דם אש מיט תומרות אשן זענען געשפריצט געווארן היינט אין קאנגרעס, ווי די ארטיגע באטשי'ס האבן פרובירט צו צימבלען דעם אטוירני דזשענעראל באנדי, וואס האט צוריקגעטיילט ווילדע שלעק רעכטס און לינקס.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 11, 2026 10:50 am ניו יארקע קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער איז איינגעשלאפן גלייך אנהייב פון די היינטיגע פארהער מיט פאם באנדי.
א געהילף איז ארויף אים ערוועקן.
די עיקר וואס די דעמאקראטן האבן געוואלט וויסן איז ווי מען האלט מיט די עפשטיין קעיס, און זיי האבן מיטגעברענגט עטליכע קרבנות פון יענעמס נעץ צו קומען עדות זאגן. אבער באנדי האט פרובירט א גאנצן צייט צו צוריקווארפן ווי זיי זענען געווען ביי מעריק גארלאנד, און פארוואס אינטער אבאמא, טראמפ (1), און ביידען האט מען נישט געהערט די שטארקע פראגעס.
ווען קאנגרעסמאן ראסקין האט זיך צולאכט הערנדיג ווי זי הייבט אן שילדערן אז די דאו דזשאונס איז אין א רעקארד הייעך, האט זי אים געפרעגט וואס די ווערטל איז זינט ער איז א גוטע סטאק הענדלער..
אויף ראסקין האט זי געשריגן, זאג מיר נישט וואס צו טיען די אויסגעוואשענע לויער - ניטאמאל א לויער.
קאנגרעספרוי בעלאנט פון ווערמאנט האט געכאפט פון איר פארן שטימען קעגן די ביל צו מאכן די סטעיטמענט ''פון די ים ביזן טייך זאל פאלעסטינע ווערן פריי'' אנטיסעמיטיש. בעלאנט האט געשריגן, וויזוי טראגסטו די שמועס צו אנטיסעמיטיזם ווען מיין זיידע איז געשטארבן אין די האוליקאסט און זי איז ארויסגעלאפן פון זאל.
טאמעס מעיסי איז א דורכגעפאלענע פאליטיקאנט וואס ליידט פון TDS
פון די קאליפארניע קאנגרעסמאן האט זי געוואלט הערן ווי ער האלט מיט פארברעכן אין זיין היימשטאט, און פאר קראקעט פון טעקסאס האט זי געוויזן בילדער פון מענטשן וואס זענען באגאנגען ענליכע פארברעכן ווי עפשטיין אין טעקסאס, און זי האט זיי אלע אנגעקלאגט. פרעגענדיג קראקעט פארוואס זי גלייכט נישט אז מען רייניגט אויס איר דיסטריקט פון פארברעכער.
רוב קרבנות האבן אויפגעהויבן די האנט ענפערנדיג יא אויף די פראגע אויב זיי פילן זיך אויסגעשפילט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט.
נאכדעם וואס עריק סוואלוואל האט זיך באקלאגט אז זיין משפחה באקומט טויט סטראשונגען האט זי געזאגט אז ער זאל ערווארטן א רוף גלייך נאך די פארהער, קיינעם קומט זיך נישט קיין טויט סטראשונגען און זי וועט עס אפשטעלן.