אדרבה ברענג אהער די גאנצעטע בלעטער אין אלע אויסגאבעס... לפי זכרוני איז כמעט קיינמאל נישט דא אפי' קיין גאנצע בלאט אין די וואך וכו'אורך ימים האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 13, 2026 1:03 am100 פראצענט, אזוי אויך די כסדר'דיגע בילדער נאך יעדע יו''ט וועלעכע פילן אן גאנצעטע בלעטער אין די אויסגאבעס באצאלט ללכת, די פאטאגרעפירער שמחת בית השואבה, די דים לייטנוג ביי יעדע מסיבה, אלעס איין שטיק ללכת, געפערליך זענען זיי, מען ברויך זיי אפשטעלן!שלא לשמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 3:18 pmאייגענטליך זאג וועלכע בעסערע נסיעה זיי האבן צו מארקעטן און זיי האבן עס נישט געמארקעט.....לינדען תושב האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 10:28 pm
ללכת מאכט יעדע פאר וואכן גרויסע נסיעות, זיי האבן בעסערע נסיעות צו מארקעטן ווי רבי מאטל זילבער...
וועם פרובירסטו איינצורעדן דא?....
שנית, איך האב אליינס געהערט פון איינער פון די מארגני הנסיעה אז ללכת האט צוגעשטעלט זאכן וואס מען האט זיי בכלל נישט געבעטן און זיכער נישט באצאלט, און אויף די אנפראגע פארוואס זיי שטעלן דאס צו, איז געקומען די אנטווארט אז זיי דארפן האבן וואס ארויס צושטעלן פארן פובליקום....
דריטנ'ס אויב ביסטו נישט באהאוונט אין די פרטים פון די פאליטיק'ס און פוילין קען מען עס מבאר זיין... די דזוקאפאנא חברה קומען לעצטענס אריין גאר שטארק און ממילא מוז ללכת האבן א שטענדיגע אדווערטייזמענט פלוס
נאר וואס דען זעט זיך אויס אז אפי' געציילטע בילדער רעגן דיך אזוי שטארק אויף אז די זעה'סט גאנצעטע בלעטער ..... שנאה מקלקלת את השורה
די דים לייטונג ביי יעדע מסיבה, - פארוואס דוקא די דים לייטונג איז דאס וואס באדערט דיך? השנית וואס איז די פראבלעם פון דים לייטונג? דריטנס דו שרייבסט אז עס איז דא דים לייטונג ביי יעדע מסיבה א שורה פארדעם שרייבסטו אז עס זענען דא פארטאגרעפירער ביי שמחת בית השואבה, אינטרעסאנט ווייל איך בין אמאל געווען דארטן ביי שמחת בית השואבה, און איך האב נישט געזען די דים לייטונג..... נאר דו מיינסט אנדערע מסיבות... מסיבות וואס מען טרייבט אויף געלט.... הייסט עס אז די געלט שטערט דיך נישט די לייטונג......
פארטאגרעפירער ביי שבה"ש אויך מיר א טענה, אדרבה פרעג לעטשווענסקי אליינס אויב ער באקומט באצאלט און אויב יא פון וועמען וד"ל
לסיום הדברים פאר דו פרובירסט זיי אפצושטעלן נעם אין אכט אז מכון תולדות יהודה שיקט ארויס וועכענטליך די גליון ד"ת (נישט דעהו) וואס קומט שוין ארויס די לעצטע כאטשיג צוואנציג יאר, פאר אפאר טויזענט פרעזענליך איינגעשריבענע סובסקרייבערס... ווי אויך האט ר' מאטל טויזענטער חסידים אויסגעשפרייט אין די גארער וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן און אפי' פון רבני'שע און רבי'שע שטובער, (קוק וויפיל רוקן עטרות דאווענען ביי אים חוה"מ ווען זיי האבן נישט קיין שיעבודים צו דאווענען ביי זייערע עלטערן), ממילא אויב טראכסטו אז דו קענסט אפשטעלן אן איינפלוס פון טויזענטער מענטשן טרי"י יא"ר לא"ק .........