אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אין אויסטראליע מאכט מען יעצט ברכת אילנות...
פיילס
IMG_20250930_112746_436.jpg
IMG_20250930_112746_436.jpg (319.02 KiB) געזען געווארן 1409 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הרה"צ ר' יואלי ווייזער ביים אריינגאנג פון רייקערס איילענד, הושענה רבה
פיילס
Screenshot_20251013_151731_WhatsApp.jpg
Screenshot_20251013_151731_WhatsApp.jpg (399.91 KiB) געזען געווארן 1321 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שוידערליכע טראגעדיע אין לעיקוואד


פיר בחורים זענען ליידער אומגעקומען ווען א שיכור'ע דרייווער האט אריינגעקראכט אין זייער קאר.

הבחורים יעקב זילבערבערג, אהרן נתן זילבערשטיין, שלמה אבא כהן, און חיים שמחה גראסמאן ז"ל זענען היינט פארטאגס געפארן אויפן ניו דזשערסי טורנפייק ווען א שיכור האט זיי אראפגעשטופט פונעם הייוועי אריין אין די זייט ל"ע.
פיילס
IMG_20251019_141140_845.jpg
IMG_20251019_141140_845.jpg (42.97 KiB) געזען געווארן 1188 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אין ווילידזש און וואודרידזש (קעטסקילס) האט מען האט מען היינט אויפגענומען דעם ביז יעצטיגן ווילידזש טראסטי און פייער טשיף העסקן ר' יוסף אשר שלעזינגער אלס מעיאר.

נאכדעם וואס די מעיאר פרוי קאלינס איז געשטארבן האבן די ווילידזש טראסטיס אויפגענומען ר' יוסף אשר אלס מעיאר ביז מען גייט אפהאלטן ספעציעלע וואלן.
פיילס
IMG_20251022_001913_081.jpg
IMG_20251022_001913_081.jpg (108.01 KiB) געזען געווארן 1086 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2393
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7893

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך שינאווער »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:23 am אין ווילידזש און וואודרידזש (קעטסקילס) האט מען האט מען היינט אויפגענומען דעם ביז יעצטיגן ווילידזש טראסטי און פייער טשיף העסקן ר' יוסף אשר שלעזינגער אלס מעיאר.

נאכדעם וואס די מעיאר פרוי קאלינס איז געשטארבן האבן די ווילידזש טראסטיס אויפגענומען ר' יוסף אשר אלס מעיאר ביז מען גייט אפהאלטן ספעציעלע וואלן.
Wow.

וואדרידזש האט א אידישע מעיאר. נישט צום גלייבן.


טענקס @חלום חלמתי פאר דיינע כסדרדיגע גאר אייגנארטיגע און העכסט אינפארמאטיווע און אינטערעסאנטע באריכטן און קרישקעלעך.

קיפ איט אפ!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב



ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.

לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 818

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך לאקאלער רב »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב



ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.

לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
WOW any more details?
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 363
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 336

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך ר' משה »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב



ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.

לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
הודו לה'
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2393
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7893

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך שינאווער »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב



ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.

לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
WOW any more details?
Weberman Resentenced to 18 Years, Will Remain in Prison Additional 5 Years Followed by 10 Years Probation and Registry
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5515

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך הדסים »

שינאווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:08 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב



ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.

לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
WOW any more details?
Weberman Resentenced to 18 Years, Will Remain in Prison Additional 5 Years Followed by 10 Years Probation and Registry
איך מיין אז פינף יאר איז נאר אויף די ביכער, ס'גייט אראפ פופצן פראצענט פאר גוטע אויפפירונג וואס שטעלט עס אין טאטאל צו 15 יאר און 4 חדשים, דאס הייסט נאך צוויי יאר און צוויי חדשים.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

קאמפיין פאר די איין מאן באנד ארגאניזאציע הרה"צ ר' יואלי ווייזער שליט"א האט אויפגעטריבן א מיליאן דאלער +. דעם זינטאג און מאנטאג ארום די יארצייט פון הרה"ק ר' משה לייב סאסאווער זי"ער.

