איינער וואס איז קלוג וועט אוודאי כאפן אז ווען דו פרובירסט אנצוהייבן נאכמאכן יענעם, מינט עס אז דו ביסט אויסגעלאפן פון אויסוואלן און געדאנקען. די איראנער קענען אבער באשטיין אויסצוזען ראפינירט, אמווייניגסטנס אין די אויגן פון טיפשים.קיין נפקמ האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 10:05 pmאיך גלייב נישט איינער קוקט עס אזוי אן ווען איראן האט שוין עטליכע מאל הויעך און קלךאר געזאגט זייער ראדיקאלע אומבויגזאמע פארלאנגען א שטייגער ווי אמעריקא זאל באצאלן די שטדן וכו וואס וועט קיינמאל פאסירן ממילא איז עס גאנץ קלאר אז זיי ברעכן זיך דא ערענסט עמטליךפעיק ניוז האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 7:31 pmדאס איז - אמווייניגסטנס - איראנ'ס חשבון, אז מען וועט עס אזוי אנקוקן.Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 7:08 pm
מ'קען עס אויך אנקוקן פארקערט, אן עמטליכע הודאה מטעם איראן אז אמעריקע ברעכט זיך פאר זייערע פארלאנגען.
פארשטייט זיך אבער אז ווען דער אריגינעלער און דער נאכמאכער קריגן זיך אויף דער זעלבער סטראטעגיע, ידו של האריגינעלן על העליונה.
אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5941
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 46892
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
שווערע שלאכטן אין לבנון: צה"ל מעלדט אז 6 זעלנער זענען שווער און מיטעלמעסיג פארוואונדעט געווארן אין געשלעגן מיט חיזבאללה נעכטן נאכט. אראבישע קוועלער (אל-דזשאזירא) באריכטן אז עס זענען דא עטליכע טויטע און פארוואונדעטע צווישן די זעלנער אין די לעצטע עטליכע שעה.
חיפה אונטער פייער: זעקס איראנער מיסיל טרעפונגען זענען רעגיסטרירט געווארן אין חיפה און די אומגעגנט. די חיפה פארט און א גרויסע ברענשטאף טאנק ביי די 'בז"ן' רעפינערי זענען געטראפן געווארן.
אמעריקאנער בודזשעט פאר די מלחמה: רעפובליקאנער אין קאנגרעס באטראכטן צו שניידן העלט-קעיר אויסגאבן כדי צו קענען פינאנצירן א ריזיגע $200 ביליאן ביל פאר די מלחמה אין איראן און אימיגראציע ענפארסמענט.
מאסיווע אמעריקאנער אטאקעס: די פאראייניגטע שטאטן האט דורכגעפירט שטארקע לופט-אטאקעס אין איספאהאן, איראן, ניצנדיג ספעציעלע "בונקער-באסטער" באמבעס צו צילן טיפע אינפראסטרוקטור.
יו-ען טויטע אין לבנון: צוויי UNIFIL "בלויע העלמעטן" זענען אומגעקומען אין דרום לבנון נאכדעם וואס זייער פאָרמיטל האט אויפגעריסן נעבן 'בני חיאן'.
טויט שטראף געזעץ אין כנסת: די כנסת האט דורכגעפירט דעם קאנטראווערסיאלן געזעץ וואס ערלויבט די עקזעקוציע (טויט שטראף) פאר פאלעסטינער ארעסטאנטן. די שטימען זענען געווען 62 פרא און 48 קעגן.
עוואקואציעס פון פראנט: לויט מדינת ישראל מידיא, האבן איבער 8 מיליטערישע העליקאפטערס עוואקואירט פארוואונדעטע זעלנער פון די שלאכטפעלדער אין דרום לבנון.
גאזאלין פרייזן שטייגן: גאזאלין פרייזן אין פלארידא האבן דעגרייכט $4.29, און די נאציאנאלע דורכשניט אין אמעריקע ערווארטעט צו שטייגן איבער $4 א גאלאן.
אטאקעס אויף די עמיראטן: א דראון האט באטראפן די 'טהוראיה' טעלעקאמוניקאציע געביידע אין שארדזשא (UAE). דאס קומט נאך אן אטאקע אויף אן אויל טאנקער נעבן דובאי וואס האט פאראורזאכט א שריפה.
לחץ אויף די הוטיס: איראן דריקט אויף די הוטיס אין תימן צוריק אנצופאנגען זייערע אטאקעס אויף שיפן אינעם רויטן ים.
