קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2397
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7852
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
@חלום חלמתי טויש די מינוט צוריק צו דיין אלטן אוועטאר!
-
דוד הצדיק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 3:32 pm
- Location: עיר הקדוש קרית יואל
- x 51
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
וואס זאגט עטץ צו מיין ניק????????????
נישט קיין חילק ווי אנגעזעצט די ביסט אדער דיין טאג איז ברויכט מען ארימגיין מיט א שמיכל

האב שכל און גיב א שמייכל
האב שכל און גיב א שמייכל
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1363
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2169
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
איינער געדענקט נאך ווען @פופציגער האט געהאט גלעזער?
-
דוד הצדיק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 3:32 pm
- Location: עיר הקדוש קרית יואל
- x 51
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
וואס דייט זיין ווען מען וועט מחליט זיין?
נישט קיין חילק ווי אנגעזעצט די ביסט אדער דיין טאג איז ברויכט מען ארימגיין מיט א שמיכל

האב שכל און גיב א שמייכל
האב שכל און גיב א שמייכל
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
אפשר לכבוד פורים וועט ער זיך פארשטעלן און עס צוריק אנטון, לאמיר האפן.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 22, 2026 11:38 am איינער געדענקט נאך ווען @פופציגער האט געהאט גלעזער?
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
איינער געדענקט אים נאך בכלל? וואו איז ער אהינגעקומען?בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 22, 2026 11:38 am איינער געדענקט נאך ווען @פופציגער האט געהאט גלעזער?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2246
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7242
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
נאופס! בשום אופן! @חלום חלמתי, ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט געווען א תקנה אז אויף אדר מוז זיך יעדער שאפן אן אדר'דיגע אוועטאר!
אגב, דער חלום חלמתי געבט א רושם ווי א סאליד ישיבה קטנה בחור...
א גאנץ יאר ווערט צוקראכט פון די לאנגע טעג און זיצט אויף שפילקעס... ערגעץ וואו אין א זייטיגע צימער צו אין חק"ס אדער ביים משגיח אין אפיס (ער העלפט די משגיח מאכן קאפיס פון די בחינות...) האט ער זיך געשאפן אזא דרייעדיגע בענקל מיט וואס ער אינטערטעינט זיך פאר שעות נאכאנאנד... און ער ווארט קוים ווען עס קומט שוין אדר...
ענדליך די ערשטע טאג ראש חודש אדר באפאלט אים עפעס א מין פרישקייט, אז ער ווערט ממש צולאזט. א גאנצן טאג רעדט ער פון פורים. זיינער חברים ווייסן אז טאמער וויל מען צו אים רעדן, איז עס נאר עפעס מיט פורים. אדר האט ער נישט קיין שום אנדערע טאפיק וואס מען קען מיט אים שמועסן. ער האט זיך אפגעשריבן גאנצעטע חשבונות פון די שעות, און יעדען טאג נאך פרישטאג רופט ער אויס הויעך מיט א פרישקייט, "רבותי, נאך 147 שעה געבליבן ביז פורים"... (אגב, איך האב א מנהג צו זאגן פאר די מיני בחורים אז אין 171 שעה ארום איז שוין נאך פורים... איך ווייס ס'איז מילביג, אבער דאך...)
ער מאכט גאנצעטע פלענער יא גרופ נישט גרופ, יא מאביל נישט מאביל, פארטי באס קאוטש באס, די מוזיק יענע מוזיק, וואו ער גייט זיין ערשטע נאכט און וואו ער גייט זיין צווייטע נאכט... יא שלמה פעדער נישט שלמה פעדער... ער איז ביזי רופן באקאנטע צו פרעגן אויב זיי ווילן ספאנסערן די כאלאטן... רבותי ס'איז געהעריג מצב ביי חלמתי... מען טאפט די פורים אין די לופט זעהענדיג זייט אוועטאר.
און ווער רעדט נאך פון פורים אליינס איז ער דער גאנצער מאכער, ער שלעפט די ספיקער, מען ניצט זיין איי פאד, ער האט די גרעסטע קאלעקשן פון חתונות, ער גייט פאר אברמי בערקא מיט שירה, ער מאכט זיכער אז די גרופ גייט ארויף צו זיין זיידע ווען זיין רייכע פעטער איז דארט, אפען גאס מאכט ער מיט די הענט און שפילט שיכור.