יואלי איז שוין ברייט באקאנט היינט אלס א איד וואס גיבט אוועק זיין לעבן צו העלפן אחב"י יושבי חושך וצלמות, און כלל ישראל האט אים באווארפן מיט געלט ער זאל קענען ממשיך זיין מיט זיינע הייליגע פעילות.

ס'איז געווען מערקבאר ווי במשך די קאמפיין איז נישט געווען קיין שום זייטיגע ספענדעריי, האטעלן קאנצערטן און קאמאנדא צענטערן. די גאנץ יאריגע צדיקים וואלענטורן האבן זיך צוזאמגענומען און שווער געשוויצט פאר יעדן דאלער, ביז מען האט ב"ה דערגרייכט דעם ציל.
פיילס
Screenshot_20260127_204019_Chrome.jpg
Screenshot_20260127_204019_Chrome.jpg (155.02 KiB) געזען געווארן 734 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דף היומי מגיד שיעור הרב אלי' סטעפענסקי ביים ציון פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע פארגאנגענע וואך אין קר"י.
פיילס
IMG_20260123_113543_018.jpg
IMG_20260123_113543_018.jpg (232.41 KiB) געזען געווארן 669 מאל
הערליכע ביימער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:44 pm
x 45

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך הערליכע ביימער »

ברכת המזון האט געראטעוועט: בעל תשובה געראטעוועט פון קאר אריינגעשמעטערט אין זיין הויז, נאכן זיך נישט אויפשטעלן פון ארט אינמיטן בענטשן

קאליפארניע - א גאר אינטערסאנטע געשיכטע האט פארלאפענע וואך פאסירט אינעם שטאט סאניוועיל, וואו א בעל תשובה וועלכער האט געהאלטן אינמיטן בענטשן ברכת המזון איז געראטעוועט געווארן פון ווערן צודריקט פון ברוכווארג נאך וואס א קאר האט אריינגעשמעטערט אין זיין הויז.

עס האט פאסירט ווען דער איד מיטן נאמען וואדים אליי וועלכער ארבעט אין די גרויסע אלגעמיינע 'גוגל' פירמע איז לעצטנס דערנעטערט געווארן צו אידישקייט, ווען ער ער איז געזעסן און געבענטשט ברכת המזון נאך פרישטאג און האט געהערט א הויכע גרודער, זייענדיג אינמיטן בענטשן האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פון ארט. עטליכע סעקונדעס שפעטער האט ער באמערקט ווי א קאר האט אריינגעזעצט אין זיין הויז און אנגעמאכט א שווערע חורבן.

ווי ער זאגט האט די פאקט אז ער איז געבליבן זיצן ענדיגן בענטשן במתינות און נישט געלאפן אין ריכטונג פון די גרודער, געראטעוועט זיין לעבן פון ווערן דירעקט באפאלן מיט די ברוכווארג.
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1608
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 1353

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

*סגולת היום - רבי יצחק אבוחצירא*

ישנה סגולה אדירה שניתן לעשותה היום בהילולה של הקדוש רבי יצחק אבוחצירא בנו של הקדוש רבי יעקב אבוחצירא.

לקחת בקבוק ערק,
ולכתוב עליו
"זה הבקבוק לכבוד נשמת הצדיק רבי יצחק בן רבי יעקב אבוחצירא"
לכתוב את הבקשה או הבקשות על פתק ולהדביק לבקבוק.

ולקבל על עצמנו בלי נדר לפתוח את הבקבוק בשנה הבאה ביום פטירתו - י"ד בשבט.

ובעזרת ה' בזכות הצדיק עד שנה הבאה נזכה לראות בישועה.

