זאל קענען גלייך אנאליזירן די אויפגעכאפטע זאכן.
די RC-135V/W פליגערס זענען אויסגעשטאט מיט שטארקע סיסטעמען צו קאמוניקירן און מיטטיילן דאטא,
וואס דאס לאזט זיי איבערגעבן די אינפארמאציע צו אנדערע פלעצער כמעט אין די סעקונדע (ריעל-טיים).
נאך מער, די דזשעטס קענען שיקן אינפארמאציע דירעקט צו די כוחות וואס געפינען זיך אינמיטן טאקטישע אפעראציעס אויף די ערד.

די סארט עראפלאנען פון די עיר-פארס, וואס האבן מעכטיגע שפיאנאזש מעגליכקייטן פון דערווייטנס,
זענען א קריטישע טייל פון די אמעריקאנער לופט-שפיאנאזש און מען ניצט זיי כסדר אן א אויפהער.
די "ריוועט דזשאוינט" פליגערס זענען יעצט אינוואלווד אין די שפיאנאזש מיסיעס קעגן איראן.
אזוי אויך האבן די עראפלאנען געהאט א גרויסע ארבעט אין די פאסירונגען פאר און בשעת'ן כאפן דעם ווענעזועלער דיקטאטאר, ניקולאס מאדורא, אין יאנואר.

א סקיצע פונעם אינעווייניגסטן אויסשטעל.

בילד

די כוחות און מעגליכקייטן פונעם "ריוועט דזשוינט" (Rivet Joint) פליגער ווערן אלס מער און מער אהערגעשטעלט,
בפרט נאכדעם וואס מ'האט לעצטנס געזען אן RC-135V/W ארבעטן אינאיינעם מיט איינע פון די עיר פארס'ס נייע "קאמפאס קאל" (EA-37B Compass Call) דזשעטס וואס זענען געמאכט פאר עלעקטראנישע מלחמה.
מער דעטאלן איבער די EA-37B פליגער, וואס ווערט שוין יעצט גענוצט אין די אפעראציעס קעגן איראן, קען מען זען דא.

קעפטעין דזשעסמין העריס פון די 38'סטע רעקאנעסענס סקוואדראן האט דעמאלטס געזאגט:
"דאס צוזאמענשטעלן די שפיאנאזש ארבעט פונעם 'ריוועט דזשוינט' מיט די עלעקטראנישע כוחות פונעם 'קאמפאס קאל' האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א עכטע 'געים טשעינדזשער' אויפן היינטיגן פעלד-שלאכט. מיר פליען נישט בלויז סתם מיסיעס; מיר שאפן א נייע מציאות. דורך דעם וואס מיר פארבעסערן די טאקטיקן און די וועגן וויאזוי מיר ארבעטן, שטעלן מיר זיכער אז אונזערע כוחות האבן די אויבערהאנט אינעם עלעקטראנישן ספעקטרום."

קעפטעין וועסלי באלינדזשער, אויך פון די 38'סטע סקוואדראן, האט צוגעלייגט:
"אזא סארט כסדר'דיגע און אנהאלטנדיגע קאארדינאציע צווישן די צוויי פליגער איז נאך קיינמאל פריער נישט דורכגעפירט געווארן.
ביידע פליגערס פירן אויס ספעציפישע אקציעס אין די 'קיל-טשעין' (די טשעין פון אקציעס וואס ווערן געטון אראפצונעמען א ציל פונעם אויפכאפן ביז ס’איז דערנאך)
און יעצט ווערט די גאנצע אפעראציע פיל שנעלער, שטערקער און פיל מער טויטליך."

דערווייל איז נאכנישט דא קיין קלארע פלאן וואס איז פארעפנטליכט געווארן איבער טוישן די 'ריוועט דזשוינט' פליגערס.
די עיר פארס האט שוין פריער געלאזט וויסן אז זיי רעכענען אז די RC-135V/W פליגערס וועלן בלייבן אין די לופטן ביז כאטש 2050.

