אתה קָוקָו? אדער בעסער געפרעגט, השתגעת?? ריטשי טעילער? זענט איר אויפן קאפ געפאלן? איר ווייסט ווער דאס איז? מען רעדט פון א געהעריגע סַאליד איד שומר תורה ומצוות! פול פלעדזש! א געהעריגער היימישער!
צו איז עס אנגענומען ביי היימישע אידן צו ארבעטן ביי די פאליס דיפארטמענט? טאקע נישט. אבער אויף אזא איינעם זאגן אז ער קוקט אויס ווי א גוי, און נאך מאכן דעם והבדלנו מן הטועים? איר זענט גוט פארריקט! איר זאלט מיר מוחל זיין. פליז.
איך בין דיר דן לכף זכות אז דו האסט געמיינט אז מען האט דא אויפגעפיקט עפעס א גוי גמור אוכל נבילות וטריפות שר"י ווי טשוק שומער פון וועמען עס גיסט זיך בילדער אין די צייטונגען לרחצה....
און א ווארט בכלליות צו מיינע ליבע קרית יואלע ברודער.
אשריכם ואשרי חלקכם אז איר זענט אויפגעוואקסן ארום גענומען מיט אידן פון איין דינע שיכט פון כלל ישראל. אלעס פונעם זעלבן טייג געקנעטן. זייט אבער וויסן אז אינדרויסן פון אייער באקסל, אינדרויסן פון אייער שאלעכטס, איז דא א גרויסע וועלט מיט שווערע צענליגע און הונדערטער טויזענטער היימישע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה. אייער באקסל איז בלויז איין פיצי טייני חלק פון א פראצענט פון ערליכע תורה טרייע אידן.
מען איז אזוי פארנומען אויב די גלילות קרית יואל ווערט ר"ל יא א מאנסי אדער נישט א מאנסי, מען רעדט זיך שוין איין אז אין מאנסי גייט יעדער מיט א 4 סלייס קאפל, און אז אין בארא פארק עסט יעדער OU פלייש און טרינקט חלב עכו"ם. אז ווען עס קומט צו רעדן איבער א טיפיקעל פלעטבוש איד מאכט מען אים שוין פאר א געהעריגע גוי....