צד מהרי"י האלט קלאר אז ס'איז קרית יואל ממש, זיי האלטן נאר אז וויזניץ איז ממש סאטמאר, אזש דער רבי זי"ע האט זיי געוואלט אין קרית יואל. (עפעס וואס שטימט נישט מיט די מציאות און אויך כאפן זיי נישט די מערכה פון בלומינגראווער איד צו עקספלעינען אויף אלע אופנים אז בלומינגראוו איז נישט קרית יואל, זיי כאפן נישט אז ברענגען וויזניץ איז נאר א מיטל צו אוועקשטעלן די אגענדא אז בלומינגראוו איז נשיט קרית יואל).בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 3:21 pmצד מהרי"י האלט קלאר אז ס'איז קרית יואל ממש, זיי האלטן נאר אז וויזניץ איז ממש סאטמאר, אזש דער רבי זי"ע האט זיי געוואלט אין קרית יואל. (עפעס וואס שטימט נישט מיט די מציאות און אויך כאפן זיי נישט די מערכה פון בלומינגראווער איד צו עקספלעינען אויף אלע אופנים אז בלומינגראוו איז נישט קרית יואל, זיי כאפן נישט אז ברענגען וויזניץ איז נאר א מיטל צו אוועקשטעלן די אגענדא אז בלומינגראוו איז נשיט קרית יואל).בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 2:42 pmהאסט נאך שטערקער ארויסגעברענגט מיין פוינט.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 2:19 pm
עס איז יא נוגע, מאנסי איז א שטאט וואס עקזיסטירט נישט היינט צוטאגס נאר אויף א זיפקאוד, איי פארוואס רופט מען עירמאנט אויך מאנסי? ווייל עס איז גרינגער, אזוי האט מען עס גערופן אמאל און יעדע נייע געגנט רופט זיך מיט דעם נאמען (הגם אסאך פאמאנע און טשעסטנאט רידזש יודן זענען דווקא מקפיד זיך נישט צו אידענטיפיצירן מיט מאנסי...) ווייל עס איז קיינעם גארנישט מחייב סא רוף וויאזוי דו ווילסט, די סעקונדע וואס מען וועט פרובירן צו מאכן "תקנות העיר" פאר די (אמאליגע)שטאט מאנסי וועסטו זען ווי שנעל זיי ווערן עקסטערע שטעט, מען קען זיין אן עקסטערע שטאט אפילו מען איז גלייך דערנעבן, צו עס איז וויליאמסבורג מיט קראונהייטס צו עס איז בארא פארק און פלעטבוש צו עס איז בלומינג גראוו מיט קרית יואל.
אגב, דו קוקסט אויף קרית יואל'ע צייטונגען און קהילות צו זיי רופן עס קרית.יואל, איך קוק אויף לאקאלע שולן צו זיי רופן זיך קרית יואל, רוב שולן אין בלומינג גראוו האבן "נישט" קרית יואל אויפן לעדירהעד פשוט ווייל די פאקטישע מתפללים תושבי בלומינג גראוו ווילן עס נישט,
די זעלבע מיט די ווילידזש/UJC, ווען צד מהר"א איז נאך געווען מיט די UJC איז אויך נישט געשטאנען קרית יואל און עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן אפילו עס צו בעטן, איינמאל קהילת מהר"א האט באשלאסן אז בלומינג גראוו איז "יא" קרית יואל האט מען אנגעהויבן טעראריזירן יעדן שול און די ווילידזש (אנגעהויבן מיטן עירוב) צו טוישן די לעדערהעד און נאכהער געמאכט יעדן פאר שקצים פארן נישט מיטטאנצן
די סיבה פארוואס עירמאנט הייסט מאנסי איז ווייל סהאט זיך נאר באוואוינט אדאנק מאנסי, ממילא איז עס א פליגל פון מאנסי. און די סיבה פארוואס פלעטבוש איז נישט בארא פארק איז פאר די זעלבע סיבה, ווייל סהאט זיך נישט באוואוינט וועגן בארא פארק.
יעצט, אויב יעדער פארשטייט אז עירמאנט רופט זיך מאנסי קענסטו נישט מארגן דעסיידן ווען מ'מאכט תקנות אז סהאט גארנישט מיט מאנסי! האסט דיך געבויט אויף מאנסי, דו ביסט אין מאנסי, און יעצט ווען די רבנים פון מאנסי רופן עפעס אויס דערקלערסטו אז ביסט נישט? ס'ארבעט נישט אזוי.