גרייטונגען פאר א "גראונד אפעראציע": 'קנאל 11' באריכט אז צה"ל פארזארגט וואשינגטאן מיט קריטישע אינטעלידזשענס אלס הכנה צו א מעגליכע אמעריקאנער אינוואזיע (ground operation) אין איראן.
אויל מארקעט דראמע: אויל פרייזן (WTI) זענען ארויף מיט איבער 6% צו $106 א פעסל, נאכדעם וואס אן איראנער אטאקע האט באטראפן א קואוועיטער אויל טאנקער נעבן דובאי.
די פאדערונג פון די אראבישע לענדער: סאודי אראביע, די עמיראטן, קואוועיט און באכרעין האבן פריוואט געמאלדן פאר אמעריקע אז זיי ווילן נישט די מלחמה זאל זיך ענדיגן ביז עס קומט א דראסטישע טויש אין די איראנער פירערשאפט אדער אויפפירונג.
טראמפ'ס פאזיציע: פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר זיינע געהילפן אז ער איז אפן צו ענדיגן די מיליטערישע קאמפיין אין איראן אפילו אויב די "סטראיט אוף הורמוז" בלייבט רוב צייט אפגעשלאסן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2681
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 9693
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
נאטא ווייזט גסיסה צייכענעס..
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 101
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 751
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
נייעס:
א איזרעילי F-16 איז געזען געווארן טראגן קלאסטער באמבעס.
א איזרעילי F-16 איז געזען געווארן טראגן קלאסטער באמבעס.
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 101
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 751
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
נייעס:
2 אמעריקאנע EA-37B Compass Call פליגער האבן נעכטן געלאנדעט אין ענגלאנד זיך אנצושליסן אין אפאראציע עפיק פיורי.
(וואס מיינט EA-37B Compass Call)
די פליגער איז די נייעסטע סארט פון די E משפחה, אין די אמעריקאנע עירפארס.
2 אמעריקאנע EA-37B Compass Call פליגער האבן נעכטן געלאנדעט אין ענגלאנד זיך אנצושליסן אין אפאראציע עפיק פיורי.
(וואס מיינט EA-37B Compass Call)
די פליגער איז די נייעסטע סארט פון די E משפחה, אין די אמעריקאנע עירפארס.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5941
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 46892
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
מלחמה מיט איראן | מערץ 31 - טאג 32 ריקעפ
שווערע שלאכטן אין דרום לבנון: העפטיגע געשלעגן ווערן באריכטעט אין די געגנט פון בינט-דזשובעיל. צה"ל פרובירט ארומצורינגלען דעם חיזבאללה פעסטונג, אבער טרעפט שטארקע ווידערשטאנד. באריכטן געבן איבער אז חיזבאללה קעמפער זענען נאך אלס אנוועזנד אין די גאר דרום'דיגע שטעט יארון און חאנין, טראץ מעלדונגען אז די געגנט איז אונטער פולע מדנ"י קאנטראל. א מרכבה טאנק איז חרוב געווארן ביי א דורכגעפאלענעם פרואוו צו שטורמען די שטעטל רשאף.
איזריעל ברעכט מיט פראנקרייך: איזריעל באשולדיגט פראנקרייך אין אייננעמען א פיינטליכע פאזיציע און דערקלערט פאריז אלס אן "אומדער'לאזבארע מיליטערישע שותף." מדנ"י האט באשלאסן אפצושטעלן אלע מיליטערישע איינקויפן פון פראנקרייך איינמאל די איצטיגע קאנטראקטן לויפן אויס.
איטאליע און שפאניע בלאקירן אמעריקע: נאך שפאניע, האט איצט אויך איטאליע געמאלדן אז זי פארבאט פאר אמעריקע צו נוצן די 'סיגאנעלא' לופט-באזע פאר אטאקעס קעגן איראן.
אטאקע אויף פראנצויזישע יו-ען קאנוואי: דאס פראנצויזישע אויסערן מיניסטעריום באשולדיגט אז א קאנוואי פון UNIFIL זעלנער איז געצילט געווארן דורך מדנ"י קרעפטן אין דרום לבנון.
פולין זאגט אפ 'פעטריאט' מיסילס: די פאראייניגטע שטאטן האט געבעטן פולין צו שיקן איינע פון אירע פעטריאט סיסטעמען צום מיטעלן מזרח, אבער דער פוילישער פארטיידיגונג מיניסטער האט דאס אפגעווארפן.
קאנאדע קעגן איזריעל: דער נייער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער, מארק קארני, האט פארדאמט די "אומלעגאלע אינוואזיע" פון איזריעל אין לבנון.
