פאר די דרויסענדיגע וועלט און פאר די ראשי קהילה אין בודאפעסט, אבער נישט פארן המון עם (עכ"פ לויט יענעם'ס טענות, אז דו ווייסט אנדערש בין איך גרייט צו הערן)Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:25 pm @Who knows ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען איבער אוישוויץ פאר'ן המון עם?! אר יו פור ריעל?!
זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?

זענען דען דא קלארע הלכות אויף אזא פאל? ניין. און עס קען נישט זיין אזעלכע הלכות פונקט ווי עס קען נישט זיין אן הלכה פסוקה אין שו"ע אויב זענטען גאם איז כשר אדער נישט ווייל עס ווענדט זיך אין מציאות, און רמ"ב זצ"ל האט גענוצט זיין הבנה אויפן מציאות צו וויסן וואס די הלכה איז. מיט גערעכט מיין איך וואס וואלט באמת געראטעוועט מער מענטשן.צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:40 pm וואס איז אפילו די פראגע ווער איז גערעכט?
איין באשעפער אין הימל ווייסט?? יא! און ער האט עס פארשריבן דא אויף די וועלט אין זיין תורה.
מ'האנדלט דאך מיט גאר ערנסטע דיני נפשות שאלות, וואס איז אפילו די שאלה אויב רבי מיכאל בער זצ''ל האט געטון ווי די דעת תורה? ער האט עס שוקל געווען מיט זיין שכל תורה'דיג און וואס ער האט געטון איז געווען קלאר אויסגעהאלטן, אפגעזען די טענות וואס די צוויי אנטלאפענע האבן יא אדער נישט.
אזא פראגע קען מען נאר האבן אויב מ'טיילט אפ שכל פון תורה, דהיינו, אז מ'טראכט אז ס'איז דא (כאילו) אמת'ע שכל און דעת, און אויך איז דא דעת תורה אין צוגאב. און מ'קלערט אז מ'קען באהאנדלען זאכן מיט פשוט'ע דעת מיט'ן אויסרייד אז דאס איז קאממאן סענס, און עקסטער באהאנדלען זאכן ווי די תורה קוקט עס אן.
אבער א ערליכער איד וועט נישט אזוי דן זיין און אנקוקן זאכן.
נעקסטע מאל איך געדענק נישט ווי איך האב עפעס געשריבן האב איך שוין וועם צו פרעגן.צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:40 pm
ווען א צווייטער שרייבט עס ווען החרשתי, אבער דו ביסט דאך די בעל המימרא אויף פארקערט, וכדבריך:
פון דאWho knows האט געשריבן:יש לציין אז דאס איז לאו כ"ע מודי, אסאך האבן געהאלטן אז יהדות ותורה איז דייקא שפיץ לאגיק און מ'דארף ארבעטן דאס צו פארשטייןלייקוס האט געשריבן: און ממילא און יהדות,ותורה איז געווען איינער פון די ערשטע יסודות צו זעען די אפסיות און די לימיטישען פון די מענטשליכע לאגיק.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 97
ווערבא'ס טענות, אין א לימוד איבער ווארפן שולד
המשך פון דא
ישר כח ר' @Who knows און ר' @Think and Thank פאר דער שמועס איבער ווערבא און רב מיכל בער.
עס האט ביי מיר ווידער ארויפגעברענגט מחשבות וועגן ווארפן שולד, בפרט נאך די מלחמה ווען די בילד האט אנגעהויבן ווערן קלארער. וואס איך האב שוין דא גערעדט דערפון; און איך מיין אז די מעשה מיט ווערבא איז א גוטער משל צו דעם.
אלזא, בין איך דא צוריק; איך האף עס שטערט אייך נישט אז איך מיש זיך אריין.
ווערבא איז געווען שטארק ביי די מיינונג, אז די וויכטיגסטע זאך וואס די נאציס האבן געדארפט און געוואלט, כדי אויסצופירן זייער השמדה בכלל, און בפרט ביי די שלב פון יהדות אונגארן - וואו הונדערטער טויזנטער אידן זענען ליידער טראנספערירט געווארן אין א גאר קורצע צייט, און 12 טויזנט זענען פארגאזט געווארן א טאג - איז געווען אז עס זאל הערשן ארדנונג. זיי האבן געוואלט אז אידן זאלן נישט וויסן וואו מען גייט און וואס עס געשעט, כדי מענטשן זאלן זיך נישט קעגן שטעלן.
לויט זיין בליק איז די וויכטיגסטע זאך פאר הצלה וואלט געווען, אז יעדער איד אין אונגארן זאל הערן וואס אושוויץ איז, און איבער די הכנות וואס מען האט שוין דארט געמאכט בשעת ער איז נאך דארט געווען, זיך צוגרייטנדיג פאר די השמדת יהדות אונגארן ליידער. און דאס איז געווען א טייל פון זיין רעפארט, און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן; אין איז אים געגאנגען און לעבן אז מען זאל מפרסם זיין די ידיעה איבער דעם.
