שלמה האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 2:07 pm
וועגן פרום קען איך פארשטיין. נעם למשל די צייטונג וויאזוי ער לייגט אראפ א נישט אידישע אומוויכטיגע נייעס מיט עפעס אזא מין זאפט. פונקט לעצטענס האב איך געהאט א צייטונג אפילו א נייעס וואס ער קען טאקע אריינווארפן עפעס אידישלעך אויך קומט עס אבער מיט'ן גאנצן גויאשין קנאק, אין איד וועסטע נישט זען אזאנס קיינמאל. אין איד איז די נייעס אלעס בדיעבד און פארוואסערט. ישראל כ''ץ מדנ''י מיניסטר הייסט אין איד ישראל
קאץ.. און ווען יענע פרוי פון די עקסידענט אין פלעטבוש האט באקומען דעם אורטייל אפאר וואכן צוריק איז זי געווארן א ''
ער'' אין די איד'ס באריכט..
וואס פאר א מין חוצפה איז דאס פון א צייטונג וואס פארקויפט נייעס צו פארוואסערן די נייעס??? האב איך געקויפט די צייטונג צו ליינען פארוואסערטע נייעס?!
אויסלייגן אויף יידיש לשון הקודש נעמען און ווערטער איז א יידישיסטישע קרענק.
פארוואנדלען יעדע 'זי' אין א 'ער' איז פארהאן הילף דערפאר. ס'איז שוין נישט קיין בושה היינט, ב"ה אז ס'איז פארהאן אסאך היימישע טעראפיסטן וואס קענען העלפן דערמיט.
אז מען רעדט שוין וועגן סטאנדארטן, איז דער איד דער סאמע איינציגסטע אויסגאבע אויף אידיש (אקעי נישט ממש, דער וועקער אויך) וואס וואגט זיך צו שרייבן "ישראל'ישע זעלנער", אדער "די ישראלים זאגן". סאמהאו.