איראן סטראשעט "ביג טעק": די רעוואלוציאנערע גווארדיע (IRGC) האט ארויסגעגעבן א דירעקטע סטראשע קעגן אמעריקאנער טעכנאלאגיע ריזן ווי Google, Apple, Nvidia, Tesla, און Intel, באשולדיגנדיג זיי אין העלפן די אמעריקאנער און איזראעליס אגרעסיע. זיי האבן געווארנט ארבעטער צו פארלאזן זייערע אפיסעס, זאגנדיג אז אטאקעס וועלן זיך אנפאנגען מיטוואך 8:00 אוונט (טעהראן זייגער).
ערשטע טעק-אטאקע אין באכרעין: איראנער מיסילס האבן געטראפן די הויפטקווארטירן פון 'באַטעלקי' אין באכרעין, וואו עס געפינען זיך די סערווערס פון Amazon Web Services (AWS). דאס ווערט געזען אלס די ערשטע רעאקציע צו די סטראשע קעגן אמעריקאנער פירמעס.
טראמפ און די "סטרעיט אוף הורמוז": די טראמפ אדמיניסטראציע הייבט אן איינצוזען אז זיי וועלן מעגליך נישט קענען גאראנטירן דאס אינגאנצן עפענען פונעם דורכגאס (Strait of Hormuz) אלס א באדינגונג פאר'ן ענדיגן די קאמפיין.
רעדע צום פאלק: פרעזידענט טראמפ וועט האלטן א דראמאטישע רעדע צום אמעריקאנער פאלק איבער די מצב אין איראן, מארגן אפריל 1, 9:00 אוונט EST.
שיף אטאקירט נעבן קאטאר: אן אויל טאנקער איז געשעדן געווארן נאך אן אטאקע 17 מייל צפון פון דאָהאַ, קאטאר.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5941
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 46892
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
קרית וויזשניץ בני ברק
- פיילס
-
- IMG_20260401_013712_207.jpg (283.55 KiB) געזען געווארן 184 מאל
-
הבוחר בתורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 672
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: אין די אייבערשטנ'ס הענט
- x 5297
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
שוין די פערטע מאל וואס עס פייפט היינט צופרי....
- פיילס
-
- IMG_20260401_095219_620.jpg (83.95 KiB) געזען געווארן 165 מאל
אמר רבי יהודה, אלמלי הוו ידעין בני נשא רחימותא דרחים קב"ה לישראל, הוו שאגין ככפיריא למרדף אבתריה!
-
הבוחר בתורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 672
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: אין די אייבערשטנ'ס הענט
- x 5297
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
השתדלו והרבו תחינה:
א 11 יעריגע מיידעלע פון בני ברק וועלכע איז פארוואונדערט געווארן פריער פון א איראנע מיסל / שראפנעל, און געפינט זיך אין גאר א קריטישע מצב ה’’י.
נסיה בת הילה לרפואה שלימה
א 11 יעריגע מיידעלע פון בני ברק וועלכע איז פארוואונדערט געווארן פריער פון א איראנע מיסל / שראפנעל, און געפינט זיך אין גאר א קריטישע מצב ה’’י.
נסיה בת הילה לרפואה שלימה
- פיילס
-
- IMG-20200818-WA0315-1536x1023.jpg (88.61 KiB) געזען געווארן 167 מאל
אמר רבי יהודה, אלמלי הוו ידעין בני נשא רחימותא דרחים קב"ה לישראל, הוו שאגין ככפיריא למרדף אבתריה!
-
הבוחר בתורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 672
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: אין די אייבערשטנ'ס הענט
- x 5297
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איינער פון די פלעצער וועלכע זענען געווען באריכטן איבער פאלדנע ברוכווארג ה’’י און עס איז אויך באריכטעט געווארן א שריפה.
שטעלט זיך ארויס אז איז געווען א פשוט’ע שריפת חמץ....
שטעלט זיך ארויס אז איז געווען א פשוט’ע שריפת חמץ....
- פיילס
-
- images (1).jpeg (22.95 KiB) געזען געווארן 158 מאל
אמר רבי יהודה, אלמלי הוו ידעין בני נשא רחימותא דרחים קב"ה לישראל, הוו שאגין ככפיריא למרדף אבתריה!
-
נחמן כץ
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 9:18 am
- Location: ארץ ישראל
- x 30
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
וויזניצער בחור'ל מיט זיין מאמע זענען פארוואנדערט אין בני ברק פון א מיסל ערב יו"ט.
משה יהושע בן מרגלית - שווער פארוואנדערט.
זיין מאמע מרגלית בת יוטא הינדא - אין א מיטעלער מצב.