אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
קאטאר:
אונז גיי מיר פארשיקן די חאמאס לידערשיפ פון אונזער לאנד, נאך וואס זיי ווילן נישט פארדאמען די איראנע אטאקעס

באריכטן אז פרעזידענט טראמפ'ס אידישע איידעם קושנער וועט באזוכן מדינת ישראל קומענדיגע דינסטאג
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
2 טויטע,ַ12 פארוואונדעטע, פון א איראנע באליסטישע מיסיל אין סאודי אראביע
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איראן דרוקט תימן זיך אנצושליסן אינעם קריג
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 3:36 amאיראן פלאקערט.הדסים האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 07, 2026 9:50 pmא גוטע וואך!
אמעריקע האט באמבאדירט אויל רעפיינעריס און נאפט רעזערווארן אין טעהראן, צום ערשטן מאל אין דער יעצטיגער מלחמה. לדעתי איז עס א היבשער דורכברוך, טראמפ האט זיך ביז יעצט אנגעבליך צוריקגעהאלטן פון אטאקירן אויל פראדוקציעס נישט וועלנדיג צעשאקלען די מארקעטס, איראן האט עס אויסגעניצט סטראשענדיג צו אטאקירן אויל פון אנדערע מ"מ לענדער, און אויסער דעם האט עס זיי געגעבן רואיגקייט אז אויב/ווען די אויל פרייזן וועלן כאפן א רוק וועט זיך טראמפ ברעכן. יעצט איז עס א שטיקל פלאקן אין די פלענער.► Show Spoiler
שערי גיהנום
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
בלומבערג באריכטעט, די אמעריקאנער מיליטער פלאנירט אריינצושיקן ספעציעלע טרופן צו פארכאפן די בארייכערטע אוראניום אין איראן
-
משה נחום
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 6:26 pm
- Location: פאנאמע
- x 71
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איך פרעג נאר ווייל איך וויל וויסן, און איך זאג נאר אז דו זאלסט וויסן...
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
פרעזידענט מאקרון פון פראנקרייך האט גערעדט צו די איראנע פרעזידענט, ווי ער האט אים גערופן צו סטאפן באמבארדירן די שכינות'דיגע לענדער
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
מדינת ישראל מיליטער זאגט אז די קאנפליקט וועט נאך נעמען א מינימום פון 5 וואכן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
אל על מעלדט ספעציעלע פליגער צו אהיימברענגען מדנ"י בירגער
- פיילס
-
- IMG_20260308_150240_444.jpg (171.99 KiB) געזען געווארן 1066 מאל
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טעהראן, איראן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
קרעדיט: טעגליכע נייעס +
די קאסטן פון א 9 טאגיגע מלחמה.
אפעראציע Epic Fury איז די גרעסטע אמעריקאנע מיליטערישע קאמפיין זינט די איראקע אינוואזיע אין יאר 2003.
די ערשטע צענע, דיסטרויער שיפן און סובמארינען האבן ארויסגעלאזט א כוואליע פון הונדערטער טאמאהאק מיסלס, אין קארדינאציע מיט לופט צו ערד מיסלס, אין די ערשטע 100 שעה זענען 3,000 צילן געווארן באמבאדירט.
די ערשטע 100 שעה אליינס איז געשאצט צו קאסטן איבער 3.5 ביליאן דאלאר אין מוניציעס אליינס.
400 טאמאהאק קרוז מיסילס איז נישט עפעס וואס מ'קען אויפטרייבן געלט פאר מיט א שעפערישע גאו פאנד מי קאמפיין, יעדעס שטיקל קאסט א ערך 2 מיליאן דאלער פלאס.
די 500 JASSM מיסלס ארויסגעבלאזן אין די עפענונג'ס שטונדן זענען קומען אויך מיט א ביל פון 600 מיליאן דאלער.
די 150 ATACM און prsm ערד צו ערד מיסלס זענען אויך 2 מיליאן א שטיקל.
איינמאל זיי האבן שוין געהאט עטוואס צוטריט צו די איראנע הימלען האבן זיי שוין געקענט נוצן ביליגערע וואפן ד.ה. סתם קלוגע באמבעס אנשטאט מיסלס אינאיינעם מיט די מעיד אין אמעריקע LUCAS איראנע סטייל קאמאקאזי דראונס וועלכע קאסטן א נישטיגע 30-80 טויזנט דאלער א שטיקל.
דעפענסיווע וואפן.
