זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
די צוויי צייטן פון זאגן אז ארץ ישראל האט א שייכות מיט די הימלישע שטראף פון דער מלחמה
המשך פון דא
אז מען האט שוין געברענגט דעם אם הבנים שמחה, און וואס ער שרייבט זיין בליק אויף דער הימלשער שטראף פון דער מלחמה, אזוי דער בכיה לדורות וואס איז געקומען פון דעם מיאוס הארץ ביי דער מרגלים.
דארף מען אנמערקן, אז דער נושא פון זאגן הסברים אין הימלשע זאכן פארוואס די מלחמה איז געקומען, איז שטארק דעבאטירט (Highly debated) אסאך גרויסע האבן געזאגט אז דאס איז בכלל נישט קיין זאך וואס מען קען אריינרעדן, אנדערע האבן יא געזאגט זייער בליק.
אבער א יעדער איז לכאורה מסכים, אז וואס עס איז נאר געזאגט געווארן איז דאס נישט קיין נביאה, ווייל דאס איז א זאך וואס מיר האבן היינט נישט, נאר מען פרובירט צו לערנען פון דער תורה און חז"ל, לפי די יכלות וואס מען האט.
און דא האבן מיר די צוויי קעגנזייטיגע צדדים וויאזוי אריינצולייגן ארץ ישראל אין דעם: דער משנה ישכיר און די וואס האלטן ווי אים מיט זייערע מקורות, און פון דער אנדערער זייט די וואס ברענגן דער 'אני מתיר את בשרכם' פון די שלש שבועות. און טאקע דער בעל דרשן וואס האט מיך אויפגעשאקלט און געברענגט בכלל צו שרייבן איבער דער נושא, שרייט טאקע מיט קולות דעם אני מתיר עטליכע מאל אינמיטן דער דרשה.
אבער עס איז מיר אינטערעסאנט אויב איינער קען מסביר זיין, דער הסבר פון דער זייט וואס האלט אז עס איז וועגן דער אני מתיר, פארוואס דייקא אין ארץ ישראל — וואו מען האט לכאורה דורכגעבראכן די שבועה מיט עליה בחומה און מרידה — דארט איז עס געווען א מקום מפליט?
און אט די וואס האבן לכאורה געבראכן די שבועות במעשה, און זענען געווען די גאר שטארקע פארברענטע, וואס האבן זיך שוין געהאט געיאגט צו זיין אין ארץ ישראל וואס פריער. זיי האבן איבערגעלעבט אומגעשעדיגט?
אין די צייט וואס דייקא פארקערט, אין דעם פלאץ וואו די וואס זענען דארט געווען האבן נישט עובר געווען, איז דוקא דארט איז מען באשטראפט געווארן?
וואלט נישט ריכטיג געווען (חלילה) פארקערט? וואלט נישט דער עונש דעמאלטס מער געשטימט מיט דער עבירה?
המשך דא

Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@ברוך שאמר איך מיין אז עס איז כדאי דו זאלסט דיך האלטן צו די מציאות'דיגע פאקטן און לאזן די אלע הימלישע חשבונות פאר אזעלכע וואס פארשטייען אדער מיינען אז זיי פארשטייען דערצו
און אגב, א יישר כח פארן צוצייכענען צו די פאדקעסטס פון יהודה גברר, איך האלט שוין אינמיטן אויסהערן די סעריע פון די קאסטנער באן
און אגב, א יישר כח פארן צוצייכענען צו די פאדקעסטס פון יהודה גברר, איך האלט שוין אינמיטן אויסהערן די סעריע פון די קאסטנער באן
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
100% גערעכט, עס איז מיר פשוט נאכאמאל ארויפגעשוואומען דאס וואס באדערט מיר שוין לאנג, יעצט זעענדיג נאכאמאל דעם אם הבנים.
אוקעי, וועלן מיר בעזר השם, צוריקגיין צו וואו מיר זענען געווען, ביי קלעים 7 און 8.
-
שרגא ליפשיץ
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:10 pm
- Location: בארא פארק
- x 46
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@ברוך שאמר אויב מעגליך ביטע עס אהערשטעלן אויף א פי די עף.
-
מנחם קארפינקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
- x 88
Re: זענען די ציונים ימ"ש געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
זאגסט אז ס'קומט נאר ארויס אזוי ווען מ'ברענגט די צדדים, אבער איך האב מורא אז ער איז א קאליקער
וואס איך האב געזען ער פרעגט א 'קשיא' אז אין א"י איז דער רשע נישט אנגעקומען נאר אין אייראפע וואס דארט האט מען נישט עובר געווען אויף די שבועות, ווייסט ער נישט אדרבה די עיקר פעולות עובר צו זיין אויף די שבועות איז געטון געווארן אין חו"ל, ווי דער רבי שרייבט אז רוב כלל ישראל איז געווען פארכאפט דערין און ביי א שבועה ווערט מען נענש אפי' אויף א מחשבה
אין א"י איז אויך שוין דער רשע כמעט אנגעקומען נאר די ערליכע אידן האבן עס אויסגעבעטן בתפלה ותחנונים

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
אסאך הייליגער, מען באשולדיגט להבדיל רבי זכריה בן אבקילס אויב איך געדענק גוט זיין הייליגן נאמען.שכל הישר האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 12:05 pmאיז דא ערגעץ אין חז"ל אדער ראשונים וואס שטייט אז די בריונים זענען שולדיג אינעם חורבן???אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 10:40 amאיז דא איינער וואס רעכנט נישט דעם האלאקאוסט פאר די נאציס ימח שמם?איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:01 pm אז מ'קוקט אין חז''ל קען מען זעהן אז ביי די חורבן בית שני - ווען שווערער טויזענטע אידן זענען ליידער גע'הרג'ט געווארן דורך די רוימער, האבן ליידער אויך די אידן געהאט א חלק, די בריונים וכו' וואס האבן זיך גערייצט געפערלעך וואס האט אסאך גורם געווען ווי חז''ל דערציילן.
אעפ''כ ווערט די חורבן פארעכנט אויף די רוימים.
-----------
דאס האט מען פארשטאנען פון Think & Thank אויך.
וואס דו ברענגסט אז שפעטער ווען ער האט געכאפט אז מען רעדט נישט טעארעטיש נאר עכט פון אומברענגען מאסן אידן האט ער געטוישט מיינונג, קאן זיין.
Re: יצחק גרינבוים, דער כאילו בעל ה'איין קו' סטעיטמענט אין זיין למעשהדיגע פעולות הצלה.
@ברוך שאמרברוך שאמר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 8:20 am המשך פון דא
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 2:11 pm איך האלט אינמיטן אפשרייבן א לענגערע אנטווארט צו דיר (עס איז ערב פסח און כ'האב נישט אזויפיל צייט), אבער איך ציטיר דיין דאזיגע סטעיטמענט אלס א גוטע דוגמא ווי פארדרייט דיין מהלך איז ווען עס קומט צו באשליסן וואס איז פאקט און וואס איז דמיון.
איך האב נישט קיין דאקומענט וואס ציטירט דעם ימח שמו'ניק'ס סטעיטמענט איבער איין קי אין פאלעסטינע, אבער ר' מיכאל בער זצ"ל האט עס ציטירט אין זיין קול קורא וואס ער האט געשריבן אין תש"ח.
לדעתך איז דאך לפי זה א דבר פשוט אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער, היות דו גייסט דאך איבערווייזן פון קלארע דאקומענטן אז יצחק גרינבוים האט געארבעט מיט'ן לייב אין לעבן פאר די רעטונג פון אידן נישט קיין חילוק וואו זיי וועלן גיין.
די פראבלעם איז אז יצחק גרינבוים זעלבסט טענה'ט אז דו רעדסט נישט צו די זאך! אט איז וואס יצחק גרינבוים זעלבסט שרייבט אין זיין בוך בימי חורבן ושואה (און איך ברענג דוקא נישט פון שרופי הכבשנים מאשימים וואס ציטירט עס ווייל אלס שומר תורה ומצוות האט ער דאך נישט קיין נאמנות, נאר איך ברענג א סניפ פונ'ם בוך זעלבסט וואס איך האב האלבוועגס באוויזן צו עפענען אויף גוגל בוקס) וואס ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געבעטן צו נוצן די געלט פון קרן היסוד צו ראטעווען די אייראפעאישע אידנטום:
DRHBCUHO.JPG
יעצט זאג דו מיר וואס גרינבוימ'ס שיטה איז געווען בנוגע ראטעווען אידן אויפ'ן חשבון פון בויען א מדינה.
אוי, רבונו של עולם, ווי צעמישט דארף מען זיין און אנגעגעסן מיט שנאה צו פארדרייען פאקטן מיט אזעלכע ליגנטס, און דאס אלעס נאך כאילו אין דיין, באשעפער'ס, נאמען.
עס זעט אויס ווי א שיינע פאר האבן שוין געקלאטשט, קוק, דער Think and Thank האט דעליווערד!
דא האט ער אונז געברענגט שווארץ אויף ווייס וואס דער עוכר ישראל, ימח שמו'ניק וכו', האט אליין געזאגט.
אבער טייערע ר' @Think and Thank, דו ברענגסט דא די בעסטע ראיה וויאזוי די צעדרייטע שקרים-מאשין ארבעט.
און ניין, עס האט נישט קיין שייכות מיט יא פרום אדער נישט פרום; עס האט צו טון מיט גיין מיט דעם אמת. און זאל שוין די יעצטיגע תגובה אויך דינען אלס א לימוד אויפן ספר 'שורפי הכבשנים' און דעם וועג וויאזוי דאס איז צוזאמגעשטעלט.
איז אזוי, פון אן אויסצוג פון א פאר ווערטער, געקראפט פונקט ווי מען וויל כדי מען זאל נישט קענען זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, בויט מען בנינים.
דערנאך פוצט מען עס אביסל צו, מען מאכט א סלאגאן "איין קו" וכו', וואס איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן, און דאס חזר'ט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ביז דאס ווערט שוין פאקטן, פאקטן וואס יעדער ווייסט שוין.
און מיט דעם מאכט מען דעם מענטש וואס האט אויף זיין רעזומעי פילע השתדלותן און פאקטישע פעולות פאר הצלה (נישט קיין מעשיות פון חלומות וואס טוישן זיך יעדעס יאר ערב חנוכה), און יא נאך אזוי פיל ווי להבדיל הרב מיכאל בער, ער ווערט שוין יעצט גערופן דער עוכר ישראל, ימח שמו.
-----------------------------------------------------------------
איז פאר ווער עס וויל יא וויסן דעם אמת, לאמיר זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, און הויפטזעכליך א ביסל פון די פאקטישע דאקומענטירטע מעשים און פעולות.
די ווערטער פון גרינבוים זענען געזאגט געווארן בשעת א זיצונג פון די Zionist Actions Committee (ZAC), דער פראטאקאל פון דער זיצונג איז נאך אלס דא, און יעדער קען עס ליינען (דאס איז דער ארכיוו רעפערענץ - ZAC, 18.1.1943, S25/295, CZA).
דער שמועס איז געווען איבערן ניצן געלט וואס מען האט געזאמלט פון מענטשן, וועלכע האבן דאס געגעבן פארן ציל פון אויפבויען ארץ ישראל, און יעצט זאל מען דאס טוישן פאר פעולות הצלה.
ער האט דעמאלטס ביי יענער זיצונג געהאלטן און געזאגט אז מען זאל דאס נישט טון. זיין חשבון איז געווען סיי צוליב די נאמנות צו דעם וואס מענטשן האבן מנדב געווען פאר, און סיי אז נאכדעם וואס מען ראטעוועט איינעם, דארף זיין א פלאץ וואו ער זאל קענען קומען, און עס וועט אויספעלן אינפראסטרוקטור וכדומה; דעריבער האט ער געוואלט אז עס זאלן זיין צוויי באזונדערע קאסעס.
להבדיל, אין הלכות צדקה זענען אויך דא כללים און שמועסן וועגן משנה זיין געלט וואס ווערט געגעבן פאר א געוויסן צוועק, צו א צווייטן.
אבער פארשטענדליך אז דאס איז נאר אזוי לאנג ווי מען רעדט נישט פון פיקוח נפש, און דא איז דאך געווען א מצב פון פיקוח נפש - און אט דאס האבן די אנדערע באטייליגטע ביי דער זיצונג געטענה'ט, אז מען דארף אלעס געבן פאר הצלה. זיי האבן געזאגט אז "דאס איז וואס ציוניזם מיינט יעצט!" - אלעס צו טון צו ראטעווען מענטשן, און מען זאל געבן אלע סומעס, אפילו פאר פלענער וואס זעען אויס אביסל ווילד צי עס וועט מצליח זיין, און דאס זאל גיין פאר יעדן איינעם, צי ער איז א ציוני צי נישט, און אפגעזען צי ער וועט אמאל אנקומען קיין ארץ ישראל צי נישט.
מען האט אויך מציע געווען מען זאל זיך אריינלייגן אין א מאסן-קאמפיין צו שאפן וואס מער געלט, כדי עס זאל זיין מיט וואס צו ארבעטן. דאס איז טאקע געווען די החלטה פון די אפשטימונג, און דאס איז געווארן די אפיציעלע שטעלונג.