דער אויפטו לויט זיין בליק וואלט געווען, אז אויב יעדער וויסט דערפון וואלט אויסגעבראכן א בהלה; יעדער וואלט געטון אויף די אייגענע האנט וואס ער קען – אנטלויפן אדער זיך אויסבאהאלטן – און די וואס וואלטן געכאפט געווארן וואלטן זיך נישט געלאזט, נאר פשוט זיך אקעגנגעשטעלט און זיך געשלאגן. אזוי ארום וואלט נישט מעגליך געווען אז די מארד-מאשין זאל פארן געשמירט, און דאס וואלט לויט זיין בליק געראטעוועט הונדערטער טויזנטער אידן.
היינט צוריקקוקנדיג זענען טאקע דא אסאך וואס האלטן אז ער איז גערעכט. די נומער פון וויפיל וואלטן זיך געראטעוועט קען מען נישט וויסן, אבער אסאך טענה'ן אז א בהלה וואלט געווען א ברכה, און דאס איז טאקע געווען דאס וואס די נאציס האבן זיך דאס מערסטע געשראקן פארדעם. זיי האבן געטון כל מיני שטיק עס זאל נישט פאסירן.
אייכמאן ימ"ש האט נאך די מלחמה אויך דערציילט ווי וויכטיג דער סדר און די סיסטעם איז געווען פאר זיי (דאס איז געווען זיין מומחיות, און דערפאר איז ער געשיקט געווארן קיין אונגארן), און א בהלה וואלט דאס חרוב געמאכט.
ווערבער טענה'ט אז ער האט דאס שוין אלעס דעמאלטס פארשטאנען, און דאס איז געווען זיין ציל, צו מפרסם זיין וואס אושוויץ איז.
צוליב דעם לייגט ער פאר די טענה, אז אלע פארהאנדלונגען, וואס אלעס א חלק דערפון האט מען געהאלטן שטיל פון די מאסן איבער אושוויץ, איז געווען א חלק פון די טריקס פון די נאציס וואס מען איז אריינגעפאלן דערין, און ער רעכנט אריין אין דעם אויך הרב מיכאל בער.
ווערבא האט גענוג פארשטאנען און געווען באלאנסירט נישט צו באשולדיגן אז ח"ו עס איז געווען א שלעכטע כוונה אז מענטשן זאלן שטארבן. ער טענה'ט נאר אז מען האט מיסקאלקולירט.
און אויף הרב מיכאל בער האט ער אויך א שטיקל וואו ער באוואונדערט אים און זיינע פעולות, און דערציילט וועגן זיין באגעגעניש מיט אים (זע זייט 302 אין זיין ביכל וואס איך וועל בעזרת השם צולייגן).
[בעצם איז זיין ביכל צוזאמענגעשטעלט פון עטליכע שיכטן דער ערשטער חלק, וואס פארציילט די מעשה און דארט באשרייבט ער זיין באגעגעניש און התפעלות, האט ער געשריבן בערך 20 יאר נאך די מלחמה; אבער דער שפעטערדיגער חלק מיט די באשולדיגונגען האט ער געשריבן שוין 50 יאר נאך די מלחמה. דאס ווייזט לדעתי אויך, אז דא שפילן שוין א ראלע זאכן וואס זענען אים קלאר געווארן שפעטער, און עס איז לכאורה פאר אים אליין נישט געווען אזוי קלאר בשעת מעשה, און אפילו נישט 30 יאר פריער. נו, שוין.]
אויף אנדערע איז ער יא מער שארף, אז זיי האבן געהאט חשבונות פון קענען ראטעווען זייערע משפחות און קאנעקטעד פערזענליכקייטן, און צווישן זיי רעכנט ער אויס קאסטנער און פנחס פרוידיגער.
עס איז דא גענוג וואס דן צו זיין אויף דאס אלעס, און איך פערזענליך, ווי פריער געזאגט, האלט אז דן צו זיין און זאגן דעות און טענות איז נישט מעגליך.
אבער אפילו די וואס פילן אז מען קען יא, איז נאך דא א גאר לאנגער וועג פון זאגן אז יענער האט נישט גוט אויסגערעכנט, איז געווען נאיאיוו, פויל און פארשלעפט, אדער אפילו געהאט אייגענע אינטערעסן וואס האבן אים פארבלענדט פון צו זען און טון פארן כלל.
ביזן זאגן אז יענער האט בעצם געוואלט מען זאל הרגענען אידן און זיך גאר געפרייט מיט דעם. דאס איז דער עיקר וואס האט מיך, עכ"פ, ארויסגענומען פון די גלייזן.
אלעס גוטס, מיט א כשר'ן פרייליכן פסח פאר אלע אידן!

ווערבא'ס טענות
דאס איז ווערבע'ס ביכל I Escaped From Auschwitz, איך ברענג דא א חלק פון עמ' 414 מיט השמטות, פאר מער בשלימות זע דארט פון עמ' 410.
If the Nazis entered into any “negotiations” with Jews in Bratislava or Budapest, to me it merelymeans that they had their own deceitful plans as to how to use the Jewish Councils for their own objectives, which were very simple: to rob the Jews swiftly of their personal property, to prepare lists of those to be deported on the basis of names and addresses supplied by the Jewish Councils, to make those on the lists enter the deportation trains without causing difficulties, and to kill the deportees economically and efficiently in Auschwitz, all the while preserving the secret of their murderous empire.
