אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אין אינדיע האמער די עלסטע מאנגא בוים, שוין 300 יאר אלט און ער פראדעצירט נאך אלס פרוכט.
פיילס
Screenshot_20260209_115852_Instagram.jpg
Screenshot_20260209_115852_Instagram.jpg (433.13 KiB) געזען געווארן 627 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מאנגא ווערט אנגערופן די מלך פון די פרוכט, פאקטיש ווערט מער מאנגא ארומגעשיקט איבער די וועלט א טאג, ווי סיי וועלכע אנדערע פרוכט
פיילס
FullSizeRender_de12656e-1ad1-4a1c-b051-a112af726d4a.jpeg
FullSizeRender_de12656e-1ad1-4a1c-b051-a112af726d4a.jpeg (147.98 KiB) געזען געווארן 622 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

רב הכולל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:50 am
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm באנאנעס וואקסט אויף א בוים, אבער די ברכה איז האדמה.

און ס'איז פון די בערי פאמיליע, א קרוב מיט בלובערי.
פארוואס איז די ברכה האדמה?
די שטאם דערפון איז שוואך און שטארבט שנעל, און ס'הייסט נישט קיין בוים אין הלכה.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6982

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך שמח »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:22 pm מאלפעס עסן באנאנעס פון די פארקערטע זייט, דהיינו פארקערט פון ווי אזוי אונז מענטשן עסן. עס איז יתכן אז זייער וועג איז מער פראקטישער. דהיינו, ווען מען עפנט די באנאנע אויף די פארקערטע זייט, שיילט זיך מיט די ווייסע ליניעס, וואס קומען אויף די זייטן פון די באנאנע, וואס מענטשן פראבירן אלעמאל אראפצונעמען. עס קען אמאל זיין פראקטישער, בשעת פון די אנדערע זייט בלייבט א פלאץ, וואו מען קען אנכאפן די באנאנע, פון דארט וואו מיר זענען צוגעוואוינט אפצושיילן די פרוכט. די אופן ווי אזוי מען טוט עס, מען כאפט אן די באנאנע אויף די פארקערטע זייט, מען גיבט א קוועטש אריין, אזוי אז די פרוכט באקומט א קראך און עס עפנט זיך, פון דארט קען מען שיילן ווייטער די פרוכט.
זאג נישט פאר קיינעם... איך טוען עס שוין לאנג פון די אנדערע זייט (נישט פון די זייט וואו ס'איז געווען באהאפטן צום געהענגל), ס'איז אסאך גרינגער און פראקטישער.

כמדומה לי כ'האב עס אמאל געהערט פון איינעם, נישט מיין אייגענע אויסטרעף.
אוועיטער
איצקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 6:11 pm
x 87

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך איצקאוויטש »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:05 pm עסן מייערן קען פארבעסערן די ראי'. מייערן איז געבענטשט מיט וויטאמין A וואס פארבעסערט די אויגן.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט די ענגלישע מיליטער ערפונדן די ראדאר סיסטעם וואס האט זיי געגעבן די אויבערהאנט אין די הימלען, ווילנדיג פארווישן זייער סוקסעס האבן זיי פארקויפט אז זייערע פילאטן עסן אסאך מייערן וואס מאכט זיי זעהן בעסער אין די טונקל.
א שיינע פאר יאר צוריק געזען ציווישן די אינטערעסאנטע פאקטן אין "דער בליץ", אז מייערן זענען מיסודם געווען פורפל.
גיי פרעג אים אפ...
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3463

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מאראנצן:

איך בין אמאל געווען א שבת אין עיר הבירה וויען, און דארט בין איך איינגעשטאנען ביים ארטיגן רב, הרב ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א. האט ער מיר געוויזן אן אינטערעסאנטע תשובה (איך געדענק ליידער נישט וואו), איבער א ברענעדיגע סוגיא בימים ההם, "קליפות מאראנצן", וועלכע ברכה מען דארף דערויף מאכן. אמאליגע טעג, מען האט געוואלט האבן די מאראנצן, אבער עס איז נישט געווען מעגליך דאס צו דעפאטירן צו ווייטע לענדער, צוליב דעם וואס מאראנצן האלטן זיך נישט פריש אזוי לאנג, ביז די פרי קומט אן צו דעם לאנד. וואס האט מען געטון? - האט מען כאטש דעפאטירט די שאלאכטס, וואס איז זייער רייך אין מיניראלן כאמור לעיל, און מענשן האבן דאס געוואלט האבן, האט מען דאס דעפאטירט צו אנדערע לענדער.