דער Jewish Agency Executive (JAE), וואס גרינבוים איז געווען א מיטגליד דערין, האט דערנאך מבטיח געווען אז עס וועט ארבעטן צו צושטעלן די פאנדן וואס אנדערע וועלן דארפן פאר מעשי הצלה, דאס איז דאקומענטירט אין די דריי דאקומענטן.HE, 27-28.1.1943, vol. 67M, HA; RC, 31.1.1943, S26/1239, CZA; MS, 10.2.1943, 24/43, LPA
און יעצט נאך א פאר פאקטן איבער דעם גרינבוים און זיינע פעולות:
- גרינבוים אליין, געציילטע וואכן שפעטער נאך וואס מער ידיעות זענען אנגעקומען, האט אנגעהויבן אליין צו שטופען דערפאר אז אלע פאנדן וואס שייך זאלן גענוצט ווערן פאר הצלה.
- ער האט אנגעפירט אקציעס צו שאפן געלט, און געפארן דערפאר קיין אמעריקע און דרום אפריקע, וואו ער האט מסביר געווען פאר וועמען ער האט נאר געקענט די וויכטיגקייט פון געלט פאר מעשי הצלה.
JAE, 24.1.1943, CZA; RC, five meetings, January 1943, S26/1237,1239, CZA; NC, Book of Documents, p. 343; HS, 15.3.1943, 10.35, HA
- ער איז געפארן קיין מצרים צו מאכן זיכער און קלארשטעלן אז מען זאל נוצן געלט פאר הצלה, אפילו אויב עס וועט נישט ברענגען די מענטשן קיין ארץ ישראל; מען זאל טון וואס מען קען פאר יעדן איינעם אן קיין שום הגבלות.
RC, 9.11.1943, S26/1239, and 23.11.1943, 19.1.1944, S26/1237; NC, 7.2.1944, J1/7256; all CZA; Barlas, Rescue in Days of Holocaust, p. 300
- ער ארבעט צו באקומען וויזעס קיין אויסטראליע און נאך לענדער, און אז מען זאל ראטעווען אלע אידן, אפילו אלטע און קראנקע.
Gruenbaum, JAE, 14.9.1944, CZA
- אין א בריוו שרייבט ער, אז ווי מער געלט עס וועט זיין, אלס מער אידן וועט מען קענען ראטעווען; אין דאס איז בעצם די גרויסע ציוניסטישע ארבעט, און פאר דעם זענען מיר דא.
Gruenbaum to Marks, 8.6.1944, S26/1089, CZA
- עס זאל נישט זיין קיין שום לימיט אויף די סכומים וואס מען גיט צו ראטעווען א איד.
RC, 4.11.1943, S26/1237, CZA; HE, 16,29-30.12.1943, vol. 69M, and 27.1.1944, vol. 70M
- ער שטופט די אליאירטע אז זיי זאלן אנטראגן אויסצוטוישן דייטשן וואס געפינען זיך ביי זיי, פאר אידן וואס געפינען זיך ביי די דייטשן.
Gruenbaum, 16.3.1943, S26/1255, and 6,14.6.1943, A127/543, CZA; DBG, JAE, 29.11.1942, 6.12.1942, 28.2.1943, CZA
- ווען מען האט געהאנדלט איבער די יואל ברענד (Joel Brand) שליחות פאר אן אויסלייז פלאן, האט ער פארלאנגט מען זאל קלארשטעלן פאר די דייטשן אז מען דארף תיכף ומיד אפשטעלן די הריגות פון אונגארישן אידנטום, וויסנדיג אז יעדן טאג איז א גווינץ.
JAE, 18.6.1944, CZA
- ער קלאגט אויף דעם וואס די אליאירטע האבן מפרסם געווען די ברענד שליחות, וואס דורך דעם איז עס קאליע געווארן.
Gruenbaum, JAE, 23.7.1944, CZA
- ער האט אנגעפירט א קאמפיין צו באאיינפלוסן די אליאירטע כוחות צו באמבארדירן אוישוויץ. אויסער אמעריקע און בריטאניע, האט ער אויך געשיקט מעסעדזשעס צו סטאלין אים צו באאיינפלוסן; ער האט פארשאפט און געשיקט בילדער און צייכענונגען פון אוישוויץ צו העלפן דאס אויספירן, און ער האט געקרעכצט אויף דעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעדרייט, הגם לויט זיין פארשונג האבן זיי געהאט די מעגליכקייט דאס צו טון.
- ער האט אויך פארגעשלאגן אז מען זאל געבן די אויפגאבע פאר די פוילישע אונטערגרונט זיך אריינצובאקומען אין די לאגערן, כדי צו באפרייען די אידן פון דארט.
Report on Gruenbaum-Pinkerton meeting, 7.6.1944, and Pinkerton's answer, 23.6.1944, S26/1232, CZA; Cables sent Z4/14870 and A127/544, CZA; Gruenbaum to Stalin, 18.1.1945, S26/1232, CZA; Rabbi Benjamin to Shertok, 25.5.1944, S26/1251, CZA; Rabbi Benjamin in Ha'aretz, 9.6.1944, and Bamishor, 29.6.1944
- ער ארבעט אויף אלע פראנטן אז מען זאל לייגן דרוק אויף הארטי (Horthy) פון אונגארן נישט צו לאזן ממשיך זיין מיט די דעפארטאציעס פון אידן.
JAE, 20.10.1944, CZA
גענוג? ווייל עס איז דא נאך; פאר מער קען מען זע אין דעם ביכל פון איבער 700 בלעטער.
Arrows-in-the-dark.jpg
Arrows in the Dark (Volumes 1 and 2).pdf
און דאס איז דער מפתח וואו גרינבוים ווערט דערמאנט.
Gruenbaum, yitzhak.jpg
המשך דא
איך האב שטארק הנאה פון דיין ארבעט פון שטעלן זאכן אין פלאץ. אבער דאך, פראפארציע אויף דעם עוכר ישראל גרינבוים. ער איז א עוכר ישראל לאו דווקא וועגן אידיש בלוט, נאר וועגן דערצערנען דעם אייבערשטן כל ימי חייו.
רבינו אהרן קדוש ה' זי"ע וואס האט כל ימיט מלמד זכות געוועהן אויף רשעים [שלא כפי הכללים המבוארים בסו' מאש"ש] האט געזאגט אויף אים "דער איז נאך אין פוילן געוועהן א צדיק וישר, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן א מפלה".
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
איבער די אייראפע פלאן, און נתן שוואלב
המשך פון דא
פאר מיר גייען צו קלעים 7, וויל איך א ביסל דורכשמועסן דעם אייראפע פלאן פון הרב מיכאל בער ווייסמאנדל, און די ראלע וואס נתן שוואלב האט דערין געשפילט.
איינע פון די פלענער און פרואוון אויסצולייזן אידן איז געווען דער אייראפע פלאן. דער פלאן האט זיך אנגעהויבן מיט הרב מיכאל בער'ס איינפאל צו געבן שוחד פאר סלאוואקישע און דייטשע באאמטע אין סלאוואקיי, כדי אפצושטעלן די דעפארטאציעס.
הרב מיכאל בער האט געברענגט דעם געדאנק צו זיין קוזינע, פרוי גיזי פליישמאן, וועלכע איז געווען אן אקטיווע ציוניסטישע פירער. זי האט געגרינדעט 'ויצו', א ציוניסטישע פרויען פארטיי, און איז אויך געווען אויף די בארד פון די ציוניסטישע הסדרת אין סלאוואקיי.
דעמאלטס, אינמיטן די מלחמה, איז זי אויך געווען א טייל פון די Working Group א קאאליציע פון עטליכע אידישע גרופעס.
נאך וואס רב מיכל בער האט פארגלייגט זיין פלאן פאר פליישמאן, האט זי געפילט אז דער געדאנק קען ארבעטן און האט עס אנגעהויבן שטופען; און פון דעמאלטס אן האט הרב מיכאל בער אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיט איר.
מיט דער צייט איז דער פלאן אויסגעברייטערט געווארן צו א מער כללות'דיגע געדאנק וואס זאל ארייננעמען אידן פון אנדערע לענדער, מיט'ן ציל צו צאלן עטליכע מיליאן דאלאר אלס אויסלייז געלט.
די פרטים ארום דעם פלאן און די שטאפלען זענען היפש קאמפליצירט, פונקט ווי די אנדערע עטליכע אזעלכע געדאנקען וואס זענען ארויפגעקומען דורך די מלחמה, אזוי ווי די ברענד שליחות (וואס איז געווען שפעטער), מיט פילע שפילערס און שטאפלען.
הרב מיכאל בער שרייבט די פרטים פון זיין שטאנדפונקט, אבער פאר א מער פילער בילד פון וואס עס האט זיך אפגעטון אין פיל אנדערע מדינות ארום דעם פלאן, וואלט איך געראטן צו זען דער פרק אויף דעם אין דער ביך Arrows in the Dark (vol 1 pg 212-238) - דארט זענען אויך דא די מראי מקומות צו די דאקומענטן.
זיי נישט באזארגט, ער גיט דארט די פולע קרעדיט פאר הרב מיכאל בער פארן דאס ארויפברענגען, שטופען, און טון וואס ער האט נאר געקענט דערפאר, אריינגערעכנט זיין גאונישע ארבעט מיט די פאלשע בריוו וכדומה. - עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז ווען דער פלאן איז געשיקט און באהאנדלט געווארן אין ארץ ישראל און אין נאך פלעצער, פלעגט עס צומאל גערופן ווערן דער "סלאוואקישער רבנים פלאן" אדער דער "רבנים פלאן", טאקע צוליב הרב מיכאל בער.
------------------------------------------
כעת לענינינו, גלייך אין אנפאנג האט פליישמאן געשיקט צו איינעם נתן שוואלב, וואס איז דעמאלטס געווען אין שווייץ אלס א ממונה פון 'החלוץ' - א ציוניסטישע יוגנט ארגאניזאציע. זי האט פון אים געבעטן הילף, און אויך זיך צו פארבינדן מיט די גרעסערע ציוניסטן אין ארץ ישראל.
דער סיבה צו נוצן א שליח איז גווען וויל בשעת די מלחמה איז אפילו פשוט'ע קאמוניקאציע קיין ארץ ישראל פון די לענדער אונטער דייטשלאנד געווען היפש שווער, וויבאלד בריטאניע איז דאך געווען אין מלחמה מיט דייטשלאנד. שווייץ איז געווען א נייטראלע לאנד, און איז גענוצט געווארן ווי א בריק.
בכל אופן, זי האט געוואלט ער זאל רעדן מיט די חברה אין ארץ ישראל, זיי זאלן העלפן פון זייער זייט, משפיע זיין אויף די ארגאניזאציעס מיטצוארבעטן, און אויך שאפן געלט. – מען האט דאן געדארפט צוויי הונדערט טויזנט דאלאר, אלעס דאון פעימענט, און נאך אסאך צו שוחד'ן קליינע און גרויסע באאמטע.
נתן האט דאס טאקע געשיקט קיין ארץ ישראל און מסביר געווען דעם פלאן. פון אנפאנג איז געווען א היפשע צעמישעניש איבער וואס דער פלאן איז, צי עס איז נאר פאר סלאוואקיי אדער אויך פאר אנדערע ערטער. בכל אופן, נאכן באקומען דעם בריוו פון נתן, האט גרינבוים (יא, יענער גרינבוים) גערופן צו די אפיצירן פון די World Jewish Congress (WJC) אין שווייץ, אז זיי, די ציוניסטישע קנאקערס אין ארץ ישראל, ווילן מען זאל ארבעטן אויף דעם פלאן און טון וואס עס פעלט זיך אויס.
דערנאך האט זיך אנגעהויבן א געיעג צו שאפן די ריזיגע סומע, און בעיקר דאס אריינצובאקומען קיין סלאוואקיי אין די פאָרעם פון קעש. אזוי ווי קאמוניקאציע איז געווען שווער פון ארץ ישראל קיין סלאוואקיי, איז געלט צו שיקן געווען נאך צען מאל מער שווערער; ענגלאנד האט נישט געלאזט שיקן געלט, און זיכער נישט אז עס זאל אנקומען צו די עס-עס, דאס זעלבע איז געווען מיט אמעריקע.
ווידער דורך שווייץ איז יא געווען וועגן, נאר מען האט דאס געדארפט כשר'ן און דרייען כדי צו פארבלענדן די זאך.
דא איז נתן ווידער אריינגעטרעטן אין דער זאך; ער האט געשיקט בריוו צו די ציוניסטישע פארשטייער אין איסטאנבול, טערקיי – וואס דער פלאץ האט אויך געדינט ווי א געוויסע בריק – און ער בעט מען זאל טרעפן וועגן צו ברענגען געלט. ער האט גשרבין אויך אז ער גלייבט און דער מעגליכקייט פונעם פלאן און ווי וויכטיג עס איז צו טון וואס מען קען (דאס איז געווען א וויכטיגע זאך, ווייל אסאך האבן געהאלטן אז דער פלאן איז בלויז א שפיל פון די נאציס און א חלום, אויך היינט קוקן עס אסאך אן אזוי).