The fact that the Nazis in Budapest also took personal bribes from a Jewish notable, Fülöp von Freudiger and from other prominent Jews in Budapest and elsewhere means very little as far as their dedication to the general objectives of the Final Solution was concerned…
Rabbi Weissmandel’s close contact in Hungary and his confidant was an important member of the Jewish Council of Hungary, Fülöp von Freudiger, who was also the son-in-law of the late Chief Rabbi of Bratislava (Akiba Schreiber) and had studied at a Yeshiva in Slovakia…
Wisliceny even brought with him a letter written in Hebrew by Rabbi Weissmandel to Freudiger, stating that “they could trust Wisliceny.” Freudiger also states that he quite regularly received mail from Bratislava (mainly from Rabbi Weissmandel) via a courier of the Hungarian Legation who traveled from Bratislava with the evening express train (the distance is only about one hundred miles). Freudiger also stated that during the second week of May 1944 Weissmandel had informed him that, according to information obtained from the Slovak Ministry of Transportation, permission had already been granted to transport 310,000 Hungarian Jews through Slovakia on their way to Auschwitz.
Of course, by that time, more than three weeks after Wetzler and I released our Report in Slovakia, Rabbi Weissmandel must have known not only what Auschwitz meant but also about the special preparations made there for the reception and mass murder of the Zugang from Hungary. Freudiger confirms that the copy of the Report he received from Rabbi Weissmandel contained information not only about the history of events in Auschwitz, but also about the special preparations made for the mass murder of Hungarian Jews. Freudiger also claims that subsequently members of the Jewish Council spread the information contained in the Report to Members of Parliament, Bishops and even Horthy.
However, it is a fact that between May 15 and July 9, 1944, those earmarked for deportation, i.e., those who most needed the information contained in the Vrba-Wetzler Report, were kept in the dark about their destination.
On the other hand, the negotiations of the Jewish Council members (particularly of the Zionist faction led by Kasztner) did obtain a limited success. In August 1944, a transport of about 1,800 Jewish people from Hungary was sent by Eichmann not to Auschwitz but to Switzerland, albeit by a long route. Obviously, those traveling in this transport were not the poverty-stricken Jews of Hungary. Freudiger records that, as a partial payment for this transport the Economic Department of the SS under SSObersturmbannführer Kurt Becher received cash, foreign currency, 18 kilograms of gold, and 180 carats of diamonds plus 1,000 or 2,000 US dollars per person, an incredible cash fortune for an average person in Hungary in 1944 when the black-market value of a dollar was astronomical.
Whether the preservation of secrecy about the death-mills in Auschwitz was self-imposed by the Jewish Councils or was also part of the payment for the release of a small number of privileged Jews cannot be documented, for obvious reasons.
But it is surely not far-fetched to suggest that it was well worth Eichmann’s while to grant the release of those 2,000 relatively rich and well-connected Jews to Switzerland as a reward for keeping what was happening at Auschwitz a secret to the remainder of their fellow Jews.
It is clear that these prominent Jews themselves had already become acquainted with the information contained in our Report. Andreas Biss, a close collaborator of Kasztner and von Freudiger, describes a remarkable episode on this journey when the train on its way westward was switched toward Auspitz (not Auschwitz). A terrible panic occurred, because the passengers did not understand the difference between the two.
Thus, while there were 437,000 Jews in Hungary who were not given any information about the nature of Auschwitz or about the preparations made there for their murder, a tiny minority of 1,800 Jews who traveled to Switzerland knew very well what the implications of the name Auschwitz meant. The simultaneous existence in one small country of these two contrasting groups is amazing but well documented.
Further evidence of the collaboration between the Nazis and certain favored groups of Jews can be seen from the fact when the deportation of Hungarian Jews was stopped by Horthy in July 1944, and the Jewish Council became useless for the Germans, Wisliceny advised Freudiger to flee to Romania, which he did.
It appears that during these critical times, the Jewish masses in Slovakia and Hungary generally placed their trust either in the “Zionist leadership” (e.g., Kasztner, Biss) or in Orthodox and Rabbinical Jewish leaders (e.g., Rabbi Weissmandel, von Freudiger). The Nazis were aware of this and therefore chose exactly these circles for “negotiations.” That the negotiators and their families were in fact pathetic, albeit voluntary, hostages in the hands of Nazi power was an important part of these “deals.”
From the testimony of survivors such as Elie Wiesel, it seems clear that the Jewish masses assumed that if something truly horrible was in store for them, these respectable leaders would know about it and would share their knowledge.
But as detailed above, these leaders did in fact learn what Auschwitz meant but did not share this new knowledge with the Jews earmarked for deportation.