לויט ווי 'פלייט-גלאובאל' באריכטעט, האט ראמבאו פון די 'על-3-העריס' פירמע געזאגט ביים RIAT אווענט פאריאר,
אז דער RC-135 פליגער פארמאגט אן אויסנאמליכע כח וואס מען קען נישט טרעפן ביי קיין שום אנדערן פליגער.
ער האט מסביר געווען אז כאטש מען קען טאקע אדאפטירן געוויסע פונקציעס פון די 'ריוועט דזשוינט' צו א קלענערע 'ביזנעס דזשעט' סייז פלאטפארמע,
זענען אבער דא געוויסע זאכן וואס זענען פארבונדן מיט פיזיקס, וואס צוליב דעם מוז מען האבן דווקא א גרויסן פליגער.

אין די זעלבע צייט די עראפלאנען פונעם עירפארס וואס זענען נאך פראדוצירט געווארן אין די צייטן פונעם קאלטן קריג ווערן שוין אלט און אפגענוצט,
און עס איז א כסדר'דיגע שוועריגקייט זיי צו אויפהאלטן און מעינטעינען.
דערצו איז דא א גרויסע שאלה צי זיי וועלן טאקע טויגן ביי די קומענדיגע מלחמות, בפרט אויב ס'וועט אויסברעכן א היציגע קריג מיט כינע אינעם פאציפיק ראיאן.
טראץ די אלע דאגות, ערווארט מען אז די RC-135V/W פלאטע וועט נאך ווייטער דינען פאר נאך עטליכע צענדליגער יארן,
וואס דאס וועט פארלאנגען כסדר'דיגע רייזעס קיין גרינוויל פאר אויסבעסערונגען און פארגעשריטענע אפגרעידס.

סתם א שיין בילד.

בילד
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

אוקראינע האט אנגעהויבן די טעסטינג פאר זייער נייע סארט געפאנצערטע טרעקל (APC) וואס ווערט פראדוצירט לאקאל דורך אוקראינער פירמעס.
דאס נייע טרעקל ווערט גערופן "סקיף" (נאך אן אלטער שבט פון קעמפער, וואס פלעגן וואוינען אין די שטחים פון היינטיגן אוקראינע).

די טרעקל וועט דינען אלס א פערסענאל קעריער, ד’’מ א מיטל צו טראגן און ברענגען סאלדאטן אויפן שלאכטפעלד.
און די טרעקל איז געבויט און דיזיינט געווארן מיט אלע לעקציעס וואס זיי האבן זיך געלערנט זייט די רוסישע אינוואזיע אין 2022.
Skif-1.jpg
Skif-1.jpg (181.47 KiB) געזען געווארן 135 מאל
Skif-3.jpg
Skif-3.jpg (161.88 KiB) געזען געווארן 135 מאל
מיט א נעץ אויפן דאך אנטקעגן דראונ’ס.
GettyImages-2248504849.jpg
GettyImages-2248504849.jpg (93.65 KiB) געזען געווארן 135 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

באואינג האט געמאלדן אז א "טשינוק" (CH-47) העליקאפטער האט מצליח געווען צו לאנדן אן דעם וואס א פילאט זאל זיצן ביים רעדל.

די טעסט איז א חלק פון א גרעסערע אונטערנעמונג פון די ארמיי אריינצוברענגען מער אויטאמאטישע טעכנאלאגיע אין זייערע פליגערס.
דאס נעמט אויך אריין דעם פאקט אז מ'האט לעצטנס שוין איבערגעגעבן פאר די ארמיי א "בלעק האק" העליקאפטער וואס איז ספעציעל געבויט צו קענען פליען מיט ווייניגער מאנשאפט, אדער אפילו אינגאנצן אן קיין פילאטן.
chinook-autonomy-hero.jpeg
chinook-autonomy-hero.jpeg (88.92 KiB) געזען געווארן 134 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנע עירפארס האט אנגעהויבן אינטענסיווע טעסטינג פון די Anduril YFQ-44,
אלס טייל פון פארשנעלערן דאס אריינברענגען די CCA דראונס אין אקטיווע דינסט.
די CCA פראגראם איז א פראגראם צו פראדוצירן 1000-2000 דראון פייטער זשעטס וואס זאלן זיין ווי לויעל ווינגמען צו די סטעלט פייטער זשעטס ווי די F35 און F22 (און פאטענציאל די F47).