נתן האט זיך אויך געוונדען צו די Joint Distribution Committee (JDC) א אידישע אבער נישט ציוניסטישע ארגאניזאציע, און ער האט מצליח געווען אויף זיי משפיע צו זיין ארויסצוגעבן הונדערט טויזנט דאלאר [איך ווייס נישט צי עס איז געווען א הלוואה אדער נישט].
און דערנאך דורך שמוגלען דיאמאנטן דורך איסטאנבול, טערקיי, האט מען מצליח געווען צו אריין באקומען נאך א הונדערטער טויזנט, וואס דאס איז נאך עטליכע שטאפלען אנגעקומען קיין סלאוואקיי.
אבער ווען עס איז שוין אנגעקומען דארט, איז עס שוין געווען נאכן דעדליין, און דער רשע וויסליצעני האט געזאגט אז זאכן האבן זיך געטוישט און זיין אויבערהארן האבן מחליט געווען נישט ווייטער צו גיין מיט דעם פלאן. פארשטייט זיך אז דאס טאשן געלט וואס ער אין נאך אסאך האט באקומען, האט ער נישט צוריקגעגעבן; ער האט צו דער זייט דעמאלטס גענומען נאך צען טויזנט, אלעס א הקדמה צו זען וואס ער קען נאך טון צוריק צו ברענגן עפעס א פלאן.
רב מיכאל בער און פליישמאן האבן ביידע געפילט, אז ווען דאס געלט קומט ווען פריער, וואלט דער פלאן געהאט א שאנס צו ארבעטן און די נאציס וואלטן געהאלטן ווארט. זיי זענען ביידע געווען ברוגז אויף דעם וואס פאר זיי האט אוסגעזען ווי סתם צייט שלעפריי.
פליישמאן איז געהרגעט געווארן אין אוישוויץ הי"ד, און רב מיכאל בער האט אראפגעשפרינגען פון דער באן און זיך אויסבאהאלטן ביזן סוף פון דער מלחמה; זיין משפחה אבער האט ער פארלוירן אין אוישוויץ. נאך דער מלחמה האט ער געשריבן דעם ספר מן המיצר, מיט זיין זכרון און בליק אויף די געשעענישן, - ער איז אוועק אינמיטן שרייבן, און האט נישט באוויזן עס צו ענדיגן און עורך זיין.
-----------------------------------------
און יעצט צו דער שאלה, אויב דער פלאן וואלט טאקע געארבעט ווען דאס געלט קומט פריער? דאס איז א גוטע שאלה!
דאס אז עס זאל האבן געארבעט אויף א גרויסן פארנעם צו ראטעווען גאר אסאך אידן, האלטן פילע אז היטלער וואלט דאס שוין דעמאלטס נישט דורכגעלאזט. און ער איז געווען א דיקטאטאר וואס קיינער האט זיך נישט געוואגט צו טון אנדערש ווי ער זאגט. אפילו אזוי שפעט ווי דריי וואכן פאר היטלער האט זיך גענומען דאס לעבן, ווען עס איז שוין געווען קלאר אז די מלחמה איז פאר דייטשלאנד פארלוירן, זענען געווען אזעלכע וואס האבן פרובירט צו פארהאנדלען מיט הימלער ימ"ש – דער פירער פון די SS און דער בעל החלטה איבער אלע אידן אין די לאגערן – איבער ארויסלאזן גרופעס פון גיין אויף די טויט-מארשן.
האט ער געזאגט, אז וואס מען רעדט דארף בלייבן א סוד, ווייל אויב היטלער וועט הערן עפעס דערפון, וועט ער אים הייסן עס נישט צו טון, און ער וואלט אים געפאלגט - אפילו הימלער וואלט באמת דעמאלטס פשוט געקענט טון וואס עס שמעקט אים. און מען האט אים געפערט זאכן וואס וואלטן אים פערזענליך צוניץ געקומען, אבער ער האט געזאגט אז ער קען עס נישט טון אויב ער באקומט אזא באפעל פון היטלער (Arrows in the Dark vol 2 pg 58).
אייכמאן ימ"ש האט נאך די מלחמה אין אן אינטערוויו, און אויך ביי זיין משפט, געזאגט אז די פלענער (ער האט גערעדט פון די "בלוט פאר טראקס" פלאן פון בראנד'ס שליחות) זענען אין זיינע אויגן קיינמאל נישט געווען געצילט כדי עס זאל עפעס ווערן; עס איז בלויז געווען צו חוש'ן, געווינען צייט, און בעיקר פרובירן דורך דעם צו מאכן א קשר מיט אמעריקע און בריטאניע, און דערנאך ארבעטן אויף א שלום אפמאך מיט זיי אליין אן רוסלאנד.
אבער אויף א קליין פארנעם, שטיל און פון דער זייט, איז יא דא מער וואס האלטן אז עס וואלט אפשר געווען מיט וואס צו ארבעטן, צו ראטווען עפעס אידן. און פאר אונז אידן, אויב עס איז אמת אז עס וואלט געקענט אויף סיי וועלכע אופן העלפן אז נאך איין איד זאל איבערלעבן, און דאס איז פארפאסט געווארן, איז עס א ריזיגע ווייטאג.
למעשה, איז דער פרשה אין צומישעניש פון דעם, א חלק אין דער קאטאסטראפע פון דער מלחמה.

קלעים 7 בשעת מען האט נעבעך פארגאזט זעקס מיליאן אידן, האבן זיך די ציונים ממש געפרייט און דערקלערט מיט זייער סלאגאן "רק בדם תהיה לנו הארץ" – זיי האבן זיגרייך דערגרייכט זייער ציל!
דאס איז שקר!
דער אויסדרוק 'רק בדם תהיה לנו הארץ' ווערט אזוי פיל מאל איבערגעזאגט, - דא אליינס אין דעם אשכול איז עס שוין עטליכע מאל געברענגט געווארן, און דאס איז דער שפיץ באווייז אז די ציונים האבן גאר געוואלט אז וואס מער מענטשן זאלן שטארבן.
עס ווערט אזוי פיל מאל געזאגט אין די חדר, אז עס ווערט שוין דארט אנגעקוקט ווי דער סלאגאן פון די ציונים בשעת דער מלחמה.
אבער וואס איז גאר אינטערעסאנט, איז אז אויב דאס איז טאקע געווען דער סלאגאן און מיינדסעט ביי די ציונים, דאמלס פארוואס ווייסט קיינער נישט דערפון פון די ציוניסטישע זייט?
פארוואס טרעפט מען עס נישט אין זייערע דאקומענטן, רעדעס, דרשות אדער צייטונגען? זילטש, נאדא, גארנישט!
אבער וועסטו פרעגן: רב מיכל בער ברענגט עס דאך יא?
יא, ער ברענגט עס, - אבער טאקא נאר ער ברענגט עס, און דאס אויך זעט אויס ווי בהכרח איז דא גווען עפעס א מיספארשטענדניש.
פארוואס?
ווייל דער זעלבער נתן שוואלב, וועמען רב מיכל בער פארשטייט צו זיין דער שרייבער פון דעם בריוו פון 'רק בדם', ער אליינס האט דאך געשריבן בריוו ארויסצוברענגען ווי וויכטיג עס איז צו שאפן געלט פאר דעם פלאן; ער איז אויך געווען אקטיוו אין מסדר זיין אלעס וואס ער האט געקענט פון וואו ער איז געווען (אזוי אויסגעשמועסט דא).
איז אויב אזוי, וואס גייט פאר מיט אים? אין איין סעט בריוו האלט ער פון דעם פלאן און ארבעט דערויף, און ווידער אין איין בריוו האלט ער בכלל נישט פון ראטעווען די אידן פון אייראפע, און ער שלאגט גאר פאר אז עס איז א טובה אז זיי זאלן שטארבן?
ערגעץ וואו האבן מיר א טעות אין אים פארשטיין, די שאלה איז נאר וואו; איז לאמיר זיי שטעלן איינס אקעגן דעם צווייטן:
מצד אחד, זענען דא עטליכע בריוו וואס יעדער קען זען, עס איז גלוי לכל העמים. עס זענען אויך דא די מקבלים פון די בריוו וואס רעאגירן און טוען פעולות צוליב דעם, ווי שווערצן געלט, שיקן טעלעגראמעס, וכדומה.
מצד שני, איז דא א בריוו וואס:
און וויבאלד דו ווייסט נישט קלאר וואס עס איז געשטאנען אין דעם בריוו, וואס רב מיכל בער האט לכתחילה געזען, ווייסטו דאך אפילו נישט ווי און וואס צו דן זיין.
יעצט לייג צו צו דעם, אז ווען נתן איז געפרעגט געווארן וועגן א בריוו וואס ער זאל האבן געשריבן אז עס איז גוט אז מענטשן זאלן שטארבן אין אייראפע, האט ער רעאגירט אז ער האט קיינמאל נישט געשריבן אזא זאך.
און ווען עס איז געווארן פון דעם א גאנצע פרשה, אז מען האט דאס דערמאנט ביי עפעס א פלעי און ענגלאנד, איז ער אריבער אין קאורט און געפיילט א לייבל (libel) קעיס, דהיינו אז מען איז מוציא שם רע אויף אים.
ער איז געווען גרייט דאס צו איבערצייגן, און עס וואלט געווען גאר גרינג פאר אים דאס צו טאן אין קאורט, האבנדיג אפיציעלע אוועקגעלייגטע בריוו וואס זענען געווען אינגאנצן פארקערט פון דעם פאלשן בריוו.
בנוסף צו דעם אלעם, זע אויך אין דער ספר 'בימי מצור ומצוק' (עמ' 157), וואס איז מציע צו פארשטיין אפילו די ווערטער וואס 'מן המיצר' ברענגט, אז דאס אליין זאל בכלל נישט מיינען א זיך אפשאקלען פון וועלן ראטעווען מענטשן, נאר גאר עפעס אנדערש; און דאס וועט שטימען גוט מיט וואס מיר ווייסן איבער נתן און זיין ארבעט צו שאפן און שיקן געלט פארן אייראפע פלאן.
אלזא, בסך הכל בכלל צו זאגן אז דער אויסדרוק רק בדם תהיה לנו הארץ, איז גנצוט גווערן אלס א צייכן אז מען דארף לאזן אידן שטארבן אין אייראפע, איז עפעס וואס האט נישט קיין נארמאלן מקור.
אבער לאמיר שוין פארגעסן פון אלעס ביז אהער – און דו וועסט זיך וועלן עקשנ'ען אז נתן האט יא געמיינט, אז מען דארף לאזן אידן שטארבן אין אייראפע - איז יעצט, אז איין פריקטער מענטש זאגט דאס, גייסטו דאס ארויפשמירן אויף א ריזיגע קבוצה פון מליאין מענטשן?
אז זיי אלע האבן זיך גאר געפרייט אז אידן ווערן געהרגעט? דאס איז שוין א טיפושת. און פארגעס נישט אז הרב מיכאל בער זאגט אליין אז פליישמאן, אפילו זי איז געווען א ציוני, האט בכלל נישט געקענט הערן אזא מין מהלך המחשבה אז עס זאל אויף סיי וועלכע אופן זיין גוט אז אידן שטארבן.
-------------------------------------------------
הערה:
בנוגע דאס וואס דער שרייבער Sammy Kaufman לייגט פאר, וועגן זיין שמועס מיט נתן און אים אויספארשן, זעט מיר נישט אויס די גנצא זאך ווי עפעס ווער ווייסט וואס.
יא, אויף די ממש גאר וויכטיגע שאלה: ווען און פון וועם ער האט דאס ערשטע מאל געהערט וועגן די בריוו אין 'מן המיצר', האט ער זיך אפשר פארמישט ווען ער האט געענטפערט – צי א יאר פריער אדער שפעטער, דער מענטש אדער א צווייטער. נו, וואס איז וועגן דעם?
עס איז שטארק מעגליך אז ער האט געדענקט מענטשן און בערך די צייטן ווען ער האט גערעדט איבער די נושא פון דער מלחמה און פעולות הצלה, און ער האט פשוט אויסגעמישט די מענטשן און די צייטן איינס מיט דאס צווייטע.
געדענק, ער איז אויך שוין דעמאלטס אלט געווען בערך אכציג יאר. אויך דער וועג וויאזוי קויפמאן לייגט אראפ זיינע שאלות צו נתן, מיט א רייע אויסצוגן פון ביכער, האט נתן מן הסתם געפילט ווי ביי א קרייץ פארהער, און מעגליך געשאסן דאס ערשטע זאך וואס איז אים ארויפגעקומען אויפן געדאנק.
בכל אופן, מאכט עס נישט אויס פארן עצם נושא; וואס עס זאל נאר נישט זיין די סיבה פון זיין אויסמישן, איז גארנישט אזוי שטארק ווי די דאקומענטן פון בשעת מעשה ביי די מלחמה, וואס זענען אוועילעבל פאר יעדן צו זען.
זעקס מיליאן אידן האט מען נעבעך פארגאזט, אין דער צייט וואס די ציונים זיצן און קלאפן זיך דעם בויך: רק בדם תהיה לנו הארץ!

- עס עקזיסטירט שוין נישט מער; אלעס וואס מיר האבן איז בלויז איינער וואס געדענקט צו האבן געלייענט דעם בריוו, און ער שרייבט אויף וואס ער געדענקט יארן שפעטער.
- ווען ער גיט איבער דעם בריוו, זאגט ער קלאר אז ער שרייבט יעצט נישט דעם לשון פונעם בריוו אליין, נאר דעם 'תוכן המכתב'.