אבער פון די אנדערע זייט איז ער אן ערענסטער בחור אויך, ער מאכט זיכער אז מען דאווענט מנחה אויפן באס, און ער מאכט זיכער צו געבן מלח מנות. ער גייט צו זאגן שכח פאר אלע נגידים נאכן געבן דעם טשעק, און ער מורמעלט אריין אז חוץ פון די ישיבה האט ער אויך א קאזן אין א"י וואס מאכט חתונה און ער שטעלט אים צוזאם געלט.
און דער @בודקע וויל דאס אוועקנעמען! היה לא תהיה!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2397
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7852
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
@חלום חלמתי, אויב דיין נייע אוועטאר האט געמאכט @נקודות זיך זעצן שרייבן אזא לאנגע פאוסט, צו איך קאמפליטלי צוריק, און מיין בקשה זאל ווערן צושטויסן כעפרא דארעא.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4590
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32284
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
אלס פיין און וואויל ביז דעי יאר.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 12:05 amנאופס! בשום אופן! @חלום חלמתי, ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט געווען א תקנה אז אויף אדר מוז זיך יעדער שאפן אן אדר'דיגע אוועטאר!
אגב, דער חלום חלמתי געבט א רושם ווי א סאליד ישיבה קטנה בחור...
► Show Spoiler
היי יאר האט די בנהל גע'אסר'ט פורים מאביל'ס פאר ביינאכט, און צופרי לאזט ער נאר גיין ביז די שקיעה. פורים רבנים האט מען שוין לאנג פארבאטן. מילא זיץ איך אין די משגיח'ס אפיס א גאנצן טאג. נישט צו דארפן דיעלן מיט די אנגייענדע דעפרעסיע.
פון צייט צו צייט קום איך ארויס פאר א קורצע הכנה'לע, און איך מאך זיכער צו פרעגן דעם גבאי'ן וואס האלט אינמיטן חזר'ן חזרה, וואס ס'איז געבליבן, מען גייט קענען האבן א שווארצע בעקיטשע אדער ס'מיז זיין דווקא ווייס..?
מילא בין איך געבליבן די איינציגסטע דא מיט א פורים אוועטער און אלע דרייען זיך טאקע ארום ווי א ישיבה קטנה בחור 2026 נאכדעם וואס עטליכע לאנגווייליגע זעלבסט דערקלערטע מיוטשאר אינגעלייט האבן באשלאסן אז די היינטיגע בחורים דארפן שוין אויסוואקסן די שטותים מיט וואס זיי זענען פארנומען געווען בימים ההם. (אפשר צוליב קנאה אז די היינטיגע בחורים האבן ווי צו לויפן פאר אן אלטערנאטיוו, וואס זיי האבן נישט געהאט...) און משגיחי הישיבה וואס ווייסן אליינס וויפיל זיי זענען ווערד צו האלטן די בחורים אין קאנטראל איבער פורים (בייטאג דערהייבן זיי נאך, אבער די ערשטע נאכט איז יותר מכפי יכולתם. סארי. די בחורים דארפן אריינברענגען די התחייבות צו קענען צוריקקומען נאך פורים)
(אנטשולדיגט פאר די אויסבראך, געשריבן נאכן הערן פון מיין יונגערע ברודער וויזוי זיי גרייטן זיך צו פורים, זיין משגיח געדענק איך נאך פון ישיבה און איך האב בילדער ווי יענער טוט דאס וואס ער ווארפט היינט בחורים פאר)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2246
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7242
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
יאפ, מסכים מיט יעדעס ווארט. ס'איז א מכה אשר לא כתובה בתורה.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 12:37 amאלס פיין און וואויל ביז דעי יאר.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 12:05 amנאופס! בשום אופן! @חלום חלמתי, ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט געווען א תקנה אז אויף אדר מוז זיך יעדער שאפן אן אדר'דיגע אוועטאר!
אגב, דער חלום חלמתי געבט א רושם ווי א סאליד ישיבה קטנה בחור...