האמת שלסגולה מפורסמת זו אין מקור מוסמך אבל הסגולה הזו בדוקה ומנוסה והיא עובדת.
וכבר אמרו רבותינו 'מנהג ישראל תורה היא'.
אני אישית נסתי את הסגולה וברוך ה' בזכות הצדיק נושעתי.
פיילס
image_attachment.jpg
image_attachment.jpg (73.9 KiB) געזען געווארן 383 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

5,000 יוגענטליכע באטייליגט ביי א חב"ד מעמד הבדלה אין טיימס סקווער מאנהעטן, דורכן בעל מנגן ר' בעני פריעדמאן.
פיילס
Screenshot_20260222_010642_Telegram.jpg
Screenshot_20260222_010642_Telegram.jpg (86.43 KiB) געזען געווארן 269 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פייער אין ליזענסק עיה"ק האט פארניכטעט א הכנסת אורחים טענט. ב"ה קיין געשעדיגטע
פיילס
Screenshot_20260222_101559_Telegram.jpg
Screenshot_20260222_101559_Telegram.jpg (114.08 KiB) געזען געווארן 208 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 10:17 am פייער אין ליזענסק עיה"ק האט פארניכטעט א הכנסת אורחים טענט. ב"ה קיין געשעדיגטע
ניסים ווען א גרויסע קבוצה האט זיך אויפגעהאלטן הארט דערנעבן
פיילס
IMG_20260222_103112_423.jpg
IMG_20260222_103112_423.jpg (194.57 KiB) געזען געווארן 194 מאל
IMG_20260222_103140_035.jpg
IMG_20260222_103140_035.jpg (514.92 KiB) געזען געווארן 194 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 10:17 am פייער אין ליזענסק עיה"ק האט פארניכטעט א הכנסת אורחים טענט. ב"ה קיין געשעדיגטע
איין קוגל האט איבערגעלעבט די שריפה...
פיילס
20260222_103656.jpg
20260222_103656.jpg (218.92 KiB) געזען געווארן 190 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42186

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

קרעדיט זעמל.

קראון הייטס - א גרופע פון מער ווי 60 בחורים און סעמינאר מיידלעך זענען נעכטן אנגעקומען אהיים קיין ניו יארק נאך א לענגערע רייזע דורך עטליכע לענדער נאכן זיין געשטראנדעט פאר 5 טעג אין ירדן צוליב די קריג אין די מיטל מזרח.

די בחורים וועלכע לערנען אין די ליובאוויטשער ישיבה אין צפת האבן געזאלט פארן אויף א רייזע קיין אייראפע און דערנאך אהיימקומען, אבער צוליב די קריג זענען זיי שטעקן געבליבן אין ארץ ישראל, דערפאר האבן עסקנים ערלעדיגט א לענגערע רייזע אהיים דורך ירדן מיט אן אפשטעל אין אייראפע, און פארלאפענע וואך דינסטאג - פורים נאכמיטאג - האבן זיי געמאכט דער וועג קיין ירדן.

אנגעקומען קיין ירדן האט זיך די סיטואציע פארקריפלט ווען די ווייטערדיגע פלי רייזע איז אפגערופן געווארן. זיי זענען דארטן פארבליבן פארשפארט אין א האטעל אין די הויפטשטאט אמאן און געווארט אויף א פלי רייזע צו קענען אנגעקומען אהיים. דורכאויס די צייט האבן זיי פארמאגט בלויז פרוכט און גרינצייג נאך וואס א ליפערונג פון כשר'ע עסן געשיקט צו זיי איז קאנפיסקירט געווארן דורך ארטיגע אויטעריטען.

נאך העפטיגע אינטערווענץ דורך עסקנים און דער ספעציעלער שליח צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם ר׳ יהודה קאפלאן איז די גרופע מוצאי שבת ענדליך אפגעפלויגן מיט א פליגער פון א ירדנ׳ער לופטליניע קיין וואשינגטאן די.סי., פון וואו זיי זענען אהיים געפארן מיט באסעס קיין ניו יארק און זיך אין א מזל’דיגע שעה פאראייניגט מיט זייער פאמיליעס אין א גוטע צושטאנד.
פיילס
IMG_20260309_131407_565.jpg
IMG_20260309_131407_565.jpg (247.96 KiB) געזען געווארן 99 מאל
שרייב פאוסט