- דער בריוו איז לכתחילה געווען געשריבן אין קאוד, נישט עפעס וואס מען קען לייענען אזוי ווי עס איז. רב מיכל בער האט דאס געדארפט אופלערנען כדי עס צו פארשטיין.
- דאס וואס רב מיכל בער שרייבט איז שוין נישט די קאוד-שפראך אליין, נאר איבערגעשריבן אויף לשון הקודש לויט ווי ער האט פארשטאנען פונעם קאוד, אבער מיר קענען שוין נישט אליין זען דעם קאוד. חוץ די ווערטער 'רק בדם תהיה לנו הארץ' און 'אתם טיילו', וואס רב מיכל בער ברענגט עס יא אינעם ארגינעלן קאוד (לויט ווי ער געדענקט).
און וויבאלד דו ווייסט נישט קלאר וואס עס איז געשטאנען אין דעם בריוו, וואס רב מיכל בער האט לכתחילה געזען, ווייסטו דאך אפילו נישט ווי און וואס צו דן זיין.
יעצט לייג צו צו דעם, אז ווען נתן איז געפרעגט געווארן וועגן א בריוו וואס ער זאל האבן געשריבן אז עס איז גוט אז מענטשן זאלן שטארבן אין אייראפע, האט ער רעאגירט אז ער האט קיינמאל נישט געשריבן אזא זאך.
און ווען עס איז געווארן פון דעם א גאנצע פרשה, אז מען האט דאס דערמאנט ביי עפעס א פלעי און ענגלאנד, איז ער אריבער אין קאורט און געפיילט א לייבל (libel) קעיס, דהיינו אז מען איז מוציא שם רע אויף אים.
ער איז געווען גרייט דאס צו איבערצייגן, און עס וואלט געווען גאר גרינג פאר אים דאס צו טאן אין קאורט, האבנדיג אפיציעלע אוועקגעלייגטע בריוו וואס זענען געווען אינגאנצן פארקערט פון דעם פאלשן בריוו.
בנוסף צו דעם אלעם, זע אויך אין דער ספר 'בימי מצור ומצוק' (עמ' 157), וואס איז מציע צו פארשטיין אפילו די ווערטער וואס 'מן המיצר' ברענגט, אז דאס אליין זאל בכלל נישט מיינען א זיך אפשאקלען פון וועלן ראטעווען מענטשן, נאר גאר עפעס אנדערש; און דאס וועט שטימען גוט מיט וואס מיר ווייסן איבער נתן און זיין ארבעט צו שאפן און שיקן געלט פארן אייראפע פלאן.
אלזא, בסך הכל בכלל צו זאגן אז דער אויסדרוק רק בדם תהיה לנו הארץ, איז גנצוט גווערן אלס א צייכן אז מען דארף לאזן אידן שטארבן אין אייראפע, איז עפעס וואס האט נישט קיין נארמאלן מקור.
אבער לאמיר שוין פארגעסן פון אלעס ביז אהער – און דו וועסט זיך וועלן עקשנ'ען אז נתן האט יא געמיינט, אז מען דארף לאזן אידן שטארבן אין אייראפע - איז יעצט, אז איין פריקטער מענטש זאגט דאס, גייסטו דאס ארויפשמירן אויף א ריזיגע קבוצה פון מליאין מענטשן?
אז זיי אלע האבן זיך גאר געפרייט אז אידן ווערן געהרגעט? דאס איז שוין א טיפושת. און פארגעס נישט אז הרב מיכאל בער זאגט אליין אז פליישמאן, אפילו זי איז געווען א ציוני, האט בכלל נישט געקענט הערן אזא מין מהלך המחשבה אז עס זאל אויף סיי וועלכע אופן זיין גוט אז אידן שטארבן.
-------------------------------------------------
הערה:
בנוגע דאס וואס דער שרייבער Sammy Kaufman לייגט פאר, וועגן זיין שמועס מיט נתן און אים אויספארשן, זעט מיר נישט אויס די גנצא זאך ווי עפעס ווער ווייסט וואס.
יא, אויף די ממש גאר וויכטיגע שאלה: ווען און פון וועם ער האט דאס ערשטע מאל געהערט וועגן די בריוו אין 'מן המיצר', האט ער זיך אפשר פארמישט ווען ער האט געענטפערט – צי א יאר פריער אדער שפעטער, דער מענטש אדער א צווייטער. נו, וואס איז וועגן דעם?
עס איז שטארק מעגליך אז ער האט געדענקט מענטשן און בערך די צייטן ווען ער האט גערעדט איבער די נושא פון דער מלחמה און פעולות הצלה, און ער האט פשוט אויסגעמישט די מענטשן און די צייטן איינס מיט דאס צווייטע.
געדענק, ער איז אויך שוין דעמאלטס אלט געווען בערך אכציג יאר. אויך דער וועג וויאזוי קויפמאן לייגט אראפ זיינע שאלות צו נתן, מיט א רייע אויסצוגן פון ביכער, האט נתן מן הסתם געפילט ווי ביי א קרייץ פארהער, און מעגליך געשאסן דאס ערשטע זאך וואס איז אים ארויפגעקומען אויפן געדאנק.
בכל אופן, מאכט עס נישט אויס פארן עצם נושא; וואס עס זאל נאר נישט זיין די סיבה פון זיין אויסמישן, איז גארנישט אזוי שטארק ווי די דאקומענטן פון בשעת מעשה ביי די מלחמה, וואס זענען אוועילעבל פאר יעדן צו זען.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
קלעים 8 עס איז געווען א פלאן און א מעגליכקייט פאר א מיליאן אונגארישע אידן געראטעוועט צו ווערן, אבער די ציונים האבן דאס דוקא צושטערט, ווייל זיי האבן ענדערש געוואלט אז נאך א מיליאן אידן זאלן געהרגעט ווערן כדי צו צהעלפן דאס באקומען א מדינה פון דער יו-ען.
דאס איז ריין שקר!
עס האט נישט קיין שום אחיזה אין דער מציאות; פונקט פארקערט איז אמת. די וואס האבן געארבעט אויף דעם פלאן צו ראטעווען יהדות אונגארן זענען געווען ציונים, כמעט מהחלה ועד כלה.
קוקט ביי דער בראנד שליחות, וואס איז געווען דער פלאן פאר יהדות אונגארן – יואל בראנד, דער שליח וואס האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, איז געווען א ציוני.
צו וועמען ער איז געשיקט געווארן פארהאנדלען זענען געווען ציונים, און זיי האבן פראבירט וואס עס איז נאר שייך לויטן מצב. עס זענען טאקע געווען מיינונגס-פארשידנהייטן איבער די פרטים וויאזוי צוצוגיין דערצו, אבער דער ציל ביי אלעמען איז געווען צו ראטעווען. עס לוינט זיך אדורכצוגיין דעם פרק אין Arrows in the Dark איבער דעם (vol 2 pg 8-69).
פאר א דוגמה זע דעם מהלך און די שיטה וואס בן גוריון (יא, דער זעלבער בן גוריון, דער גרינדער פון דער מדינה) האט דעמאלטס געפאדערט:
אלזא, מיט וואס מיר בלייבן איז דאס וואס מיר האבן אנגעפאנגען: דער גאנצער געבוי פון די קלעימס איז פשוט א געמישעכץ פון ריינע נארישקייטן, געפלאכטן מיט אן אומוויסנשאפט היסטאריע, מיט א שיין ביסל ליגנט און דמיון, געפאקט אין א באקס פון א גאר שטארקן רצון אז עס זאל ווען זיין אזוי.
עס זענען דא נאך אסאך אנדערע זאכן אין יענע דרשה וואס זענען לטעמי נישט אמת, אבער שוין, גענוג געווען פאר יעצט! זייט געזונט!
המשך דא
מ'האט געקענט ראטעווען אלע אונגארישע אידן, א מיליאן אידן, זענען געגאנגען די ציונים, און אלעס אפגעווארפן, עס זאל נישט קענען דורכגיין.
ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ווי מער אידן עס וועלן שטארבן, אלס מער רחמנות וועט די יו-ען האבן אויף זיי, און זיי געבן די מדינה הטמאה, פוי!
דאס איז ריין שקר!
עס האט נישט קיין שום אחיזה אין דער מציאות; פונקט פארקערט איז אמת. די וואס האבן געארבעט אויף דעם פלאן צו ראטעווען יהדות אונגארן זענען געווען ציונים, כמעט מהחלה ועד כלה.
קוקט ביי דער בראנד שליחות, וואס איז געווען דער פלאן פאר יהדות אונגארן – יואל בראנד, דער שליח וואס האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, איז געווען א ציוני.
צו וועמען ער איז געשיקט געווארן פארהאנדלען זענען געווען ציונים, און זיי האבן פראבירט וואס עס איז נאר שייך לויטן מצב. עס זענען טאקע געווען מיינונגס-פארשידנהייטן איבער די פרטים וויאזוי צוצוגיין דערצו, אבער דער ציל ביי אלעמען איז געווען צו ראטעווען. עס לוינט זיך אדורכצוגיין דעם פרק אין Arrows in the Dark איבער דעם (vol 2 pg 8-69).
פאר א דוגמה זע דעם מהלך און די שיטה וואס בן גוריון (יא, דער זעלבער בן גוריון, דער גרינדער פון דער מדינה) האט דעמאלטס געפאדערט:
- אפילו אויב עס איז דא בלויז איין שאנס אין א מיליאן אז דאס וועט אדורכגיין, דארף מען ארבעטן אויף דעם (זייט 59).
- אפילו נאר כדי אפצוהאלטן די רוצחים פאר א שטיק צייט, לוינט עס זיך (זייט 27).
- אפילו פאר מענטשן וואס וועלן בכלל נישט קומען קיין ארץ ישראל, זאל מען אלעס טון (זייט 61).
אלזא, מיט וואס מיר בלייבן איז דאס וואס מיר האבן אנגעפאנגען: דער גאנצער געבוי פון די קלעימס איז פשוט א געמישעכץ פון ריינע נארישקייטן, געפלאכטן מיט אן אומוויסנשאפט היסטאריע, מיט א שיין ביסל ליגנט און דמיון, געפאקט אין א באקס פון א גאר שטארקן רצון אז עס זאל ווען זיין אזוי.
עס זענען דא נאך אסאך אנדערע זאכן אין יענע דרשה וואס זענען לטעמי נישט אמת, אבער שוין, גענוג געווען פאר יעצט! זייט געזונט!
המשך דא
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: יצחק גרינבוים, דער כאילו בעל ה'איין קו' סטעיטמענט אין זיין למעשהדיגע פעולות הצלה.
די פסוק זאגט אין משלי (י"ז ט"ו) מַצְדִּיק רָשָׁע וּמַרְשִׁיעַ צַדִּיק תּוֹעֲבַת ה' גַּם שְׁנֵיהֶם. איז דא א טייטש פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע, אז איינער וואס איז מלמד זכות אויף רשעים, כאטש עס איז א דבר חמור מאוד, קען מען מלמד זכות זיין אז דער מענטש איז בטבע א ווייס זעער, ער זעט יעדע זאך מיט א פאזיטיווע בליק. די זעלבע זאך ווען איינער איז מלמד חוב אויף א צדיק, קען מען אויך פארענטפערן אז ער איז בטבע א שווארצקוקער. וואס טוט זיך אבער איינער וואס די צדיקים קוקט ער אן שווארץ און די רשעים ווייס? אזא איינער האט שוין נישט קיין שום לימוד זכות. זאגט דער פסוק מצדיק רשע ומרשיע צדיק, איינער וואס איז מצדיק דעם רשע און מרשיע דער צדיק, תועבת השם גם שניהם, איינער וואס האט די ביידע שלעכטע זאכן איז תועבת השם ווייל אויף אים איז נישטא קיין שום פארענטפערונג.
לעניננו, קודם האסטו טאקע פרובירט צו שרייבן נייטראל, סיי די שפראך און סיי די תוכן, אבער ווען מען האט אנגערירט די האקעלע פונקטן ביזט ארויס פון די גלייזן און אפגעשריבן א לאנגע פאוסט וואס שפריצט סיי מיט אן אויסטערלישע שנאה צו ערליכע אידן און א שטארקע נטיה אוועקצומאכן יעדע גוטע זאך וואס זיי האבן געטון, און אין די זעלבע צייט איז די זעלבע פאוסט איין גרויסע טשאלנט פון ליגנטס, חוש'ערייען, השערות און דמיונות, אלעס פאר'ן ערהאבענעם ציל צו פארטיידיגן די רשעים עוכרי ישראל וואס אויסער אפ'שמד'ן צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיי אויך אקטיוו געארבעט צו שטערן די הצלה פון הונדערטער טויזנטער אידן. האסט אפילו נישט פארגעסן צו נוצן דעם לחש וואס אלע זייפנים, מסלפים און שקרנים האבן גענוצט במשך הדורות ובפרט די לעצטע 150 יאר, 'איך זוך נאר דעם אמת'. דא לאכט מען. עס איז גוט אז דו האסט מגלה געווען דיין פרצוף, ווייל ווען מען ווייסט מיט וועם מען האנדלט איז שוין גרינגער.
