איך וויל אויך שרייבן מיין פאר צענט אויף די נושא פון די פארגאנגענע בלאט.
מיינע ווערטער איז פשוט מסביר צו זיין די נושא, ווער ס'וויל באמת פארשטיין, ווער ס'האט סיבות צו האלטן אז מצילי אש טוט נישט ריכטיג און אלע זיינע שאלות זענען באמת תירוצים פארוואס ער האלט נישט פון מצילי אש, צו אים רעד איך נישט, [איך מיין נישט קיינעם, און דער וואס מיינט איך מיין אים, אים מיין איך טאקע...].
מצילי אש איז געגרינדעט געווארן ווינציגער ווי דריי יאר צוריק, יא מ'רעדט שוין פון די נושא פאר קרוב צו פיר-א-האלב יאר, אבער די מצילי אש טעלעפאן ליין איז אקטעוועזירט געווארן ערשט נאך פסח תשפ"ג, צו זאגן אז מצילי אש האלט אויף די זעלבע שטאפל ווי פיר יאר צוריק איז געווארפן זאמד אין די אויגן.
מצילי אש איז געגרינדעט געווארן אנדערש ווי אנדערע סארט ארגאנעזאציעס וואס ווערן געשאפן דורך די גשמיות'דיגע צורך, איז הגם מצילי אש סערווירט די גשמיות'דיגע צרכים, אבער די דרייוו דערפון א רוחניות'דיגע, דערפאר האט מצילי אש באלד אין די ערשטע מינוט גענומען אויף זיך צו קענען דעקן ווי מער קאלס וואס די פייער דעפארטמענט דעקט, רוב רובו קאלס פון די פייער דעפארטמענט קען חברים דעקן און פעלט זיך נישט אויס קיין פראפעסיאנאלע טרעינונג, דערפאר ווי נאר ס'איז געווען א קבוצה פון עטליכע טיכטיגע אינגעלייט וואס האבן געהאט טרעינונג פון א קלאס פון דריי שעה האט מען באלד ארויסגעלייגט די נאמבער, און דאס האט געמאכט אז אויף רוב רובו קאלס קען מען רופן שומרי שבת אנשטאט מחללי שבת וכדו'.
די ציל איז ווייטער צו ווערן א פולקאמער פייער דעפארטמענט [לאו דוקא איבערנעמען די איצטיגע, נאר א שטייגער ווי הצלה ווערן פולקאם אקצעפטירט מצד די רעגירונג וכדו'], צו דעם דארף מען האבן די כלים טרעינונג טראקס קליידער אא"וו, אויף יעדע זאך ארבעט מען, אלעס נעמט צייט, מ'איז געענגט מיט געלט, און דערפאר נעמט עס מער צייט, די צד שכנגד שטעלט אונטער פיסלעך דא אין דארט אא"וו, און ס'מיינט נישט אז דאס וואס די זעהסט מצילי אש יעצט דאס וועט זיין די מציאות אין א וואך / חודש / יאר ארום.
די מציאות כהיום יום האט מצילי אש די נויטיגע ערפארונג צו רעגירן צו יעדע סארט קאל וואס ס'ווערט דיספעטשד איין דעפארטמענט, די כלים נאכנישט, ווען מ'וועט קענען רעאגירן מיט די אייגענע טראק וועט מען אויך קענען בפועל אפערירן אויף יעדע סארט פון אזא קאל.
איך האף אז כ'האב מיר גענוג קלאר מסביר געווען, אויב נישט ביטע מודיע זיין, אבער ווי געשמועסט איך קום נאר ענטפערן שאלות נישט ענטפערן אויף תירוצים.
פלאם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 7:45 pm

איך וואוין נישט אין מאנסי און איך וויל דיר נישט ווארפן קיין זאמד אין אויגן. אויב ווערט די ארגאניזאציע באטראפן, הנהלה מעק מיר אויס.
מצילי אש האט זיך געעפנט מיט א ציל. יעצט פיר יאר שפעטער האט מען שוין דערגרייכט דעם ציל? אביסל דערגרייכט? און וואס איז די פארשריט די לעצטע פיר יאר און וואס איז די פלאן אויף ווייטער?
עגעין איך וואוין נישט אין מאנסי סאו איך זעה נישט מצילי אש יעדן טאג
קיין געדולד פאר לאנגע ענטפער יעצט. נאר א קורצע פראגע חברים האט די עקוויפמענט גרייט?
יא זיי האבן די זעלבע ווי מצילי אש
ס'איז שפעט ביינאכט, און כ'האב נישט יעצט די צייט צו שרייבן און רעאגירן אסאך, אבער אויף דעם מוז איך ענטפערן...
כ'האף אז דיין שרייבן די ענטפער קומט פון פשוט נישט וויסן וואס טוט זיך, און נישט פון במזיד רעדן שטותים.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:56 am