אצינד איז נולד געווארן א שאלה: וועלכע ברכה מאכט מען אויף 'קליפת מאראנצן'? - צי קוקט מען דאס אן אלס חלק פון די פרי און מען מאכט א האדמה, אדער מאכט מען דערויף א שהכל? - די אחרונים זענען דן דערויף.

ווייזט מיר דער וויענער רב א תשובה, אז ער האט געהערט פון מענטשן וואס האבן געזען דעם פרוכט און קענען די סוגיא פונדערנאנט, אז די גאנצע מעשה איז א טעות גדולה. עס איז אים נתברר געווארן אז דאס איז די פרי אליינס... אזוי קומט עס, אזוי וואקסט עס, און דאס איז די מאראנצן פרוכט און אזוי עסט מען דאס... דעריבער איז קיין שאלה נישט אז די ברכה איז העץ.

אויב איינער קען צוברענגען א מ"מ, יהא מברך מן השמים.
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 317

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך אסרוחג »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:07 pm ווען איר קויפט אן עפל, איז מעגליך אז די פרוכט איז שוין א יאר אלט...

עפל איז פון די איינציגסטע פרוכט וואס - אויב ס'איז אוועקגעלייגט מיט די ריכטיגע טעכניק - קען זיך עס האלטן פאר לאנגע מאנאטן נאכן אראפקומען פון בוים.
צו וואס מיט טעכניק
אינדערהיים פאר די מלחמה איז די איינציגע פרוכט וואס איז געווען צו האבן במשך רוב ווינטער געווען עפל, ווייל דאס האלט זיך לאנג, קיין טעכניק איז דארט נישט געווען
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3406
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3977

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך אנדערער »

אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 9:45 pm

טעכניק מוז נישט מיינען טעכנאלאגיע
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 9:45 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:07 pm ווען איר קויפט אן עפל, איז מעגליך אז די פרוכט איז שוין א יאר אלט...

עפל איז פון די איינציגסטע פרוכט וואס - אויב ס'איז אוועקגעלייגט מיט די ריכטיגע טעכניק - קען זיך עס האלטן פאר לאנגע מאנאטן נאכן אראפקומען פון בוים.
צו וואס מיט טעכניק
אינדערהיים פאר די מלחמה איז די איינציגע פרוכט וואס איז געווען צו האבן במשך רוב ווינטער געווען עפל, ווייל דאס האלט זיך לאנג, קיין טעכניק איז דארט נישט געווען
טעכניק מיינט די וועג וויזוי מען לייגט דאס אוועק, פאטענט בלע"ז.
ווי @אנדערער איז מסביר
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1635
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3825

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך דעת קדשי »

שמח האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 1:18 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:22 pm מאלפעס עסן באנאנעס פון די פארקערטע זייט, דהיינו פארקערט פון ווי אזוי אונז מענטשן עסן. עס איז יתכן אז זייער וועג איז מער פראקטישער. דהיינו, ווען מען עפנט די באנאנע אויף די פארקערטע זייט, שיילט זיך מיט די ווייסע ליניעס, וואס קומען אויף די זייטן פון די באנאנע, וואס מענטשן פראבירן אלעמאל אראפצונעמען. עס קען אמאל זיין פראקטישער, בשעת פון די אנדערע זייט בלייבט א פלאץ, וואו מען קען אנכאפן די באנאנע, פון דארט וואו מיר זענען צוגעוואוינט אפצושיילן די פרוכט. די אופן ווי אזוי מען טוט עס, מען כאפט אן די באנאנע אויף די פארקערטע זייט, מען גיבט א קוועטש אריין, אזוי אז די פרוכט באקומט א קראך און עס עפנט זיך, פון דארט קען מען שיילן ווייטער די פרוכט.
זאג נישט פאר קיינעם... איך טוען עס שוין לאנג פון די אנדערע זייט (נישט פון די זייט וואו ס'איז געווען באהאפטן צום געהענגל), ס'איז אסאך גרינגער און פראקטישער.