איז אזוי. בנוגע די לינק וואס דו האסט געשטעלט וואו מען קען כלומר'שט זען די דאקומענטן וואס דו צייכנסט צו, נאכ'ן זיך ארומשפילן א שיין ביסל צייט (אין קיאסק ווייל דער פילטער אויף מיין קאמפיוטער האט געמאכט קונצן מיט בכלל עפענען די סייט) קוקט אויס אז דאס איז נישט אמת, מ'קען דארט נישט זען די דאקומענטן וואס דו צייכנסט צו. קען זיין אז איך בין זיך טועה, כ'בין פארט נאר א מענטש, ואדרבה - אויב קען מען יא, ביטע שטעל א לינק צו די ערשטע דאקומענט וואס דו ברענגסט (די פראטאקאלן פון די וועד הפועל הציוני פון יאנואר 18 1943).
אויף דערווייל וועל איך דיר געבן די בענעפיט אף דאוט (כאטש לויט'ן חפץ חיים איז יתכן אז כ'טאר נישט) אז דו האסט נישט גע'חוש'ט במזיד, און די זאכן אויף וואס דו האסט אנגעצייכנט א דאקומענטן וועל איך נישט בארירן ביז דו האסט א שאנס צוצושטעלן א מקור וואו דער עולם דא זאל עס קענען זען. איך וועל דעריבער יעצט זיך בעיקר באציען צו דיינע איבריגע סטעיטמענטס און דעקלעראציעס צו וואס דו האסט נישט צוגעצייכנט קיין שום מקור.
און דאס איז חוץ מזה וואס די פורים תורה אז גרינבוים'ס דאגה איז געווען נוצן געלט פאר א צווייטע צוועק ווי עס איז באשטימט געווארן איז סתם אזוי אויסגעזויגן פון פינגער (כ'ווייס נישט צו דיינס אדער דו זאגסט נאך איינעם), ווי מען קען קלאר זען אין די פראטאקאלן פון יענע מיטינג און ווי כ'וועל בעזר השם איבערווייזן ווי נאר דו ווייזט אן וואו מיר קענען זען די פראטאקאלן.
און דיין ליגנט אז גרינבוים האט פשוט נישט געוואוסט פון די רציחות, ווערט ווייטער אפגעפרעגט דורך דער רוצח זעלבסט. מער ווי א חודש פאר די מיטינג האט יצחק גרינבוים שם רשעים ירקב אליינס מודה געווען ברבים אז ער האט שוין געוואוסט איבער די שחיטות אין פוילן פאר עטליכע חדשים, און האט זיך פארענטפערט פארוואס ער האט גארנישט געטון ווייל ער האט נישט געוואוסט די פרטים. דאס הייסט אז יעצט איז ער שוין מודה אז מען דארף טון אלעס אין די וועלט זיי צו ראטעווען. די דאזיגע הודאה איז געווען געדרוקט אין די ציוניסטישע צייטונג 'הבוקר' אום דעצעמבער 7, 1942, אינמיטן פעידזש 2, ארום זעקס וואכן פאר די מיטינג וואו דער רוצח האט אנטזאגט יעדע פארלאנג צו נוצן די געלטער פון קרן היסוד צו ראטעווען די פוילישע אידן. אויסער די לינק שטעל איך אהער א סקרינשאט פון די צייטונג: סאו יא, די מצדיק רשע'דיגע תירוץ אז ער האט נישט געוואוסט ווי ווייט די רציחות גייען קומט זעהט אויס פון גרינבוים זעלבסט, אבער איז פרעך שקר ווייל זעקס וואכן נאכ'ן שוין יא געוואויר ווערן האט ער זיך ווייטער גע'עקשנ'ט נישט צו געבן געלט פון קרן היסוד.
זאגסטו אז נאכ'ן נישט קענען ברעכן דעם הארטנעקיגן רשע גרינבוים ימ"ש אז ער זאל ארויסגעבן פון זיין קאסע, האבן די אנדערע באטייליגטע ביי די אסיפה פון די וועד הפועל הציוני - וועלכע זענען נישט געווען אזוי בלינד מחמת ציונות און האבן יא געוואלט ראטעווען אידן און האבן פרובירט זיך צו טענה'ן מיט גרינבוים - מחליט געווען אז בלית ברירה גייט מען גיין שאפן געלט צו ראטעווען אידן, אנשטאט נוצן די אוצרות וואס קרן היסוד האט באזיצט. דאס ווייזט אז וואס? אז גרינבוים האט נישט געהאלטן די ציוניסטישע צוועקן וויכטיגער ווי ראטעווען אידישע לעבנס?
אה, די אגענץ וואו גרינבוים איז אויך געווען א מיטגליד, האט אויך צוגעזאגט צו שאפן געלט. טאקע א שטארקע פירכא בנגוע גרינבוים'ס שיטות און פעולות
.
און יעצט וועל איך ציטירן דיינע לשונות של זהב וואס דו האסט געשריבן אויף מיין פאוסט - נאכאמאל, די פאוסט וואס דו אליין אין דיין הסבר האסט געשריבן גענוי די זעלבע מציאות ווי מיר:
דאס אלעס בנוגע דיין אזויגערופענע אמת, אויף וואס עס פאסט זיך שטארק די פסוקים אין ישעיה (ה' כ'-כ"ג) הוֹי הָאֹמְרִים לָרַע טוֹב וְלַטּוֹב רָע שָׂמִים חֹשֶׁךְ לְאוֹר וְאוֹר לְחֹשֶׁךְ שָׂמִים מַר לְמָתוֹק וּמָתוֹק לְמָר: הוֹי חֲכָמִים בְּעֵינֵיהֶם וְנֶגֶד פְּנֵיהֶם נְבֹנִים: הוֹי גִּבּוֹרִים לִשְׁתּוֹת יָיִן וְאַנְשֵׁי חַיִל לִמְסֹךְ שֵׁכָר: מַצְדִּיקֵי רָשָׁע עֵקֶב שֹׁחַד וְצִדְקַת צַדִּיקִים יָסִירוּ מִמֶּנּוּ:
(אגב, געקראפט האב איך (די איין זאך וואס איך האב געקראפט), ווי איך האב שוין געשריבן, ווייל נאר אזויפיל האב איך געקענט עפענען אויף גוגל דאקס. איך האב אבער נאך נעכטן ביינאכט ריקוועסטעד (און געצאלט!) פאר די נעשינעל לייברערי אף איזראעיל זיי זאלן מיר סקענען און שיקן פינף בלאט בעפאר און פינף בלאט דערנאך, טאקע ווייל כ'האב זיך פארגעשטעלט אז אזא מסלף און שקרן ווי כבודו וועט זיך פרובירן אנצוכאפן דערויף.) אגב דאגב, דאס וואס דו שרייבסט מיט אזא ביטול איבער דמיונות וואס טוישן זיך, ר' מיכאל בער'ס פעולות זענען דערווייל קיינמאל נישט געטוישט געווארן. דו ווייסט וואס איז געטוישט געווארן לויט דיינע אייגענע ווערטער? די כלומר'שטע פעולות הצלה פון גרינבוים, קאסטנער און די אנדערע רשעים, וואס דו אליין האלטסט אין איין מסביר זיין אז מען דארף קוקן אויף די לעצטע גירסא פון זייערע פעולות...
די דאזיגע סטעיטמענט אז עטליכע וואכן נאך די מיטינג אין יאנואר איז אנגעקומען צו גרינבוים פרישע ידיעות וואס האבן ענדליך געמעטשט זיין קרייטעריע פאר ווען מ'מעג יא נוצן קרן היסוד געלטער צו ראטעווען אידן איז, פארשטייט זיך, די יסוד פון דיין ווייטוואשינג דעם פארברעכער און עוכר ישראל גרינבוים שר"י, אבער דערווייל האסטו נישט געברענגט די מינימום עס אונטערצושטיצן. זערא, אפילו נישט די רויע א.ג. מ"מ וואס דו ברענגסט אויף די אנדערע זאכן.
און בנוגע די אנדערע פונקטן צו וואס דו האסט צוגעצייכנט אנגעבליכע מ"מ, וועל איך ווארטן אז דו זאלסט עס אויסקלארן. אזויפיל קען איך יא זאגן, אז אפילו אויב אלע 12 פונקטן (פון וואס טייל קוקן אויס ווי דו האסט געמאכט קאפי פעיסט פון ר' מיכאל בער'ס פעולות וואס זענען דאקומענטירט געהעריג) זאלן זיין אמת ויציב ונכון וקיים, איז עס נישט קיין מקצת מן המקצת פון די אומבאגרייפליכע פעולות פון הגה"צ ר' מיכאל בער זצ"ל, וועלכער האט אויף זיין קאנטע די דירעקטע רעטונג פון צענדליגער טויזנטער אידן, סיי די טויזנטער אידן וועם ער האט געשווערצט פון פוילן קיין אונגארן דורך סלאוואקיע, סיי דאס אפשטעלן די גירושים פון 50,000 סלאוואקישע אידן ביז סוף תש"ד, סיי די עטליכע טראנספארטן ארויס קיין שווייץ וואס ער האט אהערגעשטעלט (אריינגערעכנט די טראנספארט וואו סטראפקובער רב זי"ע איז געראטעוועט געווארן), סיי די טראנספארטן וואס זענען געגאנגען קיין עסטרייך און זענען דארט געבליבן ביז סוף מלחמה (מיינע זיידעס זענען דארט געראטעוועט געווארן), ועוד ועוד. און דאס האב איך נאר אויסגערעכנט פעולות וואס האבן למעשה מצליח געווען למחצה לשליש ולרביע און האבן פאקטיש געראטעוועט טויזנטער אידן, נישט די אומצאליגע אנדערע פעולות וואס זענען דורכגעפאלן ווי דאס וואס דו שרייבסט צו צום דעם רוצח גרינבוים.
(אגב, מתחילה האב איך געקלערט אז דו ביזט פשוט נישט באהאוונט מיט ר' מיכאל בער'ס פעולות, אבער נאכדעם וואס דו האסט מגלה געווען דיין פרצוף איז מיר קלאר געווארן אז דו ביזט פשוט א מסלף אויפ'ן מהלך פון מצדיק רשע ומרשיע צדיק. דאס איז מיר נאך מער נתברר געווארן ווען דו האסט געשריבן דיין פאוסט בנוגע ר' מיכאל בער'ס פלענער, וואו דו מישסט און חוש'סט אויף א שטארקע לעוול (האסט למשל מיסטעריעז אינגאנצן פארגעסן פון סאלי מייער). איך האף אז כ'וועל אנקומען דערצו ווייל דאס ענטפערן אזא חושער נעמט צייט, כח און ארבעט און ס'איז ערב פסח אויף דער וועלט.)
כ'דערמאן זיך אז כ'האב פארגעסן אנצואווייזן איבער דאס וואס דו ברענגסט ארויס וועגן די שנאה פון ערליכע אידן צו די מסיתים ומדיחים. יא, אפילו ווען זיי זאלן ווען באמת האבן געארבעט צו ראטעווען אידן, איז נאכאלץ דא א חיוב זיי פיינט צו האבן בתכלית השנאה (כלשון הפסוק).

דו האסט נישט אנגעוויזן קיין איין, קיין איין! ווארט וואס איך האב געשריבן ליגנט. איך אין מיין א.ג. שקר האב געשריבן אז גרינבוים ימ"ש האט דאס געזאגט אלס אנטווארט צו די פארלאנג צו נוצן די געלטער פון קרן היסוד (פון די ציוניסטישע פושקעס פאר בנין הארץ) צו ראטעווען די אייראפעאישע אידן, און דו אין דיין אזויגערופענע אמת האסט מסביר געווען אז גרינבוים האט דאס געזאגט אלס אנטווארט צו די צו די פארלאנג צו נוצן די געלטער פון קרן היסוד (פון די ציוניסטישע פושקעס פאר בנין הארץ) צו ראטעווען די אייראפעאישע אידן. דו ביזט ברוב טובך מודה אז ווען די רעדע איז פון ראטעווען אידן פון די שחיטה קומט נישט אריין קיין הלכה'דיגע חששות פון אין משנין מצדקה לצדקה (צו וואס דיין העלד גרינבוים דער מחלל שבת און אוכל נו"ט האט סתם אזוי נישט חושש געווען) אדער קיין מאראלישע חשבונות. טא, וואס גענוי ענטפערסטו דא? יא, עס האט זיך געהאנדלט פון ראטעווען הונדערטער טויזנטער אידן פון טויט, און דער רשע און רוצח יצחק גרינבוים האט נישט מסכים געווען צו נוצן געלט וואס ער האט געהאט, וויבהאלד עס איז געגעבן געווארן פאר בנין הארץ! זאגסטו אז ער האט געזאגט מ'זאל שאפן אנדערע געלטער?! דאס דארף גאר צו זיין א תירוץ?!ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 8:20 am המשך פון דא
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 2:11 pm איך האלט אינמיטן אפשרייבן א לענגערע אנטווארט צו דיר (עס איז ערב פסח און כ'האב נישט אזויפיל צייט), אבער איך ציטיר דיין דאזיגע סטעיטמענט אלס א גוטע דוגמא ווי פארדרייט דיין מהלך איז ווען עס קומט צו באשליסן וואס איז פאקט און וואס איז דמיון.