These are the reasons why I believe Rabbi Weissmandel’s idea to stop the deportation of Hungarian Jews with his Europa Plan and a $2,000,000 bribe to the Nazis was harebrained. No doubt the Nazis were amused by these unrealistic, ridiculous, and truly childish ideas, but these “negotiations” were useful to them as long as the objectives of Auschwitz were not communicated to the intended victims and hundreds of thousands were smoothly being deported to Auschwitz…
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
ר' מיכאל בער איז געווען א מח נפלא וואס און געהאט זעלטענע זכרון. שווער אנצונעמען אז ער האט זיך פארמישט אדער פארגעסן
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
לויט ווי איך געדענק זענען דא פרטים אין מן המצר וואס זענען זיכער נישט מדויק, מ'דארף אויך געדענקען אז ער האט עס נישט עורך געווען ארויסצוגעבן נאר מ'האט גענומען רויע כתבים
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דיין החלטה אז ס'איז נישט מעגליך אז די ציונים זענען אזעלכע רשעים אז זיי זענען געווען גרייט מיליאנען אידן זאלן גע'הרג'ט ווערן אבי צוצוקומען צו זייער צילהדסים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pmלענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט, אוודאי איז עס ניצליך אלס עמיצער וואס האט עס מיטגעלעבט בתורת עדות, אבער נישט אלס חסיד.עטרת חיים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:58 pmקודם ווי די סדר ווען א נייער ניק הייבט אן חושן, זאגט מען, ברוך הבא!
כ"ק רבינו הק' זי"ע ברענגט אין זיינע ספרים אז די ציונים זענען שולדיג אין די מארד פון די 6 מיליאן קדושים, ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט אויך פילע מעשיות ווי די ציונים האבן געשטערט דאס ראטעווען אידן, דאס איז בכלל נישט ר' מ.ה.ש אויסטרעף
איך האב נאר צוצולייגן אז די נרצחים פון די שמחת תורה שחיטה איז אויך די שולד פון די ציונים ימ"ש און ווי אויך אלע אנדערע טעראר אטאקעס אין א"י און אלוועלטליך
יה"ר שיחמדו תועים בינה
וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ
אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס זייענדיג א סאטמארער, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.
איינער פון די הויפטן בימים ההם האבן געזאגט עפעס א מין מיאוס'ן אויסדרוק, איין קו אין א"י איז מער ווערט ווי..... עפ"ל
אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס אפילירט מיט עפעס וואס האט שייכות מיט די מדינה, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.
כ'האב נישט קיין צייט דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול, אבער איך האב אסאך געליינט פון די מלחמה און אסאך געהערט, לאו דוקא פון סאטמארע, און יא! ליידער ליידער! די ציונים האבן געהאט א גרויסן יד - נאך פאר איך רעד פון דעם עונש מן השמים וואס די רבי ז"ל שרייבט אין ויואל משה וועגן אני מתיר את בשרכם - מען רעדט פון מציאות וואס זיי האבן סיי אנגערייצט דעם רשע מיטן בויקיאטירן, און סיי אקטיוו געשטערט די הצלה
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
רוי און אומבאארבעט זענען ביי מיר מער אקצעפטירט ווי א ספר וואס א עורך האט באארבעט ס'זאל שטימען מיט נאך זאכן
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2304
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7641
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
צוויי נקודות.אסרוחג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 20, 2026 9:46 am לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דיין החלטה אז ס'איז נישט מעגליך אז די ציונים זענען אזעלכע רשעים אז זיי זענען געווען גרייט מיליאנען אידן זאלן גע'הרג'ט ווערן אבי צוצוקומען צו זייער ציל
איינער פון די הויפטן בימים ההם האבן געזאגט עפעס א מין מיאוס'ן אויסדרוק, איין קו אין א"י איז מער ווערט ווי..... עפ"ל
אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס אפילירט מיט עפעס וואס האט שייכות מיט די מדינה, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.
כ'האב נישט קיין צייט דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול, אבער איך האב אסאך געליינט פון די מלחמה און אסאך געהערט, לאו דוקא פון סאטמארע, און יא! ליידער ליידער! די ציונים האבן געהאט א גרויסן יד - נאך פאר איך רעד פון דעם עונש מן השמים וואס די רבי ז"ל שרייבט אין ויואל משה וועגן אני מתיר את בשרכם - מען רעדט פון מציאות וואס זיי האבן סיי אנגערייצט דעם רשע מיטן בויקיאטירן, און סיי אקטיוו געשטערט די הצלה
1) איידער איר אטאקירט (זאג מיר נישט אז דו האסט נישט אטאקירט, ווייל דו האסט יא) זייט מוחל און קוקט וועמען איר אטאקירט. און אויב קענט איר נישט דעם ציבור דא, דאן זייט מוחל שטייט און די זייט און האלט זיך גענצליך איין פון קאמענטירן. @הדסים איז א סעמפל פון א לאגישע טראכטער, אן קיין הנחות קדומות. עס איז א געשמאק צו פירען מיט אים א שמועס אפגעזעהן צו ער האלט ווי דיר אדער גענצליך להיפך. ליין איבער אלע פאוסטס וואס ער האט געשריבן אין די טעמע, און זאג דו מיר אויב דיין פאוסט איז אין פלאץ.