► Show Spoiler
היי יאר האט די בנהל גע'אסר'ט פורים מאביל'ס פאר ביינאכט, און צופרי לאזט ער נאר גיין ביז די שקיעה. פורים רבנים האט מען שוין לאנג פארבאטן. מילא זיץ איך אין די משגיח'ס אפיס א גאנצן טאג. נישט צו דארפן דיעלן מיט די אנגייענדע דעפרעסיע.
פון צייט צו צייט קום איך ארויס פאר א קורצע הכנה'לע, און איך מאך זיכער צו פרעגן דעם גבאי'ן וואס האלט אינמיטן חזר'ן חזרה, וואס ס'איז געבליבן, מען גייט קענען האבן א שווארצע בעקיטשע אדער ס'מיז זיין דווקא ווייס..?
מילא בין איך געבליבן די איינציגסטע דא מיט א פורים אוועטער און אלע דרייען זיך טאקע ארום ווי א ישיבה קטנה בחור 2026 נאכדעם וואס עטליכע לאנגווייליגע זעלבסט דערקלערטע מיוטשאר אינגעלייט האבן באשלאסן אז די היינטיגע בחורים דארפן שוין אויסוואקסן די שטותים מיט וואס זיי זענען פארנומען געווען בימים ההם. (אפשר צוליב קנאה אז די היינטיגע בחורים האבן ווי צו לויפן פאר אן אלטערנאטיוו, וואס זיי האבן נישט געהאט...) און משגיחי הישיבה וואס ווייסן אליינס וויפיל זיי זענען ווערד צו האלטן די בחורים אין קאנטראל איבער פורים (בייטאג דערהייבן זיי נאך, אבער די ערשטע נאכט איז יותר מכפי יכולתם. סארי. די בחורים דארפן אריינברענגען די התחייבות צו קענען צוריקקומען נאך פורים)
(אנטשולדיגט פאר די אויסבראך, געשריבן נאכן הערן פון מיין יונגערע ברודער וויזוי זיי גרייטן זיך צו פורים, זיין משגיח געדענק איך נאך פון ישיבה און איך האב בילדער ווי יענער טוט דאס וואס ער ווארפט היינט בחורים פאר)
איך וואלט עס צוטיילט אויף דריי חלקים. 1) די מאבילס. 2) די מוזיק. 3) די פארשטעלאכטס.
די חלק פון יא מאבילס אדער נישט. אמת טאקע אז אין די עבר זענען דערפון ארויסגעקומען מכשולות, אבער פון די אנדערע זייט איז א פאקט אז בחורים זענען בחורים, און דער ייצר הרע וועט אלעמאל טרעפן א וועג אריין... רבים חללים הפילה די הקפות ביים רבי'ן, די ימי בין הזמנים, און די מקואות אין אלגעמיין. אני הקטן רעד נישט אריין אין די נושא, ס'איז באמת א שווערע זאך. אבער עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו פארמאכן די מקואות, פארשפארן די קעמפס, אסר'ן צו גיין צום רבי'נס הקפות, און אפשאפן די בין הזמנים. מען קען נישט אלעמאל ארויף טאנצן אויף עניני קדושה און פארפירן א וועלט, ווען עס איז קלאר אז רובא דרובא בחורים ענדיגן דעם פורים אן קיין מכשולות. אה"נ אז אפילו די מיעוטא דמיעוטי איז אויך א געוואלדיגע חרבן, אבער די מיעוטי דמיעוטי איז דא איבער'ן יאר אויך.
וד"ל וד"ל וד"ל.
ווידער די חלק המוזיק, איז באמת א זה נהנה וזה לא חסר. עס איז דא איבערגענוג היימישע קאלעקשענס, חתונה'ס וכדו' אויף וואס מען קען טאנצען לוסטיג און לעבעדיג. א מנהל וואס וויל זיך שטעלן אויף וועלכע נגינה די בחורים טאנצען איז הרשות בידו. ס'דארף באמת נישט מאכן א חילוק פארן בחור.
