א שטיקל סך הכל פון די נייעס אויב איינער איז נאך נייגעריג.
1:10 ביינאכט ליל שב"ק האט מד"י אנגעהויבן באמבאדירן איראן. אפעראציע גערופן שאגת ארי. אמעריקע האט זיך פאראייניגט מיט די אטאקעס, אפעראציע גערופן Epic Fury
זיי האבן צום ערשט געצילט די רעוואלוציאנערע גווארדיע און דאן האט א געצילטע אטאקע פון מד"י געטראפן א זיצונג צווישן סופרים לידער עלי כאמענעאי, פארטיידיגונגס מיניסטער עזיז נאסריזאדא, אויסערן מיניסטער עלי שאמכאני, קאמאנדיר פון דער רעוואלוציאנערע גווארדיע מוחאמעד פאקפור (ארויף אויפ'ן טראן נאכ'ן 12 טאג מלחמה), שפיאנאזש הויפט סאלא אסאדי, מיליטערישער ראטגעבער מוחמד שיראזי און נאך צוויי מיליטערישע טעכנאלאגיע פירער. זיי האבן אראפגעלאזט 30 באמבעס וואס האבן ערלעדיגט אלע פון זיי.
מד"י העקערס האבן אראפגעברענגט די אינטערנעט אין איראן.
מד"י שאצט אז ביז מארגן וועלן זיי האבן פולע קאנטראל אויף די איראנע הימלען.
אמעריקע האט אטאקירט איבער 900 צילן, אריינגערעכנט די נוקלעארע סייטס אין נאטאנז און פארדא.
4:37 האט טראמפ געמאלדן אז כאמענעאי איז טויט. טראמפ האט אפיציעל דערקלערט אז אמעריקע באמבאדירט איראן.
איראנ'ס נקמה
איראן האט באמבאדירט קואוועיט, קאטאר, סאודי אראביע, אבו דאבי, דובאי, און באכרעין.
אין דובאי איז אטאקירט געווארן בורזש על אראב (א באקאנטע האטעל), אין סאודי אראביע דער עירפארט.
אין ס"ה האבן די מערסטע געכאפט די אראבישע מדינות.
היינט אליין איז שוין איראן באמבאדירט געווארן מער ווי דער גאנצער 12 טאגיגע מלחמה.
אלע דורכגענג אין עזה זענען פארשלאסן ביז א קומענדיגע מעלדונג.
טראמפ זאגט אז די אטאקעס וועלן אנהאלטן א וואך אדער מער; וויפיל ס'וועט אויספעלן. סענאטאר טאם קאטאן (פארזיצער פון אינטעליזשענס קאמיטע) זאגט אז ס'וועט אנהאלטן עטליכע וואכן.
ווייסע הויז האט גערופן אלע אכט מעמבערס פון "די גענג אוו עיט" מעלדן איבער די אפעראציעס איידער ס'האט זיך אנגעהויבן, זיי זענען אנגעקומען צו רעדן מיט זיבן פון די אכט. ווייסע הויז מעלדט אז זיי זענען גרייט צו באריכטן פאר'ן פולן קאנגרעס.
איראן סטראשעט אז עכט האבן זיי אסאך מער מיסילס נאר זיי האבן עס נאך נישט געניצט.
רוסלאנד, כינע, טערקיי, העריס, מאמדאני, און טאקער האבן פארדאמט.
יו-ען סעקרעטאר גענעראל גוטערעזש וכו'
דייטשלאנד און פראנקרייך האבן בארעכטיגט די אטאקעס אבער גערופן פאר איינגעהאלטנקייט. (כ'בין נישט קלאר וואס ס'מיינט אבער לכאורה בערך ווי א מיגו מכאן ולהבא למפרע).