2) שרייבן אין א טעמע וויסענדיג אז מען האט נישט געליינט די פריערדיגע 8 בלעטער, איז א געוואלדיגע דיסריספעקט צו די ליינער און שרייבער. איינער וואס האט געליינט און האט וואס צו מוסיף זיין איז מאר דען וועלקאם, אבער סתם אריינווארפן אפאר נקודות וואס זענען שוין ברייט אויסגעשמועסט און צענומען געווארן אין די פריערדיגע בלעטער אלעס ווייל מען האט נישט קיין נערווען (צייט האט מען גענוג, די נערווען צו ליינען יענעמס שרייבעריי און זיך דארפן רעכענען דערמיט האט מען נישט) צו ליינען די פריערדיגע בלעטער, איז א דיסריספעקט.
פיגער עס אויס!
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
זע די לינק. נישט צו פארדרייען דא די נושאנקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 20, 2026 10:32 amצוויי נקודות.אסרוחג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 20, 2026 9:46 am לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דיין החלטה אז ס'איז נישט מעגליך אז די ציונים זענען אזעלכע רשעים אז זיי זענען געווען גרייט מיליאנען אידן זאלן גע'הרג'ט ווערן אבי צוצוקומען צו זייער ציל
איינער פון די הויפטן בימים ההם האבן געזאגט עפעס א מין מיאוס'ן אויסדרוק, איין קו אין א"י איז מער ווערט ווי..... עפ"ל
אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס אפילירט מיט עפעס וואס האט שייכות מיט די מדינה, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.
כ'האב נישט קיין צייט דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול, אבער איך האב אסאך געליינט פון די מלחמה און אסאך געהערט, לאו דוקא פון סאטמארע, און יא! ליידער ליידער! די ציונים האבן געהאט א גרויסן יד - נאך פאר איך רעד פון דעם עונש מן השמים וואס די רבי ז"ל שרייבט אין ויואל משה וועגן אני מתיר את בשרכם - מען רעדט פון מציאות וואס זיי האבן סיי אנגערייצט דעם רשע מיטן בויקיאטירן, און סיי אקטיוו געשטערט די הצלה
1) איידער איר אטאקירט (זאג מיר נישט אז דו האסט נישט אטאקירט, ווייל דו האסט יא) זייט מוחל און קוקט וועמען איר אטאקירט. און אויב קענט איר נישט דעם ציבור דא, דאן זייט מוחל שטייט און די זייט און האלט זיך גענצליך איין פון קאמענטירן. @הדסים איז א סעמפל פון א לאגישע טראכטער, אן קיין הנחות קדומות. עס איז א געשמאק צו פירען מיט אים א שמועס אפגעזעהן צו ער האלט ווי דיר אדער גענצליך להיפך. ליין איבער אלע פאוסטס וואס ער האט געשריבן אין די טעמע, און זאג דו מיר אויב דיין פאוסט איז אין פלאץ.
2) שרייבן אין א טעמע וויסענדיג אז מען האט נישט געליינט די פריערדיגע 8 בלעטער, איז א געוואלדיגע דיסריספעקט צו די ליינער און שרייבער. איינער וואס האט געליינט און האט וואס צו מוסיף זיין איז מאר דען וועלקאם, אבער סתם אריינווארפן אפאר נקודות וואס זענען שוין ברייט אויסגעשמועסט און צענומען געווארן אין די פריערדיגע בלעטער אלעס ווייל מען האט נישט קיין נערווען (צייט האט מען גענוג, די נערווען צו ליינען יענעמס שרייבעריי און זיך דארפן רעכענען דערמיט האט מען נישט) צו ליינען די פריערדיגע בלעטער, איז א דיסריספעקט.
viewtopic.php?p=251941#p251941
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1816
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6313
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 3:07 pmפאר די דרויסענדיגע וועלט און פאר די ראשי קהילה אין בודאפעסט, אבער נישט פארן המון עם (עכ"פ לויט יענעם'ס טענות, אז דו ווייסט אנדערש בין איך גרייט צו הערן)Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:25 pm @Who knows ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען איבער אוישוויץ פאר'ן המון עם?! אר יו פור ריעל?!
וואס ווערבע'ס טענות זענען ווייס איך. די פראבלעם איז אז ער טענה'ט בטענת שמא אז ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען (you can't prove a negative, ובלשון חז"ל לא ראינו אינו ראי'), בעת וואס ר' מיכאל בער שמועסט אויס באריכות בטענת ברי אז ער האט בשעתו געהאלטן אז די וויכטיגסטע זאך איז נישט בלויז אויפקלערן די אונגארישע אידן וואס אוישוויץ איז, נאר זיי אויך אויפצוקלערן אז געטא מיינט אויטאמאטיש אוישוויץ. ער האט געטון כל מה שביכלתו דוקא מפרסם צו זיין פאר די אונגארישע המון עם וואס עס ווארט זיי רח"ל אויב זאלן זיי זיך לאזן פירן אין געטא אריין. ער האט נישט געקענט אליין ארומגיין אויפקלערן מענטשן ווייל ער איז געווען אין אן אנדערע לאנד (סלאוואקיי), אבער ער האט געטון כל מה שביכלתו זיי צו ווארענען ווייל ער האט בשיטה געהאלטן אז אויב זיי ווייסן און שטעלן זיך קעגן וועט עס גאר שטארק פארשווערן די ארבעט פון די דייטשן ימ"ש און וועט ווארשיינליך ראטעווען טויזנטער לעבנס. ער האט פרובירט צו שיקן בריוו דירעקט צום ציבור, עי"ש ותמצא נחת.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
די דארפסט פארשטיין, מאשים צו זיין שוואלב, איז די עדות שלימה פון ר מיכאל בער נישט גענוג, אבער דא איז ווערבא'ס בדדמי גענוג. וכל זה בשם טרוקענע פאקטן יקרא.Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 5:51 amWho knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 3:07 pmפאר די דרויסענדיגע וועלט און פאר די ראשי קהילה אין בודאפעסט, אבער נישט פארן המון עם (עכ"פ לויט יענעם'ס טענות, אז דו ווייסט אנדערש בין איך גרייט צו הערן)Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:25 pm @Who knows ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען איבער אוישוויץ פאר'ן המון עם?! אר יו פור ריעל?!
