חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 8:18 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:44 pm
אין די סענאט א.ג. קלין CR ביל צו ענדיגן דעם שאטדאון , האבן די סענאטארן אריינגערוקט א קליינטשיגע אדמענמענד צו זיי ערלויבן אנצוקלאגן די גאווערמענט, און דזשאנסאן האט זיך געמאכט ווי ער זעהט נישט. אבער והוא ממחרת, און ער אנטפלעקט אז מערצא שעם קומענדיגע וואך ברענגט ער ארויף א ספעציעלע וואוט אין קאנגרעס צו אוועקנעמען דעם רעכט, און סענאטער שומער האט פארשפראכן דאס צו שטיצן אין סענאט...
דזשאנסאן האט היינט געמאלדן אז מארגן וועט מען וואוטן צו צוריקדרייען דעם אדמענמענד.
דזשאן טון איז א גוטע פירער און א געטרייע חבר, און דאס איז פארוואס איך בין געווען אזוי אנטוישט צו טרעפן א סורפרייז אין דעם ריינעם סי אר. איך האב נישט געהאט קיין השגה בעפאר, און אינז גייען דאס צוריקדרייען, מארגן וועט מען שטומען און עס לכאורה דורכפירן.
טון האט זיך גארנישט פארפליכטעט, אבער איך האף אז ס'וועט אויך דורכגיין אין סענאט.
ענק געדענקען נאך דעם געשיכטע?
איז געגאנגען דער דזשאנסאן און אריינגעריקט א בלאקאדע אינעם איצטיגן אנגעצויגענעם בודזשעט ביל צו פארבאטן סענאטארן צו קלאגן די רעגירונג.
סענאטער לינדזי גרעהעם האט געוואוט ניין אויפן ביל, זייענדיג זייער בייז אויף דעם שטיקל, און די בודזשעט ביל איז פארטיג פאר די נאכט.
מארגן וועט מען זיך ווידער צוזאמקומען און פרובירן נאכאמאל צו שטומען דערויף, בעפאר די רעגירונג גייט פאר א שאטדאון.