מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 104

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך שלא לשמה »

ברטנורה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 12, 2026 7:00 pm מענין לענין א מכתב קודש מהרה''ק ר' יהודה'לע מסטוטשין זי''ע צו האחים וויינמאן וואו דער רב ז"ל ענדיגט צו מיט אן העכסט אינטרעסאנטע לשון וזל"ק ''נכדי היקר אליעזר יהושע'לע (ה"ה נכדו מ"מ כ"ק מרן אדמו"ר מסטיטשין שליט"א) יחי' לאוי"ט הי' אצלינו בשבוע זה איזה ימים, בטוח אני בעזהשי"ת שהוא יהי' רבי גדול ובעל מופת''
Untitled Extract Pages2.jpg
זעט אויס אז עס איז געווען א חידוש אז ער איז געווען ביים זיידן ואכהמ"ל
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 579

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך אורך ימים »

שלא לשמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 3:18 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 10, 2026 10:28 pm
שלא לשמה האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:28 pm
באצאלט דורך ללכת ווי אויך אלע אנדערע בילדער און דעקונג, פאר אדוועטייזינג
ללכת מאכט יעדע פאר וואכן גרויסע נסיעות, זיי האבן בעסערע נסיעות צו מארקעטן ווי רבי מאטל זילבער...

וועם פרובירסטו איינצורעדן דא?....
אייגענטליך זאג וועלכע בעסערע נסיעה זיי האבן צו מארקעטן און זיי האבן עס נישט געמארקעט.....
שנית, איך האב אליינס געהערט פון איינער פון די מארגני הנסיעה אז ללכת האט צוגעשטעלט זאכן וואס מען האט זיי בכלל נישט געבעטן און זיכער נישט באצאלט, און אויף די אנפראגע פארוואס זיי שטעלן דאס צו, איז געקומען די אנטווארט אז זיי דארפן האבן וואס ארויס צושטעלן פארן פובליקום....
דריטנ'ס אויב ביסטו נישט באהאוונט אין די פרטים פון די פאליטיק'ס און פוילין קען מען עס מבאר זיין... די דזוקאפאנא חברה קומען לעצטענס אריין גאר שטארק און ממילא מוז ללכת האבן א שטענדיגע אדווערטייזמענט פלוס
100 פראצענט, אזוי אויך די כסדר'דיגע בילדער נאך יעדע יו''ט וועלעכע פילן אן גאנצעטע בלעטער אין די אויסגאבעס באצאלט ללכת, די פאטאגרעפירער שמחת בית השואבה, די דים לייטנוג ביי יעדע מסיבה, אלעס איין שטיק ללכת, געפערליך זענען זיי, מען ברויך זיי אפשטעלן!
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 104

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך שלא לשמה »

אורך ימים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 1:03 am
שלא לשמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 3:18 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 10, 2026 10:28 pm

ללכת מאכט יעדע פאר וואכן גרויסע נסיעות, זיי האבן בעסערע נסיעות צו מארקעטן ווי רבי מאטל זילבער...