וואס ווערבע'ס טענות זענען ווייס איך. די פראבלעם איז אז ער טענה'ט בטענת שמא אז ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען (you can't prove a negative, ובלשון חז"ל לא ראינו אינו ראי'), בעת וואס ר' מיכאל בער שמועסט אויס באריכות בטענת ברי אז ער האט בשעתו געהאלטן אז די וויכטיגסטע זאך איז נישט בלויז אויפקלערן די אונגארישע אידן וואס אוישוויץ איז, נאר זיי אויך אויפצוקלערן אז געטא מיינט אויטאמאטיש אוישוויץ. ער האט געטון כל מה שביכלתו דוקא מפרסם צו זיין פאר די אונגארישע המון עם וואס עס ווארט זיי רח"ל אויב זאלן זיי זיך לאזן פירן אין געטא אריין. ער האט נישט געקענט אליין ארומגיין אויפקלערן מענטשן ווייל ער איז געווען אין אן אנדערע לאנד (סלאוואקיי), אבער ער האט געטון כל מה שביכלתו זיי צו ווארענען ווייל ער האט בשיטה געהאלטן אז אויב זיי ווייסן און שטעלן זיך קעגן וועט עס גאר שטארק פארשווערן די ארבעט פון די דייטשן ימ"ש און וועט ווארשיינליך ראטעווען טויזנטער לעבנס. ער האט פרובירט צו שיקן בריוו דירעקט צום ציבור, עי"ש ותמצא נחת.
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
@נקודות טובות אלס יינער וטאס האט יא געליינט אלע 8 עמודים ביז אהער. אפשר געבסטו אזא סיכום, און א פאראגראף אויף דיין מיינונג אויף די סוגיאנקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 20, 2026 10:32 amצוויי נקודות.אסרוחג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 20, 2026 9:46 am לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דיין החלטה אז ס'איז נישט מעגליך אז די ציונים זענען אזעלכע רשעים אז זיי זענען געווען גרייט מיליאנען אידן זאלן גע'הרג'ט ווערן אבי צוצוקומען צו זייער ציל
איינער פון די הויפטן בימים ההם האבן געזאגט עפעס א מין מיאוס'ן אויסדרוק, איין קו אין א"י איז מער ווערט ווי..... עפ"ל
אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס אפילירט מיט עפעס וואס האט שייכות מיט די מדינה, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.
כ'האב נישט קיין צייט דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול, אבער איך האב אסאך געליינט פון די מלחמה און אסאך געהערט, לאו דוקא פון סאטמארע, און יא! ליידער ליידער! די ציונים האבן געהאט א גרויסן יד - נאך פאר איך רעד פון דעם עונש מן השמים וואס די רבי ז"ל שרייבט אין ויואל משה וועגן אני מתיר את בשרכם - מען רעדט פון מציאות וואס זיי האבן סיי אנגערייצט דעם רשע מיטן בויקיאטירן, און סיי אקטיוו געשטערט די הצלה
1) איידער איר אטאקירט (זאג מיר נישט אז דו האסט נישט אטאקירט, ווייל דו האסט יא) זייט מוחל און קוקט וועמען איר אטאקירט. און אויב קענט איר נישט דעם ציבור דא, דאן זייט מוחל שטייט און די זייט און האלט זיך גענצליך איין פון קאמענטירן. @הדסים איז א סעמפל פון א לאגישע טראכטער, אן קיין הנחות קדומות. עס איז א געשמאק צו פירען מיט אים א שמועס אפגעזעהן צו ער האלט ווי דיר אדער גענצליך להיפך. ליין איבער אלע פאוסטס וואס ער האט געשריבן אין די טעמע, און זאג דו מיר אויב דיין פאוסט איז אין פלאץ.