איך האב נישט קיין דאקומענט וואס ציטירט דעם ימח שמו'ניק'ס סטעיטמענט איבער איין קי אין פאלעסטינע, אבער ר' מיכאל בער זצ"ל האט עס ציטירט אין זיין קול קורא וואס ער האט געשריבן אין תש"ח.
לדעתך איז דאך לפי זה א דבר פשוט אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער, היות דו גייסט דאך איבערווייזן פון קלארע דאקומענטן אז יצחק גרינבוים האט געארבעט מיט'ן לייב אין לעבן פאר די רעטונג פון אידן נישט קיין חילוק וואו זיי וועלן גיין.
די פראבלעם איז אז יצחק גרינבוים זעלבסט טענה'ט אז דו רעדסט נישט צו די זאך! אט איז וואס יצחק גרינבוים זעלבסט שרייבט אין זיין בוך בימי חורבן ושואה (און איך ברענג דוקא נישט פון שרופי הכבשנים מאשימים וואס ציטירט עס ווייל אלס שומר תורה ומצוות האט ער דאך נישט קיין נאמנות, נאר איך ברענג א סניפ פונ'ם בוך זעלבסט וואס איך האב האלבוועגס באוויזן צו עפענען אויף גוגל בוקס) וואס ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געבעטן צו נוצן די געלט פון קרן היסוד צו ראטעווען די אייראפעאישע אידנטום:
DRHBCUHO.JPG
יעצט זאג דו מיר וואס גרינבוימ'ס שיטה איז געווען בנוגע ראטעווען אידן אויפ'ן חשבון פון בויען א מדינה.
אוי, רבונו של עולם, ווי צעמישט דארף מען זיין און אנגעגעסן מיט שנאה צו פארדרייען פאקטן מיט אזעלכע ליגנטס, און דאס אלעס נאך כאילו אין דיין, באשעפער'ס, נאמען.
עס זעט אויס ווי א שיינע פאר האבן שוין געקלאטשט, קוק, דער Think and Thank האט דעליווערד!
דא האט ער אונז געברענגט שווארץ אויף ווייס וואס דער עוכר ישראל, ימח שמו'ניק וכו', האט אליין געזאגט.
אבער טייערע ר' @Think and Thank, דו ברענגסט דא די בעסטע ראיה וויאזוי די צעדרייטע שקרים-מאשין ארבעט.
און ניין, עס האט נישט קיין שייכות מיט יא פרום אדער נישט פרום; עס האט צו טון מיט גיין מיט דעם אמת. און זאל שוין די יעצטיגע תגובה אויך דינען אלס א לימוד אויפן ספר 'שורפי הכבשנים' און דעם וועג וויאזוי דאס איז צוזאמגעשטעלט.
איז אזוי, פון אן אויסצוג פון א פאר ווערטער, געקראפט פונקט ווי מען וויל כדי מען זאל נישט קענען זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, בויט מען בנינים.
דערנאך פוצט מען עס אביסל צו, מען מאכט א סלאגאן "איין קו" וכו', וואס איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן, און דאס חזר'ט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ביז דאס ווערט שוין פאקטן, פאקטן וואס יעדער ווייסט שוין.
און מיט דעם מאכט מען דעם מענטש וואס האט אויף זיין רעזומעי פילע השתדלותן און פאקטישע פעולות פאר הצלה (נישט קיין מעשיות פון חלומות וואס טוישן זיך יעדעס יאר ערב חנוכה), און יא נאך אזוי פיל ווי להבדיל הרב מיכאל בער, ער ווערט שוין יעצט גערופן דער עוכר ישראל, ימח שמו.
-----------------------------------------------------------------
איז פאר ווער עס וויל יא וויסן דעם אמת, לאמיר זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, און הויפטזעכליך א ביסל פון די פאקטישע דאקומענטירטע מעשים און פעולות.
די ווערטער פון גרינבוים זענען געזאגט געווארן בשעת א זיצונג פון די Zionist Actions Committee (ZAC), דער פראטאקאל פון דער זיצונג איז נאך אלס דא, און יעדער קען עס ליינען (דאס איז דער ארכיוו רעפערענץ - ZAC, 18.1.1943, S25/295, CZA).
דער שמועס איז געווען איבערן ניצן געלט וואס מען האט געזאמלט פון מענטשן, וועלכע האבן דאס געגעבן פארן ציל פון אויפבויען ארץ ישראל, און יעצט זאל מען דאס טוישן פאר פעולות הצלה.
ער האט דעמאלטס ביי יענער זיצונג געהאלטן און געזאגט אז מען זאל דאס נישט טון. זיין חשבון איז געווען סיי צוליב די נאמנות צו דעם וואס מענטשן האבן מנדב געווען פאר, און סיי אז נאכדעם וואס מען ראטעוועט איינעם, דארף זיין א פלאץ וואו ער זאל קענען קומען, און עס וועט אויספעלן אינפראסטרוקטור וכדומה; דעריבער האט ער געוואלט אז עס זאלן זיין צוויי באזונדערע קאסעס.
להבדיל, אין הלכות צדקה זענען אויך דא כללים און שמועסן וועגן משנה זיין געלט וואס ווערט געגעבן פאר א געוויסן צוועק, צו א צווייטן.
אבער פארשטענדליך אז דאס איז נאר אזוי לאנג ווי מען רעדט נישט פון פיקוח נפש, און דא איז דאך געווען א מצב פון פיקוח נפש - און אט דאס האבן די אנדערע באטייליגטע ביי דער זיצונג געטענה'ט, אז מען דארף אלעס געבן פאר הצלה. זיי האבן געזאגט אז "דאס איז וואס ציוניזם מיינט יעצט!" - אלעס צו טון צו ראטעווען מענטשן, און מען זאל געבן אלע סומעס, אפילו פאר פלענער וואס זעען אויס אביסל ווילד צי עס וועט מצליח זיין, און דאס זאל גיין פאר יעדן איינעם, צי ער איז א ציוני צי נישט, און אפגעזען צי ער וועט אמאל אנקומען קיין ארץ ישראל צי נישט.
מען האט אויך מציע געווען מען זאל זיך אריינלייגן אין א מאסן-קאמפיין צו שאפן וואס מער געלט, כדי עס זאל זיין מיט וואס צו ארבעטן. דאס איז טאקע געווען די החלטה פון די אפשטימונג, און דאס איז געווארן די אפיציעלע שטעלונג.
דער Jewish Agency Executive (JAE), וואס גרינבוים איז געווען א מיטגליד דערין, האט דערנאך מבטיח געווען אז עס וועט ארבעטן צו צושטעלן די פאנדן וואס אנדערע וועלן דארפן פאר מעשי הצלה, דאס איז דאקומענטירט אין די דריי דאקומענטן.HE, 27-28.1.1943, vol. 67M, HA; RC, 31.1.1943, S26/1239, CZA; MS, 10.2.1943, 24/43, LPA
און דאס איז חוץ מזה וואס די פורים תורה אז גרינבוים'ס דאגה איז געווען נוצן געלט פאר א צווייטע צוועק ווי עס איז באשטימט געווארן איז סתם אזוי אויסגעזויגן פון פינגער (כ'ווייס נישט צו דיינס אדער דו זאגסט נאך איינעם), ווי מען קען קלאר זען אין די פראטאקאלן פון יענע מיטינג און ווי כ'וועל בעזר השם איבערווייזן ווי נאר דו ווייזט אן וואו מיר קענען זען די פראטאקאלן.
און דיין ליגנט אז גרינבוים האט פשוט נישט געוואוסט פון די רציחות, ווערט ווייטער אפגעפרעגט דורך דער רוצח זעלבסט. מער ווי א חודש פאר די מיטינג האט יצחק גרינבוים שם רשעים ירקב אליינס מודה געווען ברבים אז ער האט שוין געוואוסט איבער די שחיטות אין פוילן פאר עטליכע חדשים, און האט זיך פארענטפערט פארוואס ער האט גארנישט געטון ווייל ער האט נישט געוואוסט די פרטים. דאס הייסט אז יעצט איז ער שוין מודה אז מען דארף טון אלעס אין די וועלט זיי צו ראטעווען. די דאזיגע הודאה איז געווען געדרוקט אין די ציוניסטישע צייטונג 'הבוקר' אום דעצעמבער 7, 1942, אינמיטן פעידזש 2, ארום זעקס וואכן פאר די מיטינג וואו דער רוצח האט אנטזאגט יעדע פארלאנג צו נוצן די געלטער פון קרן היסוד צו ראטעווען די פוילישע אידן. אויסער די לינק שטעל איך אהער א סקרינשאט פון די צייטונג: סאו יא, די מצדיק רשע'דיגע תירוץ אז ער האט נישט געוואוסט ווי ווייט די רציחות גייען קומט זעהט אויס פון גרינבוים זעלבסט, אבער איז פרעך שקר ווייל זעקס וואכן נאכ'ן שוין יא געוואויר ווערן האט ער זיך ווייטער גע'עקשנ'ט נישט צו געבן געלט פון קרן היסוד.
זאגסטו אז נאכ'ן נישט קענען ברעכן דעם הארטנעקיגן רשע גרינבוים ימ"ש אז ער זאל ארויסגעבן פון זיין קאסע, האבן די אנדערע באטייליגטע ביי די אסיפה פון די וועד הפועל הציוני - וועלכע זענען נישט געווען אזוי בלינד מחמת ציונות און האבן יא געוואלט ראטעווען אידן און האבן פרובירט זיך צו טענה'ן מיט גרינבוים - מחליט געווען אז בלית ברירה גייט מען גיין שאפן געלט צו ראטעווען אידן, אנשטאט נוצן די אוצרות וואס קרן היסוד האט באזיצט. דאס ווייזט אז וואס? אז גרינבוים האט נישט געהאלטן די ציוניסטישע צוועקן וויכטיגער ווי ראטעווען אידישע לעבנס?
אה, די אגענץ וואו גרינבוים איז אויך געווען א מיטגליד, האט אויך צוגעזאגט צו שאפן געלט. טאקע א שטארקע פירכא בנגוע גרינבוים'ס שיטות און פעולות
און יעצט וועל איך ציטירן דיינע לשונות של זהב וואס דו האסט געשריבן אויף מיין פאוסט - נאכאמאל, די פאוסט וואס דו אליין אין דיין הסבר האסט געשריבן גענוי די זעלבע מציאות ווי מיר:
דו האסט דערווייל נישט געברענגט אפילו איין(!) זאך וואס שרופי הכבשנים מאשימים האט געשריבן ליגנט. די איינציגסטע זאך וואס דו ווייזט אן איז די סטעיטמענט בנוגע איין קי אין פאלעסטינע, וואס דו מיט דיין ברייטן שכל האט קלאר באשטימט אז עס איז ליגנט אן די מינדעסטע באווייז - און ווען גרינבוים זעלבסט שרייבט אז ער האט (לכה"פ עט וואן פוינט) קלאר געהאלטן ווי די סענטימענט פון די סטעיטמענט און אזוי ווערט באשטעטיגט אין די פראטאקאלן פון יענע מיטינג.ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 8:20 am אוי, רבונו של עולם, ווי צעמישט דארף מען זיין און אנגעגעסן מיט שנאה צו פארדרייען פאקטן מיט אזעלכע ליגנטס, און דאס אלעס נאך כאילו אין דיין, באשעפער'ס, נאמען.
טייערע ר' @Think and Thank, דו ברענגסט דא די בעסטע ראיה וויאזוי די צעדרייטע שקרים-מאשין ארבעט.
און ניין, עס האט נישט קיין שייכות מיט יא פרום אדער נישט פרום; עס האט צו טון מיט גיין מיט דעם אמת. און זאל שוין די יעצטיגע תגובה אויך דינען אלס א לימוד אויפן ספר 'שורפי הכבשנים' און דעם וועג וויאזוי דאס איז צוזאמגעשטעלט.
איז אזוי, פון אן אויסצוג פון א פאר ווערטער, געקראפט פונקט ווי מען וויל כדי מען זאל נישט קענען זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, בויט מען בנינים.
דערנאך פוצט מען עס אביסל צו, מען מאכט א סלאגאן "איין קו" וכו', וואס איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן, און דאס חזר'ט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ביז דאס ווערט שוין פאקטן, פאקטן וואס יעדער ווייסט שוין.
און מיט דעם מאכט מען דעם מענטש וואס האט אויף זיין רעזומעי פילע השתדלותן און פאקטישע פעולות פאר הצלה (נישט קיין מעשיות פון חלומות וואס טוישן זיך יעדעס יאר ערב חנוכה), און יא נאך אזוי פיל ווי להבדיל הרב מיכאל בער, ער ווערט שוין יעצט גערופן דער עוכר ישראל, ימח שמו.