וועם פרובירסטו איינצורעדן דא?....
אייגענטליך זאג וועלכע בעסערע נסיעה זיי האבן צו מארקעטן און זיי האבן עס נישט געמארקעט.....
שנית, איך האב אליינס געהערט פון איינער פון די מארגני הנסיעה אז ללכת האט צוגעשטעלט זאכן וואס מען האט זיי בכלל נישט געבעטן און זיכער נישט באצאלט, און אויף די אנפראגע פארוואס זיי שטעלן דאס צו, איז געקומען די אנטווארט אז זיי דארפן האבן וואס ארויס צושטעלן פארן פובליקום....
דריטנ'ס אויב ביסטו נישט באהאוונט אין די פרטים פון די פאליטיק'ס און פוילין קען מען עס מבאר זיין... די דזוקאפאנא חברה קומען לעצטענס אריין גאר שטארק און ממילא מוז ללכת האבן א שטענדיגע אדווערטייזמענט פלוס
100 פראצענט, אזוי אויך די כסדר'דיגע בילדער נאך יעדע יו''ט וועלעכע פילן אן גאנצעטע בלעטער אין די אויסגאבעס באצאלט ללכת, די פאטאגרעפירער שמחת בית השואבה, די דים לייטנוג ביי יעדע מסיבה, אלעס איין שטיק ללכת, געפערליך זענען זיי, מען ברויך זיי אפשטעלן!
אדרבה ברענג אהער די גאנצעטע בלעטער אין אלע אויסגאבעס... לפי זכרוני איז כמעט קיינמאל נישט דא אפי' קיין גאנצע בלאט אין די וואך וכו'
נאר וואס דען זעט זיך אויס אז אפי' געציילטע בילדער רעגן דיך אזוי שטארק אויף אז די זעה'סט גאנצעטע בלעטער ..... שנאה מקלקלת את השורה
די דים לייטונג ביי יעדע מסיבה, - פארוואס דוקא די דים לייטונג איז דאס וואס באדערט דיך? השנית וואס איז די פראבלעם פון דים לייטונג? דריטנס דו שרייבסט אז עס איז דא דים לייטונג ביי יעדע מסיבה א שורה פארדעם שרייבסטו אז עס זענען דא פארטאגרעפירער ביי שמחת בית השואבה, אינטרעסאנט ווייל איך בין אמאל געווען דארטן ביי שמחת בית השואבה, און איך האב נישט געזען די דים לייטונג..... נאר דו מיינסט אנדערע מסיבות... מסיבות וואס מען טרייבט אויף געלט.... הייסט עס אז די געלט שטערט דיך נישט די לייטונג......
פארטאגרעפירער ביי שבה"ש אויך מיר א טענה, אדרבה פרעג לעטשווענסקי אליינס אויב ער באקומט באצאלט און אויב יא פון וועמען וד"ל
לסיום הדברים פאר דו פרובירסט זיי אפצושטעלן נעם אין אכט אז מכון תולדות יהודה שיקט ארויס וועכענטליך די גליון ד"ת (נישט דעהו) וואס קומט שוין ארויס די לעצטע כאטשיג צוואנציג יאר, פאר אפאר טויזענט פרעזענליך איינגעשריבענע סובסקרייבערס... ווי אויך האט ר' מאטל טויזענטער חסידים אויסגעשפרייט אין די גארער וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן און אפי' פון רבני'שע און רבי'שע שטובער, (קוק וויפיל רוקן עטרות דאווענען ביי אים חוה"מ ווען זיי האבן נישט קיין שיעבודים צו דאווענען ביי זייערע עלטערן), ממילא אויב טראכסטו אז דו קענסט אפשטעלן אן איינפלוס פון טויזענטער מענטשן טרי"י יא"ר לא"ק .........
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 104

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך שלא לשמה »

היינט כ"ד אדר געפאלט די 86 יארצייט פון הרה"ק ר' איציקל פון סטוטשין זצוק"ל

נאכן ערשטע וועלט קריג האט ער זיך נישט צוריק געקערט קיין סטוטשין, נאר בנו יחידו מ"מ הרה"ק ר' יהודה'לע האט איבער גענומען די רבנות, בשעת ווען ר' איציקל איז פארבליבן וואוינען אין טארנא.
אלול תרצ"ט ווען די נאציס ימ"ש האבן אינוואדירט פוילין האט די אלטע רב אנטלאפן קיין קולבסוב אינאיינעם מיטן זון, מען האט זיך אויפגעהאלטן אין קולבסוב ביז נאך ר"ה דשנת ת"ש.
דערנאך האט מען זיך צוריק געקערט קיין טארנא וואו מען האט זיך אויפגעהאלטן ביז נאך סוכות ת"ש.
נאך סוכות איז מען ווידער אנטלאפן ביז אינמיטן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין סאניק, די אלטע רב איז שוין געווען גאר שוואך אין יענע טעג איז ער פארבליבן אין סאניק, ווען בנו יחידו אינאיינעם מיט די בני משפחה, ווי אויך די הויז בחור הרה"ח ר' יאשע ליפשיטץ ע"ה, זענען ווייטער אנטלאפן ביזו אנקומען קיין לעמבערג, וואס איז שוין געווען אונטער די רוסן.
כ"ד אדר א' שנת ת"ש לפ"ק האט די אלטע רב אויסגעהויעכט זיין נשמה אין מען האט אים געלייגט באלד אין אנהויב פונעם ביה"ח דארט אין שטאט סאניק אונטער'ן בוים, אבער צוליב די אומשטענדן האט מען נישט עספיעט צו לייגן א מציבה.
צוויי וואכן שפעטער איז די בשורה אנגעקומען קיין לעמבערג ווי נאר מען נאט מבשר געווען די בשורת איוב פאר הרה"ק ר' ישעי'לע מטשחויב זצוק"ל וואס האט זיך אויפגעהאלטן דארט אין שטאט, האט ער גלייך אויסגעבראכן דאס גאנצע עסן מחמת גודל הצער.
מען איז זיך צוזאמגעקומען א מנין אידן בראשות דער שוואגער פון הרה"ק ר' יהודה'לע, הרה"ק מבלאזוב, אפיציעל צו מטכס עצה זיין מיטן רב ווי אזוי מען וועט ברענגען דעם טאטן פון סאניק קיין לעמבערג, און ווען די רב האט אנגעפרעגט וואספארא עצות מען קען טון האט די בלוז'ובער שוואגער זיך אנגערופן אז עס איז שוין נישט דא וואס צו טון....
יענע פרייטאג צונאכטס נאך די רב האט געענדיגט דאווענען מנחה פארן עמוד זענען די חסידים צוגעגאנגען און אים נישט געלאזט זיך אויסטון דעם טלית אין מיט דעם אים מכתיר געווען אלץ רבי.
שפעטער האט מען זיי פארשיקט קיין סיביר ואכהמ"ל
נאכן קריג זענען געציילטע חסידים צוריק געגאנגען קיין סאניק (וביניהם הרה"ח ר' נפתלי ליפשיטץ ע"ה הגדול) וואו מען האט געגאסן צעמענט אויפן מקום הקבורה, אבער פון דעמאלטס ביז ממש לעצטענס איז קיינער נישט צוריק געגאנגען קיין סאניק און ממילא איז פארגעסן געווארן די מקום הקבורה.
מיט א שטיק צייט האט זיך הרה"ח ר' איסר פירסט פון מאנטריאל אינאיינעם מיט איינע פון זיינע איידעמער זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט אויפצוזוכן דעם ציון, נאכן באקומען דאטלירטע מאפעס פונעם מוזיאון אין וואשינגטאן האבן זיי מיט גרויס מיה און פלאג געטרפן דעם ציון און געלייגט א קליין מציבה.
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 104