כמדומה לי כ'האב עס אמאל געהערט פון איינעם, נישט מיין אייגענע אויסטרעף.
גא''מ
איך טו די זעלבע
מיין מאמע זז''ג האט מיר אמאל געזען עפענען א בנענע האט זי מיר פאָרגעהאלטען פארוואס עסטו ווי א מאנקי???
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5249

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:27 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:53 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:59 pm די פאפולערסטע פרוכט אין אמעריקע איז טאמאטע'ס.

יא, טאמאטע איז א פרוכט.
ס'איז מיר א גרויסע חידוש וואס דו שרייבסט אז דאס איז א פרוכט.

וואס איז די ''גדר'' וואס ס'איז אין כלל פון פרוכט? די ברכה איז דאך זיכער האדמה.
א פרוכט איז עפעס וואס וואקסט ארויס פון א בלום מיט קערלעך דערינען.

אבער ס'איז נישט נוגע למעשה ווייל דער סופרים קאורט האט שוין איינשטימיג געאורטיילט אז טאמאטעס זענען יא וועדזשטעבלס...

דאס איז געווען ווען פרעזידענט ארטור האט געלייגט טעריפס אויף אלע אימפארטירטע גרינצייג און עמיצער א טאמאטע הענדלער האט גע'טענה'ט אז זיינע סחורה זענען פרוכט, דאס געריכט האט למעשה אנגענומען די טענה פונ'ם שטייער מאנער אז אין געשעפטליכע טערמינען ווערט עס יא באטראכט אלס א גרינצייג.

אגב, אוגערקעס (וואס וו"ב רופט 'פיקלס'), און פעפערס (וואס וו"ב רופט 'פאפריקע') זענען אויך טעכניש פרוכט.

אין ענגליש איז דא א באקאנטע מימרא וואס איז מסביר די חילוק צווישן ידיעה און חכמה:
Knowledge is knowing a tomato is a fruit; wisdom is not putting it in a fruit salad
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5249

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך Think and Thank »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 6:13 pm מאראנצן:

איך בין אמאל געווען א שבת אין עיר הבירה וויען, און דארט בין איך איינגעשטאנען ביים ארטיגן רב, הרב ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א. האט ער מיר געוויזן אן אינטערעסאנטע תשובה (איך געדענק ליידער נישט וואו), איבער א ברענעדיגע סוגיא בימים ההם, "קליפות מאראנצן", וועלכע ברכה מען דארף דערויף מאכן. אמאליגע טעג, מען האט געוואלט האבן די מאראנצן, אבער עס איז נישט געווען מעגליך דאס צו דעפאטירן צו ווייטע לענדער, צוליב דעם וואס מאראנצן האלטן זיך נישט פריש אזוי לאנג, ביז די פרי קומט אן צו דעם לאנד. וואס האט מען געטון? - האט מען כאטש דעפאטירט די שאלאכטס, וואס איז זייער רייך אין מיניראלן כאמור לעיל, און מענשן האבן דאס געוואלט האבן, האט מען דאס דעפאטירט צו אנדערע לענדער.

אצינד איז נולד געווארן א שאלה: וועלכע ברכה מאכט מען אויף 'קליפת מאראנצן'? - צי קוקט מען דאס אן אלס חלק פון די פרי און מען מאכט א האדמה, אדער מאכט מען דערויף א שהכל? - די אחרונים זענען דן דערויף.

ווייזט מיר דער וויענער רב א תשובה, אז ער האט געהערט פון מענטשן וואס האבן געזען דעם פרוכט און קענען די סוגיא פונדערנאנט, אז די גאנצע מעשה איז א טעות גדולה. עס איז אים נתברר געווארן אז דאס איז די פרי אליינס... אזוי קומט עס, אזוי וואקסט עס, און דאס איז די מאראנצן פרוכט און אזוי עסט מען דאס... דעריבער איז קיין שאלה נישט אז די ברכה איז העץ.

