ויצא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 8:15 pm
מען האט מיר געזאגט אז דא איז די ריכטגע פלאץ צו פרעגען
@דער תהלים איד איבער די אימקאפאטענץ פון למעשה האב מיר שוין געהערט, יעצט ווילן מיר הערען איבער די הצלחה פון וועד הקהילות וואס האט און זיך אלע גרוסע מוסדות און מיט דעם אלעם ווען מען גייט אריין און עני סאטמארע ביהמ"ד און ווימסב"ג איז דא פאר יעדע פאם וואס האט די הכשר פון וועד הקהלות איז דא 5 פיג פאונס וואס האט נישט
די הצלחה פון ועד הקהלות האט זיך אנגעהויבן מיט'ן פאקט אז ס'איז ארויסגעקומען גוטע כשר'ע סעלפאונס.
די נעקסטע סטעפ איז, אז די מוסדות פון די גרויסע קהלות אין ניו יארק פארלאנגען עס. דאס געשעט הערשט יעצט, ווען ס'איז שוין דא א גרויסע אויסוואל ב"ה.
למשל, מוסדות קרית יואל האט עס צום ערשטן מאל געמאלדן אפאר וואכן צוריק. ס'ווערט הערשט יעצט איינגעפעדימט אין די אפיסעס פון אלע לאקאלע מוסדות פון סאטמאר, סאטמאר, סקווירא און וויזשניץ, וההמשך יבא.
כ'וועל איבער'חזר'ן אז די סיבה פארוואס מאסן מענטשן האבן געקויפט פאם, איז נישט געווען דוקא וועגן די זיגל, ווייל ס'איז בכלל נאכנישט געווען געברענדעד די איידיע פון קויפן דוקא מיט א זיגל, ווייל דאס איז נומער 2 אינעם פלאן פאר די קהילות. די סיבה פארוואס מ'האט עס געקויפט איז ווייל ס'האט ערפילט א ריזיגע חלל. און איה"נ, יעצט איז שוין דא נאך גוטע פאונס, וואס נישט אלע זענען מיט א הכשר, און די הכשר ברענדינג האלט נאכנישט ביים שטאפל אז קיינער זאל עס נישט קויפן אן דעם.
בד"וו... האסט מיאוס איבערגעטריבן מיט דיינע נומערן... באט נישט דאס איז די נושא.