2) שרייבן אין א טעמע וויסענדיג אז מען האט נישט געליינט די פריערדיגע 8 בלעטער, איז א געוואלדיגע דיסריספעקט צו די ליינער און שרייבער. איינער וואס האט געליינט און האט וואס צו מוסיף זיין איז מאר דען וועלקאם, אבער סתם אריינווארפן אפאר נקודות וואס זענען שוין ברייט אויסגעשמועסט און צענומען געווארן אין די פריערדיגע בלעטער אלעס ווייל מען האט נישט קיין נערווען (צייט האט מען גענוג, די נערווען צו ליינען יענעמס שרייבעריי און זיך דארפן רעכענען דערמיט האט מען נישט) צו ליינען די פריערדיגע בלעטער, איז א דיסריספעקט.
ייש"כ
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
פרעה האט געדארפט האבן קישוי הלב צו באלאנסירן זיין בחירה נאך אזאלכע מכות...
--להבדיל
אויב מ'הערט נישט אהער און נישט אהין איז מען אויטאמאטיש אהין, ס'איז דא א געוואלדיגע יצה"ר ליב צוהאבן ציונות, מ'דארף קארמען דעם משנאיך ה' אשנא צו האבן דעם ריכטיגן באלאנס
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
קענסט צוצייכענען ווי ער שרייבט עס? איך האב נאכנישט דורכגעליינט מן המצר פון דעקל צו דעקל אבער פון וויפיל איך האב געליינט און געזוכט האב איך נישט געזעהן ווי ער זאגט אז מ'זאל מודיע זיין פאר די אידן אין אונגארן (אדער אז ער האט מודיע געווען פאר די אידן אין סלאוואקיי) ווי מ'פירט זיי און וואס דאס מיינט. ער רעדט פון מודיע זיין פאר די וועלט.Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 5:51 amWho knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 3:07 pmפאר די דרויסענדיגע וועלט און פאר די ראשי קהילה אין בודאפעסט, אבער נישט פארן המון עם (עכ"פ לויט יענעם'ס טענות, אז דו ווייסט אנדערש בין איך גרייט צו הערן)Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:25 pm @Who knows ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען איבער אוישוויץ פאר'ן המון עם?! אר יו פור ריעל?!
וואס ווערבע'ס טענות זענען ווייס איך. די פראבלעם איז אז ער טענה'ט בטענת שמא אז ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען (you can't prove a negative, ובלשון חז"ל לא ראינו אינו ראי'), בעת וואס ר' מיכאל בער שמועסט אויס באריכות בטענת ברי אז ער האט בשעתו געהאלטן אז די וויכטיגסטע זאך איז נישט בלויז אויפקלערן די אונגארישע אידן וואס אוישוויץ איז, נאר זיי אויך אויפצוקלערן אז געטא מיינט אויטאמאטיש אוישוויץ. ער האט געטון כל מה שביכלתו דוקא מפרסם צו זיין פאר די אונגארישע המון עם וואס עס ווארט זיי רח"ל אויב זאלן זיי זיך לאזן פירן אין געטא אריין. ער האט נישט געקענט אליין ארומגיין אויפקלערן מענטשן ווייל ער איז געווען אין אן אנדערע לאנד (סלאוואקיי), אבער ער האט געטון כל מה שביכלתו זיי צו ווארענען ווייל ער האט בשיטה געהאלטן אז אויב זיי ווייסן און שטעלן זיך קעגן וועט עס גאר שטארק פארשווערן די ארבעט פון די דייטשן ימ"ש און וועט ווארשיינליך ראטעווען טויזנטער לעבנס. ער האט פרובירט צו שיקן בריוו דירעקט צום ציבור, עי"ש ותמצא נחת.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
איך האב ח"ו מאשים געווען ר' מיכאל בער? קלאפ דיך דיין מויל. איך האב ארויסגעברענגט א נקודה. הלואי זאל איך צוקומען לרגלי קרסוליו מיט זיין מסירת נפש פאר כל ישראל. עס האט לכאורה קיינער נישט געטוהן פאר כלל ישראל בימי הזעם וואס ער האט געטוהן. זי"ע.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2304
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7641
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
@בקיצור I really love you, אבער איך האב נישט ממש דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, נאר כהולך על גבי גחלים, וממילא איז א סך הכל נישט שייך.
ובנוגע מיין אייגענע מיינונג: דאס איז נישט קיין טאפיק וואס איך האב נערווען צו אוועקגעבן די צייט און מח דערפאר. ס'ברענגט ממש גארנישט. דער קנאי דארף נישט אז די ציונים זאלן זיין רוצחים כדי צו פארשטיין די הארבקייט פון ציונות. ווידער די ציונים וועט נישט העלפן טאמער ווייזט מען אים אויף אז די ציונים זענען רוצחים. ס'איז א שמועס סתם לשם דיבאטע. איך האב נישט די נערווען צו געבן דערפאר צייט, מח ,און כח. ביטע אנטשולדיגן.
פיגער עס אויס!