די דריטע חלק אבער איז דארט וואו עס קומט אריין די עקעלדיגע געמיינע דעת תורא פון די היינטיגע אזוי גערופענע חינוך פארזארגער. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס בחורים מוזן טאנצן מיט די שווארצע בעקיטשעס פורים? אנדערע גייען נאך שארפער אז אפילו די פורים היטן טאר מען נישט אנטוהן. הישמע כזאת? זענט עטס משוגע? און לכבוד דעם האט מען נאך באשאפן אזא סלאגען ווי "חסידישע בחורים"? האט איינער אמאל געזעהן אז חסידישע אידן זאלן האבן א פראבלען מיט שמחת פורים? פון וואנעט קומט די דיפרעשן און רשעות אז בחורים מוזן גיין אנגעטוהן מיט די זעלבע בעקיטשע מיט וואס ער גייט שבת חזון?
דאס האט זיך אנגעהויבן פון די פריוואטע ישיבות וואס זייער גאנצע נאמען איז געבויט אויף לופט. ער האט דאך נישט קיין חדר פון וואו צו באקומען בחורים, נאר ער מוז כסדר ארבעטן אויף זיין נאמען אז עלטערן זאלן ווילן דארט אריינשיקן. זיי זיצן גאנץ פורים און ציטערן וואס וועט געשעהן אז דער עושר וועט זעהן אז זיינע בחורים זענען נישט ממש קיין רבי דוב לאנדאס, און זיי האבן אויך ליב פאן אזוי ווי אונזערע עלטערן און זיידעס האבן געהטוהן אין די נייטרא ישיבה. דער בעל הקעדי לעק וועט דאך שוין נישט ווילן שיקן זיין זוהן דארט ווייל עס האט מער נישט די ברענד נעים, און אויב אזוי קען ער פארשפארן די טויערן פון די ישיבה.
קומט דער שחצן אויף מיט א געדאנק אז מען גייט זאגן פאר די בחורים אז עס "פאסט נישט" פאר א ****** בחור צו אנטוהן א ווייסע כאלאט פורים, אונז זעמיר העכער ווי דעם! דאס איז געמאכט פאר די ***** ישיבות. בחורים ווי אונז וואס קענען צוקוועטשן א רבי חיים, און פעלטשן א רבי שמעון שקאפ טאנצן מיט די ביבער היטן! איי דו, דיין טאטע, און דיין זיידע האבן געטאנצן אלץ בחור מיט די ווייסע כאלאט און עס האט גארנישט געשאדט, נישט נאר וואס עס האט נישט געשאדט נאר דו האסט זאגאר אויפגעשטעלט אזא שיינע מציונים ישבה?
די חרבן איז נאר ווען די הנהלה פון די מעין סטרים ישיבות כאפן זיך ארויף אויף דעם וואגן, און מען חסידישע אידן'ט ארום. דאס טאר מען נישט יענץ טאר מען נישט, נישט גענוג וואס מען פרעשערט דעם בחור א גאנץ יאר מיט טויזענטער חומראס ומשוגעתן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט אידישקייט, ואינם מביאים לא לידי אהבה ולא לידי יראה. נאר אלעס א שטיק שחצנות. נעמט מען נאך דעם חודש אדר בכלל, און דעם פורים בפרט, א צייט וואס אבות אבותינו אין די אונגערישע ישיבות האבן זיך פיין משמח געווען און מען פארוואנדעלט דאס אויף א חלק פון די ימי בין המצרים.
אין כאן לא דעת תורה, ולא דעת, ולא תורה בכלל. א גראבע פעסטע טיפשות פון אפאר ליידיג גייער מיט קליינע מוחות.
(איך האף די נקודה איז קלאר, געשריבן ווארטענדיג אז די ווייפערס זאלן זיך אויפלאזן פון די שניי...)
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
@מרדכי המלך און @דוד הצדיק קענען זיך פון ערגעץ אדער זיי האבן זיך סתם פארטוישן הוטן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
מרדכי המלך
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:33 pm
- x 7
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
viewtopic.php?p=245559#p245559
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
לאל.. איך מעג שרייבן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
מרדכי המלך
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:33 pm
- x 7
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
איז וואס?שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:46 pmviewtopic.php?p=245559#p245559
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2397
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7852
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
@נקודות טובות כ'זע אז מ'האט אנגענומען דיין געבעט און גענומען שטייפע שריט אין די לב טהור טעמע.
טענקס @מערכת אידטיש!!