אויב איינער קען צוברענגען א מ"מ, יהא מברך מן השמים.

דער ט"ז אין ברכת הפירות (סי' ר"ד סקט"ו) שרייבט איבער וועלכע ברכה מען מאכט אויף 'קליפת מרנצי"ן שמרקחין אותן בדבש'. ווען איך האב דאס געלערנט אין ישיבה, האט פונקט דישבת פאר דעם מיין מאמע געקויפט אזא סארט מאכל פון מאראנץ שאלעכץ מיט צוקער. איך האב דאס נישט געזען קיינמאל פאר דעם אדער נאך דעם.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5249

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:05 pm
רב הכולל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:50 am
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm באנאנעס וואקסט אויף א בוים, אבער די ברכה איז האדמה.

און ס'איז פון די בערי פאמיליע, א קרוב מיט בלובערי.
פארוואס איז די ברכה האדמה?
די שטאם דערפון איז שוואך און שטארבט שנעל, און ס'הייסט נישט קיין בוים אין הלכה.

נישט סתם עס שטארבט, נאר יעדע יאר-צוויי ווערט די שטאם אינגאנצן פארטרוקנט און עס וואקסט ארויס א פרישע שטאם פונ'ם זעלבן שורש. (אין די בילד וואס דו ברענגסט קען מען עס זייער קלאר זען.) דאס מיינט גזעו מחליף כפשוטו.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4972

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך הדסים »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:17 am
דער ט"ז אין ברכת הפירות (סי' ר"ד סקט"ו) שרייבט איבער וועלכע ברכה מען מאכט אויף 'קליפת מרנצי"ן שמרקחין אותן בדבש'. ווען איך האב דאס געלערנט אין ישיבה, האט פונקט דישבת פאר דעם מיין מאמע געקויפט אזא סארט מאכל פון מאראנץ שאלעכץ מיט צוקער. איך האב דאס נישט געזען קיינמאל פאר דעם אדער נאך דעם.
פסח פלעגן געוויסע מאכן צוקער קאנדל פון מאראנצן שאלעכץ.

שאל אביך, אז זיי ווייסן נישט, קען זיין דיין באבע איז נישט געווען אזא גרויסע באלעבאסטע...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5249

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 2:04 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:17 am
דער ט"ז אין ברכת הפירות (סי' ר"ד סקט"ו) שרייבט איבער וועלכע ברכה מען מאכט אויף 'קליפת מרנצי"ן שמרקחין אותן בדבש'. ווען איך האב דאס געלערנט אין ישיבה, האט פונקט דישבת פאר דעם מיין מאמע געקויפט אזא סארט מאכל פון מאראנץ שאלעכץ מיט צוקער. איך האב דאס נישט געזען קיינמאל פאר דעם אדער נאך דעם.
פסח פלעגן געוויסע מאכן צוקער קאנדל פון מאראנצן שאלעכץ.

שאל אביך, אז זיי ווייסן נישט, קען זיין דיין באבע איז נישט געווען אזא גרויסע באלעבאסטע...

פונקט פארקערט - מיין באבע איז געווען אזא באלעבאסטע אז זי האט עס געמאכט ארום א פשוט'ע פאדעם..
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

סטראבערי'ס איז די איינציגסטע פרוכט וואס די קערעלעך וואקסן פונדרויסן.
פיילס
download (2).jpeg
download (2).jpeg (14.86 KiB) געזען געווארן 293 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ס'נעמט צווישן 18 און 24 חדשים פאר א פיינעפל פלאנצונג צו ארויסגעבן די ערשטע פרוכט.
פיילס
D2buHfHJAu9EmxPbEcmUT5.jpg
D2buHfHJAu9EmxPbEcmUT5.jpg (295.24 KiB) געזען געווארן 292 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מאראנצן אין טראפישע מקומות בלייבן אפט געל אדער גרין אפילו ס'איז שוין רייף, ביז ס'ווערט ווארימער און ס'טוישט זיך צו אראנדזש.
פיילס
yellow-ripe-orange-fruits-hanging-260nw-2599039909.jpg
yellow-ripe-orange-fruits-hanging-260nw-2599039909.jpg (36.01 KiB) געזען געווארן 290 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