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך שלא לשמה »

האמו"ר מתולדות יהודה סטוטשין ביים ציון פארלאפענע נסיעה
פיילס
aq40QwO_wide_m.jpg
aq40QwO_wide_m.jpg (80.46 KiB) געזען געווארן 124 מאל
פון די חברה
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:20 pm
x 76

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך פון די חברה »

אורך ימים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 1:03 am
שלא לשמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 3:18 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 10, 2026 10:28 pm

ללכת מאכט יעדע פאר וואכן גרויסע נסיעות, זיי האבן בעסערע נסיעות צו מארקעטן ווי רבי מאטל זילבער...

וועם פרובירסטו איינצורעדן דא?....
אייגענטליך זאג וועלכע בעסערע נסיעה זיי האבן צו מארקעטן און זיי האבן עס נישט געמארקעט.....
שנית, איך האב אליינס געהערט פון איינער פון די מארגני הנסיעה אז ללכת האט צוגעשטעלט זאכן וואס מען האט זיי בכלל נישט געבעטן און זיכער נישט באצאלט, און אויף די אנפראגע פארוואס זיי שטעלן דאס צו, איז געקומען די אנטווארט אז זיי דארפן האבן וואס ארויס צושטעלן פארן פובליקום....
דריטנ'ס אויב ביסטו נישט באהאוונט אין די פרטים פון די פאליטיק'ס און פוילין קען מען עס מבאר זיין... די דזוקאפאנא חברה קומען לעצטענס אריין גאר שטארק און ממילא מוז ללכת האבן א שטענדיגע אדווערטייזמענט פלוס
100 פראצענט, אזוי אויך די כסדר'דיגע בילדער נאך יעדע יו''ט וועלעכע פילן אן גאנצעטע בלעטער אין די אויסגאבעס באצאלט ללכת, די פאטאגרעפירער שמחת בית השואבה, די דים לייטנוג ביי יעדע מסיבה, אלעס איין שטיק ללכת, געפערליך זענען זיי, מען ברויך זיי אפשטעלן!
גראדע האב איך געזוכט די וואך בילדער פון די שושן פורים טיש און נישט געטראפן אין ערגעץ?
וזה ברור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 150
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:14 pm
x 131

Re: מסע הקודש הגה"צ רבי מאטל זילבער שליט"א צו קברי צדיקים אין גאליציא

פאוסט דורך וזה ברור »

שלא לשמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 10:07 am
וזה ברור האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 3:51 pm לכ' וואס איז די סטעידזש ביים ציון פון ר' איציקל סטיטשינער אין סאניק?
אגב, הער איך אז די הזמנה איז שוין געשעקט געווארן 2-3 וואכן פאר די נסיעה, אנדערש ווי באריכטעד דא.
איך האב געהאט די זכי' א יאר צוריק אין די טעג ארום די יארצייט פון הרה"ק ר' איציקל מסטוטשין זי"ע, בין יאך געווען אויפן ציון, היות די ציון געפינט זיך באלד אין אנהויב בית החיים ווי די גאנצע שטח איז שיף און בערגיג לכאו' לכבוד דעם איז געווען די פלאטפארמע
כ'האב נישט פארשטאנען פון די בילדער אז דאס איז די סיבה, מיר זעהט מער אויס אז ס'איז געמאכט צו קענען הענגען דעם סיין.
שרייב פאוסט