טענקס @מערכת אידטיש!!
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
@ברטנורה
שלום עליכם
איר זענט מקורב לבית כ''ק אדמו''ר הגה''צ המפורסם המשפיע ר' נטע פאנעט מוויטעבסק ב''ב שליט''א?
אדער די משפיע אליינ'ס גאָר?
זעט אויס ס'קומט נאך א כפר עטה...
שלום עליכם
איר זענט מקורב לבית כ''ק אדמו''ר הגה''צ המפורסם המשפיע ר' נטע פאנעט מוויטעבסק ב''ב שליט''א?
אדער די משפיע אליינ'ס גאָר?
זעט אויס ס'קומט נאך א כפר עטה...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
@חלום חלמתי איך ווייס נישט צי דו האסט באמערקט אז דו האסט אכצן געפינטע פאוסטס אויפ'ן אויבנאן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4590
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32284
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
וואס הייסט?
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2916
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9052
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
ר' @נקודות טובות
רבינו האדמו"ר מהר"א האט אין די היינטיגע דרשה ארויסגעברענגט בנוגע זיך פארשטעלן פורים, אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט די געפארבטע בעקישעס, ער האט א פראבלעם מיט טישורטס מיט די סלאגאנען.
מען דארף זיך אויפפירן העכער, נישט מיט קיין צולאזטקייט.
פרייליך יא, לעבעדיג יא, אבער פון דא ביז גויאישקייט איז א מהלך.
כ'האב גערעדט מיט עטליכע ישיבה קטנה בחורים, זיי האבן מיר פארשטאנען, און דאך אנערקענט אז דאס איז זייער יצר הרע, די אלע מסורה'דיגע באמישע ניגונים, סיינס, לעקטערליך וכו', דאס ציעט אים. ער איז נאכנישט גענוג ערוואקסן צו וועלן פארשטיין און זיין גרייט צו אדאפטירן דעם מציאות אז שמחה באקומט מען ווען מען טאנצט ערליך, ווען מען קאנעקטעט מיטן אייבערשטן מיט א פנימיות ווי איידער מיט לופטיגע מאדערנע חיצוניות.
רבינו האדמו"ר מהר"א האט אין די היינטיגע דרשה ארויסגעברענגט בנוגע זיך פארשטעלן פורים, אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט די געפארבטע בעקישעס, ער האט א פראבלעם מיט טישורטס מיט די סלאגאנען.
מען דארף זיך אויפפירן העכער, נישט מיט קיין צולאזטקייט.
פרייליך יא, לעבעדיג יא, אבער פון דא ביז גויאישקייט איז א מהלך.
כ'האב גערעדט מיט עטליכע ישיבה קטנה בחורים, זיי האבן מיר פארשטאנען, און דאך אנערקענט אז דאס איז זייער יצר הרע, די אלע מסורה'דיגע באמישע ניגונים, סיינס, לעקטערליך וכו', דאס ציעט אים. ער איז נאכנישט גענוג ערוואקסן צו וועלן פארשטיין און זיין גרייט צו אדאפטירן דעם מציאות אז שמחה באקומט מען ווען מען טאנצט ערליך, ווען מען קאנעקטעט מיטן אייבערשטן מיט א פנימיות ווי איידער מיט לופטיגע מאדערנע חיצוניות.
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4590
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32284
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
אה, גוט אז די סעיווסט עס, איך זעה איז די מערהייט עקספייערט היינט מארגן..
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4590
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32284
Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
די מיינסט אז נקודות טובות וויל מען זאל דווקא יא גיין מיט א טישירט? די שמועס דארט איז געווען בנוגע היינטיגע טעראר אין ישיבות און דאס האט נישט מיט וויזוי מען גייט. יעדע בחור וועט פארשטיין אז די מנהל לאזט נישט גיין צו ווייט. די נושא איז געווען ווען מען שטעלט אינגאנצן אפ מאוביל'ס ביינאכט, מען נעמט אינגאנצן אוועק פורים רבנים, מען לאזט די בחורים נישט אטעמען אנשטאט עס קאנטראלירן ווי נארמאלע מענטשן ווי אין אלע דורות.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 27, 2026 12:56 am ר' @נקודות טובות