-
גד'ל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 104
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
- Location: ניו יארק
- x 134
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
ער שרייבט אין מן המצר א בריוו וואס ער האט געשיקט צו ר' פנחס פרוידיגער אויף אונגארן נאך וואס די נאציס זענען דארט אריין זעה דא פון סוף בלאט און ווייטער https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... e=fitwidthWho knows האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 2:43 pmקענסט צוצייכענען ווי ער שרייבט עס? איך האב נאכנישט דורכגעליינט מן המצר פון דעקל צו דעקל אבער פון וויפיל איך האב געליינט און געזוכט האב איך נישט געזעהן ווי ער זאגט אז מ'זאל מודיע זיין פאר די אידן אין אונגארן (אדער אז ער האט מודיע געווען פאר די אידן אין סלאוואקיי) ווי מ'פירט זיי און וואס דאס מיינט. ער רעדט פון מודיע זיין פאר די וועלט.Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 5:51 am
וואס ווערבע'ס טענות זענען ווייס איך. די פראבלעם איז אז ער טענה'ט בטענת שמא אז ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען (you can't prove a negative, ובלשון חז"ל לא ראינו אינו ראי'), בעת וואס ר' מיכאל בער שמועסט אויס באריכות בטענת ברי אז ער האט בשעתו געהאלטן אז די וויכטיגסטע זאך איז נישט בלויז אויפקלערן די אונגארישע אידן וואס אוישוויץ איז, נאר זיי אויך אויפצוקלערן אז געטא מיינט אויטאמאטיש אוישוויץ. ער האט געטון כל מה שביכלתו דוקא מפרסם צו זיין פאר די אונגארישע המון עם וואס עס ווארט זיי רח"ל אויב זאלן זיי זיך לאזן פירן אין געטא אריין. ער האט נישט געקענט אליין ארומגיין אויפקלערן מענטשן ווייל ער איז געווען אין אן אנדערע לאנד (סלאוואקיי), אבער ער האט געטון כל מה שביכלתו זיי צו ווארענען ווייל ער האט בשיטה געהאלטן אז אויב זיי ווייסן און שטעלן זיך קעגן וועט עס גאר שטארק פארשווערן די ארבעט פון די דייטשן ימ"ש און וועט ווארשיינליך ראטעווען טויזנטער לעבנס. ער האט פרובירט צו שיקן בריוו דירעקט צום ציבור, עי"ש ותמצא נחת.
כתבתי וכו וצריך לעשות פעולה גדולה להגיד להיהודים וכו כי הם מוכנים לטבח ממש ושלא יכנסו לגעטא ביהרג ואל יעבור
נאכדעם שרייבט ער וכן כתבתי גם לבודאפסעט וכתבתי כי יעשו פעולות גדולות להבריח המונים משם בעוד שיש שהות דהיינו בטרם יגזרו על הגעטא
נאכדעם נאך א בריוו: הם מוכנים לטבח בין כך ובין כך וממילא יתיעצו בדבר יתחבאו ימרדו ינוסו אך לא יכנסו לגעטא ואם כבר נכנסו יפרצו הגדרים ואם יהרגו בהם בודאי שיהיו ההרוגים מעטים ממה שיהיו בסוף
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
ריכטיג. טעיתי.גד'ל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 3:54 pm ער שרייבט אין מן המצר א בריוו וואס ער האט געשיקט צו ר' פנחס פרוידיגער אויף אונגארן נאך וואס די נאציס זענען דארט אריין זעה דא פון סוף בלאט און ווייטער https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... e=fitwidth
כתבתי וכו וצריך לעשות פעולה גדולה להגיד להיהודים וכו כי הם מוכנים לטבח ממש ושלא יכנסו לגעטא ביהרג ואל יעבור
נאכדעם שרייבט ער וכן כתבתי גם לבודאפסעט וכתבתי כי יעשו פעולות גדולות להבריח המונים משם בעוד שיש שהות דהיינו בטרם יגזרו על הגעטא
נאכדעם נאך א בריוו: הם מוכנים לטבח בין כך ובין כך וממילא יתיעצו בדבר יתחבאו ימרדו ינוסו אך לא יכנסו לגעטא ואם כבר נכנסו יפרצו הגדרים ואם יהרגו בהם בודאי שיהיו ההרוגים מעטים ממה שיהיו בסוף
ווי מ'זעהט האט ער דאס נאר געשריבן אויף באהאלטענע אופנים ווי כאילו עס קומט פון פוילן, וויבאלד אויב וואלט עס וואלט געקומען פון אים וואלט עס געווען א סכנה אויף סלאוואקיי (וואס איז נאך דעמאלטס געווען רואיג). און מסתם דאס איז געווען די טענה פון ווערבא אז מ'האט נישט געטוהן גענוג, אבער באמת איז דאס געווען א שאלה פון דוחים נפש מפני נפש.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@נקודות טובות וואס האסטו געגעסן לעצטנס? דיין קלארקייט ווערט שארפער יעדן טאגנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 3:46 pm דער קנאי דארף נישט אז די ציונים זאלן זיין רוצחים כדי צו פארשטיין די הארבקייט פון ציונות. ווידער די ציונים וועט נישט העלפן טאמער ווייזט מען אים אויף אז די ציונים זענען רוצחים
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
איך האב געשריבן אז די האסט מאשים געווען ר' מיכאל בער?
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
עס האט מיר אזוי משמע געווען, אז נישט איז זיכער גוטאיך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 23, 2026 8:02 amאיך האב געשריבן אז די האסט מאשים געווען ר' מיכאל בער?