צו קאנטערן די איראנע מיסלס קומט אויך נישט אן גרינג אדער ביליג , 40 THAAD אן רעכענען דאס וואס גאלף לענדער האבן אויסגעשאסן קען קאסטן ביז 12 מילאן פער שאס, די טייערסטע מוניציעס וועלכע די מלחמה דעפארטמענט האט ביי זיך אין געשעפט אויסער די Trident II נוקלעארע מיסיל.
90 פאטריאטישע מיסלס האבן זיך אויך אנגעשלאסן אינעם קריג און די נעיווי'ס SM דעפענס סיסטעמען האבן אויך אויסגעשאסן א געשאצטע 150 מיסלס אין ווערט פון א שיינע ברוקלינע הויז.
שטײט מען ביי א ערך פון 2.5 פאר Offence און 1.5 פאר Difference.
איקוויפטמענט פארלוסט.
דריי עף פיצענער וואס די שלאבערישע קוועיטן האבן אראפגעשאסן, 3 באשטעטיגטע MQ9 דראונס וועלכע די איראנע האבן אראפגעשאסן און ווארשיינליך מער, א טייערער ווארענונגס ראדאר סיסטעם אין קאטאר וועלכע איז אטאקירט געווארן מיט א דראון און א THAAD ראדאר סיסטעם אין ירדן, ברענגט די פארלוסטן צו איבער 2 ביליאן דאלאר.
די גוטע נייעס איז אז מען שטייט מיט 6 ביליאן דאלאר אפגעווישט פון באנק אקאונט, און די שלעכטע נייעס איז אז מ'דארף שוין נישט נוצן אזויפיל טייערע מיסלס אזוי ווי אין די ערשטע 3-4 טעג.
און דאס איז אלץ אן אריינרעכענען טויזענטער פלי שטונדן וועלכע קאסט אפ טויזענטערס פער שטונדע פאר גאזאלין און מעניטנענס.
די איראנע מוניציעס,
מיט עטליכע הונדערט באליסטישע מיסלס אויסגעשאסן קומען זיי נישט אפ גרינג אין די מוניציע דעפארטמענט, מיסלס וואקסט נישט אויף א פערסישע טייטלבוים, און זיי קאסט עס אויך אפ א מיליאן אדער מער פער שטיקל, ספעציעל ווען מערסטנס פון די פראדוקציע איז אויפגעשטעלט געווארן אין די לעצטערע יארן און די R&D קאסטן זענען א גרעסערע פאקטאר, די דראונס זענען קליין געלט, און זייערע מוניציע ביל שטייט ביי א ביליאן דאלאר
איקוויפטמענט פארלוסט.
דא קומט די גרויסע לאך פאר די איראנע, אין די לעצטערע יארן האבן זיי זיך אנגעקויפן א ערב פסח גראסערי ארדער פון רוסישע s300 און s400 דעפענס סיסטעמען און געצאלט פאר יעדע איינס מיט עטליכע הונדערט מיליאן, די גרעסטע לאך איז זייער אייגענע לאקאלע דעפענס סיסטעם וועלכע מ'האט אפגעווישט איבער 30 דערפון, די געשאצטע דעפענס סיסטעם פארלוסטן קומען אן צו בערך 7 ביליאן דאלאר.
אין נוקלעארע און באליסטישע מיסלס און זײערע באזעס האט איראן איינגעלייגט א ערך פון 9 ביליאן דאלאר אין גרויסע טיילן זענען שאדן געגאנגען.
קאמענד און קאנטראל צענטערן און אנדערע געביידעס פון די IRGC זענען אויך ווערט עטליכע ביליאן.
זייער נעווי'ס טייערסטע פריגעט שיפלעך זענען א 150-200 מילאן דאלאר א זעגל שיף, און דאס אינאיינעם מיט די פארטן זענען געשאצט צו זיין ווערט 3 ביליאן.
אויב דו האסט הנאה געהאט פונעם ארטיקל לייג א לייק, אויב נישט לייג א בייזע רעאקציע.

- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2453
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8313
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
אפיציעל: מושטבא כאמעני איז אויסגעקליבן געווארן אלץ ממלא מקום פונעם פארשטארבענעם סופרים לידער.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
בלעקאוט אין תל אביב נאך א אטאקע.