עפל שווימט אויף וואסער, זינט די פרי באשטייט פון %25 לופט.
פיילס
DCCVax8UwAAyHRk.jpg
DCCVax8UwAAyHRk.jpg (23.52 KiB) געזען געווארן 286 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 35198

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די נאכט בלום: די דרעגאן פרוכט בוים האט א אינטרעסאנטע אייגנשאפט, ער עפנט זיינע בלומען נאר אין די טינקל, בייטאג איז די געשעפט פארמאכט.
פיילס
images (4).jpeg
images (4).jpeg (26.69 KiB) געזען געווארן 285 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4972

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך הדסים »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:01 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm
און ס'איז פון די בערי פאמיליע, א קרוב מיט בלובערי.
...און סטראבערי'ס זענען בכלל נישט קיין בערי'ס...
רעספבעריס און בלעקבעריס זענען אויך נישט.

ווער יא? וואסער מעלאן, קיווי און פאמפקין זענען סארטן בעריס.

איז וואס זענען סטראבעריס יא? ממשפחת השושנים. רויזן זענען אייגנטליך אויך קוזינען מיט עפל, באר, פערזשוך (פיעטש), און קארשן (טשערי).
רויזן.png
רויזן.png (2.18 MiB) געזען געווארן 156 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4972

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך הדסים »

רעדנדיג פון טשעריס, זיי פארמאגן א היבשע דאזע פון נאטורליכע מעלאטאנין וואס קען העלפן איינשלאפן.
Black_Che.jpg
Black_Che.jpg (272.76 KiB) געזען געווארן 141 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4972

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך הדסים »

נאך א סארט בערי איז דער קיווי.

אריגינעל קומט ער פון כינע און איז פארשפרייט געווארן איבער דער מערב וועלט ערשט נאכ'ן צווייטן וועלט קריג.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען אלערגיש צו קיווי.
Kiwifruit_cross_section.jpg
Kiwifruit_cross_section.jpg (179.35 KiB) געזען געווארן 110 מאל
עס זענען פארהאן פארשידענע סארט קיווי

דער רויטער קיווי
Kiwifruit_'Red_Passion'_cross_section_-_Italy.jpg
Kiwifruit_'Red_Passion'_cross_section_-_Italy.jpg (164.43 KiB) געזען געווארן 102 מאל
און דער גאלדענער קיווי וואס איז ענליך צום געווענליכן גרינעם קיווי, אבער איז עטוואס העלער.
Kiwifruit_-_Golden_(Soreli).jpg
Kiwifruit_-_Golden_(Soreli).jpg (164.08 KiB) געזען געווארן 102 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3406
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3977

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 6:21 pm נאך א סארט בערי איז דער קיווי.

אריגינעל קומט ער פון כינע און איז פארשפרייט געווארן איבער דער מערב וועלט ערשט נאכ'ן צווייטן וועלט קריג.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען אלערגיש צו קיווי.

Kiwifruit_cross_section.jpg

עס זענען פארהאן פארשידענע סארט קיווי

דער רויטער קיווי

Kiwifruit_'Red_Passion'_cross_section_-_Italy.jpg

און דער גאלדענער קיווי וואס איז ענליך צום געווענליכן גרינעם קיווי, אבער איז עטוואס העלער.

Kiwifruit_-_Golden_(Soreli).jpg
געהערט אז קיווי איז א כלאים פון סטראבערי און באנאנע

גוגל זאגט אז נישט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4972

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

פאוסט דורך הדסים »

מאראנצן זענען באקאנט צו זיין רייכן אין וויטאמין-סי, וואס איז ווייניגער באקאנט איז אז דער קיווי פארמאגט מער פון טאפלט וויטאמין-סי ווי מאראנצן.
Screenshot 2026-02-26 051239.png
Screenshot 2026-02-26 051239.png (634.87 KiB) געזען געווארן 75 מאל

שרייב פאוסט