פאר מער איבער די פראגראם דרוקט דא און דא.
260408-F-AT754-1232.jpg
260408-F-AT754-1232.jpg (80.67 KiB) געזען געווארן 131 מאל
די YFQ- 42 פון זייער קאמפאטישן ’זשענעראל אוטאמיקס.
YFQ-42-Dark-Merlin-1.jpeg
YFQ-42-Dark-Merlin-1.jpeg (141.36 KiB) געזען געווארן 131 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

שילד AI און GE Aerospace האבן ארויסגעגעבן מער דעטאלן וועגן זייער X-BAT, א סטעלט פייטער-דזשעט דראון, וואס איז דיזיינט צו הייבן און לאנדן ווערטיקאל, און נוצט די F-110 פייטער-דזשעט ענזשין, וואס די F-16 נוצט.

די נייע דיזיין איז ארויסגעשטעלט געווארן ביי דער סי-לופט-ספעיס 2026 אויסשטעלונג נאנט צו וואשינגטאן די.סי. ווי ס'איז באמערקט געווארן אז די X-BAT איז געווארן רידיזיינט, מיט א גאר אינטערעסאנטע עראפלאן קאנצעפט, וואס איז פלאנירט צו אנהייבן טעסטן ווערטיקאלע הייבן און לאנדן (VTOL) דעם סוף יאר, די קאמפאני'ס ציל איז אז זייערע דראונס זאלן גענוצט ווערן אין די CCA פראגראם.

די פרישע בילד ביים עקספאו.
SHield-AI-X-bAT.jpg
SHield-AI-X-bAT.jpg (217.28 KiB) געזען געווארן 92 מאל
די ארגינעלע בילדער פונעם פלאן.
shield-ai-x-bat-stealth-drone.jpg
shield-ai-x-bat-stealth-drone.jpg (122.21 KiB) געזען געווארן 92 מאל
X-bat-shield-ai.jpeg
X-bat-shield-ai.jpeg (73.72 KiB) געזען געווארן 92 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די נעווי האט אנגעהויבן צו ריפיולן זייערע ריפיולינג מלחמה שיפן דורך ספעשל עקוויפט קארגא שיפן וואס קענען ווערן גענוצט פאר אויל טענקערס, נאכדעם וואס איראן האט חרוב געלייגט א פארט אין באכריין, ווי די שיפן פלעגן ווערן ריפיולט פאר די מלחמה.

די אטאקירטע פארט.
GettyImages-2263420676.jpg
GettyImages-2263420676.jpg (68.88 KiB) געזען געווארן 56 מאל
CONSOL2.jpg
CONSOL2.jpg (147.22 KiB) געזען געווארן 56 מאל
CONSOL-TANKER-NAVY.jpg
CONSOL-TANKER-NAVY.jpg (293.46 KiB) געזען געווארן 56 מאל
און דא איז א בילד פון א סטענדערד ריפלענישמענט צווישן א טאנקער שיף און א מלחמה שיף.
בילד
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1465

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך אין די סעריע,
נייעס:

אין די 27' בודזשעט פון די נעווי איז געווארן אריינגעשטעלט פאנדיג אויסצושטאטן די שיפן פון צווי עירקרעפט קעריער סטרייק גרופעס, מיט העלפייער מיסילס און קאיאוטי לאנטשערס, דאס איז א חלק פון א ברייטע פלאן צו אינסטאלירן פרישע אנטי-דראון סיסטעמס אויף מלחמה שיפן.

א העלפייער מיסיל ווערט ארויסגעשאסן פון א פרידאם קלאס ליטארעל קאמבאט שיף.
milwaukee-lcs-hellfire-launch.jpg
milwaukee-lcs-hellfire-launch.jpg (87.4 KiB) געזען געווארן 44 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
שרייב פאוסט