אקוראט דאס פאסירט יעצט אין קרית יואל.
די גאנצע ישוב שיקט מער ווייניגער אין די זעלבע 3 קרית יואל'ער מוסדות, זענען מעמבערס אין די זעלבע קרית יואלער קהלות און קופן אין די זעלבע קרית יואל גראסעריס, ממילא איז עס איין גרויסע ישוב, א ישוב האט נישט מיט קיין מעילינג אדרעס (וואס איז גראדע אויך די זעלבע פאר בלומינגראוו און קרית יואל...) א ישוב איז א מציאות פון אידן א קאמיוניטי וואס לעבט פון די זעלבע צרכי רבים, ממילא מאכט 0 אויס די מוניציפאליטעטן, דער רבי האט נישט געבויט א רעגירונג, ער האט געבויט א ישוב, און ווי ווייט די ישוב ציט זיך אויס איז עס א חלק פונ'ם רבינ'ס ישוב קרית יואל.
ממילא ווער עס קומט וואוינען אין די גאנצע געגנט ווייל ער וויל זיין א חלק פון דעם ישוב, צו ווייל ער וויל שיקן אין די מוסדות איז אויטאמאטיש א איינוואוינער אין קרית יאלער ישוב, נישט קיין חילוק צו ער וויל עס אדער נישט, ווייל דאס האט נישט מיט רצון דאס האט מיט רעאליטעט.
קומען זיין א חלק פונ'ם ישוב, עקטשועלי בלויז קומען צוליב דעם ישוב און געניסן פון אלע צרכים פונ'ם ישוב און זאגן איך האב גארנישט מיט'ן ישוב איז געלייקנט די מציאות.
די מציאות אז אידן פון אלע עקן קרית יואל "רבתי" אדער "מורחבת" טרעפן זיך אין די זעלבע גראסעריס און אין די זעלבע בתי מדרשים, און מען דארף זיך אריינווארפן די אויגן אין זאמד צו קענען זאגן אז ס'איז עקסטערע שטעט, חוץ אויב מיר טוישן די באדייט פון עקסטערע שטעט, ס'איז לכל הדיעות אלעס איין גרויסע ישוב.
אויב איז דא אין א ישוב סיי וועלכע פראבלעם אין סיי וועלכע עק וואס איז סותר די גרונד פרינציפן פונ'ם ישוב איז עס א סנה פאר די גאנצע ישוב ווייל ווי געזאגט איז די נאטורליכע פארבינדונד פון איין עק ישוב צום צווייטן עפעס וואס האט נישט מיט די הודאה אז מען איז א חלק דערפון אדער נישט, נאר א מציאות א רעאליטעט, און די מציאות מאכט אז אויב שלעפט אראפ אין סיי וועלכע ווינקל שלעפט ער אלעס מיט.
סוי לאמיר זיין קלאר, יעדער וואס קומט דא איז אוטיאמאטיש א חלק פון קרית יואל.
א חידוש פון די זעלבע מעסעדזש און 2 נעמען ארויס גענצליך א פארקערטע משמעות, איך זאגט דיר אז מען רופט אלעס מאנסי ווייל עס גייט קיינעם נישט אן, פונקט ווי ווען דו זאגסט פאר איינעם אז ער וואוינט אין מאנרא וועט ער דיר בדרך כלל נישט פאררעכטן און זאגן "ניין, אין פאלם טרי" ווייל עס איז נישט נוגע פאר גארנישט, עס איז נאר א נאמען, איינמאל דו וועסט אים אבער זאגן אז אלס מאנרא רעזידענט ברויך ער גיין מיט א קאובוי העט וועט ער דיר זאגן "איך וואוין אין קרית יואל/פאלם טרי, נישט אין מאנרא", גענוג קלאר?
איינמאל דער מאנסי נאמען וועט אנהויבן שטעכן וועסטו נישט זען קיין זכר דערפון אין די ארומיגע שטעט.
בלומינג גראוו איז א שטאט פאר זיך וואס פאר יארן איז קיינעם נישט אנגעגאנגען וויאזוי דו רופסט עס, אזוי אויך איז פאר קיינעם נישט אנגעגאנגען פון 2020-22 אז וויזשניץ בויט זיך א שטעטל אין בלומינג גראוו (זיי האבן קודם געפלאנט צו זיין אונטער זייער ישיבה, אויף טרעזא לעין) ביז געוויסע האבן באשלאסן אז עס איז נייע צייטן און מען מוז קורא שם זיין אויף בלומינג גראוו אלס קרית יואל און מען מוז פארטרייבן וויזשניץ און יעדער וואס טאנצט נישט מיט איז א רשע, וויל אונטערברענגען דעם רבי'ן ז"ל וכו'.