דאס אלעס בנוגע דיין אזויגערופענע אמת, אויף וואס עס פאסט זיך שטארק די פסוקים אין ישעיה (ה' כ'-כ"ג) הוֹי הָאֹמְרִים לָרַע טוֹב וְלַטּוֹב רָע שָׂמִים חֹשֶׁךְ לְאוֹר וְאוֹר לְחֹשֶׁךְ שָׂמִים מַר לְמָתוֹק וּמָתוֹק לְמָר: הוֹי חֲכָמִים בְּעֵינֵיהֶם וְנֶגֶד פְּנֵיהֶם נְבֹנִים: הוֹי גִּבּוֹרִים לִשְׁתּוֹת יָיִן וְאַנְשֵׁי חַיִל לִמְסֹךְ שֵׁכָר: מַצְדִּיקֵי רָשָׁע עֵקֶב שֹׁחַד וְצִדְקַת צַדִּיקִים יָסִירוּ מִמֶּנּוּ:
(אגב, געקראפט האב איך (די איין זאך וואס איך האב געקראפט), ווי איך האב שוין געשריבן, ווייל נאר אזויפיל האב איך געקענט עפענען אויף גוגל דאקס. איך האב אבער נאך נעכטן ביינאכט ריקוועסטעד (און געצאלט!) פאר די נעשינעל לייברערי אף איזראעיל זיי זאלן מיר סקענען און שיקן פינף בלאט בעפאר און פינף בלאט דערנאך, טאקע ווייל כ'האב זיך פארגעשטעלט אז אזא מסלף און שקרן ווי כבודו וועט זיך פרובירן אנצוכאפן דערויף.) אגב דאגב, דאס וואס דו שרייבסט מיט אזא ביטול איבער דמיונות וואס טוישן זיך, ר' מיכאל בער'ס פעולות זענען דערווייל קיינמאל נישט געטוישט געווארן. דו ווייסט וואס איז געטוישט געווארן לויט דיינע אייגענע ווערטער? די כלומר'שטע פעולות הצלה פון גרינבוים, קאסטנער און די אנדערע רשעים, וואס דו אליין האלטסט אין איין מסביר זיין אז מען דארף קוקן אויף די לעצטע גירסא פון זייערע פעולות...
די דאזיגע סטעיטמענט אז עטליכע וואכן נאך די מיטינג אין יאנואר איז אנגעקומען צו גרינבוים פרישע ידיעות וואס האבן ענדליך געמעטשט זיין קרייטעריע פאר ווען מ'מעג יא נוצן קרן היסוד געלטער צו ראטעווען אידן איז, פארשטייט זיך, די יסוד פון דיין ווייטוואשינג דעם פארברעכער און עוכר ישראל גרינבוים שר"י, אבער דערווייל האסטו נישט געברענגט די מינימום עס אונטערצושטיצן. זערא, אפילו נישט די רויע א.ג. מ"מ וואס דו ברענגסט אויף די אנדערע זאכן.
די זעלבע איז מיט די דאזיגע סטעיטמענט, האסטו דערווייל גארנישט געברענגט.ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 8:20 am
- ער האט אנגעפירט א קאמפיין צו באאיינפלוסן די אליאירטע כוחות צו באמבארדירן אוישוויץ. אויסער אמעריקע און בריטאניע, האט ער אויך געשיקט מעסעדזשעס צו סטאלין אים צו באאיינפלוסן; ער האט פארשאפט און געשיקט בילדער און צייכענונגען פון אוישוויץ צו העלפן דאס אויספירן, און ער האט געקרעכצט אויף דעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעדרייט, הגם לויט זיין פארשונג האבן זיי געהאט די מעגליכקייט דאס צו טון.
און בנוגע די אנדערע פונקטן צו וואס דו האסט צוגעצייכנט אנגעבליכע מ"מ, וועל איך ווארטן אז דו זאלסט עס אויסקלארן. אזויפיל קען איך יא זאגן, אז אפילו אויב אלע 12 פונקטן (פון וואס טייל קוקן אויס ווי דו האסט געמאכט קאפי פעיסט פון ר' מיכאל בער'ס פעולות וואס זענען דאקומענטירט געהעריג) זאלן זיין אמת ויציב ונכון וקיים, איז עס נישט קיין מקצת מן המקצת פון די אומבאגרייפליכע פעולות פון הגה"צ ר' מיכאל בער זצ"ל, וועלכער האט אויף זיין קאנטע די דירעקטע רעטונג פון צענדליגער טויזנטער אידן, סיי די טויזנטער אידן וועם ער האט געשווערצט פון פוילן קיין אונגארן דורך סלאוואקיע, סיי דאס אפשטעלן די גירושים פון 50,000 סלאוואקישע אידן ביז סוף תש"ד, סיי די עטליכע טראנספארטן ארויס קיין שווייץ וואס ער האט אהערגעשטעלט (אריינגערעכנט די טראנספארט וואו סטראפקובער רב זי"ע איז געראטעוועט געווארן), סיי די טראנספארטן וואס זענען געגאנגען קיין עסטרייך און זענען דארט געבליבן ביז סוף מלחמה (מיינע זיידעס זענען דארט געראטעוועט געווארן), ועוד ועוד. און דאס האב איך נאר אויסגערעכנט פעולות וואס האבן למעשה מצליח געווען למחצה לשליש ולרביע און האבן פאקטיש געראטעוועט טויזנטער אידן, נישט די אומצאליגע אנדערע פעולות וואס זענען דורכגעפאלן ווי דאס וואס דו שרייבסט צו צום דעם רוצח גרינבוים.
(אגב, מתחילה האב איך געקלערט אז דו ביזט פשוט נישט באהאוונט מיט ר' מיכאל בער'ס פעולות, אבער נאכדעם וואס דו האסט מגלה געווען דיין פרצוף איז מיר קלאר געווארן אז דו ביזט פשוט א מסלף אויפ'ן מהלך פון מצדיק רשע ומרשיע צדיק. דאס איז מיר נאך מער נתברר געווארן ווען דו האסט געשריבן דיין פאוסט בנוגע ר' מיכאל בער'ס פלענער, וואו דו מישסט און חוש'סט אויף א שטארקע לעוול (האסט למשל מיסטעריעז אינגאנצן פארגעסן פון סאלי מייער). איך האף אז כ'וועל אנקומען דערצו ווייל דאס ענטפערן אזא חושער נעמט צייט, כח און ארבעט און ס'איז ערב פסח אויף דער וועלט.)
כ'דערמאן זיך אז כ'האב פארגעסן אנצואווייזן איבער דאס וואס דו ברענגסט ארויס וועגן די שנאה פון ערליכע אידן צו די מסיתים ומדיחים. יא, אפילו ווען זיי זאלן ווען באמת האבן געארבעט צו ראטעווען אידן, איז נאכאלץ דא א חיוב זיי פיינט צו האבן בתכלית השנאה (כלשון הפסוק).
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
המשך פון דא
ידידי ר' @Think and Thank איך שעץ אייער גרייטקייט נאכצוקוקן און לערנען זאכן פונעם יסוד.
איך פארשטיי אז עס איז מסתם נישט לייכט, אויב מען איז אויפגעוואקסן מיט א בליק אז דער פאקט אז ציונים האבן געארבעט אז ווי מער אידן זאלן שטארבן איז ממש פון די שלש חמורות, וואס מען איז עובר במחשבה אפילו נאר צו טראכטן אז אפשר נישט.
קען זיין דו האסט א פראבלעם יעצט מיט די CZA ווייל זיי זענען פארמאכט וועגן די מלחמה. – עס איז אויך דא פון זיי א אימייל צו שיקן און בעטן די דאקומענטן.
דער ביכל Arrows in the Dark וואס איז פריער דערמאנט געווארן איז א גוטע פלאץ צו זען אסאך פרטים און דעם סדר פון השתלשלות הדברים. עס איז אויך דא א ביסל א עלטערע און מער בקיצור גוטע היסטארישע פארש-ארבעט The blue and the yellow.
סאלי מאייר קומט זיך גוטע פעטש; ער איז געווען פון די סארט "דינא דמלכותא" חברה ווען אידישע לעבנס זענען געווען אויפן טיש - אבער ער איז נישט דא געווען דער נידון.
צום שלוס, וואלט איך אנגעצייכנט עפעס וואס איך האב געשריבן גלייך פון אנפאנג:
דאס איז דא געווען דער נידון דא: צו זאגן, און שרייען כסדר, אויף דעם אופן ווי עס איז געשריגן געווארן אין דער דרשה וואס האט מיר בכלל געמאכט שרייבן - עטס ווילסט וויסן וואס א ציוני און ציוניזם איז?
זיי זענען די ערגסטע מערדער! און אפילו היטלער איז נאך געווען באמת אביסל אומשולדיג (מצדיק רשע?).
ווייל מיט היטלר האט מען זיך פשוט גערייצט און אים אויפגערעגט; און דערנאך האבן די ציונים - אלס א שם כללי פאר ווער עס האט געהאלטן פון די אידעאלאגיע, און באופן כללי אלע ציוניסטישע גרופעס מיט זייערע פירער - געוואלט און נאך געארבעט פאר היטלר'ס וועגן אז וואס מער אייראפעאישע אידן זאלן געהרגעט ווערן.
דאס איז א פרעכע ליגנט. דער אמת איז אז אלס א כלל האבן זיי געארבעט צו ראטעווען.
זענען מיר יעצט אין אן אגרימענט מיט דעם?
נאך א המשך דא

די אלע פונקטן וואס האבן נישט קיין מראי מקומות גלייך נאכדעם, געפינט זיך דער מראי מקום ביי די נעקסטע פונקט, וואס גייט ארויף אויף ביידע אינאיינעם.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:24 am אבער דערווייל האסטו נישט געברענגט די מינימום עס אונטערצושטיצן. זערא, אפילו נישט די רויע א.ג. מ"מ וואס דו ברענגסט אויף די אנדערע זאכן.
קען זיין דו האסט א פראבלעם יעצט מיט די CZA ווייל זיי זענען פארמאכט וועגן די מלחמה. – עס איז אויך דא פון זיי א אימייל צו שיקן און בעטן די דאקומענטן.
דער ביכל Arrows in the Dark וואס איז פריער דערמאנט געווארן איז א גוטע פלאץ צו זען אסאך פרטים און דעם סדר פון השתלשלות הדברים. עס איז אויך דא א ביסל א עלטערע און מער בקיצור גוטע היסטארישע פארש-ארבעט The blue and the yellow.
סאלי מאייר קומט זיך גוטע פעטש; ער איז געווען פון די סארט "דינא דמלכותא" חברה ווען אידישע לעבנס זענען געווען אויפן טיש - אבער ער איז נישט דא געווען דער נידון.
צום שלוס, וואלט איך אנגעצייכנט עפעס וואס איך האב געשריבן גלייך פון אנפאנג:
ברוך שאמר האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 3:42 pm דאנט געט מי ראנג, זיכער אז מיט אונזער היינטיגן בליק, וואס איז א 20/20 היינדסייט וויזשן, קענען מיר זען וואו און וויאזוי טעותים זענען געמאכט געווארן, אבער דאס איז יעצט; מענטשן דעמאלטס האבן דאס אלעס נישט געוואוסט.
און איבער אלעם, די סארט טעותים זענען געמאכט געווארן ביי אלע קרייזן, נאר ווען עס איז ביי דיין אייגענעם קרייז רעדט מען נישט דערפון, אדער ווען איינער פרעגט זאגט מען: נו, וואס האט מען געקענט טון? עס זענען געווען פארנעפלטע אדער העכערע זאכן.
אבער אין די זעלבע צייט קאכט מען זיך איבער די טעותים פון אנדערע קרייזן, נאך מיט א שמיץ אריבער, מיט'ן צולייגן און פארדרייען די פאקטן, זאגן פשט'לעך און אריינלערנען כוונות, און מיט דעם פראקלאמירט מען: די רשעים די ציונים ימם שמם האבן געהרגעט זעקס מיליאן!
דאס איז דא געווען דער נידון דא: צו זאגן, און שרייען כסדר, אויף דעם אופן ווי עס איז געשריגן געווארן אין דער דרשה וואס האט מיר בכלל געמאכט שרייבן - עטס ווילסט וויסן וואס א ציוני און ציוניזם איז?
זיי זענען די ערגסטע מערדער! און אפילו היטלער איז נאך געווען באמת אביסל אומשולדיג (מצדיק רשע?).
ווייל מיט היטלר האט מען זיך פשוט גערייצט און אים אויפגערעגט; און דערנאך האבן די ציונים - אלס א שם כללי פאר ווער עס האט געהאלטן פון די אידעאלאגיע, און באופן כללי אלע ציוניסטישע גרופעס מיט זייערע פירער - געוואלט און נאך געארבעט פאר היטלר'ס וועגן אז וואס מער אייראפעאישע אידן זאלן געהרגעט ווערן.
דאס איז א פרעכע ליגנט. דער אמת איז אז אלס א כלל האבן זיי געארבעט צו ראטעווען.
זענען מיר יעצט אין אן אגרימענט מיט דעם?
נאך א המשך דא
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@ברוך שאמר האט איינער פרובירט צו מינימוזירן היטלער'ס רשעות?
יעס אר נאו, שארט ענסער.
און עז עי סייד נאוט, דאס אז דו ביסט אויפגעוואקסן אז די ציונים האבן נאר געראטעוועט אידן געבט דיר נישט קיין ברייטערן אויסבליק אויפ'ן נושא, ס'איז ס"ה שמאל אויף דער אנדערער זייט.

