אינגאנצן נישט ריכטיג.דריידל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 23, 2026 11:09 am הרני מוסר מודעה, איך בין זייער אויבערפלעכליך אין די גאנצע סוגיא, איך וויל נאר אפשרייבן עטליכע פון מיינע געדאנקן.
א. "התאחדות" הרבנים איז א התאחדות פון סערדאהעל און נייטרא.
ב. וואלאווע רב ובנו ר' ברוך - איך קען זיי נישט, קען זיין זיי זענען גרויסע תלמידי חכמים אבער ווען ס'קומט צו פסק'נן איז בכלל נישט רעלעווענט פאר רובא דרובא מענטשן וואס זיי האלטן. ווען ס'געווען א שאלה איבער עירוב, האט איינעם אינטערעסירט וואס וואלאווע רב האלט? שאלה איבער בוני עולם פראצעדור, שאלה איבער סת"ם, א.א.וו. יעדע קהילה האט זיך זייערע רבנים און נאכדעם זענען דא רבנים וואס זענען אנגענומען אין די אלגעמיינע גאס אלץ פוסקים מובהקים, ולאורם נסע ונלך.
טאמער איז די שאלה אויב די אלקאהאל פון זענטעם גאם איז פגום אדער אויב ס'העלפט ביטול, קומט נישט אריין וואס וואלאווע רב האלט. דא דארפן אלע רבני קהילות פסק'נן.
ער איז א בעל מכשיר אויף עסן שוין יארן לאנג, ער קומט טאקע נישט צי פסק'נן עירוב מיט בוני עולם, אבער ביי עסן פרעג איך נישט מיין לאקאלע דיין נאר דעם בעל מכשיר