אגב עס איז א פאלנער ספין אז צד מהרי"י וויל אז בלומינג גראוו זאל זיין קרית יואל ממש און נאר סאטמאר בשעת דער רבי אליין האט קלאר געזאגט ביים מיטינג מיט וויזשניץ אז ער פריידט זיך זיי צו האבן אלס שכנים אין פראספעקט, אלעס וואס מען פארקויפט אז וויזשניץ האט געזאגט און זיך אונטערגענומען האט קיינער קיינמאל נישט געברענגט קיין פרוף, פארקערט גאר, וואס מען זעט מיט די אויגן איז אז זיי גייען געהעריג ווייטער אן מיטן פלאן אהערצוברענגען הונדערטער משפחות מיט אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אבער מען איז פארנומען אריינצושטעקן דעם קאפ אין זאמד און זיך איינרעדן אז "זיי האבן צוגעזאגט אז זיי קומען נישט און אז "UJC זענען די איינציגסטע ספיננערס וואס זאגן אז וויזשניץ קומט ווייטער", נאכמער, דו וועסט אים ערגעץ נישט זען אז UJC זאגט אז וויזשניץ קומט יא אדער נישט, מען טענהט זיך געהעריג מיט זיך אליינס
די גאנצע ישוב שיקט מער ווייניגער אין די זעלבע 3 קרית יואל'ער מוסדות, זענען מעמבערס אין די זעלבע קרית יואלער קהלות און קופן אין די זעלבע קרית יואל גראסעריס, ממילא איז עס איין גרויסע ישוב, א ישוב האט נישט מיט קיין מעילינג אדרעס (וואס איז גראדע אויך די זעלבע פאר בלומינגראוו און קרית יואל...) א ישוב איז א מציאות פון אידן א קאמיוניטי וואס לעבט פון די זעלבע צרכי רבים, ממילא מאכט 0 אויס די מוניציפאליטעטן, דער רבי האט נישט געבויט א רעגירונג, ער האט געבויט א ישוב, און ווי ווייט די ישוב ציט זיך אויס איז עס א חלק פונ'ם רבינ'ס ישוב קרית יואל.
ממילא ווער עס קומט וואוינען אין די גאנצע געגנט ווייל ער וויל זיין א חלק פון דעם ישוב, צו ווייל ער וויל שיקן אין די מוסדות איז אויטאמאטיש א איינוואוינער אין קרית יאלער ישוב, נישט קיין חילוק צו ער וויל עס אדער נישט, ווייל דאס האט נישט מיט רצון דאס האט מיט רעאליטעט.
קומען זיין א חלק פונ'ם ישוב, עקטשועלי בלויז קומען צוליב דעם ישוב און געניסן פון אלע צרכים פונ'ם ישוב און זאגן איך האב גארנישט מיט'ן ישוב איז געלייקנט די מציאות.
די מציאות אז אידן פון אלע עקן קרית יואל "רבתי" אדער "מורחבת" טרעפן זיך אין די זעלבע גראסעריס און אין די זעלבע בתי מדרשים, און מען דארף זיך אריינווארפן די אויגן אין זאמד צו קענען זאגן אז ס'איז עקסטערע שטעט, חוץ אויב מיר טוישן די באדייט פון עקסטערע שטעט, ס'איז לכל הדיעות אלעס איין גרויסע ישוב.
אויב איז דא אין א ישוב סיי וועלכע פראבלעם אין סיי וועלכע עק וואס איז סותר די גרונד פרינציפן פונ'ם ישוב איז עס א סנה פאר די גאנצע ישוב ווייל ווי געזאגט איז די נאטורליכע פארבינדונד פון איין עק ישוב צום צווייטן עפעס וואס האט נישט מיט די הודאה אז מען איז א חלק דערפון אדער נישט, נאר א מציאות א רעאליטעט, און די מציאות מאכט אז אויב שלעפט אראפ אין סיי וועלכע ווינקל שלעפט ער אלעס מיט.
סוי אמיר זיין קלאר, יעדער וואס קומט דא איז אוטיאמאטיש א חלק פון קרית יואל.