- פיילס
-
- IMG_20260308_200031_599.jpg (33.1 KiB) געזען געווארן 773 מאל
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
נאך א טאג פון ניסים איז אריבער אויף ארה"ק. עס פאלן נאך און נאך ריזיגע שטיקלעך פון די מיסלס (און פון די מיסלס וואס די יזרעליס שיקן דערקעגן), עס מאכט גרויסע שאדנס פאר שטיבער און ריזיגע לאכ'ס אין די גאסן, אבער אויסער צווי לייכט פארוונדערטע - ס'האט נישט געקאסט יידישע בלוט, דער אויבערשטער היט אונז מיט די רעכטע האנט.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5329
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
לכבוד אלע חשוב'ע נייעס ברענגער: היות די סייט איז אויף די אידישע שפראך, ביטע פרובירט צו שרייבן אייערע באריכטן אין א היימישן אידיש אזוי אז די ליינער זאלן עס קענען ליינען. א דאנק.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
אמעריקע פארארדענט אבאמסאדע ארבעטער צו פארלאזן סאודי אראביע, נאך עטליכע איראן'ע אטאקעס אינעם קעניגרייך
- פיילס
-
- IMG_20260308_221207_351.jpg (167.47 KiB) געזען געווארן 600 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
גרעסטע איזראעלי סופארטער סענאטער לינדזי גרעהעם איז נישט איינשטימיג מיט די נעכטיגע באמבאדירן די אויל פעלדער. ער טענה'ט אז אויב וועט די רעדזשים בקרוב פאלן לאזטו סתם איבער א חרבן פאר די נייע רעגירונג
- פיילס
-
- IMG_20260308_235234_491.jpg (155.25 KiB) געזען געווארן 510 מאל
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
מדא הצלה מיט א סך הכל פון די יעצטיגע מלחמה אין ארץ ישראל:
687 זענען ליידער פארוואונדערט געווארן.
3 פון דעם אין א שווערע צושטאנד נעבעך, און 7 אין א מעסיגע צושטאנד, 127 זענען לייכט פארוואונדעט.
10 מענטשן זענען ליידער אומגעקומען. (איך מיין אז נאר 9 פון דעם זענען אידן הי"ד)
456 זענען פארוואונדעט געווארן אויפן וועג צום שעלטער. 8 פון דעם אין קאר עקסידענטן, און 76 פון פאניק אטאקעס.
זאל מען הערן גוטע בשורות.

חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
צוויי כינעזע ארבעטער זענען ל"ע אומגעקומען דעם נאכט אין תל אביב, נאך א באליסטישע מיסיל אטאקע.
- פיילס
-
- Screenshot_20260309_090121_Telegram.jpg (256.64 KiB) געזען געווארן 280 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
באכריין אויל רעפיינעריס זענען געווארן אטאקירט דורך איראן'ע דראונס
- פיילס
-
- Screenshot_20260309_094630_Telegram.jpg (71.58 KiB) געזען געווארן 247 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
צווייטע מדנ"י זעלנער אומגעקומען אין לבנון. הי"ד.
- פיילס
-
- IMG_20260309_100812_004.jpg (159.84 KiB) געזען געווארן 211 מאל
-
מאונטען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 22
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
- Location: Brooklyn
- x 41
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
א גוט מארגן אמעריקע, מ'הערט נישט אויף צו געווינען איראן! עס הערט נישט אויף צו זיין כמעט די לעצטע טאג וואס איראן קען בכלל אטיקירן! מהערט נישט אויף צו הארגענען די פירער און פינקליכער אטאקעס!!!!!
אוןןןןןן???? גארנישט!!!!!
דאס איז א פארלוירענער קאמף אמעריקע הייבט אן אויסזעהן ווי רוסלאנד און אויקריינע, וואס די גאנצע אקציע האט געזאלט נעמען אפאר שעה
רבותי מען פארקויפט אונז לאקשן!!!!
אוןןןןןן???? גארנישט!!!!!
דאס איז א פארלוירענער קאמף אמעריקע הייבט אן אויסזעהן ווי רוסלאנד און אויקריינע, וואס די גאנצע אקציע האט געזאלט נעמען אפאר שעה
רבותי מען פארקויפט אונז לאקשן!!!!
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5003
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37200
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
גוט מארגן א גוט יאר דיר אויכעט. שלום וברכה צום טעמע, ווי ס'שיינט האט איר נישט מיטגעהאלטן די אפדעיטס ביז היינט. נעם א קאווע און זעץ זיך צו.
ניין די אקציע האט געדארפט פון אנהייב אן נעמען כאטש פיר פינף וואכן לויט פיט העגסעט, און ס'נעמט דערווייל 2.