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
אקעי, מיין סקען פון גרינבוים שר"י'ס בוך איז נארוואס אנגעקומען, און ס'איז פיל,פיל ערגער ווי איך האב זיך פארגעשטעלט. ער גיבט אוועק עטליכע פעידזשעס אפצופרעגן דיין פורים תורה איבער זיין נישט וויסן און נישט וועלן נוצן קרן היסוד געלטער ווייל מ'האט עס נישט געגעבן פאר דעם, אויסשמועסנדיג ברייט ווי שטארק ער און די אנדערע האבן יא געוואוסט, און זייענדיג מסביר איינמאל און נאכאמאל אז מיט דעם אלעם איז ציונות איבער אלעם (דערמאנט פון דויטשלאנד איבער אלעם) און דערפאר און נאר דערפאר זאל מען נישט נוצן יענע געלט. עמיר עס בל"נ ארויפשטעלן ביז עטליכע שעה.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
ס'איז מיר נאר (נישט) מערקווירדיג אז כ'האב שוין פארגעזען אז דו וועסט זיך נישט קאנצענטרירן צו ברענגען סתם פאקטן; ענדערש אראפרייסן עפעס אן אומבאוואוסטע דרשה.
אזוי אז מ'ווערט אפגעפרעגט, מאכט מען אזא שטרוימאן, און מ'גייט ארויס גערעכט.
#נגיעה'לאז
אזוי אז מ'ווערט אפגעפרעגט, מאכט מען אזא שטרוימאן, און מ'גייט ארויס גערעכט.
#נגיעה'לאז
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
יא!
פון הרב מרדכי הערש שפיטצער'ס דרשה ווארט ביי ווארט
וואס איז געווען דער חשבון פון די ציונים ימח שמם?
זייער חשבון איז געווען אנצוזייען שנאת ישראל אין דער גאנצער וועלט, אז קיין איין לאנד זאל נישט ארייננעמען קיין איין איד, וועלן די אידן נישט האבן קיין ברירה און מוזן אנקומען קיין פאלעסטינע, קיין ארץ ישראל.
און עס איז דאקומענטירט, אז דער אשמדאי ימח שמו האט ארומגערופן אלע לענדער; ער האט נישט געוואלט אויסהרגענען די אידן, נאר ער האט זיי געוואלט פארטרייבן און פארשטויסן אוועק פון זיך.
קיין איינער האט נישט געוואלט ארייננעמען די אידן, איינגערעכנט אמעריקע, קיינער!
וועגן די שנאת ישראל וואס די פארשטינקענע מחבלים (נישט געהערט קלאר דער ווארט) האבן געמאכט.
האט דער אשמדאי געזאגט: אויב קיינער גייט נישט אן דער מצב פון די אידן, דעמאלטס הרגעט זיי אויס.
זעקס מיליאן אידן האט מען נעבעך פארגאזט, אין דער צייט וואס די ציונים זיצן און קלאפן זיך דעם בויך: רק בדם תהיה לנו הארץ!
ר' מיכל בער ברענגט, אז מ'האט געקענט ראטעווען אלע אונגארישע אידן, א מיליאן אידן, זענען געגאנגען די ציונים, און אלעס אפגעווארפן, עס זאל נישט קענען דורכגיין.
ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ווי מער אידן עס וועלן שטארבן, אלס מער רחמנות וועט די יו-ען האבן אויף זיי, און זיי געבן די מדינה הטמאה, פוי!
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
ווי איך בין אויפגעוואקסן איז דאס בכלל נישט געווען קיין רעדע; איך האב נישט געהערט אהין און נישט אהער.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
אינטערסאנט איז אז פונקט אויף דעם האסטו אים גערעכט געגעבן...ברוך שאמר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:26 amיא!
פון הרב מרדכי הערש שפיטצער'ס דרשה ווארט ביי ווארטוואס איז געווען דער חשבון פון די ציונים ימח שמם?
זייער חשבון איז געווען אנצוזייען שנאת ישראל אין דער גאנצער וועלט, אז קיין איין לאנד זאל נישט ארייננעמען קיין איין איד, וועלן די אידן נישט האבן קיין ברירה און מוזן אנקומען קיין פאלעסטינע, קיין ארץ ישראל.
און עס איז דאקומענטירט, אז דער אשמדאי ימח שמו האט ארומגערופן אלע לענדער; ער האט נישט געוואלט אויסהרגענען די אידן, נאר ער האט זיי געוואלט פארטרייבן און פארשטויסן אוועק פון זיך.
קיין איינער האט נישט געוואלט ארייננעמען די אידן, איינגערעכנט אמעריקע, קיינער!
וועגן די שנאת ישראל וואס די פארשטינקענע מחבלים (נישט געהערט קלאר דער ווארט) האבן געמאכט.
האט דער אשמדאי געזאגט: אויב קיינער גייט נישט אן דער מצב פון די אידן, דעמאלטס הרגעט זיי אויס.
זעקס מיליאן אידן האט מען נעבעך פארגאזט, אין דער צייט וואס די ציונים זיצן און קלאפן זיך דעם בויך: רק בדם תהיה לנו הארץ!
ר' מיכל בער ברענגט, אז מ'האט געקענט ראטעווען אלע אונגארישע אידן, א מיליאן אידן, זענען געגאנגען די ציונים, און אלעס אפגעווארפן, עס זאל נישט קענען דורכגיין.
ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ווי מער אידן עס וועלן שטארבן, אלס מער רחמנות וועט די יו-ען האבן אויף זיי, און זיי געבן די מדינה הטמאה, פוי!
ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 5:49 pm המשך פון דא.
קלעים 6 אזוי ווי די אידן האבן נישט געהאט וואו צו גיין, און היטלער אליין האט געזוכט וואו זיי צו שיקן און נישט געפונען, האט היטלער מחליט געווען צו הרגענען די אידן.
און עס איז דאקומענטירט, אז דער אשמדאי ימח שמו האט ארומגערופן אלע לענדער; ער האט נישט געוואלט אויסהרגענען די אידן, נאר ער האט זיי געוואלט פארטרייבן און פארשטויסן אוועק פון זיך....
האט דער אשמדאי געזאגט: אויב קיינער גייט נישט אן דער מצב פון די אידן, דעמאלטס הרגעט זיי אויס.
דער קלעים איז אמת!
שוין, זעסט, מיר קענען מסכים זיין אויף זאכן!
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
וואט? יו גאטע בי קידינג מי.. אויף אים ווענדסטו אן דיינע כוחות? דו ביסט א ליידיגייער?
טומיר א טובה
והתירוץ הוא לכאורה כנ"ל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@ברוך שאמר דו האסט שוין געליינט מאפילה לאור גדול פון ר' הערשל פריעדמאן? וואס איז דיין מיינונג דערויף?
-
מחפש שלווה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
- x 672
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@ברוך שאמר שכח פאר די אינפא וואס די ברענגסט דא איך בין זיך ממש מחיה ריינע פארש ארבעט נאר ממש א שאד אז די שרייבסט עס אויף א וועג פון זיך טענה'ן וואס דעמאלטס קען מען עס נישט געהריג ציזאם נעמען אין א פי די עף למען יעמדו ימים רבים ענדערש שרייב עס ענדערש ווי א ביכל אזוי עס זאל בלייבן לדורת
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
א גרויסן יישר כח פאר @ברוך שאמר און @Think and Thank פאר די הערליכע תוכנ'דיגע שמועס. איך האף אז צום סוף וועט מען קומען צו א קלארקייט.
איך מיין אז מען דארף קענען אפטיילן זאכן און מ'קען נישט מאכן איין מישמאש פון אלעם. אויב גרינבוים האט טאקע נישט געוואלט געבן געלט איז ער א רשע, אבער דאס מיינט נישט אז קאסטנער איז א פארברעכער. מ'דארף נאך זעהן מער איבער גרינבוים אבער דערווייל זעהט אויס אז יש דברים בגוי.
עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז זייער גרינג צו באשולדיגן מענטשן. רודאלף ווערבא - איינע פון די צוויי אנטלאפענע פון אוישוויץ - האט געהאט טענות אויף די אידישע פירערס אריינרעכענעדיג ר' מיכאל בער פארוואס זיי האבן נישט מפרסם געווען זייער באריכט איבער אוישוויץ פארן המון עם אז מ'זאל וויסן אז דעפארטאציעס זענען א גזירת כליה רח"ל. אבער ר' מיכאל בער האט געהאט גוטע סיבות דערביי, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס וועט צושטערן די פארהאנדלונגען מיט די דייטשן וואס ער האט געהאלטן אז עס קען נאך מצליח זיין. יעצט ווער איז גערעכט? איין באשעפער אין הימל ווייסט. אבער דאס איז קלאר אז רמ"ב האט געארבעט 101% מיט א כוונה צו ראטעווען ווי מער אידן.
איך מיין אז מען דארף קענען אפטיילן זאכן און מ'קען נישט מאכן איין מישמאש פון אלעם. אויב גרינבוים האט טאקע נישט געוואלט געבן געלט איז ער א רשע, אבער דאס מיינט נישט אז קאסטנער איז א פארברעכער. מ'דארף נאך זעהן מער איבער גרינבוים אבער דערווייל זעהט אויס אז יש דברים בגוי.
עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז זייער גרינג צו באשולדיגן מענטשן. רודאלף ווערבא - איינע פון די צוויי אנטלאפענע פון אוישוויץ - האט געהאט טענות אויף די אידישע פירערס אריינרעכענעדיג ר' מיכאל בער פארוואס זיי האבן נישט מפרסם געווען זייער באריכט איבער אוישוויץ פארן המון עם אז מ'זאל וויסן אז דעפארטאציעס זענען א גזירת כליה רח"ל. אבער ר' מיכאל בער האט געהאט גוטע סיבות דערביי, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס וועט צושטערן די פארהאנדלונגען מיט די דייטשן וואס ער האט געהאלטן אז עס קען נאך מצליח זיין. יעצט ווער איז גערעכט? איין באשעפער אין הימל ווייסט. אבער דאס איז קלאר אז רמ"ב האט געארבעט 101% מיט א כוונה צו ראטעווען ווי מער אידן.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
@Who knows ר' מיכאל בער האט נישט מפרסם געווען איבער אוישוויץ פאר'ן המון עם?! אר יו פור ריעל?!
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
וואס איז אפילו די פראגע ווער איז גערעכט?Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:20 pm
עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז זייער גרינג צו באשולדיגן מענטשן. רודאלף ווערבא - איינע פון די צוויי אנטלאפענע פון אוישוויץ - האט געהאט טענות אויף די אידישע פירערס אריינרעכענעדיג ר' מיכאל בער פארוואס זיי האבן נישט מפרסם געווען זייער באריכט איבער אוישוויץ פארן המון עם אז מ'זאל וויסן אז דעפארטאציעס זענען א גזירת כליה רח"ל. אבער ר' מיכאל בער האט געהאט גוטע סיבות דערביי, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס וועט צושטערן די פארהאנדלונגען מיט די דייטשן וואס ער האט געהאלטן אז עס קען נאך מצליח זיין. יעצט ווער איז גערעכט? איין באשעפער אין הימל ווייסט. אבער דאס איז קלאר אז רמ"ב האט געארבעט 101% מיט א כוונה צו ראטעווען ווי מער אידן.
איין באשעפער אין הימל ווייסט?? יא! און ער האט עס פארשריבן דא אויף די וועלט אין זיין תורה.
מ'האנדלט דאך מיט גאר ערנסטע דיני נפשות שאלות, וואס איז אפילו די שאלה אויב רבי מיכאל בער זצ''ל האט געטון ווי די דעת תורה? ער האט עס שוקל געווען מיט זיין שכל תורה'דיג און וואס ער האט געטון איז געווען קלאר אויסגעהאלטן, אפגעזען די טענות וואס די צוויי אנטלאפענע האבן יא אדער נישט.
אזא פראגע קען מען נאר האבן אויב מ'טיילט אפ שכל פון תורה, דהיינו, אז מ'טראכט אז ס'איז דא (כאילו) אמת'ע שכל און דעת, און אויך איז דא דעת תורה אין צוגאב. און מ'קלערט אז מ'קען באהאנדלען זאכן מיט פשוט'ע דעת מיט'ן אויסרייד אז דאס איז קאממאן סענס, און עקסטער באהאנדלען זאכן ווי די תורה קוקט עס אן.
אבער א ערליכער איד וועט נישט אזוי דן זיין און אנקוקן זאכן.
ווען א צווייטער שרייבט עס ווען החרשתי, אבער דו ביסט דאך די בעל המימרא אויף פארקערט, וכדבריך:
פון דאWho knows האט געשריבן:יש לציין אז דאס איז לאו כ"ע מודי, אסאך האבן געהאלטן אז יהדות ותורה איז דייקא שפיץ לאגיק און מ'דארף ארבעטן דאס צו פארשטייןלייקוס האט געשריבן: און ממילא און יהדות,ותורה איז געווען איינער פון די ערשטע יסודות צו זעען די אפסיות און די לימיטישען פון די מענטשליכע לאגיק.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
בלויז דורך ר' מיכאל בער איז די ווערבא באריכט אנגעקומען קיין אמעריקע (דורך שווייץ). (ר' מיכאל בער האט צום סוף באריכט צוגעשריבן א בקשה אז מען זאל באמבידרען אוישוויץ).Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:20 pm א גרויסן יישר כח פאר @ברוך שאמר און @Think and Thank פאר די הערליכע תוכנ'דיגע שמועס. איך האף אז צום סוף וועט מען קומען צו א קלארקייט.